אויסוועלן א נאמען פאר א קארפארעשאן

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

אויסוועלן א נאמען פאר א קארפארעשאן

תגובהדורך Monticello » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 2:12 pm

ווייסט איינער וואס זענען די הלכות ווען ס'קומט צו אויסוועלן א נאמען פאר אן ענטיטי?

למשל, דא האט איר דעם וועבזייטל פון נ.י. סטעיט דיוויזיע אוו קארפארעישאנס, ווי מ'קען זיכען פאר עקסיסטירענדע ענטיטיס.

http://appsext8.dos.state.ny.us/corp_pu ... arch_entry

יעצט, צום ביישפיל, גיי איך זיכן פאר Gold Trading. איך זיך ביי ALL און CONTAINS.

ס'שווימען ארויף דריי זייטלעך מיט נעמען פון קארפארעישאן'ס וואס פארמאגן אין זיך די ווערטער. בתוכם איז אויך איינס וואס הייסט ממש GOLD TRADING INC. יעצט וואס איז די הלכה, מעג איך זיך א נאמען געבן מיט א שינו, GOLD'S TRADING? (ניין כ'הייס נישט גאלד, ס'איז נאר א משל. נו! וויפיל מאל דארף איך מיך איינבעטן, כ'הייס נישט גאלד!)


ס'גייט אריין אין די סוגיא צו מגייט בתר שמא, און צו דרשינן טעמא דקרא, ווי אויך צו די קרי אדערן כתיב, און שינו קונה. ס'לאזט זיך דינגן.

רבותי, עקספערטן, וואס זאגט איר?

נ.ב די שאלה איז לאו דוקא ווייל דער שינו איז בלויז א שטרעכל. הוא הדין און אלגעמיין, מעג עס ענדלען צו אן אנדערע קארפארעשאן און ווי שטארק?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 2:29 pm

לכאורה ווענד זיך צו דאס איז א TRADEMARK דאן קענען זיי טענה'ען אז עס ענדלט צו שטארק (וויאזוי שרייבט מים חיים אויף זייער באטלעך?)

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 2:36 pm

יא יא, מים חיים טענה'ט אז מ'גייט נישט בתר שמא, נישט דער נאמען מאכט גרעפצן, אזש די שוויגער דארף זיך בייזערן צו די מאמע האט נישט מחנך געווען, נאר דאס קומט בלויז נאך די דירעקטע אינטערווענץ פון מים חיים, ווי בלויז זיי זענען בקי איבער די נוטיגע פוזיע מיט די מינאראלן וואס באשאפט באלד א זיפץ איבער וואס ס'לאזט זיך קרעכצן: אהה.. לכבוד שבת!

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 2:47 pm

דער תירוץ איז:

כ'האב היצט גערעדט צו איימיצן אין די דיוויזיע. זי זאגט אז אויב לייג איך צו א ווארט, איז עס אקצעפטיבאר אלס אן אנדערע ענטיטי.

אויב אבער לייג איך בלויז צו א שטרעכל, קען עס די סטעיט צוריקווארפן.


אלזא, גיימיר אויף א יאגד!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 4:31 pm

פונקט היינט איז געווען אין די נייעס אז UPS רופט צו דין תורה (עה, קאורט) א פירמע מיטן נאמען "בראון", ווייל יענע האבן זיך דערוואגט צו נוצן דעם לאזונג WHAT CAN BROWN SEARCH FOR YOU וואס איז שטארק ענליך צו UPS'ס לאזונג.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 2:14 am

איבער די גוף השאלה. דוכט זיך אז בעת'ן אפפלייען פאר די נאמען פון די ענטיטי, ווערט דאס אויטאמאטיש דורכגעזיפט אין די דעיטעבעיס, און עס קען אפגעווארפן ווערן אויב עס ענדעלט שטארק צו איינס. (ווי אויך צוליב נאך פארשידענע פאקטארן ואכמל).

אדרבה פרוביר צו אפפלייען, היינט קען מען דאך דורכן אינטערנעט, פרעג אן אקאונטענט אדער לויער, און זעה צי עס אקצעפטירט אייך.


לגבי UPS, איז באוואוסט אז זיי האבן טרעידמארקד די קאליר 'ברוין' מיט אלע זייערע נעמען וחניכים דאית להו, און זיי ענפארסן שטארק די רעכטן.
(אגב, עס ליגט מיר אין זכרון אז די דאמעין UPS.COM האט איינער אויסגעכאפט אין אנהויב און נאך קורצע פארהאנדלונגען האבן זיי געדארפט צאלן אסך געלט עס אפצוקויפן. איך דענק נישט פונקליך די מעשה).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 3:09 am

אנדערע דערציילן.

אויך "טויס 4 יוא" אין וואמ"ס, האט מורא געהאט פון פראבלעמען מיט "טויס R אס" צוליבן ענליכקייט אינעם סלאגאן וואס איז די מיטלסטע "R" פון טויס R אס. אבער ס'איז צום מזל נישט אנגעקומען.

ווי די אנדערע וואס זענען געווען מער ענדליך אזוי ווי "ווהולס R אס" א.ד.ג. וואס די אפיציעלע "R US" ערפינדער האבן דורך די געריכטן זיי באצווינגען זיך אויסצוקלויבן נייע נעמען.

זעיט אויס אז א מיטעלסטע "4" ווען דערנאך קומט נישט קיין US איז שוין געווען צו ווייט פאר זיי זיך וויסענדיג צו מאכן.
לעצט פאראכטן דורך salads אום מאנטאג מאי 05, 2008 12:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג מאי 01, 2008 5:38 pm

דרך אגב, ס'איז גוט צו וויסן אז נישט אלץ מוז מען עפענען א פרישע קארפארעישאן פאר א נייע נאמען. למשל, איך האב א קארפארעישאן מיט'ן נאמען "זילבער טרעדינג", און כ'וויל אז מ'זאל מיר קענען שרייבן א טשעק אויף "גרין טרעדינג", קען מען עפענען א די. בי. עי. (doing business as) אונטער די עקזיסטירענדע קארפארעישאן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וואס די זאגסט, נישקשה און 14 געסט