גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס גייט איר טון מיט די געלט

איך פלאן עס אויפצועסן - נישטא קיין ברירה (אדער ווייל אזוי וויל איך)
11
12%
איך נוץ עס אויף הוצאת השמחה (חתונה, בר-מצוה, מופן אדער יעדע גרויסע הוצאה וואס האט זיך געמאכט)
3
3%
א חלק עס איך און א חלק האלט איך
6
7%
באצאלן חובות (די אנדערע בעלי חובות זאלן ווארטן ביזן נעקסטן פעקל)
19
21%
נעקסטע האלבע יאר בלייב איך אין בעט (אדער זעצט מען זיך אריין אין כולל) און איך לעב פון די געלט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
האלב עס איך אויף און האלב לייג איך אוועק (אויף גרעסערע הוצאות אדער משקיע צו זיין)
6
7%
איך לייג עס אוועק פאר א רעגנדיגע טאג (אדער ווען איך וועל חתונה מאכן צי אנדערע גרויסע הוצאות)
3
3%
סעווינגס
22
24%
קויפן א הייזקע
14
15%
משקיע זיין - ביזנעס
5
5%
עפעס אנדערש (שמועס אויס)
3
3%
 
סך הכל שטימען: 92

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

פון אנהויב האט זיך עס גערעדט פון א פעקעלע, פונקט גענוג דורכצושוויצן אדער זיך קענען ערלויבן עפעס א לוקסוס וואס מען וואלט נארמאל זיך נישט געקענט ערלויבן, שפעטער איז געקומען נאך א פעקעלע, אבער יעצט רעדט מען שוין פון ערנסטע געלטער, וואס אינאיינעם מיטן טעקס ריטערן און אנדערע געלטער וואס מען האט באקומען און וואס מען גייט באקומען, פון איבעראל, רעדט מען דאך פון א חתיכה ראויה להתחבר, דאס איז נישט קיין ווערטלעך, ס'איז ערנסטע מעשיות...

די שאלה איז, נאכן באקומען אזעלכע פעקלעך, צי זענען דא מענטשן וואס גייען נתעשר ווערן פון דעם חשבון, זיך אנזאמלען די געלט, משקיע זיין, זיך איינהאנדלען עפעס וואס וועט זיי ברענגען אויף שפעטער און נישט בלויז אויפעסן די געלט. די שאלה איז צי ס'וואקסן אונטער אפאר נגידים במחננו.

איך פרעג דא יעדן באזונדער, וואס ער פלאנט צו טון מיט זיין פעקעלע, צו קענען מעסטן דער מצב. פארשטייט זיך אז מען זאל זיך ערקלערן אין א תגובה און זיך מסביר זיין מער, וואס און פארוואס.
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

בכגון דא נאמר החכם עיניו בראשו

איך בעט אייך זייט משקיע די געלט אויף א גוט ארט עס זאל צונוץ קומען שפעטער

אויב האט איר נישט א דירה אפשר איז יעצט די צייט ואם לא עכשיו...

האט איר יא טראכט פון א פלאן צו חתונה מאכען אדער גאר א רעטייערמענט פלאן

עס טוט מיר וויי צו זען יודען בני שבעים וואס בלייבען אן א זשאב און מוזען טון פארשידענס שלא לפי כבודם וכוחם , ווייל מעהאט נישט איינגעשטעקט באצייטענס

מיין ב"ב האט פארשידענע געדאנקען וואס צו טון ...און א חלק איז טאקע א נחיצות אבער איך דארף קוקען אויפען עתיד

וכמאמר החכם ;געלט איז ווי מערקורי(די זילבערנע זאך וואס ליגט אין די אלטע פיבער מעסטער)
כאפסטו עס גיט אן וועט עס וואקסען ,טאמער ביזטו אביסל לויז דערמיט וועט עס ארויסרינען ...
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

איינער וואס האט חובות (אריינגערעכענט קרעדיט קארד), איז פארשטייציך די ערשטע זאל אפצאלן חובות. ווידער איינער וואס האט אוועקגעלייגט גענוג געלט אויף חתונה מאכן די קינדער וכדומה, זאל ער שפענדן דאס געלט ווי עס גליסט אים. אבער פאר די עווריזש זשאו שמאו איז לדעתי איז די קליגסטע זאך אז מ'זאל אויסצאלן בילס פון פראנאויס למשל שכר לימוד, רענט וכדומה
וקול התור נשמע בארצנו
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

איך פלאן דאס איה משקיע צו זיין אפילו איך קען שטארק נוצן די געלט יעצט
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

צום קעפל
די האלטס מען קען זיל איינקויפן עשירות מיט א 20-40 אלפים באונעס?
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

קלאנג האט געשריבן:אבער פאר די עווריזש זשאו שמאו איז לדעתי איז די קליגסטע זאך אז מ'זאל אויסצאלן בילס פון פראנאויס למשל שכר לימוד, רענט וכדומה


כ'בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז פראקטיש אויסגעהאלטן, הגם כ'פארשטיי דעם גוטן פילינג פון נישט האבן די דאגה פון צאלן שכ"ל/רענט אד"ג אויף עטליכע חדשים אבער עס לייגט ארויף דעם מענטש אויף א אומאקוראטע בודזשעטינג טרעק, ווען די זיבן זאטע חדשים וועלן זיך ענדיגן וועט ער זיך פלוצים דערזעהן מיט גרויסע חודש'ליכע הוצאות אן קיין פלאן וויאזוי דאס צו פינאנצירן
ודו''ק
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 29, 2021 11:30 am

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודו''ק »

פרוכט בוים האט געשריבן:איך פלאן דאס איה משקיע צו זיין אפילו איך קען שטארק נוצן די געלט יעצט

למשל ווי ?
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

מיין אדווייס: אויב האסטו יעצט גענוג פארן טאג טעגליכן, לייג עס גוט אוועק פאר א rainy day! (ווען האט לעצטע מאל גערעגנט?). אויב ווילסטו האבן עפעס א לאקזשערי וואס די קענסטו זיך נישט ערלויבן אין א גרינעם דינסטאג, דאן ציפ אראפ אביסל פארדעם אבער נישט מער ווי אביסל.

אויב האסטו נישט גענוג פארן טאג טעגליכן, אדער איז דיין אינקאם נישט קביעות'דיג אויף א באשטימטע סכום, דאן מאך א חשבון וויפיל עס קאסט דיר א וואך אין טייל איין די געלט און נעם א באשטימטע סכום/וועידש יעדע וואך לויט וויפיל ס'פעלט אויס.

כ'וויס נישט אויב מ'קען נתעשר ווערן דורך די געלט פעקלעך, אבער טוהן השתדלות נישט צו פאארימט ווערן קען מען זיכער.

מ'דארף נאר אכטונג געבן נישט צו ארויפגיין מיט סטענדערטס אין ליכט פון די געלטער, ווען די שפע וועט זיך ענדיגן וועט זיין שווער אראפצוגיין
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
Hello World
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2012 2:38 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hello World »

כ׳בין נישט דער גרויסער עושר (אדערווייל), אבער געלויבט דער פון אויבן דארף איך נישט צוקומען דערצו צו דעקן דעם יו״ט, דאך האביך נישט געפילט איך קען פארתכלעווען די געלט אין צווייפלהאפטיגע אינוועסטמענטס, האמיר אינוועסטעד די גאנצע סטימיולעס אין א דייווערסיפייד פארטפאוליא, גאראנטירט צו ברענגן העווי ריטורנס האפענטליך בזה, ובבא זיכער, כדלהלן:
$2500 פאר א נאנטע משפחה מיטגליד
$1250 פאר א חשובע מרביץ תורה און משפחה מיטגליד
$1000 פאר א לאקאלע קמחא דפסחא וואס טיילט פאר שכנים וידידים
$750 פאר א כולל אינגערמאן מבני משפחה הלומד תורה מתוך הדחק
$500 פאר א קרוב א מרביץ תורה
$500 פאר א כולל אינגערמאן מבני משפחה
$500 צוטיילט צווישן עטליכע קמחא דפסחא לבני אר״י

כן יזכינו ד׳ הלאה.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

WOW

דאס איז זיכער, די האסט אויסגעוועלט דער בעסטע פארטיפאליאו מענעדזשער פאר דיין געלט.
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

לכאורה אויסצאלן חובות איז דאס וויכטיגסטע

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

הייליג האט געשריבן:לכאורה אויסצאלן חובות איז דאס וויכטיגסטע

יא, זיכער, אויב מען האט ............
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

קען איינער אהער ברענגן די בריוו פון קרן עזר איבער דעם נושא?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

כ'ווייס נישט פארוואס כ'זע נישט ווי עשירות קומט דא אריין אין בילד, ..איך האף אז מ'האט בכלל עפעס באקומען...
לאמיך אייך פרעגן, ווען די גאווערמענט זאל טיילן פאר יעדן איינעם צען מיליאן דאללער וואלט איינער אפילו געטראכט אז דערוילעם איז נתעשר געווארן?
כ'מיין... ווען די 4-5 טויזנט דאללאר וועט שוין לאאאאנג זיין אויסגעניצט וועלן מיר נאך אלס בלייבן מיט די טייערע פרייזן און יעדע הינזיכט
אפשר בין איך ראנג, אדרבה כ'וואלט מכיר טובה געווען ווען איינער קען מיר אביסל בארוהיגן
(אויב בין איך אין די ראנג אשכול ביטע אויפמערקזאם מאכן בדרכי נועם)
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

שוין באקומען עטליכע רופן פאר פארשידענע צוועקן.
די חשובע ארגענעזאציעס און ספעציעל מוסדות זאלן געדענקען אז נישט יעדער האט באקומען, און נישט דערפאר פאדערן פון יעדעם צוגלייך. (אויסער דעם האבן די מוסדות געמאכט א שיינע הכנסה פון די PPP און דורך לייגן די איינגעשטעלטע אויף אנימפלוימענט.)
ביטע לאזט די עולם אטעמען אביסל.
(בכלל באמערקט אז 20% ניצט דאס צו דעקן חובות.)
Hello World
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2012 2:38 pm

Re: גייען מענטשן נתעשר ווערן פון די געלט פעקלעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hello World »

shimon7323 האט געשריבן:WOW

דאס איז זיכער, די האסט אויסגעוועלט דער בעסטע פארטיפאליאו מענעדזשער פאר דיין געלט.

ייש״כ
נישט געהאלטן ביים אריינקריכן אין די קישקעס צו ס׳פעלט נאך אויס נאכ׳ן סטימיולעס, האב איך עס דייווערסיפייט, לאו ריסק, היי ריסק... אין די ליסט איז זיכער דא אפאר וואס קענען עס נאך פיין נוצן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”