שו"ת #2 - וויסן צו וואס איך בין געאייגענט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

שו"ת #2 - וויסן צו וואס איך בין געאייגענט

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג פאברואר 19, 2008 3:33 pm

איך האב באקומען א ביכל אין דערהיים ווי א סוקסעספולער ביזנעסמאן אפפערט מיר א קורס ווי אזוי צו מאכען געלט אן קיין פיינענשיל ריסקס און אן קיין אינוועסטמענטס - נאר אביסל צייט. די קורס פארשטייט זיך קאסט געלט.
די ביזנעס גייט אזוי:
למשל, איינער קויפט א הויז, אבער אנשטאט בארגן געלט פון די באנק בארגט ער די געלט פון דער מוכר זעלבסט און ער באצאלט אים חודש'ליך מיט פראצענט.
דער שרייבער פונעם ביכל שרייבט אז איינס פון 30 הייזער אין אמעריקא, איז אינוואלווד אזא קעש נאוט.
ווי אויך טוען דאס מענטשען מיט קארס, מאביילס, לאטערי טיקעטס וכו'.
וואס געשעט אבער אויב דער מוכר פון די הויז דארף וויכטיג האבן קעש, דאן פארקויפט ער די קעש נאוט אויף א דיסקאונט פרייז. אן אינוועסטער קויפט א נאוט וואס וועט אים אריין ברענגען 150 טויזענט אין די נעקסטע 10 יאר (אינקלאדינג פראצענט) פאר 120 טויזענט דאללאר.
ס'איז דא א וועב זייטל ווי דער שרייבער עדווערטייזד די קעש נאוטס פאר דער וואס וויל עס קויפן.
ער זאגט אז זיין קורס וועט דיר אויסלערנען ווי אזוי צו טרעפען די קעש נאוטס, און איין מאל מ'טרעפט עס דארף מען קאנטעקטען די בעל הקעש נאוט, און אויב ער וויל עס פארקויפן לייג איך עס ארויף אויפ'ן וועבזייטל, און ווען איינער קויפט די נאוט וואס איך האב געפאוסט באקום איך מעקלערס געלט.
ער זאגט אז ס'איז דא איבער 350 ביליאן דאללאר ווערט אין קעש נאוטס!
ער זאגט מיר צו אויב איך סיין אויף פאר זיין קורס וועט ער מיר צושטעלען די ערשטע 250 נעמען פון בעלי קעש נאוטס פאר פרי.


לויט מיין ארימער אפשאצונג: ס'איז דא א מקום צו מאכן געלט, אבער אזוי ווי דו שרייבסט – מ'מוז אינוועסטן 'אביסל' צייט, ווי אויך די קורסן.

ס'איז דא זייער אסאך ביזנעסער וואס ארבייטן אויף די וועג. אין א געוויסע זין איז דאס אזוי ווי .... נע, כאשוין פארגעסן די נאמען.... (למשל שעקלי) מ'בויט אויף א רינג און קייט פון קאסטומערס אין די לענג און די ברייט. כ'שטעל זיך פאר אז דער עולם כאפט פון וואס איך רעד.
ביי די אלע איז אויך די לאזונג: מ'דארף גארנישט אינוועסטירן. אבער מ'דארף קויפן יעדן חודש פאר כך וכך, און אויב ווילסטו מאכן געלט דארפסטו שאפן נאך אסאך קאסטומערס וואס גייען קויפן יעדן חודש פאר אזויפיל און אזויפיל געלט. פארשטייט זיך אויף דיין חשבון.... דו גייסט מאכן די קאמישאן.

דאס זעלבע מיט'ן שואל'ס ביזנעס, אויב ביזטו כיטרע, און דו קענסט טאקע טרעפן און כאפן די נאוטס, און דו האסט גוטע קאמיוניקאציע סקילס אז דו קענסט דערנאך רעדן צו יענעם און דאס פאוסטן, מה טוב ומה נעים, אבער אויב נישט, וועסטו האבן אינוועסטירט געלט, צייט, און עגמת נפש.

דאס איז אלעס אויב ס'איז אמת, אויב דער גאנצע ביזנעס הויבט זיך נישט אן, אדער ס'זענען דא אנדערע וואס פרובירן צו אויסכאפן די נאוטס פון דיר, איז דאך נישט שייך וואס צו רעדן. אבער פון די ביזנעס וואס דו האסט מיר אנגעצייכנט, קוקט אויס אז ס'איז יא נארמאל. די שאלה איז נאר צו דו ביזט גרייט צו זיצן מיט שחור'טעס ביים קורס, און אויב דו האלסט אז דו קענסט איבעררעדן די מוכרים.

לאמיר אייך מיטטיילן אן ענליכע מעשה פון מיין עקספיריענס. איינער האט מיר געפרעגט א צייט צוריק איבער א טרעוועל קאמפאני וואס ארבייט אויך אויף די דערמאנטע סיסטעם, מ'דארף צאלן צו זיך אויפסיינען, מעמבערשיפ, און דערנאך באקומט מען די קאמישאן פון יעדן טיקעט וואס ווערט באשטעלט דורך דיר. זיי זאגן אז די טיקעטס זענען שפאט ביליג, און מ'האט אסאך בענעפיטס אויפ'ן פליגער וכו' וכו'. איז אזוי, אויב ביזטו אן אקטיווער און דו האסט וואו צו זוכן קונים אויף טיקעטס, אשרי לך. אבער פון די מעשה וואס איך בין באקאנט, איז יענער נישט געווען אזוי, יענער האט טאקע געמיינט אז מ'וועט האבן פון וועם צו שאפן טיקעטס, אבער למעשה זענען די טיקעטס נישט געווען אזוי ביליג, און די בענעפיטס זענען נישט ווערד געווען גארנישט, ובכן האט יענער כמעט נישט געהאט קיין קונים.

איך האב דאס געזאגט פאר יענעם אין אנהויב, אבער יענער האט נישט געוואלט הערן דערפון, יענער האט זיך געזעהן מיט'ן פולן טאש איידער'ן אנהויבן דאס ביזנעס.

פון וואנעט האב איך געוואוסט צו זאגן איבער די טרעוועל? פון ריוויוס! כ'האב אסאך גענישטערט און געזוכט איבער דעם קאמפאני. איז אזוי: אויף דעם עצם ביזנעס האט קיינער נישט געלייקענט. אויף דאס אז מ'מאכט געלט, ווי איינער. אבער אויף די בענעפיטס האבן כולם כאחד געזאגט אז ס'איז גארנישט ווערד.

סך הכל; פון יעדער ביזנעס – אויב ס'איז נארמאל – קען מען מאכן געלט. אבער נישט פאר יעדן איז יעדער ביזנעס געמאכט. איינער וואס קען גוט קאמפיוטערס און האט שוואכע קאמיוניקאציע סקילס, וועט דער אויבנדערמאנטע ביזנעס נישט העלפן ולא כלום. ריוויוס אויף דער שואל'ס ביזנעס ווייזט אויך אז דער ביזנעס איז א נארמאלער ביזנעס. נאר איינער פרייט זיך מיט זיין הצלחה – וואס דאס מיינט אז ער טויג דערצו. און א צווייטער שעלט אז ער האט נישט געמאכט קיין פרוטה, ווייל ער טויג נישט דערצו. אבער אלץ נארמאלע ביזנעס און סקעמס קוקט מיר אויס אז ס'איז יא נארמאל, די שאלה איז נאר ווי טיף דער גאלד גרוב איז....

דאכט זיך אז מיט דעם איז אויך פארענטפער די שאלה פון הר"ר אנדי פעטיט שליט"א.

אנטשולדיגט פאר'ן צופארענעם שמועס, כ'בין נישט מיושב.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 19, 2008 4:56 pm

בדרך כלל א יעדע ביזנעס וואס איז א גוט געשעפט איז דאס א גאלד גרוב נאר אז מ'לייגט אריין כוחות
גארנישט גייט נישט פון זיך אליין
איבעי, עמעזאן, יאהו סטארס, רילעסטעיט, שעקלי, סטאק מארקעט, מאלטי לעוועל, יוכיח
און די זעלבע איז מיט אלע מינע געשעפטן
אז איינער מיינט אז ער גייט מאכן א לייכטן דאלער דאן געווענליך דערנאך שעלט ער
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:30 am

במחולת כבודכם

די שווערע ארבייט, מיט די געלט וואס מ'מאכט, איז בכלל נישט אנגעהאנגען איינס אינעם צווייטן.

פרעיגט אייך נאך ביי די וואס האבן עקספיריענס...
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:33 pm

סאלאט; הונדערט פראצענט. מ'רעד נאר פון טוהן 'נארמאלער' השתדלות.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך פאברואר 20, 2008 9:44 pm

salads האט געשריבן:במחולת כבודכם

די שווערע ארבייט, מיט די געלט וואס מ'מאכט, איז בכלל נישט אנגעהאנגען איינס אינעם צווייטן.

פרעיגט אייך נאך ביי די וואס האבן עקספיריענס...


סאלאט;

מ'רעדט נישט פון שווערע ארבייט
און אוודאי איז דא א ענין פון באשערט און מזל

מ'רעדט פון מענטשן וואס מיינען אז זאכן זענען ראוזי
און דערנאך שעלטן זיי ווען סארבייט זיך נישט אויס ווי געפלאנט

למשל איינער "א ביזנעס קאנסאלטענט" זאגט דיר קוק דו זינגסט הערליך ווער א חזן וועסט מאכן אסאך געלט

למעשה דארף מען אינוועסטן
1. וואויס לעססאנס
2. צייט אויסהערן אלע טעיפס
3. אוועקפארן אויף יו"ט פונדערהיים
4. אמאל ווערט מען הייזעריג
5. מ'דארף דילען מיטן קאמפאטישן
6. דילען מיט שווערע קאסטומערס
7. מ'דארף נושא חן זיין ביים ציבור
8. ועוד ועוד

ס'דא ווער ס'וועט זאגן חזנים זענען קבצנים
ס'דא ווער ס'וועט מאכן שיין פרנסה

פרעיגט אייך נאך ביי די וואס האבן עקספיריענס...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך פאברואר 27, 2008 1:06 am

ווער פארשטייט דא צו חזנות...
לאמיר זיך האלטן ביי אינזערע אישו'ס


ווי למשל א קאמפיוטער טעכניקער/מעכאניקל.

פאר'ן צוקיקער טוט זיך אפט מאל דאכטן, אז ס'גייט אים גיט..

ער זיצט אין א ווארעם אנגעהייצטן אפיס, (אין אנדערע צייטן פיין ערקאנדישאנירט) מאכט נישט מער ווי אפאר קליקעס אויף'ן קי-בארד אין בעיט זיך דארט ווייס'ך וויפיל א שעה. מיליאנער וואס ער איז...

אבער וויפיר יאהר לערנען ס'ליגט דערין,
וויפיל כוחות געלט אין פלאג,
(אין וויפול פרייע צייט מ'דארף ווארטן אויף'ן קאסטומער)
פון דעם טראכט שוין קיינער נישט...
אין אזוי ווייטער.

פרעגט אייך נאך ביי די וואס האבן עקספיריענס.



די וועלט זאגט:
פרנסה איז ווי א פיש...

א פיש שווימט כסדר נאך אנדערע קלענערע פישן, זיי אריינציכאפן.
אבער ס'געלונגט אים קיינמאל נישט זיי צו כאפן.

ביז השי"ת מאכט אז א קלענערע פישל זאל זיך אזוי תמימות'דיג אים קעגן שווימען,
ער טוט נישט גארנישט, ער עפנט נאר די מויל, אין יענער שווימט אריין...
אין נאר אזוי ערנערן זיי זיך.


די זעלבע מיט פרנסה:
דער מענטש לויפט נאך נאכן דולר מיט אלע זיינע כוחות, אבער ס'העלפט אים גארנישט.
ביז אזוי אמגעראכטן שיקט אים דער אויבישטער אריין זיינע פאר טאלער.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך פאברואר 27, 2008 9:32 pm

סאלאט, דיינע אינגרידיענטס צום ריכטיגן סאלאט זענען געוואלדיג.... אמת ויציב, איך האב שוין זייער אסאך מאל געזעהן דאס וואס דו שרייבסט אין דיינע לעצטע ווערטער. דאס ארבייטן מיט'ן מאכן געלט איז 2 באזונדערע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות, מ'דארף נאר טוהן השתדלות.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג פאברואר 29, 2008 2:41 am

נו.
נאך די "פיש" ברויך מען דאך טרינקען "לחיים" לאמיר האפן דאס די ברוינפן האט געניג אלקאהאל.


אויב אזוי, אז די שטימסט צו, נאך דערצו מיט אייגענע עקספיריענס. זיינען אייערע לאזינגען גרייזיג!
די שרייבסט "האסט איין שעבוד: אהיימצוברענגען פרנסה אין שטוב. (פון קלוגע אידן)

מיין שעבוד איז דאך נאר "צו ארבייטן פאר פרנסה". אהיימצוברענגען באלאנגט שוין פאר כביכול.


ס'דערמאנט מיר א פאלקס-ווערטל:

ארבייטן, ארבייט מען פאר כפרת עוונות.
וויפיל ס'איז באשערט, גיט דער אויבישטער.
אין אז מ'ברויך געלט, בארגט מען.


נע נע ננ.
דיינע ווערטלעך זיינען צו דער זאך. ברויכסט נישט טוישן, בלויז צוליב מיין פילפול.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג פאברואר 29, 2008 4:07 pm

סאלאדס, ביסט נישט גערעכט, א מענשט האט א שיעבוד, אהיים צו ברענגען פרנסה, אזוי שרייבט ער אין זיין כתובה, ער איז משועבד דערפאר, און ער דארף מאכן השתדלות דערצו. און די השתדלות איז צו ארבעטן, ווען ער טוהט שוין די אלע זאכן, העלפט דער אייבישטער אז ער זאל קענען שטיין אין זיינע התחייבות'ער.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מוצ"ש מארטש 01, 2008 10:51 pm

שכח איך הער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מארטש 03, 2008 11:47 pm

סעקרעטאר, איך הער.

כ'האב זיך גאשפירט זייער שלעכט, ווי קען איך קאנפראנטירן אזא פערזענליכקייט ווי לחיים ולברכה. אפגערעדט פאר וועלעכע נושא, נאך דערצו פאר אזא אומוויכטיגע לאזינג.

נאר ב"ה די האסט געראטעוועט דעם מצב, די האסט געוויזן אז ער איז יא גערעכט, האסט אריינגעלערנט גיט פשט, אין האסט מיך אויפגעוויזן, אין איבערצייגט.

נא דיר, נעט טא דיין קאמפלימענט. ווען די ביסט עס ווערט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » זונטאג ינואר 31, 2010 2:19 pm

אזוי ווי די קעפל זאגט :!:
לעצט פאראכטן דורך CID אום זונטאג פאברואר 07, 2010 7:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » דינסטאג פאברואר 02, 2010 12:26 pm

ענק לייקענען אז א מענטש וואס ארבעט שווערער און hustled אריין האט א גרעסערע שאנס מצליח צו זיין אין ביזנעס?
וואסארע גערעדעכטץ איז דאס?

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג פאברואר 02, 2010 12:47 pm

דער חובת הלבבות לייקענט עס שוין!
ומהם, מנוחת הנפש מלכת בדרכים הרחוקים, אשר היא מכלה הגופות וממהרת השלמת ימי החיים.
כמו שכתוב (תהלים קב) עינה בדרך כחי קצר ימי.
ונאמר על אחד מן הפרושים כי הלך אל ארץ רחוקה לבקש הטרף בתחילת פרישותו.
ופגע אדם אחד מעובדי כוכבים בעיר אשר הלך אליה.
אמר לו הפרוש: כמה אתם בתכלית העיוורון ומיעוט ההבנה בעבודתכם לכוכבים.
אמר לו האמגושי: ומה אתה עובד?
אמר ליה הפרוש: אני עובד הבורא היכול, המכלכל האחד, המטריף אשר אין כמוהו.
אמר לו האמגושי: פועלך סותר את דבריך.
אמר ליה הפרוש: והיאך?
אמר לו: אילו היה מה שאמרת אמת היה מטריפך בעירך כמו שהטריפך הנה ולא היית טורח לבא אל ארץ רחוקה כזאת.
ונפסקה טענת הפרוש, ושב לארצו וקבל הפרישות מן העת ההיא ולא יצא מעירו אחר כך.
ומהם, מנוחת הנפש והגוף מן המעשים הקשים והמלאכות המייגעות את הגופות, ועזוב עבודת המלכים וחוקיהם וחמס אנשיהם.
והבוטח בה' הוא תובע מסיבות הטרף מה שיש בו יותר מנוחה לגופו, ושם טוב לו, ופנאי ללבו, ומה שהוא מפיק יותר לחובות תורתו עם יותר אמונתו. כי הסיבה לא הוסיף לו בחוקו ולא תחסרהו ממנו מאומה אלא בגזרת האלוהים ית'.
כמו שאמר (שם עה) כי לא ממוצא וממערב ולא ממדבר הרים, כי אלוהים שופט, זה ישפיל וזה ירים.
ואמר (שם כג) בנאות דשא ירביצני על מי מנוחות ינהלני.
למה זה תשאל לשמי...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט