ריוויוז (reviews) אנליין וועם זאל איך גלייבען

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

ריוויוז (reviews) אנליין וועם זאל איך גלייבען

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג פאברואר 17, 2008 3:24 pm

בעצם איז דער שאלה נוגע פאר כמעט א יעדע פעלד וואס ס'איז נאר שייך.

אויב איינער וויל גיין צו אן האטעל און מ'ליינט די reviews אנליין, אפאר זאגן אז דאס איז געווען זייער בעסטע האטעל און אפאר זאגען דיר אז דאס איז אזא מין עקעלדיגע פארשמעקטע האטעל, וועם זאל מען גלייבען?

אויב איינער האט אן אפפער אפצוקויפען א ביזנעס וואס האט reviews אנליין ווי אזוי ווייסט מען וועמען צו גלייבען?

וואס איז מיר נוגע איז אזוי.

איך באקום כסדר ביזנעס אפפערס אין די מעיל, אנגעהויבן פון קורסעס פאר אנליין איבעי גוגל וכו' ביזנעסעס ביז ווענדינג מאשינען און פראמאושענעל אייטעמס וכדו'. איך האב זיי ליב אדורך צו ליינען און זען פון וואס מ'רעדט דארט. 99 פראצענט דערפון ווארף איך ארויס באלד ווי מ'ענדיגט עס ליינען. אמאל אמאל א יובל ווען עס ציט מיין אויפמערקזאם נעם איך עס מיט אין די אפיס די נעקסטע טאג און איך טו די ריסערטש אנליין צו זען וואס מ'רעדט דא און ע"פ רוב געפין איך אויס אזוי אז ס'איז נישט פאר מיר.

די וואך האב איך אבער באקומען אן אפפער פאר אן אינטערסאנטע ביזנעס איידיע וואס האט מיר זייער געצויגן. איך האב גוט אדורך געליינט די מאטריאל און איך בין נעכטען נאכט ספעציעל אריין געקומען אין אפיס צו מאכען ריסערטש און ווי אויך היינט בין איך שוין ביזי מיט דעם אפאר שעה.

איך האב מיך נאך קיינמאל נישט געטראפן אזוי צוריסן אין מיין לעבן.

די אלע וואס שרייבען פרא דער איידיע פרובירען נישט איינצורעדען אז מ'ווערט א מיליאנער איבער נאכט אבער זיי האלטן אז ס'איז א גוטע און בא'טעמ'טע וועג צו מאכען געלט אן צו דארפען נעמען צופיל אייגענע ריסקס. ווי אויך זאגן אלע אז מ'קען אריין גיין אין דעם שטייטליך און מ'מוז נישט גלייך אלעס אויף געבן דערפאר. זיי אלע שטיפן שטארק אז מ'זאל עס אויסטרייען.

פון די אנדערע זייט זענען דא הונדערטער וואס שרייבען אזוי פיל שלעכטס אויף דער זאך. אז זיי האבן גארנישט געמאכט און זיי האבן נישט געוואוסט ווי שווער עס וועט זיין וכדו' נאך אין נאך.

ווי אזוי ווייס איך וועמען צו גלייבען?

פון איין זייט ווייס איך אז ס'דא אזוי פיל סקעמס אויף די וועלט היינטיגע טעג, פון די אנדערע זייט וויל מען דאך נישט בלייבען משעובד צו א בעל הבית לעולם דוד מיט א לימיט אויף די אינקאם.

ווען און ווי אזוי קען איך וויסען אז יעצט איז די צייט אריין צו שפרינגען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג פאברואר 18, 2008 11:50 am

ס'איז א זאך וואס מ'דארף האבן א חוש הריח דערצו
און מ'דארף נוצן דערצו דעם פינפטן שולחן ערוך
און מ'דארף האבן עקספיריענס ווי אזוי מדארף מאכן ריסוירטש
מקען אמאל פוון א בעד רעוויא זעהן די מעלות און פון א גוד רעוויא זעהן די חסרונות
מ'דארף נעמען די צייט און מי צו רעדען צו א לעבעדיגן מענטש (מונדליך אדער בכתב) ביי א ערענסטע זאך

אויב ס'איז נוגע למעשה...
האב איך געווענליך א שמעק אין די זאכן צו מאכן א סך הכל וועמען צו גלייבען
איך האב ב"ה עקספיריענס ווי אזוי מדארף מאכן ריסוירטש

די גאץ אריין צו שפרינגען דאס איז שוין א צווייטע מעשה (עיין ערך באשערט)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג פאברואר 18, 2008 12:18 pm

אנדי, כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו ענטפערן נעכטן נאך אונזער פריוואטע שמועס אין גוגל. אבער די פאקט האט א שטארקע פוינט.

כ'וועל נאך אפשר צוריקקומען מיט מיינע פערזענליכע מעשיות איבער דעם נושא.

אסאך הצלחה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג פאברואר 18, 2008 1:21 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:כ'וועל נאך אפשר צוריקקומען מיט מיינע פערזענליכע מעשיות איבער דעם נושא.

אסאך הצלחה.
ווי אלט ביסטו חיים ברוך? כמעט אין יעדע נושא האסטו אייגענע עקספירינס... אין דיין בילד קוקסטו אויס ווי א יונגע מענטש..

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג פאברואר 18, 2008 1:47 pm

לאז געמאכט; יעדער איד האט עקספיריענס יעדן טאג אין לעבן. בטבע האב איך ליב צו אריינטראכטן אין יעדע זאך וואס גייט אויף מיר אריבער, און צום סוף ווען עפעס שטעלט זיך ארויס לטובה אדער ח"ו לרעה, פרוביר איך צו דערגיין די סיבה דערצו. אט דאס מאכט מיר צו קענען געדענקן און מיטטיילן מיין עקספיריענס.

און יא, מיין בילד צייגט טאקע מיין יונגן עלטער...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:01 pm

אב בחכמה רך בשנים
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג פאברואר 18, 2008 4:40 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:אנדי, כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו ענטפערן נעכטן נאך אונזער פריוואטע שמועס אין גוגל

טיילט אונז מיט (וואס איז נוגע) פון ענקער פריוואטע שמועס אין גוגל
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 18, 2008 4:43 pm

thefact האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:אנדי, כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו ענטפערן נעכטן נאך אונזער פריוואטע שמועס אין גוגל

טיילט אונז מיט (וואס איז נוגע) פון ענקער פריוואטע שמועס אין גוגל



איך וועל לאזן לחיים מאכן סדר פון אונזער שמועס און ער וועט דא בעז"ה ארויף לייגען וואס איז נוגע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:25 am

נו,
כ'בין אויך נייגעריג.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:32 pm

צוליעב סבות איז דאס נישט ארויפגעלייגט געווארן דא, אבער דער תירוץ געפינט זיך דא:
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=3845
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך פאברואר 20, 2008 2:59 pm

אן אינטערסאנטע זאך וויל איך דא אנמערקן וואס ס'וועט אסאך העלפן ר' אנדי'ן.

ווען מ'קוקט אויף ריוויוז, דארף מען שטארק קוקן וואו די ריוויוז געפינען זיך. דאס הייסט אזוי, א קליינע קאמפאני וואס האט א וועבסייט, זיי געבן זיך אפ מיט די סייט אז ס'זאל שטימען און קלאפן אויפ'ן בעסטן ארדענונג, וועסטו בדרך כלל נישט טרעפן אויף זייער סייט קיין שטארק נעגעטיווע פידבעק. רוב מאל קוקן זיי איבער די פידבעק נאך בעפאר דאס ווערט ארויפגעלייגט אויפ'ן סייט, און קיין שלעכטע פידבעק לאזן זיי בכלל נישט ארויף. און אפילו ווען זיי קוקן נישט איבער, די סיסטעם לייגט דאס ארויף אוטומאטיש, קענען זיי - און זיי וועלן - דאס גרינג אראפנעמען.

משא"כ גרויסע קאמפאניס וואס זיי געבן זיך ווייניג אפ מיט די פידבעק, קען מען יא טרעפן נעגיטיווע באריכטן, העכטסענס מיט א פארענטפערונג אויפ'ן שלעכטע מיינונג.

דערפאר, ביי קליינע קאמפאניס מוז מען אביסל זוכן אין אנדערע סייטס וואס זיי זאגן אויף דעם ביזנעס, אויב איז דא אויף פרעמדע סייטס 80% פאזיטיווע פידבעק, איז גוט. אויב נישט, דארף מען שטארק חושש זיין אז עפעס טויג נישט מיט דעם ביזנעס. נישט אלץ מוז דאס מיינען אז ס'איז סקעם, אפילו די ריוויוערס שרייבן אזוי, ס'קען פשוט זיין אז דער ביזנעס האט באהאלטענע טשארדזשעס, אדער שלעכטע פאליסיס וכדו', וואס הייסט נישט סקעם, אבער דאך, מיט אזא קאמפאני לוינט זיך נישט צו אנהויבן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט