די אידישע קאנסטרוקציע אינדוסטרי - דארף עס א תיקון?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

די אידישע קאנסטרוקציע אינדוסטרי - דארף עס א תיקון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

שלום עליכם חברים.

איך בין נישט קיין רב, משפיע אדער דעה-זאגער, אבער ההכרח לא יגונה וויל איך ארויפברענגן א פארווייטאגטע אבער וויכטיגע נושא וואס איך מיין עס איז ׳אבאוט טיים׳ צו רעדן דערפון. און אפשר יעצט אין די דריי וואכן איז די ריכטיגע צייט צו עפעס טוהן דערוועגן.

איך קום נישט דא רעדן אלץ סוב-קאנטראקטער וואס ווייטאגט אויף די היינטיגע ווערטשאפט אין קאנסטרוקציע און ריעל עסטעיט, איך בין אויף די אנדערע זייט פון די ׳אייל׳, אויף די דעוועלאפערס זייט, און טאקע וועגן דעם מיין איך אז עס צייט ארויסצוברענגן די וויי געשריי פון די צענדליגע, אויב נישט הונדערטע אידן וואס קרעכצן און ברעכן אונטער אבער קיינער ווייסט נישט דערפון.

יעדער וואס איז אין ריעל עסטעיט, און אפילו די וואס זענען נישט, האלטן אבער מיט די נייע געזעצן מכלומרשט לטובת די טענענטס וואס זענען יעצט אדורך און וואס זיי פלאנען עוועטועל צו דורכפירן. מ׳רעדט פון ריזיגע געלט שאדנס פאר די ריעל עסטעיט אינדוסטרי בכלל און פאר אסאך אסאך היימישע אידן בפרט.

יעדער אין קאנטרוקציע זעהט און פלאגט זיך מיט די DOB רעגולאציעס וואס ווערן נאר שווערער און שווערער פון טאג צו טאג. קאנטראקטערס ברעכן אונטער פון די ריזיגע ווייאלעישענס וואס ווערן פארטיילט אין די מאסן, און פון פרישע צודרייטע געזעצן וואס העכערט נאר די קאסטן אבער ברענגט בכלל נישט קיין בעסערע קוואליטעט אין די ארבעט און איז נאר דא אנצופילן די טאשן פון די די. או. בי..
לא נביא ולא בן נביא אנוכי אבער אפשר, אפשר איז דאס א ׳וועיק אפ קאל׳ פון אויבן אז עס איז העכסט צייט צו טוהן עפעס פאר אזויפיל אידן וואס בלוטיגן, צו מעורר זיין און מתקן זיין די פראבלעם פון צודרוקען סוב-קאנטראקטערס אויף זייערע פרייזן און ארבעט און דאס זיך ארומשפילן מיטן ערליך באצאלן פאר די ארבעט וואס זיי האבן שוין געטוהן, געלט וואס קומט זיך ערליך פאר זיי. דאס איז סיי מצד די דעוועלאפערס/דזשענעראל קאנטראקטערס צו די סוב-קאטראקטער און סיי די סוב-קאנטראקטערס ציווישן זיך מיט זיך קלאפן איינער דעם צווייטן.

די פאלגנדע שורות איז נישט געשריבן מיט קיין שום פערזענליכע אגענדע. קיינער איז מיר נישט שולדיג קיין געלט! די משלים וואס איך נוץ איז דזשאסט טאקע נאר א אלץ משל, און יעדער דאל דאס נעמען פאר וואס ער זעהט און פארשטייט אז ער דארף עס פארבעסערן. אלץ איינער וואס איז נאנט באקאנט מיט וויאזוי עס פירט זיך ביי עטליכע גרויסע דעוועלאפערס, ווייטאגט עס מיר און איך שרייב יעצט דערוועגן.

צו דעוועלאפען א בילדינג קאסט געלט, אסאך געלט. אבער פון די אנדערע זייט ברענגט דאס געלט סיי פאר אירע בעלי בתים/דעוועלאפערס/קאנטראקטערס און זיי פאר אלע אינציווישן וואס טוהן ארבעט אז די בילדינג זאל געבויעט ווערן. די פראבלעם הייבט זיך אבער אן ווען מען מיינט אז סוב-קאנטראקטער איז דא לשם מצווה און דער איז פשוט א מיטל זיך אנצופילן די טאשן און קויפן נאך פראפערטיס.

ראובן קויפט א פראפערטי עס צו דעוועלאפן. די פראסעס פון ווען מ׳קויפט די לאט ביז א טראקטאר איז ׳אן גראונד׳ איז לאנג און גאר קאסטבאר. אפילו גרויסע פירמעס מוטשענען זיך צי שמירן די רעדער דורכאויס די פלאנירונג און אפפראוועל פראסעס. ברוך השם די פלענס זענען אפראווד, מזל טוב! יעצט איז צייט צו הייערן א גאנצע ליסטע פון קאמפעניס וואס גייען טוהן ארבעט און דא הייבט זיך די רעדל אן צו דרייען.

אט איז א טעגליכע ערשיינונג אין א עוורידזש טאג אין קאנסטרוקשען:
ראובן אדער די דזשענעראל קאנטראקטער רופט שמעון פאר א פרייז צו טוהן פלאמבינג. ער שיקט אים די פלענס, שמעון קוקט עס איבער און מאכט זיין ׳טעיק אפס׳, גייט איבער זיינע נומבערס וויפול דאס דזשאב גייט אים קאסטן אין פעיראל, שיקט ארויס צו פרייזן די עקוויפמענט וכו׳, לייגט ארויף זיין פראפיט (ער מעג מאכן עפעס געלט. ניין?) און היידא, מ׳שיקט א פראפאזעל. שמעון איז נערוועז, ער וויל די דזשאב, ער וויל שפייזן זיין פאמיליע.

די זעלבע שפילט זיך אפ ביי לוי די פלאמבער:
ער באקומט די פלענס, קוקט די נומבערס וכו וכו, און שיקט אויך ארויס זיין פראפאזעל. לוי איז נערוועז, ער וויל אויך די דזשאב. ער וויל אויך מאכן געלט און שפייזן זיין פאמיליע.

די זעלבע שפילט זיך איבער ביי יודא די עלעקטערישן, יששכר די פרעימער, זבולון די עיר קאנדישען קאמפעני, און דו פיל אויס די רעסט...

ראובן די בעל הבית וויל די דזשאב זאל אים קאסטן ווי ווייניגער, און מיט רעכט, רופט ער אן די ביליגסטע פון די אלע אוו זאגט אים; ״איך וויל דיר געבן די דזשאב אבער דו ביסט היפש טייער! דו מוזט אראפקומען מיט דיין פרייז.״ שמעון הערט עס, ער וויל די דזשאב, ער ציטערט עס צי פארלירן, ווי אויך ווייל ער ווארט צו באקומען באצאלט פאר א דזשאב וואס ער האט שוין לאנג צוריק געענדיגט און סאמהאו האלט מען צוריק געלט פון אים, אבער זיינע ווענדארס און ארבעטערס פארשטייען נישט צי די זאכן.. זיי ברויכן ״גרינע״ און דארף דאס זיי געבן, בלית ברירה קוועטשט ער ווי ער קען, ער ברעכט זיך און סיינט אויפן דזשאב פאר די פארלאנגטע ביליגע פרייז.

ער הייבט אן די דזשאב און אלע נאטורליכע פראבלעמען וואס גייען פאר טאג טעגליך אויפן דזשאב הייבן זיך אן.
די GC לייגט לחץ ווייל ער וויל פינישען די דזשאב ווי שנעלער, ער דארף דאך ווייזן פאר די בעלי בתים אז ער ׳דעליווערט׳, די אונערס לייגן מאקסימום פרעשור ווייל זיי האבן ריזיגע לאונס, און דארפן דאס דעקן, דא האט מען באקומען א ׳סטאפ ווארק ארדער׳ און די סוב ׳איז טו בלעים פאר איט׳ ממילא בעק-טשארדזשד מען אים. די סוב-קאנטראקטער הייבט אן פייניגן פאר זיין געלט וואס קומט זיך אים יא, ווער רעדט אויב ער האט די חוצפה צו סטראשען אז ער וואקט אראפ פון די דזשאב אויב באקומט ער נישט באצאלט, באקומט צי הערן אז ״אויב ווילסטו נישט ארבעטן נארמאל, פארגעס פון טוהן ביזנעס מיט אונז אין די פיוטשער״ האטער נישט קיין ברירה, ער ארבעט ווייטער אן געלט, אבער פעיראל וויאזוי באצאלט מען?! נעמט מען אן נאך א דזשאב וחוזר חלילה און דא שפילט זיך איבער נאכאמאל די אנהייב פון די מעשה נאר אויף א פרישע ׳גרויסע פראדשזעקט׳ וואס מען ״דארף זיין משוגע נישט צו נעמען״ און אזוי דרייט זיך א ענדלאזע רעדל.

ווער רעדט ווען עס קומט צו סוף פון די דזשאב ווען די אונער איז שוין באמת ליידיג פון געלט און מ׳האלט אינאיין אפשטיפן די פאר וועם מען קומט געלט ווייל ״מ׳גייט גיין פאר א ׳ריפיי׳ און דו גייסט ווערן אינגאנצן אויסגעצאלט.. און אזוי שלעפט מען און שלעפט מען און ביז דערווייל דארף מען ווייטער צאלן פעיראל, וואס טוט מען, מען נעמט נאך א דזשאב! עד כאן הקפה אלף.

ביז דא איז געווען א טיפיקעל עקזעמפל אויף וואס עס גייט פאר. יעדער אין די פיעלד ווייסט פון וואס איך רעד. יעצט למעשה, מ׳קען רעדן און רעדן דערפון, פארשטייט זיך אז ס׳איז דא צדדים לכאן ולכאן. איך בין נישט דא צו פארשרייען אדער מוחה זיין. אבער עפעס מיז געטוהן ווערן.

וויאזוי האסטו, די פראפערטי אונער א רעכט צו נעמען געלט פון דיין ריפיינענס צו קויפן נאך א פראפערטי בעת וואס דו ביסט נאך שולדיג געלט פאר איד וואס האט געטוהן ארבעט פאר דיר? ביומו תתן שכרו איז א מצות עשה מדאורייתא!

וויאזוי האסטו די רעכט צו רייטן אויף דיין סוב-קאנטרקאטער אזוי מיאוס ווייל דו ביסט פרעשורד צו ענדיגן די דזשאב בעת וואס דו ווייסט זייער גוט ווי שטארק דו האסט אים צודרוקט אין קוים געלאזט מאכן זיין פראפיט?

ווער ווייסט צו די געלט וואס דו האסט זיך מכלומרש איינגעשפארט צוליב די אויבערדערמאנטע, צאלסטו יעצט אוועק פאר הימל-שרייענדע ווייאלעישענס און אומגעראכטענע קאסטן?

עס איז צייט צו תיקון אויף די נושא. איך ווייס נישט צו מיינע ווערטער וועל עפעס אויפטוהן, אבער אויב וועט איין איד מער אכט געבן פון היינט און ווייטער וויאזוי ער דיעלט מיט א צווייטע איד, האט זיך אלעס געלוינט.

טענק יו פאר ליסטענינג, טשעקס טו קאנגרעגעישען שומר שבת, עניוואן גאואינג טו לעיקוואד?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

סענקיו סענקיו.

איים אין לעיקוואוד אלרעדי.

נישט אין קאנסטראקשן, אבער גענוג באקאנטע וואס זענען יא. ביטער אמת ליידער. דיין פוינט וועגן די ווייעלעישאנס איז שוין איבערגעשאצט. צווישן וועל פעיד סייט מענעדזשערס, טייערע וואכנאכט'ס און די זומערדיגע בארביקיו'ס איז שווער צו זאגן אז ער וואלט טאקע דערלייגט ווענישט ער קוועטשט אראפ.

און די וואס ווייסן ווייסן וויפיל געוועזענע עשירים זענען בדיל הדל נאר צוליב זייער בלינדע רייץ צו אנטייל נעמען אין דעם שדים טאנץ פון קאמפיעטן בחשבון שיש בו כדי למות, נאר כדי צו קענען ווערן גוט מיט די גוטע, און קריגן די דזשאב ווען דער דזשי סי גייט בויען די בורדזש על ברוקליניסטאן
געשטימט פאר ראשעק הול
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

איך בין אין די אינדעסטרי. ס'גייט זיך נישט טוישן.

איין מדה מגונה וואס איך האב געהאט כמה פעמים אין די לעצטע פאר וואכן איז אז מען האט שוין געארבעט א פאר וואכן אנצוגרייטן געוויסע זאכן פארן קאנטראקטער נאכן קוואטן, און איך ווייס אז איך גיי באקומען די דזשאב צום סוף, אבער אין די לעצטע מינוט פארן אנהייבן די עיקר ארבייט, שיקט ער אזוי אריין א קוואוט פון א רענדאם גוי וואס אונז אלע ווייסן אז ער גייט נישט נוצן און "דו ווייסט אז איך וויל דיך נוצען, אבער מעטש מיך זיין פרייז"....
שדופות קדים
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדופות קדים »

איר שרייבט גאר גוט, און די נושא איז זייער ווייטאגליך.

עס איז זייער זייער שווער צו שרייבן פאר א מענטש אזוי, אבער אסאך מאל איז טאקע בעסער פאר די סוב-קאנטראקטער איבערצולאזן דעם דעוועלאפער אדער GC נאר מיט א חוב פון $100,000, ווי איידער זיך אריינצולאזן מיט אים אויף נאך א סייט, און דעמאלטס אנהייבן דעם סייקל אזוי ווי איר לייגט זייער גוט אראפ.

פון די אנדערע זייט אבער, איז יא דא וואוילע אידן וואס עס לוינט זיך צו ארבעטן מיט זיי, צאלן אין צייט, פירן זיך אויף מענטשליך, א.א.וו.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

גוט געשריבן, האט אסאך אמת אין זיך.

ווי שדופות זאגט, ס'זענען אויך דא אסאך מענטשליכע קאנטראקטארס וואס טרייען זיך צוצושטעלן צום סוב.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך וויל נישט געבן רעכט פאר דעוועלאפערס וואס צאלן נישט צייטליך, ס'איז אן עוולה נוראה, אבער די סאבס זענען זיך אליינס שולדיג פאר ארבעטן אומזיסט אויף בארג.
איך האב לעצטענס געבויעט א פריוואט הויז און מיין קאנטראקטאר האט אלץ פארלאנגט די געלט אפ פראנט. איך האב געוויסט אז טאמער איך צאל נישט שטעלט זיך אפ דאס בויען. ווען די פלאמבערס, עלעקטרישאנס וכו' נעמען זיך צאם אז מ'פארלאנגט פעימענטס (עכ"פ א חלק) פון פאראויס וואלט מען פיין געצאלט. מיר לעבן אבער אין א קאפיטעליסטישע מארקעט מיט פרי קאמפעטישאן. טאמער איינער דעסייד צו ארבעטן אויף בארג כדי צו באקומען די זשאב און יעדער דארף אים נאכטאנצן, איז יענער דער וואס מאכט אן די חורבן.
נאכאמאל, די דעוועלעפאר וואס הייערט די סובס אן קיין חשבון וויאזוי צו צאלן צייטליך איז א חי' רעה און אן אוממענטש אבער די סובס וואס ארבעטן אויף בארג זאלן זיך אליינס בלעימען.

און לגבי אראפקלאפן פרייזן זעה איך נישט קיין פראבלעם כל זמן מ'האט נישט געסיינט קאנטראקט און ביים סיינען קאנטראקט זאל מען פארלאנגן א דעפאזיט פאר מ'לייגט אריין ארבעט אזוי וועט דער דעוועלאפער נישט זיין אינגאנצן ידו על העליונה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

@צולייגער, הלוואי ביסטו גערעכט. ווייאלעישענס היינט איז אבער א גרויסע קאפ וויי. די בילדינג דעפארטמענט טיילט ריזיגע ווייאלעישענס פאר יעדע קלייניגקייט. איך קען א היימישע קאמפעני וואס די די. או. בי. האט אים געטארגעט צוליב געוויסע פראבלעמען, זיי האבן זיך גענומען צו זיינע ביינער און דאס קאסט אים אפ ריזיגע געלטער. און זיי טוהן דאס צו אסאך.

אבער דאס איז נישט די נקודה. איך האב עס נאר געברענגט אלעס משל פאר שאדענס וואס זענען אפט אומגעראכטן. די נקודה איז די כלליות׳דיגע נישט אויסגעהאלטענע צוגאנג וואס אונז דארפן טוישן אין די וועג וויאזוי מיר האנדלען ציווישן זיך. ער איז דיין ברודער! פארגין אים צו מאכן פראפיט! ער וויל מאכן געלט פונקט ווי דו ווילסט. אונז האבן א תורה וואס איז אונז מחייב צו באצאלן ווען איינער טוט ארבעט פאר אונז. אונז האבן מצוות מדאורייתא נישט צו טשעפן אדער צודרוקען א צווייטע איד, אפילו ווען ער ארבעט פאר דיר. מיין משל איז איינס פון צענדליגע וויאזוי די רעדל דרייט זיך אבער עס איז על הכלל כלו יצא. ער איז א איד און דו ביסט מחיוב על פי תורה צו האנדלען ערליך מיט אים.

ברוך השם עס טאקע דא אסאך וואס זענען ערליך און אויסגעהאלטן (איך האף אז איך אויך...) אבער עס דארף נאכאלץ א גאר גאר גרויסע טשעינדזש.

——-

פאר דער וואס האקט יעצט - אסאך פון די וואס בויען אויף בארג איז פשוט ווייל ער מוז האבן אפענע דזשאבס אין די פייפליין, ער מוז פראוויידן ארבעט פאר זיינע גוים וכו׳ פשוט צו האלטן די קאמפעני אויף די רעלסן. און דאס איז אויך א גרויסע חלק אין די באבל.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

איך האלט אז די גאנצע דירות אינדוסטרי דארף א תיקון אנגעהויבן פונעם מרטגיזש אפצאל פון ארום 20 אלפים קלאזינג על לא דבר
ברוקער פי נאך א 25 אלפים
אפרעיזל
אינספעקשן
וכו וכו
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

יא דברים יודעים ליידער יודן ווערן נכשל בלא רצון מסתמה, אן עצה הער איך לעצטענס אז מען קען ארויף לייגן ליענס אויף א פראפעטי אויב מען האט נישט באקומען באצאלט, א חבר מיינע וואס ארבייט פאר א אידישע פלאמינג סיפלייעס קאמפעני, האט מיר געזאגט אז זיין בעה״ב האט דאס לעצטענס אנגעפאנגען טוהן. הלוואי ס׳זאל זיך אויסארבייטן וועט זיין א טובה פאר א יעדעם
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך יולי 24, 2019 1:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דברים אלו האט געשריבן: אנגעהויבן פונעם מרטגיזש אפצאל פון ארום 20 אלפים קלאזינג על לא דבר
ברוקער פי נאך א 25 אלפים
אפרעיזל
אינספעקשן
וכו וכו

איך האב עטליכע מארגעזשעס און קיינמאל באצאלט די פרייזן , אז די ווילסט קען איך דיר געבן אין אישי א נומבער פון א מארגעזש בראקער מיט 20 יאר עקספירענס זייער האנעסט און ביליג

Appraisal קאסט געווענליך אינטער א טויזענט
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

רעסטאראנט האט געשריבן:

נו אדרבה
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דברים אלו האט געשריבן:

וויפעל געלט איז געווען די מארגעזש? אז די האסט באצאלט 45 אלפים דערפאר?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך זע דא אן אישו אין תיקון המידות, לאו דוקא אין די ספעציפישע אינדוסטריע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

רעסטאראנט האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן: אנגעהויבן פונעם מרטגיזש אפצאל פון ארום 20 אלפים קלאזינג על לא דבר
ברוקער פי נאך א 25 אלפים
אפרעיזל
אינספעקשן
וכו וכו

איך האב עטליכע מארגעזשעס און קיינמאל באצאלט די פרייזן , אז די ווילסט קען איך דיר געבן אין אישי א נומבער פון א מארגעזש בראקער מיט 20 יאר עקספירענס זייער האנעסט און ביליג

Appraisal קאסט געווענליך אינטער א טויזענט

נו אדרבה

וויפעל געלט איז געווען די מארגעזש? אז די האסט באצאלט 45 אלפים דערפאר?

20 פארן מארגידש פאר 250000
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

farshlufen האט געשריבן:איך זע דא אן אישו אין תיקון המידות, לאו דוקא אין די ספעציפישע אינדוסטריע.

באמת טאר מען נישט מקטרג זיין און בארעדן אונזער אידישקייט אבער דאס איז אלעס די זעלבע באבעל ווי די חסידישקייט היינט צוטאגס איז פארקראכן ווי מען רעדט און דערנעבענדיגן אשכול, עס איז נישט נאר די מידות איז א גרויל היינט ביי זייער א גרויסע פארצענט חסידים, נאר ער מוז האבן געלט צו שפילן עושר און קענען מאכן פענסי שמחות דארף ער באגנבענען מענטשן , דא וואס באגנבענען די בענק אדער קרעדיט קארדס איז א האלבע צרה ,אבער רוב היינטיגע גרויסע עשירים ליידער באגנבענען אנדערע אידן פשוט און פראסט, ווי למשל די קאנסטראקשען /ריעח עסטעיט אינדעסטרי איז איינע פון זיי,צו הייסן א נגיד און קענען לעבן א low life לעבן ערעגער ווי א גוי און פולן זין פון ווארט אבער אין בית המדרש הייסט ער הרבני החסיד , עס כאפט א פחד ווי חסידישקייט איז אנגעקומען, דאס איז די עכטע תירוץ , זיי וועלן טין אלעס אין די וועלט צו קענען קאווערן זייער אויפרייסערישע לעבן
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום מיטוואך יולי 24, 2019 2:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דברים אלו האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן: אנגעהויבן פונעם מרטגיזש אפצאל פון ארום 20 אלפים קלאזינג על לא דבר
ברוקער פי נאך א 25 אלפים
אפרעיזל
אינספעקשן
וכו וכו

איך האב עטליכע מארגעזשעס און קיינמאל באצאלט די פרייזן , אז די ווילסט קען איך דיר געבן אין אישי א נומבער פון א מארגעזש בראקער מיט 20 יאר עקספירענס זייער האנעסט און ביליג

Appraisal קאסט געווענליך אינטער א טויזענט

נו אדרבה

וויפעל געלט איז געווען די מארגעזש? אז די האסט באצאלט 45 אלפים דערפאר?

20 פארן מארגידש פאר 250000

וואס איז געווען די 20 פאר ?
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

וואס איך טו, איינער וויל גיין "שאפן" פרייזן, געזונטערהייט אבער קאל מיך נישט ביי די ענד אז די יעניגער איז אנטלויפן אדער אונגעמעסט ווייל דעמאלץ וועל איך גיין ביז די ענד אן קיין רחמנות מיט די פרייז, אין אזוי טוט מען טאקע, אין די פארשטייסט עס, ב"ה.

איינער וויל אביסל פרעשערן, געזונטערהייט אבער לאמיר זיין זייער אנע'ס, איך מעג אויך פרעשערן פאר די געלט.

די כלל איז יענער מאכט דאס גענאר פון דיר, לאז דיך נישט אדער בעסער געזאגט כאפט דיך נישט ווען די ביסט שוין מיט הונדערט טויזענט דאלאר אינסייד, הייב גראד אן כאפן מיט וועם די דילס'ט אין גיי גראד אין פנים אריין די זעלבע וועג וואס יענער טוט מיט דיר אן רחמנות.

א גרויסע עושר האט אמאל געזאגט אז אין שול זעט ער אויס ווי א מויל מאכער, אבער ווען איינער קומט עם טשעלנדזן פריוואט מיט א מויל, ווייסט ער נישט וואס צו טאן, ער בלינקט מיט די אויגן אדער הייבט ער פונקט אויף א טעלעפאן קאל.

די נושא איז אין איין ווארט: זיי נישט אזוי פאסיוו, קום אריין שטארק אסערטיוו, אין גיי גראד צום ענין.

אן אלטע כלל:#זיך נישט גרויסע, נאר קראנטע..
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
שטיל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיל »

די פראבלעם איז אביסל פון די סובס אויכעט אמאל איז א פרייז געוועזן א פרייז לאמיר נעמען א באשפיל למשל פענטינג. פענטינגס פראפיט איז געווען לאמיר זאגן 20 פארצענט פון וואס סקאסט פאר די סוב. יעצט די קאנטראקטאר האט גענומען פרייזן פון אפאר פענטערס אין יעדער איז אריין געקומען מיט בערך די זעלבע פרייז אין מהאט גענומען וועם די בעל הבית שמעקט אמאל אראפגערוקט די פרייז א משהו אין יעדער האט געמאכט געלט יעדער איז געווען צופרידן. היינט געט מען אריין די פרייז זענען דא אזעלכע וואס זענען גרייט צי פארלירן מרעדט שוין נישט פון מאכן די 20 פארצענט מרעדט פון ממש נישט מאכן קיין געלט אבי צי האבן 10 דיפאזיטס אין קענען אנציען אין די בעל הבית ווייסט עס אויך (ווייל ער האט דאך אים געשיקט יענעמס פארפאזעל) אטאמאטיש האט ער נישט רחמנות אויפן סוב ווייל דער סוב איז דאך אריין ביליגער פון יעדעם אבי ציבאקומען די זשאב קומט אויס די לויפסט מיך נאך פאר די זשאב העל איך דיר צאלן ווען איך וויל. יעצט גרעכט חס ושלום אבער דעס איז א חלק פון די פראבלעם
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס איך טו, איינער וויל גיין "שאפן" פרייזן, געזונטערהייט אבער קאל מיך נישט ביי די ענד אז די יעניגער איז אנטלויפן אדער אונגעמעסט ווייל דעמאלץ וועל איך גיין ביז די ענד אן קיין רחמנות מיט די פרייז, אין אזוי טוט מען טאקע, אין די פארשטייסט עס, ב"ה.

גוט געזאגט.
א אינגערמאן וואס טוט גרויסע פראדשעקטס האט מיר פארציילט אז ער האט אוועקגעוואקט פון א דשאב אינמיטן ווייל מען האט אים נישט באצאלט וכדו', און נאכדעם וואס די צווייטער אנגעמעסט, האט מען זיך צירוק געבעטן צי אים, און דעמאלטס האט ער געבעטן רבי געלט פון פאראויס, און ער האט געדארפט ממש אלעס איבערמאכן.

אזוי ווי אנדערע האבן געשריבן, די פראבלעם איז אז מען ארבעט ווייטער אומבאצאלט, און מען שטייט נישט שטארק אויף די פרייזן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

רוב נארמאלע סובס טרעטן נישט אריין אויף א דזשאב אן קיין דעפאזיט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ווישוואש האט געשריבן:רוב נארמאלע סובס טרעטן נישט אריין אויף א דזשאב אן קיין דעפאזיט.

און וואס האסטו פון א דעפאזיט? אז נאך א וואך אינעם זשאב דארפסטו באצאלן פעיראלל מיט סופלייס ?ווילאנג איז א דיפאזיט גילטיג?
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

אזוי איז יעדע אידעסטרי
דער עושר/בעל הבית טרעט אויפ'ן ארימאן / ארבייטער
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

רעסטאראנט האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:רוב נארמאלע סובס טרעטן נישט אריין אויף א דזשאב אן קיין דעפאזיט.

און וואס האסטו פון א דעפאזיט? אז נאך א וואך אינעם זשאב דארפסטו באצאלן פעיראלל מיט סופלייס ?ווילאנג איז א דיפאזיט גילטיג?

כמובן אז ס'דארף מיטקומען מיט א נארמאלע פעימענט פלען, אבער ס'איז עפעס מיט וואס אנצוהייבן פאר סופלייעס וכו', און דער קאנטראקטאר דארף אויך קענען האבן עפעס לעווערעדזש אז דער סוב וועט נישט אפיאגן מיט טויזנט אומגעענדיגטע קלייניגקייטן.

איבערלאזן 10-20% פאר סיינ-אף איז העכסט נארמאל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

HelpMe האט געשריבן:אזוי איז יעדע אידעסטרי
דער עושר/בעל הבית טרעט אויפ'ן ארימאן / ארבייטער

נאר אויב מען לאזט זיך ציטרעטן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:אזוי איז יעדע אידעסטרי
דער עושר/בעל הבית טרעט אויפ'ן ארימאן / ארבייטער

נאר אויב מען לאזט זיך ציטרעטן.

דער ווערט צוטרעטן
אדער אויף יעדעם טרעט מען
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”