לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

שוין יארן וואס דער חסידשע וועלט בפרט אין דער המון עם בכלל איז פארנומען אז עפענען א אייגענע עמאזאן ביזנעס איז א גאלדן גרוב, די לעצעטע צוויי דריי יאר האט מען אנגעהויבן הערן מער אין מער מעשיות יא אמת'ע נישט אמת'ע אז עז לוינט נישט זיי פארשפארן אקאנט'ס מען בלייבט שטעקן מיט סחורה.
נא אפשר קענען אונזערע מבינים ארויסקומען קלאר צי עס לוינט זיך יא!
אין אויב יא וואס איז די ערשטע סטעפ וואס מען דארף טוען ??
לעצט פארראכטן דורך אזוי גוט אום זונטאג פעברואר 21, 2021 2:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: לונט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

ערשטע סטעפ איז צו האבן וואס צו פארקויפען.
אויב האסטו א unique אייטעם, אדער אויב ביסטו אן authorized dealer פון א פאפולערע ברענד קענסטו אנהייבן טראכטן פון עמעזאן. און יא, מ'קען נאך מצליח זיין אויף עמעזאן.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: לונט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

יאפ! לפע"ד לוינט זיך עס! אבער דו מיזט האבן גאר אסאך עקספיריענס מיטן פארקויפן אויף עמעזאן! און מ'דארף זיין גרייט צוארבייטן געהעריג פול טיים אויף דעם!
וואס? א קיש אין נאז!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: לונט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

יעצט אין קאוויד האט עמעזאן געראקט
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: לונט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

עס איז א היבש כלליות'דיגע שאלה.... אבער עס זענען דא דריי הויפט כללים

1) ביי עמעזאן גילט אלע כללים וואס גילט ביי אנדערע ביזנעסער, און מען מוז ארבעטן פונקט ווי מען ארבעט אויף אן אייגענע געשעפט / וועבסייט.

2) די מערסט סוקסעספולע פראדוקט איז נאר גוט פאר מאקסימום אכצן חדשים, ביי די צייט איז שוין דא קאמפעטישן, דעריבער איז סיי וויכטיג צו מאקסימיזירן די פראפיטן און ארויסקעשן וואס מעגליך ווילאנג מ'קען, און סיי אז ביי זעקס חדשים אריין איז שוין העכסט וויכטיג צו זוכן פרישע סחורה...

3) יעדן טאג וואס מען קוקט נישט איבער די אינווענטארי, סעילס, קאמפעין'ס, ריטורנס און עמעזאן קלעימס מיט זיבעציג אויגן, איז שטארק מעגליך א בכי' לדורות.
געשטימט פאר ראשעק הול
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: לונט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

פעטער שמואל האט געשריבן:ערשטע סטעפ איז צו האבן וואס צו פארקויפען.
אויב האסטו א unique אייטעם, אדער אויב ביסטו אן authorized dealer פון א פאפולערע ברענד קענסטו אנהייבן טראכטן פון עמעזאן. און יא, מ'קען נאך מצליח זיין אויף עמעזאן.

נא ווי אזוי טאקע קען מען זעהן וואס איז א ריכטיגע אייטעם? איז דא א פלאץ ווי צי קוקען ?
ווי אזוי קען מען טרעפן קשרים אין טשיינע?
און ווי אזוי קען א מענטש זעהן צי ער איז געאייגענט צי עפענען א עמאזאן ביזנעס?
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

נא איינער קען אריין קומען אביסל מיט טיילען זיין אייגענע עקספיריענס וואס יא ציטוען אין וואס נישט, אין ווי אזוי בכלל אנציהייבן, זייט א מזכה את הרבים!!!!!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מען האט שוין אסאך געפרעגט די שאלה.

I will answer your question with a question...

לוינט זיך צו אויפמאכן א בעקעריי?

רוב אינגעלייט אויב זיי גייען אויפמאכן א בעקעריי, וועלען זיי ארבייטען גאר שווער און דערלייגען די גאנצע געלט און פארשפארן נאך אפאר יאר.

אבער... אויב האט איר געארבייט יארן אין א בעקעריי, אדער אייער זיידע האט א גיטע בעקעריי און ער וועט אייך אויסלערנען אלע טריקס אוף די טרעיט, און ער וועט אייך לאזן איינקויפן מעיל אויף קרעדיט אויף זיין אקאונט, דאן האט איר א competitive advantage. די זעלבע מיט אמאזען. סתם אויפמאכן א ביזנעס היום הזה, איז כמעט נישט מעגליך סתם צו מאכן געלט. אחוץ אויב מען האט access צו גיט פראדוקטען, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

Kosher Travel האט געשריבן:מען האט שוין אסאך געפרעגט די שאלה.

I will answer your question with a question...

לוינט זיך צו אויפמאכן א בעקעריי?

רוב אינגעלייט אויב זיי גייען אויפמאכן א בעקעריי, וועלען זיי ארבייטען גאר שווער און דערלייגען די גאנצע געלט און פארשפארן נאך אפאר יאר.

אבער... אויב האט איר געארבייט יארן אין א בעקעריי, אדער אייער זיידע האט א גיטע בעקעריי און ער וועט אייך אויסלערנען אלע טריקס אוף די טרעיט, און ער וועט אייך לאזן איינקויפן מעיל אויף קרעדיט אויף זיין אקאונט, דאן האט איר א competitive advantage. די זעלבע מיט אמאזען. סתם אויפמאכן א ביזנעס היום הזה, איז כמעט נישט מעגליך סתם צו מאכן געלט. אחוץ אויב מען האט access צו גיט פראדוקטען, וכו'.

רייט טו די פוינט, אבער אפי' מיט עקסעס צו גוטע/יוניק פראדוקטן, אדער עקסקלוסיוו א געוויסע ברענד, דארף מען נאכאלס האבן א זיידע א בעקער.. אדער אייגענע עקספיריענס אין דעם פעלד, אדער זיך אסאאאך און כסדר לערנען, צו קענען יוצא זיין דערמיט חובת השתדלות.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

די פשוטע וועג פון קויפן אף ALIBABA און פארקויפן ארביט נישט?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:די פשוטע וועג פון קויפן אף ALIBABA און פארקויפן ארביט נישט?

אויב מען פארקויפט איז שוין האלב גוט. די שאלה איז וויאזוי מען קען פארקויפן....
געשטימט פאר ראשעק הול
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

אזוי גוט האט געשריבן:שוין יארן וואס דער חסידשע וועלט בפרט אין דער המון עם בכלל איז פארנומען אז עפענען א אייגענע עמאזאן ביזנעס איז א גאלדן גרוב, די לעצעטע צוויי דריי יאר האט מען אנגעהויבן הערן מער אין מער מעשיות יא אמת'ע נישט אמת'ע אז עז לוינט נישט זיי פארשפארן אקאנט'ס מען בלייבט שטעקן מיט סחורה.
נא אפשר קענען אונזערע מבינים ארויסקומען קלאר צי עס לוינט זיך יא!
אין אויב יא וואס איז די ערשטע סטעפ וואס מען דארף טוען ??

אויב מעג איך חולק זיין דא מיט די חשובע משיבים וואלט איך דיר גענטפערט אז יא! קענסט נאך רואיג אריינשפרינגען אין עמעזאן פרייוועט לעיבל און בעז"ה שיין מצליח זיין אן האבן מורא'דיגע איידיעס אדער חידושים וואס צו פארקויפן, נאר פשוט יעדע נארישע פרייוועט לעיבל אייטעם וואס דו זעסט אז אנדערע קענען עס פארקויפן און מצליח זיין קענסטו אויך!

עטליכע פונקטען וואס כ'וואלט דיר מייעץ געווען פון מיין עקספיריענס

מאך זיכער צו האבן א שותף: צו סורטשן און זוכן גוטע אייטעם'ס איז א שווערע ארבעט, א עבודת הנמלים וואס זייער אסאך מענטשן שלאפן איין אינדערמיט (אויסער אויב דו ביסט גאר א ענערגישער אינגערמאן) מיט א מיטארבעטער צו די האנט בלייבט מען ענדערשער אקטיוו סיי מיטן זוכן פאר גוטע אייטעם'ס און סיי מיטן טרעפן די ריכטיגע סופלייערס אויף אליבאבא.

נוץ געלט וואס דו קענסט דיך ערלויבן צו פארלירן: די מציאות איז אז אסאך אינגעלייט זעצן אן מיט זייערע אייטעם'ס וואס זיי ברענגן אריין, ס'פארקויפט זיך נישט, מ'ווערט אויסגעברענט אינדערמיט וכו' פראביר אויב מעגליך צו נוצן געלט וואס דו קענסט דיך ערלויבן ח"ו צו דערלייגן ובכלל זה שפרינג נישט צו הויך די ערשטע מינוט, הייב אן מיט 2 – 3 ביליגערע אייטעם'ס, (מעגליך איז א געדאנק מייחד זיין פאר אזא זאך די היי יעריגע סטימיולעס + טעקס ריטערנס אויף אנצוהייבן)

בדרך הטבע פארדינט מען נישט גלייך געלט: אפי' אויב אלעס גייט ווי געפלאנט נעמט א שיינע פאר טעג אדער וואכן ביז ווילאנג דו האסט א ליסטע פון אייטעם'ס וואס ס'מאכט די סענס זיך אריינצולייגן דערין, ווילאנג דו טרעפסט נארמאלע סופלייערס וואס דו פילסט באקוועם צו גיין מיט זיי, נאכדעם נעמט א וואך צוויי צו באקומען סעמפלס פון טשיינא, דערנאך ווען דו באשטעלסט שוין א ארדער נעמט בדר"כ ארום 30 טעג די פראדאקשען, דערנאך די דעליווערי נאך עטליכע וואכן, און דערנאך אפאר וואכן די אייטעם זאל געהעריג אויפפיקן אויף עמעזאן און עמעזאן זאל דיר שיקן דאס געלט, ס'נעמט מינומום א גוטע פאר חדשים פון דו לייגסט אראפ א דעפאזיט פאר א ארדער ביז דו וועסט אנהייבן צוריק זען געלט אויף דעם ארדער, די בעסטע צייט עס אנצוהייבן איז ווען מ'דארף נאכנישט יעצט אויף די מינוט א זשאב וואס ס'זאל ברענגן פרנסה אדער פאר א סייד זשאב, ביינאכט וכדומה.

מ'דארף נישט אוועקגעבן די גאנצע טאג פארדעם: ס'איז פונקט גענוג אפי' נאר שעה צוויי יעדן טאג (מוז נישט זיין אויף א זייגער, אמאל דארף מען יא לענגער) עספעשעלי ביים אנהייבן.

זיי דיך שואל עצה מיט אנדערע: פאר דו ביסט מחליט אויף א אייטעם און צאלסט א דעפאזיט טרעף א חבר וואס איז דיר וויליג צו העלפן און האט שוין עקספיריענס אין פארקויפן פרייוועט לעיבל און גיי דורך מיט אים די אייטעם, נישט אז דו זאלסט נאכדעם געוואר ווערן אז דעס איז א אווער סייז אייטעם וואס קאסט אסאך טייערער FBA פיעס, אדער אנדערע אישוס וואס ס'קען זיך אלץ מאכן מיט עמעזאן, (ס'מיינט נישט אז דו מוזט אים אויסזאגן דיין סטאר פראנט אדער ברענד)

פראביר אויסצופאלגן די עמעזאן רולס: בדרך כלל אויב מ'פאלגט אויס די רולס, מ'מנאפעלעיט נישט קיין ריוויוס, מ'מאכט נישט קיין פאלשע סעילס, מ'טוט נישט וואס מ'טאר נישט ווערט נישט פארשפארט קיין אקאונטס,

הצלחה וברכה!
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

אפשר וואלט איינער געקענט מזכה זיין די רבים אין אראפשרייבען סטעט ביי סטעפ אלע דיטעלס פון עמעזאן?
עס איס טאקע דא אסאך ווידיאס סטעפ ביי סטעפ אבער אסאך אידישע קינדער זענען נישט קיין מחותנים מיט ווידיא
אויב מעגליך למשל
ווי אזוי צי עפענען א עמעזאן אקאנט
ווי אזוי צי טרעפען אייטעםס
וועלעכע סייט ווי אזוי צי דילען מיט טשיינע
ווי אזוי צי ליסטען אן אייטעם
ווי אויך גיטע טיפס אא"ו?

אפשר דאך?

שכרכם הרבה מאוד
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

כ'האב שוין נישט געפענט א נייע עמעזאן אקאונט פאר א שיינע פאר יאר סאו איך ווייס נישט עקזעקטלי וואס מ'דארף האבן, פראביר פשוט אויסצופאלגן סטעפ ביי סטעפ וואס זיי בעטן ביים עפענען די אקאונט.
ס' דארף צו הייסן אז מ'זאל נישט נוצן א קאמפיוטער אדער א פאבליק אינטערנעט וואס מ'האט שוין גענוצט פאר אנדערע עמעזאן אקאונטס, פראביר עס צו עפענען אויף א אייגענע לעפטאפ און נישט אויף א צווייטענס אדער קיאסק.

וויאזוי צו סירטשן איז א אריכות צו שרייבן וואס כ'האב נישט יעצט קיין צייט.

אליבאבא איז די פלאץ ווי צו דיעלן און טרעפן סופלייערס, ווען דו קויפסט דורך זיי ביסטו אינשורד אויך אויב מאכט זיך פראבלעמען.

צו ליסטן א אייטעם בעיסיק קען מען אליינס אויב קען מען אביסל ענגליש (אדער קען די רעביצין ארויסהעלפן) מ'קען אביסל גנב'ען פון קאמפעטישאנס וואס צו שרייבן, מ'דארף לייגן א ברענד נאמען, א UPC (מ'קען עס קויפן אנליין פאר שפאט ביליג) זייער וויכטיג צו לייגן גאר גוטע פיקטשערס פון די אייטעם'ס (פון די שטערקסטע שליסלעך מצליח צו זיין!) אויב וויל מען א בעסערע ליסטינג זענען דא היימשיע קאמפעניס (זוך אויף אין די עמעזאן אשכול) פאר אפאר דאלער וואס שרייבן ליסטינגס.

גאר וויכטיג איז צו עדווערטייזן און וויסן וויאזוי עס צו טון ריכטיג נישט סתם אויסצוברענען געלט אין גארבעדש (מ'קען פאר דעם אויך נוצן היימישע אינגעלייט / קאמפעניס וואס טון די סערוויס פון קער נעמען פון דיין עדווערטייזונג פאר בערך $400 - $600 א חודש)
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

חנן בן עכבור האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:שוין יארן וואס דער חסידשע וועלט בפרט אין דער המון עם בכלל איז פארנומען אז עפענען א אייגענע עמאזאן ביזנעס איז א גאלדן גרוב, די לעצעטע צוויי דריי יאר האט מען אנגעהויבן הערן מער אין מער מעשיות יא אמת'ע נישט אמת'ע אז עז לוינט נישט זיי פארשפארן אקאנט'ס מען בלייבט שטעקן מיט סחורה.
נא אפשר קענען אונזערע מבינים ארויסקומען קלאר צי עס לוינט זיך יא!
אין אויב יא וואס איז די ערשטע סטעפ וואס מען דארף טוען ??

אויב מעג איך חולק זיין דא מיט די חשובע משיבים וואלט איך דיר גענטפערט אז יא! קענסט נאך רואיג אריינשפרינגען אין עמעזאן פרייוועט לעיבל און בעז"ה שיין מצליח זיין אן האבן מורא'דיגע איידיעס אדער חידושים וואס צו פארקויפן, נאר פשוט יעדע נארישע פרייוועט לעיבל אייטעם וואס דו זעסט אז אנדערע קענען עס פארקויפן און מצליח זיין קענסטו אויך!

עטליכע פונקטען וואס כ'וואלט דיר מייעץ געווען פון מיין עקספיריענס

מאך זיכער צו האבן א שותף: צו סורטשן און זוכן גוטע אייטעם'ס איז א שווערע ארבעט, א עבודת הנמלים וואס זייער אסאך מענטשן שלאפן איין אינדערמיט (אויסער אויב דו ביסט גאר א ענערגישער אינגערמאן) מיט א מיטארבעטער צו די האנט בלייבט מען ענדערשער אקטיוו סיי מיטן זוכן פאר גוטע אייטעם'ס און סיי מיטן טרעפן די ריכטיגע סופלייערס אויף אליבאבא.

נוץ געלט וואס דו קענסט דיך ערלויבן צו פארלירן: די מציאות איז אז אסאך אינגעלייט זעצן אן מיט זייערע אייטעם'ס וואס זיי ברענגן אריין, ס'פארקויפט זיך נישט, מ'ווערט אויסגעברענט אינדערמיט וכו' פראביר אויב מעגליך צו נוצן געלט וואס דו קענסט דיך ערלויבן ח"ו צו דערלייגן ובכלל זה שפרינג נישט צו הויך די ערשטע מינוט, הייב אן מיט 2 – 3 ביליגערע אייטעם'ס, (מעגליך איז א געדאנק מייחד זיין פאר אזא זאך די היי יעריגע סטימיולעס + טעקס ריטערנס אויף אנצוהייבן)

בדרך הטבע פארדינט מען נישט גלייך געלט: אפי' אויב אלעס גייט ווי געפלאנט נעמט א שיינע פאר טעג אדער וואכן ביז ווילאנג דו האסט א ליסטע פון אייטעם'ס וואס ס'מאכט די סענס זיך אריינצולייגן דערין, ווילאנג דו טרעפסט נארמאלע סופלייערס וואס דו פילסט באקוועם צו גיין מיט זיי, נאכדעם נעמט א וואך צוויי צו באקומען סעמפלס פון טשיינא, דערנאך ווען דו באשטעלסט שוין א ארדער נעמט בדר"כ ארום 30 טעג די פראדאקשען, דערנאך די דעליווערי נאך עטליכע וואכן, און דערנאך אפאר וואכן די אייטעם זאל געהעריג אויפפיקן אויף עמעזאן און עמעזאן זאל דיר שיקן דאס געלט, ס'נעמט מינומום א גוטע פאר חדשים פון דו לייגסט אראפ א דעפאזיט פאר א ארדער ביז דו וועסט אנהייבן צוריק זען געלט אויף דעם ארדער, די בעסטע צייט עס אנצוהייבן איז ווען מ'דארף נאכנישט יעצט אויף די מינוט א זשאב וואס ס'זאל ברענגן פרנסה אדער פאר א סייד זשאב, ביינאכט וכדומה.

מ'דארף נישט אוועקגעבן די גאנצע טאג פארדעם: ס'איז פונקט גענוג אפי' נאר שעה צוויי יעדן טאג (מוז נישט זיין אויף א זייגער, אמאל דארף מען יא לענגער) עספעשעלי ביים אנהייבן.

זיי דיך שואל עצה מיט אנדערע: פאר דו ביסט מחליט אויף א אייטעם און צאלסט א דעפאזיט טרעף א חבר וואס איז דיר וויליג צו העלפן און האט שוין עקספיריענס אין פארקויפן פרייוועט לעיבל און גיי דורך מיט אים די אייטעם, נישט אז דו זאלסט נאכדעם געוואר ווערן אז דעס איז א אווער סייז אייטעם וואס קאסט אסאך טייערער FBA פיעס, אדער אנדערע אישוס וואס ס'קען זיך אלץ מאכן מיט עמעזאן, (ס'מיינט נישט אז דו מוזט אים אויסזאגן דיין סטאר פראנט אדער ברענד)

פראביר אויסצופאלגן די עמעזאן רולס: בדרך כלל אויב מ'פאלגט אויס די רולס, מ'מנאפעלעיט נישט קיין ריוויוס, מ'מאכט נישט קיין פאלשע סעילס, מ'טוט נישט וואס מ'טאר נישט ווערט נישט פארשפארט קיין אקאונטס,

הצלחה וברכה!

אבער עס איז דא גאר אסאך יוצא מן הכלל וואס מענטשען וואס האבן אלעס געפאלגט האט מען פארמאכט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

1) טרעפן א פראדוקט
2) מאכן א ברענד מיט א לאגא
3) טרעפן א סופלייער אויף עליבאבא
4) מאכן אן ארדער
5) עפענען א עמעזאן סעללער עקאונט
6) פיילן א טרעדמארק דורך עמעזאן
7) מאכן ברענד רעדזעסטרי
8) קויפן א בארקאוד
9) מאכן בילדער פון די פראדוקט מיט א ליסטינג
10) ליסטען די פראדוקט
11) אריינברענגן די פראדוקט
12) באקומען ריוויאס
13) מאכן PPC
14) מאכן פראפיט אי"ה
וואס? א קיש אין נאז!
אוועטאר
אמבעסאדער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמבעסאדער »

דוד װיזעלטיר האט געשריבן:1) טרעפן א פראדוקט
2) מאכן א ברענד מיט א לאגא
3) טרעפן א סופלייער אויף עליבאבא
4) מאכן אן ארדער
5) עפענען א עמעזאן סעללער עקאונט
6) פיילן א טרעדמארק דורך עמעזאן
7) מאכן ברענד רעדזעסטרי
8) קויפן א בארקאוד
9) מאכן בילדער פון די פראדוקט מיט א ליסטינג
10) ליסטען די פראדוקט
11) אריינברענגן די פראדוקט
12) באקומען ריוויאס
13) מאכן PPC
14) מאכן פראפיט אי"ה

גאר קלאר ;l;p-
איך וואלט אביסל ארום געטוישט מיטן סדר.
קודם אן עמעזאן אקאונט
אזוי אויך אויב וויל מען עס האבן אויף א ביזנעס נאמען, זאל מען עס אויפסעטן פארן עפענען די עמעזאן אקאונט.
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

אמבעסאדער האט געשריבן:
דוד װיזעלטיר האט געשריבן:

גאר קלאר ;l;p-
איך וואלט אביסל ארום געטוישט מיטן סדר.
קודם אן עמעזאן אקאונט
אזוי אויך אויב וויל מען עס האבן אויף א ביזנעס נאמען, זאל מען עס אויפסעטן פארן עפענען די עמעזאן אקאונט.

עס לוינט זיך נישט צו צאלן די סעללער עקאונט פי פאר גארנישט ביז דו באקומסט די פראדוקט
וואס? א קיש אין נאז!
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

חנן בן עכבור האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:שוין יארן וואס דער חסידשע וועלט בפרט אין דער המון עם בכלל איז פארנומען אז עפענען א אייגענע עמאזאן ביזנעס איז א גאלדן גרוב, די לעצעטע צוויי דריי יאר האט מען אנגעהויבן הערן מער אין מער מעשיות יא אמת'ע נישט אמת'ע אז עז לוינט נישט זיי פארשפארן אקאנט'ס מען בלייבט שטעקן מיט סחורה.
נא אפשר קענען אונזערע מבינים ארויסקומען קלאר צי עס לוינט זיך יא!
אין אויב יא וואס איז די ערשטע סטעפ וואס מען דארף טוען ??

אויב מעג איך חולק זיין דא מיט די חשובע משיבים וואלט איך דיר גענטפערט אז יא! קענסט נאך רואיג אריינשפרינגען אין עמעזאן פרייוועט לעיבל און בעז"ה שיין מצליח זיין אן האבן מורא'דיגע איידיעס אדער חידושים וואס צו פארקויפן, נאר פשוט יעדע נארישע פרייוועט לעיבל אייטעם וואס דו זעסט אז אנדערע קענען עס פארקויפן און מצליח זיין קענסטו אויך!

עטליכע פונקטען וואס כ'וואלט דיר מייעץ געווען פון מיין עקספיריענס

מאך זיכער צו האבן א שותף: צו סורטשן און זוכן גוטע אייטעם'ס איז א שווערע ארבעט, א עבודת הנמלים וואס זייער אסאך מענטשן שלאפן איין אינדערמיט (אויסער אויב דו ביסט גאר א ענערגישער אינגערמאן) מיט א מיטארבעטער צו די האנט בלייבט מען ענדערשער אקטיוו סיי מיטן זוכן פאר גוטע אייטעם'ס און סיי מיטן טרעפן די ריכטיגע סופלייערס אויף אליבאבא.

נוץ געלט וואס דו קענסט דיך ערלויבן צו פארלירן: די מציאות איז אז אסאך אינגעלייט זעצן אן מיט זייערע אייטעם'ס וואס זיי ברענגן אריין, ס'פארקויפט זיך נישט, מ'ווערט אויסגעברענט אינדערמיט וכו' פראביר אויב מעגליך צו נוצן געלט וואס דו קענסט דיך ערלויבן ח"ו צו דערלייגן ובכלל זה שפרינג נישט צו הויך די ערשטע מינוט, הייב אן מיט 2 – 3 ביליגערע אייטעם'ס, (מעגליך איז א געדאנק מייחד זיין פאר אזא זאך די היי יעריגע סטימיולעס + טעקס ריטערנס אויף אנצוהייבן)

בדרך הטבע פארדינט מען נישט גלייך געלט: אפי' אויב אלעס גייט ווי געפלאנט נעמט א שיינע פאר טעג אדער וואכן ביז ווילאנג דו האסט א ליסטע פון אייטעם'ס וואס ס'מאכט די סענס זיך אריינצולייגן דערין, ווילאנג דו טרעפסט נארמאלע סופלייערס וואס דו פילסט באקוועם צו גיין מיט זיי, נאכדעם נעמט א וואך צוויי צו באקומען סעמפלס פון טשיינא, דערנאך ווען דו באשטעלסט שוין א ארדער נעמט בדר"כ ארום 30 טעג די פראדאקשען, דערנאך די דעליווערי נאך עטליכע וואכן, און דערנאך אפאר וואכן די אייטעם זאל געהעריג אויפפיקן אויף עמעזאן און עמעזאן זאל דיר שיקן דאס געלט, ס'נעמט מינומום א גוטע פאר חדשים פון דו לייגסט אראפ א דעפאזיט פאר א ארדער ביז דו וועסט אנהייבן צוריק זען געלט אויף דעם ארדער, די בעסטע צייט עס אנצוהייבן איז ווען מ'דארף נאכנישט יעצט אויף די מינוט א זשאב וואס ס'זאל ברענגן פרנסה אדער פאר א סייד זשאב, ביינאכט וכדומה.

מ'דארף נישט אוועקגעבן די גאנצע טאג פארדעם: ס'איז פונקט גענוג אפי' נאר שעה צוויי יעדן טאג (מוז נישט זיין אויף א זייגער, אמאל דארף מען יא לענגער) עספעשעלי ביים אנהייבן.

זיי דיך שואל עצה מיט אנדערע: פאר דו ביסט מחליט אויף א אייטעם און צאלסט א דעפאזיט טרעף א חבר וואס איז דיר וויליג צו העלפן און האט שוין עקספיריענס אין פארקויפן פרייוועט לעיבל און גיי דורך מיט אים די אייטעם, נישט אז דו זאלסט נאכדעם געוואר ווערן אז דעס איז א אווער סייז אייטעם וואס קאסט אסאך טייערער FBA פיעס, אדער אנדערע אישוס וואס ס'קען זיך אלץ מאכן מיט עמעזאן, (ס'מיינט נישט אז דו מוזט אים אויסזאגן דיין סטאר פראנט אדער ברענד)

פראביר אויסצופאלגן די עמעזאן רולס: בדרך כלל אויב מ'פאלגט אויס די רולס, מ'מנאפעלעיט נישט קיין ריוויוס, מ'מאכט נישט קיין פאלשע סעילס, מ'טוט נישט וואס מ'טאר נישט ווערט נישט פארשפארט קיין אקאונטס,

הצלחה וברכה!

סתם צו קלאר מאכן, פון וואס איר שרייבט דא אויבן איז קענטליך אז איר האט עטוואס עקספיריענס אין דעם פעלד ב"ה. איך ווייס נישט פון ווען איר האט די עקספיריענס אבער לענ"ד אזוינע עדווייז איז היינט צוטאג סועסייד פאר איינער וואס followed די גיידענס. איך וועל פרובירן צו מסביר זיין מער באריכות פאר וואס איך זאג אזוי.

אמת, מ'דארף נישט קיין מוראדיגע איידיעס וואס צו פארקויפן, מ'דארף נישט אלס א נייע מין געדאנק. אבער מ'ברויך זייער גוט וויסן וואס מ'טוט, סתם ווייל יענער פארקויפט עס מיינט נאך נישט אז די קענסט עס אויך פארקויפן. עס קען זיין א טויזענט און איינס סיבות דערצו. אין צו טרעפן א מוכשר'דיגע פראדוקט וואס די אלס נייע ברענד, נייע ליסטינג, מינימעל ריוויוס, וכו' זיך פארקויפן אין מצליח זיין איז א גאר גאר שווערע ארבעט.

זאת ועוד, אויב וויל מען פארקויפן אין אויך מאכן פרנסה.... איז נישט גענוג נאר באשטעלן, ארויפלייגן וכו' מ'דארף גוט קענען די נומבערס. אין די נאמבערס פאר initial investment היינט צוטאג זענען גארנישט ווייניג... מ'דארף האבן גענוג אינווענטארי גראד ביים אנהייבן, כדי מ'זאל נישט אויסלויפן פון סטאק נאך פאר מ'האט א טשענס צו זעהן אויב די פראדוקט איז גוט. אין דאס אז מ'רעכנט עס גוט אויס קאסט אסאאךךך געלט. שיפפינג אפילו by sea איז זייט קאראנע זייער זייער זייער טייער. (אויב נעמט מען גענוג אינווענטארי צו זיין רעדי פאר סוקסעס ווי אויבן דערמאנט, רעדט מען פון נאך עטליכע טויזענט דאלער פאר שיפפינג אליינס)

קאסטום דאטיס און טארריפס איז אויך נישט אומזינסט.

יעצט אדווערטייזינג אויף אמעזאן איז א מוז, אין אדווערטייזינג איז נישט ביליג מילד גערעדט... צוויי זאכן;
- איינס, מ'מוז!! וויסן וואס אין וויאזוי מ'טוט דאס. (איימסארי, זאגן פאר א בעגגינער די דארפסט גארנישט קענען, דזשאסט ברענגט אריין די פראדוקט גיב עס פאר א קאמפעני צו טון ppc איז סועסייד. דער יונגערמאן ווייסט ניטאמאל פארוואס ער מאכט עדווערטייזינג ,וואס ער גייט באקומען דערפון, וואס זענען די טאקטיקן. ווען דארף ער זאגן פאר די קאמפעני צו טוישן מהלך אדער נעמען אן אנדערע ליניע וכו')
- צוויי, אין אנהייב ערשטע פאר וואכן אדער חדשים (דיפענדס אן די פראדוקט) קאסט עדווערטייזינג נאך מער געלט... קען קאסטן טויזענטערס פער וואך אויב ווילסטו ערגעץ אנקומען.

יעצט social media ads און בויען דיין ברענד אויף סאושעל מידיע בכלל קאן אויך קאסטן געלט. (הגם דא בין איך מודה אז ס'האט אביסל צייט צו ווארטן, אבער ס'נאך א סטעפ אין די פראססעס עז עי פראפעשינאל וואס מ'טאר נישט פארזעהן)

מאכן א ליסטינג זאגט זיך גרינג. גנב'נן פון יענעם איז בדוק ומנוסה אז דיין ליסטינג גייט נישט אין ערגעץ, ס'מיינט אז די קענסט נישט די ליין גענוג אויף צו קענען מצליח זיין (פארשטייט זיך בדרך הטבע..). ווי אויך ברענגסטו נישט קיין שום יוניקנעסס וואס מיינט ווייטער אז דיין ליסטינג גייט נישט אין ערגעץ, ווי אויך איז עס נישט עטיש. אין אויב איז מען א שוואכע גנב קען דיר יענער גרינגערהייט ריפארטען אלס קאפירייט אינפרינדזשמענט. בקיצור מאכ'ן יענעם אינוועסטירן די געלטער וואס מ'האמיר געשמועסט אויבן, אין אחרי ככלות הכל אריינווארפן די גאנצע אינוועסטמענט אין א copy cat ליסטינג איז נישט ריכטיג מילד געזאגט.

וואס איר האט אויסגעלאזט איז keyword research, דאס איז א main deal breaker צווישן א סוקסעספול ליסטינג אין א failing ליסטינג. דאס פאדערט עקספיריענס, צייט, מוח, סטראטעגיע, אין מ'דארף עס צומאל אפאר מאל איבערמאכן. סיי פאר די ליסטינג קאפפי אין סיי פאר עדווערטייזינג.

איך האב נאך ניטאמאל בארירט די נושא פון קאמפיטן מיט כינעזע סעללערס, דאס איז א א ברייטע טשעלענדזש הן מצד די פרייזן, והן מצד די טאקטיקן וואס זיי נוצן זיך צו בויען, והן מצד די טאקטיקן וואס זיי נוצן יענעם ארפצוברענגן....

אפילו ווען אלעס גייט געשמירט... און אלעס שטימט שוין יא... אין נאך די גרויסע אינוועסטמענט... איז עס די נארמאלסטע זאך אז למעשה ארבעטן זיך נישט אויס די ערשטע פראדוקט אדער אפילו די צווייטע אדער דריטע... דאס איז שייך ביי יעדן, עספעשעלי ביי נייע סעללערס.

מ'קען אלעס פאלגן אלע עמעזאן רולס אין נאכאלס אויסשטיין ציפקע צרות, צומאל ווייל זייער קראנקע machine Learning system האט פארשטאנען עפעס אומריכטיג, אין צומאל ווייל א malicious seller זעהט אייך אלס א סכנה אין איז גרייט צו טאהן וואס אימער אייך אונטערצוברענגן.

בקיצור, איך קען שרייבן אין עלעבארירן מיט יעדע נושא אנפילן בלעטער. אבער וואס איך וויל ארויסברענגן אין קורצן איז, ס'איז נישט אזוי גרינג ווי מענטשן לייגן עס אראפ. ס'ווארטן אסאך סורפרייזעס, טשעלענדזשעס, עקספענסעס, לאדזשיסטיקל זאכן דורכאויס אייער רייזע, אין ס'פאדערט א געהעריגע אינוועסטמענט אין א געהעריגע ביזנעס מיינדסעט אין ביזנעס סקיללס, גארנישט ווייניגער ווי סיי וועלכע אנדערע ביזנעס.

אויב זענט איר גרייט צו נעמען די אלע טשעלענדזשעס, איר האט פון ווי צו נעמען עקספיריענס, איר זענט גרייט צו לערנען, שוויצן, אין ארבעטן איבערמידלעך, איר האט גענוג געלט צו דרייען, דאן קאן עמעזאן זיין א גוטע אפציע פאר אייך מעגליך.

אגב.
- ביליגע UPC codes.ארבעטן שוין נישט for the longest time...מ'דארף היינט אויטענטישע UPC codes.
- בדרך כלל קען פראדוקציע נעמען היבש מער ווי 30 טאג. אין אז א פראדוקט זאל אויפפיקן "אין מאכן געלט" נעמט היבש לענגער ווי אפאר וואכן.
- סטימיולעס איז לכאורה נישט גענוג... (אנלעסס איר האט 15 קינדער)
- ווי איידער נעמען א שותף, נעם א "חברותא" וואס וויל אויך עפענען זיין אייגענע עמעזאן ביזנעס, אזוי האט איר דעם שטופ אהן די דין תורות....
- וואס איינע פון די חשובע מגיבים דא שרייבן אז די lifecycle פאר א סוקסעספול פראדוקט איז 18 חדשים פארשטיי איך ניט פארוואס.... א סוקסעספול פראדוקט קאן זיין סוקסעספול פאר יאאארן... נישט ניר אין עז בלייבן סוקסעספול, אין אסאך מאל ווערט עס גאר מער אין מער סוקסעספול דורכאויס די יארן.

ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם!
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

אפשר דאך? האט געשריבן:...

ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם!

Can’t agree more
זייער קלאר און ריכטיג!
איך האב אנגעהויבן צו שרייבן פרייטאג גאנץ עהנליך אבער געבליבן שטעקן אינדערמיט, האסט מיך אויסגעכאפט די ווערטער...
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אפשר דאך? האט געשריבן:

זייער צום זאך.
איך זעה אז איר האט גיטע עקפיריענס, בעט איך אייך לתועלת הרבים, שרייבט אביסל וועגן

עמעזאן אדווערטייזינג
קיווארדס

איך בין נישט גענוג אויסגעקאכט אין די צוויי נושא'ס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

מ׳דארף אױך האבן א שטיקל געפיל צו קװאליטי,אױב ביסטו א מענטש װאס קױפט א suitcase אין א 99 cents סטאר אין פארשטײסט נישט פארװאס א צװײטע צאלט $100פאר א Samsonite איז דא א גאר שטארקע טשאנס זאלסט נישט מצליח זײן

בעיקר פאר די באשטעלטס א אײטעם האלט דיר נישט פאר א חכם פרעג א סוקסעספול סעלער װאס ער זאגט דערצו

אגב מענטשן מײנען אז פשוטע זאכן זענען ביליג אױף עמעזאן,רוב זאכן װאס עמעזאן אלײנס פארקױפט נישט זענען זײער טײער און מ׳קען מאכן אסאך געלט אפילו נישט פין פרײװעט לעבעל
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

געלוינט דעם גאנצען שמועס פאר @אפשר דאך'ס אינפוט
אז יענער קען קענסטו אויך
עוד הם מדברים
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:21 am

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד הם מדברים »

איך וויל צולייגן איין נקודה בנוגע דאס עפענען א נייע עמעזאן ביזנעס, און דאס איז די 80/20 כלל אין ביזנעס, וואס איז פונקט אזוי גילטיג ביי אן עמעזאן ביזנעס ווי ביי יעדע אלגעמיינע ביזנעס.

מיינע צוויי צענט פארוואס אזוי פיל ביזנעסער, אריינגערעכנט עמעזאן, האבן נישט קיין אריכות ימים, איז ווייל מ'האט משקיע געווען גאר אסאך לאנג פארן האבן אפילו די מעגליכקייט צו דעקן די הוצאות, און איינמאל די אלע הוצאות האבן זיך אנגעזאמלט דארף מען גרויס סייעתא דשמיא אז מ' זאל זיך דערפון ארויסזעהן. און דא איז די 80/20 אין ביזנעס גילטיג, נאר ארום 20 פראצענט באווייזן דאס.

איך וועל גיין מיט אן עקזעמפל וואס נעמט אריין מערסטן'ס הוצאות, אבער יעדער קען זיך אליין אויסשטעלן זיינע הוצאות צו פארשטיין ווי זיך אבאכט צו געבן. שוין, צום ענין. מ'האמיר דא א יונגערמאן וואס איז גרייט מיטן גאנצן פלייס און אייפער צו עפענען בסייעתא דשמיא א עמעזאן ביזנעס און פארווירקלעכן דעם אמעריקאנעם חלום. דא האט איר א ברעיקדאון פון וואס ער וועט יעצט טוהן צו דאס מאכן געשעהן:

מ' דארף דאך א שטיקל אפיס'ל/קיוביקל $275 חודש
עפענען א קארפארעישן $500
קאמפיוטער $500
טיש, בענקל, צוגעהערן $700
אינטערנעט,$100
עמעזאן אקאונט $40
סאפטוועירס $100
פראדוקט:
אינווענטארי $10000
שיפינג $5000
ליסטינג/פאטאגראפי $800
דוטיס/טעריפס
עמעזאן סטארעדזש פי??
עמעזאן סעלינג פי??
פי פי סי??
וועירהויז/3pl??
אינשורענס??

די ליסטע איז נאר טיילווייז, איך בין זיכער אז ס'איז דא נאך אסאך הוצאות וואס קומען צי, און יעדער זאל אליין רעכענען בעיסד אויף זיין געשאצטע אינווענטארי קאסט, מיין געדאנק איז צו שטעלן נומבערס וואס מאכט צו מיר סענס. על כל פנים, פון מיין עקספיריענס גייט א פראדוקט נישט דורכגיין א סעיל אויף עמעזאן אינטער פיר חדשים נאכן אנהייבן שיקן דעם ערשטן מעסעדזש צום סופלייער ( סעמפלס אהין און צוריק, דעפאזיט געקלערט, פראדוקשן, אינספעקשן, שיפינג, רעסיווינג און געמאכט עוועילעבל אויף עמעזאן) יעצט נעמט די אויבנדערמאנטע ליסטע און רעכנט צוזאם אלע הוצאות פאר די ערשטע פיר חדשים פון אייער נייע ביזנעס, אך און וויי אויב די פראדוקט וואס איר ברענגט אריין איז א דורכפאל חלילה, מ'רעדט דא פון באלד דרייסיג טויזנט דאללער, און דאס אלעס אן ארויסנעמען א סינגל דאלער אויף צום לעבן במשך די צייט, וואס אויב טוט איר דאס יא רעדט מען פון באלד א פופציגער.

איך זאג עס נישט חלילה צו דיסקארידזשן איינעם פון טוהן צו די זאך, אלזא, מיין רעקאמענדאציע איז, אין חכם כבעל הנסיון, אויב עפנסטו א עמעזאן ביזנעס, מאך די אינוועסטמענט מינימאל. ס'וועט גארנישט פאסירן אויב דו וועסט ארויסשלעפן פון בעיסמענט דיין פאולדינג טעיבל פון סוכות, בארגן א לעפטאפ און כאפן וויי פיי, און דעליווערן די סחורה צו דיר אין דרייוועי און ארויפשארן די ארבל און טוהן צו די זאך. לפי עניית דעתי איז דאס כמעט די איינציגסטע וועג צו געבן א שאנס פאר הצלחה.
לעצט פארראכטן דורך עוד הם מדברים אום זונטאג מארטש 14, 2021 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

צ"ק יא
רוב עמאזאון סעללערס וועלען דיר זאגען אז מען דארף כסדר זיין אן די גאו,

ממילא דאס אז ער איז שוין אין עמעזאון 10 יאר מיינט אז ער האט מער עקספיריענס ווי דיר,
אבער אייטעמס דארפט עטס ביידע זוכען פרישע,
און צומאל האט שוין דער אלטער סעללער א גרויסע אווערהעד מיט דעד אינווענטארי, און סטארעדזש פיס וואס ער קען קוים קאווערען,

אין די קענסט אנהייבען קליען און מצליח זיין
אז יענער קען קענסטו אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”