טעקס ID בעקגראונד טשעק

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

טעקס ID בעקגראונד טשעק

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 10:59 am

-איך ווייס אויב די נושא איז אויפן גוטן פלאץ, אויב נישט זאל מען עס לייגן וואו עס באלאנגט-

יעצט צום ענין

איז דא א וועג וויאזוי מען קען נאכטשעקן אויף מיין טעקס איי.די. אויב עס ווערט גענוצט אויף זאכען אן מיין ערלויבעניש? ווער עס האט אינפארמאציע זאל זיך מעלדען (פארשטייט זיך די בעסטע איז אויב מען קען בחנם)

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:39 am

קודם שלום עליכם בעני (נישט זיך פארשטוישן מיט רבינו הגדול...).

דיין שאלה איז אויפ'ן גוטע פלאץ, אבער כ'ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן. כ'בין (דערווייל) נישט צופיל באקאנט מיט די שטאטישע זאכן.

איינער קען זיך אויס דערמיט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 1:31 pm

עס איז דא די דריי גרויסע קרעדיט ביורא'ס דארט קענסטו באקומען א ריפארט בחנם דורך רופן אויף 877-322-8228 קענסט בעטן פון איין קאמפעני צו פון אלע דריי אין זיי וועלן דיר דאס צושיקן אויפ די פאסט
אנליין קענסטו האבן אויף אסאך פלעצער איינס ווייסיך עס הייסט טרי קרעדיט ביורא נאט אייך א לינק אבער זיי געבן דיר דאס טאקע אויפן פלאץ בכנם אין קסף אבער די דארפס אריין שטעלן דיין קארטל אין אויב די קענסלס נישט פאר דרייסיג טעג העלן זיי דיר רעכענן אבער איך האב געקענסל גראד נאכדעם וואס זיי האבן מיר געגעבן די ריפארט פון וואס עס טוט זיך מיט מיין קרעדיט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 5:11 pm

פונקט האב איך היינט באקומען אן אימעיל פון אזא קאמפעני....

פאר ווער סכאפט נישט ס'איז א סקעם איך מיין אזוי עכ"פ אין ס'איז גאנץ אבוויעס אינטערסאנט גאגעל האט עס אריין געלאזט אין מיין אינבאקס

אבער סאיז נישט קיין קשיא לעטלי באקום איך אן א שיעור פון די גארביטש אין מיין אינבאקס איך זאג לעטלי ווייל אמאל איז דאס נישט געווען זיי האבן ממש אלעס ארויס געפילטערט לא כן היום ווען א גרויסע חלק גליטש זיך אריין - ניישט געזארגט מיין ספעם האט א פאר הונטערט מעסעטשס אין איך דיליט עס זייער אפט אבער 6-7 פון די אפפאל אין מיין אינבאקס איז אויך אסאך איך האב דאס נישט ליב צו זען...
צוגעלייגטע
Spam.JPG
Spam.JPG (32.22 KiB) געזעהן 1379 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 7:31 pm

לאז-געמאכט;

רעדסטו נישט פון א קרעדיט רעפארט?

בן-הרחמן רעדט פון א TAX ID בעקגראונד טשעק.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג פאברואר 22, 2008 10:38 am

איך מיין אז עס איז היינו הך אויף די קרעדיט ריפארט קען מען זען יעדע אינקיורי וואס איז געווען אויף דיין סאשעל סיקיורעטי סא אטאמטיש ווייסטו צו איינער טוט זאכן מיט דיין נאמען אויב ס'איז דא אינקיורי וואס די ווייסט ניטש וואס דאס איז דארף מען תיכף מאכן אן אינוועסטיגעשן

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג פאברואר 22, 2008 12:30 pm

לאז געמאכט; ווי דערמאנט דא, ווען איינער עפענט א קארפארעישאן באקומט דער קארפארעישאן אן עקסטערע סאשעל וואס רופט זיך טעקס איי די (אדער EIN). דו מוזט נישט איינגעבן דיין סאשעל פאר די רעגירונג, און אויף דעם ארויף האט בעני געפרעגט צו מ'קען טשעקן אויף א קארפארעישאן.

ס'איז אן אינטערסאנטע פראגע וואס כ'ווייס נאכאלץ נישט. כ'מיין אז די איינציגסטער וועג איז צו קאנטאקטן די איי אר עס זעלבסט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג פאברואר 24, 2008 11:57 am

לאז געמאכט האט געשריבן:עס איז דא די דריי גרויסע קרעדיט ביורא'ס דארט קענסטו באקומען א ריפארט בחנם דורך רופן אויף 877-322-8228 קענסט בעטן פון איין קאמפעני צו פון אלע דריי אין זיי וועלן דיר דאס צושיקן אויפ די פאסט
אנליין קענסטו האבן אויף אסאך פלעצער איינס ווייסיך עס הייסט טרי קרעדיט ביורא נאט אייך א לינק אבער זיי געבן דיר דאס טאקע אויפן פלאץ בכנם אין קסף אבער די דארפס אריין שטעלן דיין קארטל אין אויב די קענסלס נישט פאר דרייסיג טעג העלן זיי דיר רעכענן אבער איך האב געקענסל גראד נאכדעם וואס זיי האבן מיר געגעבן די ריפארט פון וואס עס טוט זיך מיט מיין קרעדיט


קודם שכח פאר די אלע חברים וואס פרובירן צו העלפן

איך וויל נאר וויסן צו די פלעצער וואס דו האסט אנגעצייכנט איז SAFE צו געבן אויפן טעלעפאן אדער אויפן געוועבאכץ די טעקס ID אזוי ווי לעצטענס איז געווען אסאך אידענטיפיקאציע גניבות, אדער די זענען גרויסע לעגאלע קאמפאניס וואס עס לוינט זיך זיי נישט מכח לא מרע חזקתיה און מען קען זיי קלאגן אויף שווערע געלטער?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], קראצער און 11 געסט