וויאזוי מאכט מען געלט?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:49 pm

וויאזוי מאכט מען געלט?
דאס איז די מיליאן דאלערדיגע פראגע (במלוא מובן המילה) וואס יעדער טראכט און קיין קלארע תירוץ איז נישטא.. אזויווי יענער כולל אינגערמאן וואס איז ביזי מיטן מצב הדור זאגט מען אים צדיקל טייערער גיי ארבעט און אלע פראבלעמען וועלן ווי פון זיך אליינס, זיך סאלוון...
די זעלביגע איז דא, גיי טרעף א דזשאב און סטאפ צו טראכטן.. און אויב האסטו א דזשאב און מיט דעם אלעם טראכסטו נאך פון רייך ווערן דאן ווארט נאר ווארט ביז דו וועסט בר מצוה מאכן דיין עלטסטע קינד..

בקיצור די סיבה פארוואס קיינער (כמעט) קעירט נישט פאר די מצב הדור, און קיינער (כמעט) חלומ'ט נישט בפועל וויאזוי צו מאכן געלט איז ווייל מאיז ליידער אזוי טיעף פאריאגט און פארפלאגט אז מהאט נישט די צייט און די מוח זיך צו צאמקלויבן און פרובירן דאס בעסטע וואס איז אין דיין מעגליכקייט.

איז אזוי, דאס איז א נושא וואס כמה קולמוסין נשתברו ע"ז און אויב קוקסטו פון א אידישקייט פרעספעקטיוו איז נישטא קיין מקום פאר אונזער שמוס.. כמיין וואס ווילסטו? אויסשפילן דעם אויבערשטן? והוא לבדו עשה עושה ויעשה!!
יונגערמאנטשיק! דו טוסט נישט, דו מאכסט נישט, בארואיג דיר!! זיי מתפלל און טו השתדלות!
אבער די אמת איז אז סאיז נישט קיין פראבלעם צו האבן א וויזיע און פרובירן עס אויסצופירן, מיין מורה דרך האט מיר אמאל געזאגט אז דאס אז סדוכט זיך פאר א מענטש אז ער טוט און ער מאכט, איז פשוט א חסד השם.. דער אויבערשטער האט הנאה ווען ער מאכט דיך פילן ווי א יש.. אבער דו פון דיין זייט דארפסטו וויסן אז סאיז נאר א פשוטע מראית עין און אלעס אלעס איז דער אויבערשטער, נישט נאר וואס דו טוסט בפועל נאר די גאנצע איידיע איז ניטאמאל דיינס.. אזוי די תרגום זאגט אויף כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, טייטשט ער אז דאס מיינט די "עצה".

בקיצור, איך וויל רעדן פון א גשמיות פרעספעקטיוו, וויאזוי פארדינט מען געלט,
נישט וויאזוי משפארט געלט, נישט וויאזוי מ'סעיווד געלט, נישט וויאזוי מריטייערט, נישט וויאזוי מסעילסד, נישט קיין ספירעטשועל חיזוק,
---------
מיין וויזיע פאר די אשכול איז צו צאמנעמען לינקס פון שמוסן איבער "ביזנעס איידיעס" פון דא אויף אייוועלט און אויכעט ווער סאיז וויליג צו שרייבן זייערע "פינאנציעלע פלענער" אויף א דעטאלירטע וועג וויאזוי ער חלומט איין טאג זיך אוועקצושטעלן פינאנציעל

אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך זייטיגע צוקוקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 2:33 pm

געוואלדיגע געדאנק!
קוק מיר ארויס אויף א סוקסעספולע אשכול,
זאלן די עקספערטן(?) אריין קומען קלאר.
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 2:51 pm


אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 2:52 pm

ס'איז שוין דא כמה אשכולות וואס זענען דן איזער ספעציפישע איידיעס וכל המלקטים ילקטו בקול

אבער צום עצם נושא איז עס א מורא'דיגע געדאנק אז א אינגערמאן בלאזט זיך סייווי אביסל אויס דא זאל עס זיין איבער פראדאקטיווע נושאים און זאל ער קענען אהיימברענגן אויף שבת דערפון..
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 3:38 pm

:lol: :lol: :lol:
שמואל בארג האט געשריבן:https://www.wikihow.com/Make-Fake-Money

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 3:46 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:ס'איז שוין דא כמה אשכולות וואס זענען דן איזער ספעציפישע איידיעס וכל המלקטים ילקטו בקול

אבער צום עצם נושא איז עס א מורא'דיגע געדאנק אז א אינגערמאן בלאזט זיך סייווי אביסל אויס דא זאל עס זיין איבער פראדאקטיווע נושאים און זאל ער קענען אהיימברענגן אויף שבת דערפון..

100%
למשל אינעם מעשר אשכול האבן אפאר אירע געשריבן זיי האבן געזען הצלחה, און שטארקע הצלחה.
זיי ווערן פארבעטן צו קומען אהער - קען זיין מיט א צווייטע ניק - און פארציילן וואס זייער פרנסה איז, אולי יבנה גם אחר ממנו.
וכן פון אדערע אשכולות.
דאס איז לכאורה א בחינה פון לכו והתפרנסו זה מזה!
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 3:53 pm

סעילס
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:02 pm

גמ׳ מס׳ נדה ע. האט געשריבן:ת"ר שנים עשר דברים שאלו אנשי אלכסנדריא את רבי יהושע בן חיננא ג' דברי חכמה ג' דברי הגדה ג' דברי בורות ג' דברי דרך ארץ ג' דברי חכמה וכו׳ שלשה דברי דרך ארץ וכו׳ מה יעשה אדם ויתעשר אמר להן ירבה בסחורה וישא ויתן באמונה אמרו לו הרבה עשו כן ולא הועילו אלא יבקש רחמים ממי שהעושר שלו שנאמר (חגי ב, ח) לי הכסף ולי הזהב מאי קמ"ל דהא בלא הא לא סגי

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:32 pm

ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך קעש » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:35 pm

דיין קעפל איז ווי אזוי מאכט מען געלט???
איך ווייס ניט וואס איר ווילט
וואטס יאר קוועסטשען... אז מען ארבייט מאכט מען געלט ! :lol:

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:13 pm

באקאנט די גמרא, אז ס׳נישט דא קיין אומנות וואס ס׳נישט דארט סיי עניים און סיי עשורים.

אויך באקאנט די גמרא אז רבא האט געזאגט אז פרנסה איז תליא אין מזל.

און די עצה איז תפילה. בפרט יעצט אין ימי הרחמים והרצון. אינטערסאנטע שמיעס געווען פאריגע וואך פון הרה״צ רבי מיילך בידערמאן שליט״א, אז מען קען מתפלל זיין די טעג אויך אויף זאכן וואס זענען למעלה מדרך הטבע, ער ברענגט עס דארט נאך פון דעם גאון רבי שלמה זלמן אורבאך זצ״ל אז וויבאלד מען לערענט ארויס אין מסכת ברכות פוהלע זאכן אויף תפילה פון די תפילה פון חנה, און זי האט מתפלל געווען פאר א קינד ווי משה ואהרן, און מיר טרעפן אין חז״ל גז זי איז נענה געווארן ווי חז״ל זאגן אונז אז שמואל שקל כנגד משה ואהרן, אלזא לערנען מיר אז מען קען מתפלל זיין אפי׳ אויך פאר זאכן וואס זענען למעלה מדרך הטבע. ווי למשל, בעהטן פאר א קינד ווי משה ואהרן, אדער למשל, בעהטן פאר א חולה זאל געזינט ווערן פלינצלינג למעלה מדרך הטבע, אדער געלט קען מען אפי׳ בעהטן אויף עשורות. עד כן תוכן דברו של המשפיע.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה


mamishnish
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:58 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך mamishnish » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:44 pm

learn a business
start a company
establish a sales and business development force
stay competitive and innovative

invest in real estate with extra earnings
when business is large enough sell and go back to learn

hatzlacha

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך קרעפלעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:45 pm

שיעלע, הלוואי זאל אזא אשכול מצליח זיין, איך טראכט אסאך מאל (און טו אביסל) פון די שרייעדיגע שאלה, ווי מאכט מען געלט?? די לעבן קאסט און קאסט, ער מאנט זיין חלק, אבער וויאזוי קען מען אייביג זיין עהעד אף די געים? בפרט אין די עלטערע יארן.

אבער אז די אשכול זאל מצליח זיין לייג איך נישט קיין סאך האפונונג, פשוט ווייל איינער וואס איז מצליח אין ביזנעס גייט עס געווענליך נישט אויספויקן אויף אייוועלט.

למעשה, וויאזוי מאכט מען יא געלט?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:27 pm

אלס השתדלות חלק איז כדאי אויסצוהערן די דרשות פון נפתלי (mark ) הארעוויץ

די דרשות האבן געטוישט מיין בליק אויפן עולם המסחר און האט מיך ב״ה אסאך געהאלפן

עס איז דא צו קויפן זיינע דרשות און עס איז מן הסתם דא ערגעץ אונליין
דאכציך אז סאיז דא א אשכול איבער אים
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:38 pm

צ/ק

די טרעזשארי דיפארטמענט האט ספעציעלע מאשינען פאר דעם :wink:. בכלל נישט אזױ קאמפליצירט

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:40 pm

אױב אײנער קען מיך אישי׳ן װען דער עולם דא קומט צו אן החלטה, װאלט איך זײער דאנקבאר געװען

mamishnish
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:58 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך mamishnish » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:20 am

וואס עפעס? האט געשריבן:אלס השתדלות חלק איז כדאי אויסצוהערן די דרשות פון נפתלי (mark ) הארעוויץ

די דרשות האבן געטוישט מיין בליק אויפן עולם המסחר און האט מיך ב״ה אסאך געהאלפן

עס איז דא צו קויפן זיינע דרשות און עס איז מן הסתם דא ערגעץ אונליין
דאכציך אז סאיז דא א אשכול איבער אים

where can I hear him? can you bring a link
I like him

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:38 am

mamishnish האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אלס השתדלות חלק איז כדאי אויסצוהערן די דרשות פון נפתלי (mark ) הארעוויץ

די דרשות האבן געטוישט מיין בליק אויפן עולם המסחר און האט מיך ב״ה אסאך געהאלפן

עס איז דא צו קויפן זיינע דרשות און עס איז מן הסתם דא ערגעץ אונליין
דאכציך אז סאיז דא א אשכול איבער אים

where can I hear him? can you bring a link
I like him


פון דא


בשבילי נברא האט געשריבן:דא האסטו א דראפבאקס לינק.


https://www.dropbox.com/sh/0wtd726591xe ... 5K_Ra?dl=0

אויב האט איינער נאך דרשות פון אים, וואלט געווען א טובת הכלל אויב ער קען עס דא ארויפלייגן.
---

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

טרעפן א דזשאב

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:17 am

איך האב געטראכט פון אפאר נקודות מיטצוטיילן מיטן עולם בנוגעה זוכן דזשאבס, בעיקר פאר פרישע יונגעלייט

ערשטנס, אויב זוכסטו צו גיין ארבעטן דאן צום אלעם ערשט פארלאז די כולל ווענט.. די אוויר אין כולל איז די היפך פון די רעאליטעט אין גאס.

צווייטנס, גיי ארבעטן פאר א צווייטן, אפילו דו טראכסט אז דו ביסט אן ענטרעפיענור און דו קענסט "אליינס".. אכ"ז באקען דיך קודם מיטן רעאליטעט אין גאס

דריטנס, כאפ די ערשטע ארבעט וואס קומט דיר אינטער און דו קענסט זיך עס זעהן טון, פאר אפאר סיבות, 1)פשוט צו כאפן וואס סמיינט ארבעטן 2)נישט בטלן די צייט ביזן טרעפן די דזשאב וואס דו זוכסט טאקע.

פערטנס, להוי ידוע אז קיינער קיינער קעירט נישט פאר דיר.. פארלאז זיך נישט אויף קיינעם אז "ער" וועט דיר טרעפן א דזשאב.
בנוגעה די אלע פרנסה שדכנים
-- די וואס טוען עס פאר חסד איז עס ביי זיי בבחינת יא יא נישט נישט..
-- די וואס טוען עס פאר פרנסה דארפן דיך נישט.. (זיי דארפן בדרך כלל א 27 יעריגע אינגערמאן וואס האט עקספיריענס אין ביזנעס און איז משום סיבה געווארן ארבעטסלאז און איז יעצט דעספערעט צו גיין ארבעטן פאר א געהאלט וואס צאלט ניטאמאל זיין עקספיריענס...)
-- די community outreach center's ווילן גארנישט חוץ סאקן די גאווערנמענט און בכדי דאס צו טון מוזן זיי קענען ווייזן אז זיי האבן אינטערוויוט אפאר צענדליגע ויזתא-אינגעלייט..

אשר ע"כ איז גאר וויכטיג צו וויסן אז גארנישט וועט נישט קומען צו פיס, בדרך כלל וועלן בעלי בתים פון ביזנעסער זוכן פירסט-הענד רעפרענסעס, בבחינת חברא חברא אית ליה, און מדארף זוכן ביי די ארומיגע און נאנטע.

------

סאיז אויכעט וויכטיג צו וויסן אז סאיז דא צוויי מיני סארט סעטינגס פון ביזנעסער, סאיז דא פערסאנאלייזד ביזנעסער און סאיז דא פראפעשענאל ביזנעסער.
צו נעמען א דוגמה פון א פראפעשענאל ביזנעס לאמיר אנכאפן המספיק.
א פערסאנאל ביזנעס איז א חסידישע ביזנעס וואו דו ארבעטס פאר א איד וואס דו קענסט לאמיר זאגן פון ביהמ"ד ..

ביידע האבן מעלות און ביידע האבן חסרונות

א פראפעשאנאל ביזנעס איז בדרך כלל אזויווי א טרעקטאר וואס פארט און טרעט איבער אלעס וואס שטייט נאר אין וועג.. זאכן "מוזן" געטון ווערן "ביי קרוק אר ביי קרוק".. מציילט די פינגערס ווי בזמן הבית און מרעכנט פעסט אראפ די געהאלט.. הכרת הטוב וועסטו האבן אין דיין ביהמ"ד.. די אטמאספערע שרייט "עווערי וואן איז רעפלעיסעבל".. און צוואנציג קליינע דזשאבס וועט מען מאחד זיין און עס ארויפשליידערן אויף דיינע יונגע פלייצעס..
מצד שני, דיין געהאלט איז "נאן נעגאושעבל" און דיין וועקעישאן איז נאן נעגאושעבל.

א חסידישע ביזנעס איז בדרך כלל אסאך מער פערסאנאלייזד און דו וועסט אסאך ענדערש שפירן הכרת הטוב אויב שטרענגסטו זיך אן (אויב נישט וועט ער עס גלייך באמערקן...) סאיז דא אזא מעגליכקייט עווענטועל אז דיין בעה"ב זאל דיך נישט "קענען" ווארפן וכו'
מצד שני, פון געהאלט, סיי די כמות און צומאל סיי די זמן הפרעון.. לאמיר נישט רעדן.. וועקעישאן?! מאיז יעצט בעקט אפ.. און מדארף האבן אביסל אחריות.. ניין? נישט אזוי? מרעד מיר דאך דא ווי נארמאלע מענטשן.. בכלל, מארגן קום אריין א שעה פריער ווייל וכו'..

נאכדעם זענען דא געוויסע בעלי בתים וואס רייטן אויף נעבעכדיגע יונגעלייט וואס חלומען פון ארבעטן און האבן א פרנסה.. זיי באקומען 600 דאלער א וואך שווארץ געלט און טוען פערזענליכע שקלאפעריי באדינונגען און ארבעטן ווי חמורים און דער בעה"ב שטייט מיט זיין צוגעמאכטע פויסט (אזוי ווי פישל פון גדי פאללאקס בוכער) ווי כאילו ער האט עפעס וואס דו גייסט נאך איין טאג באקומען פון אים.. און דער נערישער יונגערמאן לאזט זיך רייטן (אזויווי דער קאצקער זאגט, פארוואס איז א פערד א פערד? ווייל אז מטריעט אים ווי א פערד און ער לאזט זיך, דאן איז ער טאקע א פערד!)

-----

נאך אפאר נקודות פון וואס צו טראכטן ביים זוכן פאר א דזשאב.

סיין נישט קיין פעיפערס פאר קיינעם ביז ווילאנג דו ווייזט עס פאר דיין טאטע/רב/מורה דרך, דו דארפסט וויסן צו וואס דו ביסט דיך מחייב ביים אננעמען א דזשאב, פון איינצאלן געלט איז אפגערעדט..

די ארבעטס שעות איז פונקט אזוי וויכטיג ווי די פאקטישע געהאלט, וועלכע שעות? וויפול שעה א טאג אין טאטאל? וויפיל פער שעה? און וואס מיינט דאס אין טאטאל פאר די וואך? (למשל 17 דאלער א שעה איז "לכאורה" גאנץ שיין פאר א ישיבה בחור/כולל אינגערמאן.. אבער דאס מיינט טעכניש 680 פאר א וואך.. און ווער רעדט נאך אויב דו צאלסט טעקסעס..)

קיינמאל נישט נעמען קיין גאווערנמענט פראגראמס אויב פלאנסטו אמאל זיך אויפציהייבן די קאפ און זיך סטאביליזרן פינאנציעל, דו וועסט קיימאל נישט האבן די שטארקייט צו אויפגעבן 50 טויזנט דאלער ווערט און דאס איינטוישן מיטן אליינס ארבעטן פאר 50 טויזנט דאלער שווערער...

מדארף זייער שטארק פרובירן אז 5:00 שפעטסטנס 6:00 נאכמיטאג זאל מען זיין פטור פון די ארבעט, דו האסט א אייגענע לעבן, סכאפט א עקל אין א גרויל צו זעהן מענטשן וואס די גאנצע "זיך" איז זיין קאריער און ער ווייסט נישט גארנישט חוץ נאכלויפן דעם דאלער, נישטא קיין פאמיליע, נישטא קיין קינדער, נישטא קיין רוחניות, נישטא בעצם קיין "זיך"...
מדארף קענען איבערטראכטן רעגלמעסיג אויב לוינט זיך צו בלייבן ביי "די" ארבעט, אויב איז נישטא ערגעץ א בעסערע אפערטוניטי, אפשר קענסטו אין די צייט טון עפעס אנדערש און אוועקשטעלן עפעס א אלטערנאטיווע פרנסה קוואל, אפשר קענסטו עפעס טון בעפאר אדער נאך די ארבעט שעות..

ועל כולם, זוך א ארבעט וואו דו וועסט זיך לערנען א פאך אזוי אז די טאג וואס דו ווערסט געפייערט זאל טעכניש זיין די בעסטע טאג אין דיין ביזנעס לעבן..

(בנוגעה די חלום פון אינגעלייט צו תיכף ווערן א וועירהאוז מענעדזשער,
להוי ידוע, דו וועסט מענידזשן באקסעס צוזאמען מיט נאך אפאר ספאניאלאס.. וועסט טון די זעלבע ארבעט ווי די גוים נאר בתורת "מענעדזשער".. ולמזהיר ולניזהר שלומים תן וכו')

-------------

צו וועלכע סארט ארבעט בין איך גוט? וועלכע דזשאב זאל איך זוכן?

דאס וואס דו קענסט זיך זעהן טון אין צען יאר ארום פון היינט,
אנדערש וועסטו יערליך טוישן ארבעט און אלץ זיין פאריאגט און פארפלאגט אומציפרידן.
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:35 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אפענקייט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך אפענקייט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:35 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:באקאנט די גמרא, אז ס׳נישט דא קיין אימנות וואס ס׳נישט דארט סיי עניים און סיי עשורים.

אויך באקאנט די גמרא אז רבא האט געזאגט אז פרנסה איז תליא אין מזל.

אין די עצה איז תפילה. בפרט יעצט אין ימי הרחמים והרצון. אינטערסאנטע שמיעס געווען פאריגע וואך פון הרה״צ רבי מיילך בידערמאן שליט״א, אז מען קען מתפלל זיין די טעג אויך אויף זאכן וואס זענען למעלה מדרך הטבע, ער ברענגט עס נאך פון הגה״צ רבי שלמה זלמן זצ״ל אז וויבאלד מען לערענט ארויס אין מסכת ברכות פוהלע זאכן אויף תפילה, פון די תפילה פון חנה, אין זי האט מתפלל געווען פאר א קינד ווי משה ואהרן, און זי איז נענה געווארן ווי חז״ל זאגן אונז שמואל שקל כנגד משה ואהרן אלזא קען מען מתפלל זיין אפי׳ אויך זאגן וואס זענען למעלה מדרך הטבע. למשל, בעהטן פאר קינדער ווי משה ואהרן, אדער למשל, בעהטן פאר א חולה זאל געזינט ווערן פלינצלינג למעלה מדרך הטבע, אדער געלט קען צען אפי׳ בעהטן אויף עשורות. עד כן תוכן דברו של המשפיעה.

א גרויסע ישר כך
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזט דו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך און דו ביזט דו .....!

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך לעקישבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:42 pm

זייער שיינע אפהאנדלונג שיעלע, אבער פארדעם
שיעלע בהמה האט געשריבן:(בנוגעה די חלום פון אינגעלייט צו תיכף ווערן א וועירהאוז מענעדזשער,
להוי ידוע, דו וועסט מענידזשן באקסעס צוזאמען מיט נאך אפאר ספאניאלאס.. וועסט טון די זעלבע ארבעט ווי די גוים נאר בתורת "מענעדזשער".. ולמזהיר ולניזהר שלומים תן וכו')

קומט זיך א גרינע ;l;p-

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:50 pm

שיעלע, אן אינהאלטסרייכע לעקציע!

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:16 pm

שיעלע

={'}
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
שטומפיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:26 pm

הערליכע לעקציע און וויכטיגע נקודות (נישט מסכים צו יעדעס איינע ממש, אבער באופן כללי איז עס געוואלדיג). שכח שיעלע!

נאך איין גרויסע נקודה וואס איז קריטיש וויכטיג צו קאנסידערן ביים קלויבן פערסאנעל ווס. פראפעשענעל. אין א פראפעשענעל ביזנעס איז דא מער טשענסעס אז מ'טאר נישט האבן דארט קיין אייוועלט עקסעס! זאלסט נישט זאגן אז איך האב נישט געווארנט!
מה שלא יעשה השכל יעשה השמייכל!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט