בלאט 1 פון 1

קוויקבוקס; געבן א דעפאזיט פאראויס

געשריבן: דינסטאג מאי 27, 2008 3:08 pm
דורך בן יועזר
כ'האב באשטעלט סחורה פון א ווענדאר, און כ'האב געגעבן א דיפאזיט, וויאזוי טוה איך פארשרייבן אז כ'האב איהם געגעבן דעם דיפאזיט?

כ'האב געטרייט אריינצילייגן ווי א קרעדיט אבער ס'האט מיר נישט געלאזט.

אגב: ואס איז די חילוק פין א פערטשעס ארדער און א ביל?

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 11:16 pm
דורך לחיים ולברכה
די עכטע וועג איז אביסל קאמפליצירט, כ'וועל זעהן אויב ס'איז דא א גרינגערע וועג. געב מיר א טאג צוויי.

אז איינער ווייסט? כל הכבוד!

געשריבן: זונטאג יוני 01, 2008 1:21 pm
דורך שוועמל
איך האב פרובירט אריינשטעלן א קרעדיט ביי א ווענדאר און ס'יז געגאנגען א מחיה. (אודאי, דארפסט סעלעקטן אן אקאונט אלס וואסערע עקספענס דעס גייט).
גיי צו ענטער ביללס, און סעלעקט 'קרעדיט' אנשטאט 'בילס' און שטעל אריין די אמאונט.




א פערטשעס ארדער איז א באשטעלונג פון סחורה וואס מען גיבט פארן ווענדאר, א ביל איז א חוב צום ווענדאר ווען די סחורה קומט אן.

די זעלבע סיסטעם איז דא ביי א קאסטומער, א סעילס ארדער איז א פארשרייבונג פון סחורה וואס דער קאסטומער גייט נעמען - אבער האט נאכנישט קיין התחייבות. א אינוואויס איז א ביל פארן קאסטומער צו באצאלן די סחורה .

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 9:21 pm
דורך לחיים ולברכה
שוועמל, ער האט גערעדט פון ענטערן א דעפאזיט אלץ קרעדיט וואס ער האט ביים ווענדאר, נישט אז ער האט באקומען א קרעדיט פון זיין ווענדאר.

עניוועי, כ'מיין אז די גרינגסטע וועג איז אזוי; באצאל דעם ווענדאר דורך 'Write Checks', און שרייב אריין אלע אינפארמעישאן פונעם דעפאזיט טשעק, און דערנאך ביים אריינלייגן די ביל, רעכן אראפ די סכום פונעם דעפאזיט אויפ'ן ביל, און צאל דאס איבעריגער.

כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס מ'קען נישט מאכן 'סעט קרעדיטס' אויף אזא אופן.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 8:51 pm
דורך שוועמל
חיים ברוך,
חלום פרעה אחד הוא, חסורי מחסרי והכי קתני:
נאכן שרייבן דעם טשעק צום ווענדאר ביי 'רייט טשעקס', לייג אריין די קרעדיט אמאונט ביי 'ענטער בילס' און סעלעקט 'קרעדיט' אנשטאט 'ביל'. דאן ווען די אריגינעלע ביל וועט אנקומען וועטסטו באצאלן אויטאמאטיש נאר דעם רימעינינג באלאנס נישט דעם קרעדיט סכום.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 10:36 pm
דורך לחיים ולברכה
שכח שוועמל, גערעכט ביזטו. מיין קאפ האט דאס נישט אויפגעכאפט (ווארשיינליך צוליב דאס מידעקייט.)

געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2008 9:05 pm
דורך בן יועזר
דא לדא נקשן, מיין שאלה איז אז וויבאלד סאיז נאך בכלל נישטא קיין באלאנס און קיין ביל ביי דעם ווענדאר, איז דאך נישטא אויף וואס דער פעימענט זאל חל זיין, ד.מ. ס'זעט אויס אז אין קוויקבוקס קען מען נישט בכלל באצאלן נאר אויף א ביל??? (בלשון איבעיא). אדרבה, לאז מיר וויסן אפשר קען מען יא!!

געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2008 10:07 pm
דורך איך_הער
קען זיין אז ביי א ווענדאר איז אנדערש, אבער ביי א קאסטומער קען מען יא מאכן א פעימענט אפילו ער האט נישט קיין ביל, און ער פרעגטעך טאקע איבער, צו דו ביסט זיכער אז דו ווילסט מאכן דעם פעימענט ווייל ס'איז נישט דא קיין ביל דערקעגן, און ווי אזוי דו ווילסטעס ניצן, צו פרינטן א קרעדיט, אדער לאזן קרעדיט, עפעס אזוי.

סאו אפשר ביי א ווענדאר קען מען אויך אזוי מאכן, איך ווייס נישט.

געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2008 10:53 pm
דורך לחיים ולברכה
יוסי, ס'איז דא 3 וועגן צו רעקארדירן פעימענטס ביי 'ווענדארס'.

1) ווען ס'איז דא א ביל, מאכט מען 'פעי בילס'.
2) ענטער קרעדיט קארד טשארדזשעס.
3) רייט טשעקס.

די צוויי לעצטע קען מען רעקארדירן אפילו אנע ביל.

געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2008 12:39 am
דורך בן יועזר
חיים ברוך, שוועמל, שכח פאר ענקער הילף, פיין געארבעט, כה לחי

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 02, 2009 11:50 am
דורך שמיי_דריי
די ריכטיגע וועג איז.
גיי צו רייט טשעקס, לייג אריין ביי אקאונט "<אקאונטס פעיעבעל>"
און ביי קאסטומער, לייג אריין די נאמען פון דעם ווענדאר
און ווען דו באקומסט די בילל, קענסטו עפלייען די טשעק צו דעם בילל ביי
פעי ביללס>סעט קרעדיטס

(קרעדיט: שטרויזאק)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 12, 2010 10:10 am
דורך קבל את האמת
א גרויס יישר כח זייער צונוץ געקומען

Deposit On A Sales Order

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:47 am
דורך minitzadik
Sorry i don't have my Yiddish keyboard .. but how could i enter a deposit on a sales order that i received from a customer and it shouldn't effect my statement that i am gonna send for the customer the end of the month (m Because the statement picks up the credit and applies it automatically to the open receivables) Please help me !!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:05 pm
דורך אַבּערוואַס
minitzadik האט געשריבן:Sorry i don't have my Yiddish keyboard .. but how could i enter a deposit on a sales order that i received from a customer and it shouldn't effect my statement that i am gonna send for the customer the end of the month (m Because the statement picks up the credit and applies it automatically to the open receivables) Please help me !!


וואס איז אייער פראבלעם? די דעפאזיט קומט אוודאי ארויף אויפ'ן סטעיטמענט אז יענער האט אייך געגעבן ס'געלט אזויווי אלע אנדערע טרעזעקשאנ'ס (נאר וואס דען מיינט א סטעיטמענט?), אבער נישט עגעינסט א סעילס ארדער, א סעילס ארדער קומט בכלל נישט ארויף אויף א סטעיטמענט ווייל דאס איז נישט קיין טרענזעקשאן, ס'איז גראדע דא א וועג צו ענטערן א קאסטומער דעפאזיט "אין" א סעילס ארדער אבער נישט "עגעינסט" און כ'פארשטיי אז נישט דאס האט איר געפרעגט דא. אלנפאלס, עפעס איז נישט קלאר מיט אייער פראגע!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:37 pm
דורך minitzadik
Let me Clarify, lets say my customer got his order and i sent him a invoice for $1000 AND he has 15 days credit . at the same time he sent me a sales order of 2000 and he gave me a deposit of $1000 now if ill make a statement its gonna show $0 Balance which is not true because he owes me $1000 for the open invoice . So my question is how could i show after receiving deposit that the statement should still show that he owes me the $1000 for the open invoice ??

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:55 pm
דורך אַבּערוואַס
minitzadik האט געשריבן:Let me Clarify, lets say my customer got his order and i sent him a invoice for $1000 AND he has 15 days credit . at the same time he sent me a sales order of 2000 and he gave me a deposit of $1000 now if ill make a statement its gonna show $0 Balance which is not true because he owes me $1000 for the open invoice . So my question is how could i show after receiving deposit that the statement should still show that he owes me the $1000 for the open invoice ??


נאכאמאל, אויב בשעת איר ברענגט אריין דעם דעפאזיט אין קוויקבוקס מאכט איר זיכער אז ס'ווערט נישט עפלייעד צום פריערדיג'ן אינוואויס (אלע אינוואויסעס זענען אנטשעקד אין די רעסיוו פעימענטס ווינדאו) דאן בלייבט דאס א קרעדיט פאר זיך! איה"נ אז די אונטערשטע שורה אויפ'ן סטעיטמענט גייט ער האבן ביי אייך א קרעדיט פין טויזנט דאלער, אבער אין דיטעיל איז דאס צוויי באזונדערע זאכן, 1. א אפענע אינוואויס פין $1000 2. א קרעדיט מעמאו פין $2000, און דאס איז דאך די אמת, און איינמאל די נייע אינווואויס ווערט קריעיטעד וועט דאך אלעס שיין שטימען.

אויב ווילט איר דוקא האבן א דעפאזיט פין א קאסטומער קען מען דאס מאכן דורך קריעיטן א לייעביליטי אייטעם, אבער דאס מאכט אלעס אביסל קאמפליצירט, ס'נישט כדאי דאס צו מאכן אויב מ'מוז נישט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:07 pm
דורך minitzadik
About the last option to make a liability item whats so hard about it is it hard to set it up or its going to mess up any reports ??

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:10 pm
דורך אַבּערוואַס
די סעטאפ אליינס איז נישט עפעס ווייסעך וואס, ס'איז פשוט א שפילעריי יעדעס מאל אנדערש ווי די נארמאלע סיסטעם, אין צוגאב וועט עס אויך ארויסקומען אנדערש אויף רעפארטס.