אדווערטייזמענט: חלב ודבש אויפ'ן וואלקן-קראצער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: חלב ודבש אויפ'ן וואלקן-קראצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

אין א גרינעם מיטוואך – א מציאות, נישט קיין "היסטארישע פיקציע" – באקום איך אינמיטן טאג א טעלעפאן קאל פון אן אומבאקאנטע נומער, אבער עפעס א גוטער געפיל האט מיר געזאגט עס מיינט ביזנעס.

איך הייב אויף, און דער יעניגער הערט זיך ווי אין גאנץ א גוטע שטימונג.

וואס איז?

"דא רעדט -- ----- פון [קאמפאני אב"ג]. איר האט גערופן אפאר חדשים צוריק..."

וואאאססס? א שיינע מעשה. איך האב גערופן יענע קאמפאני, א גרויסער האלסעיל-סופלייער פון הונדערטער פראדוקטן, אנפרעגן צי זיי קענען איבערנעמען א געוויסע אווערסטאק פון א קליענט מיינער. כ'האב געוואוסט לכתחילה אז ס'איז נישט פאר זיי א לכתחילה'דיגע פראדוקט, אבער פרעגן שאדט נישט. האט מען געזאגט אז דער בעה"ב איז נישטא יעצט און מ'גייט מיך צוריק רופן.

יעדער איז ביזי, איבער-ביזי, באלד צו ווערן דיזי, און א-ווי נארמאל איז עס דארט אראפ פון טיש און פארגעסן געווארן.

אזוי האב איך געמיינט.

דריי חדשים שפעטער, אזוי געדענק איך, כ'האב יעצט איבערגעקוקט, אזוי רעדנדיג-שמועסנדיג-שרייבנדיג, ס'איז געווען נאך אסאך פריער, אפריל דער 10'טער למספרם, דריי טעג נאך פסח – נעוואדע איז עס אראפ פון טיש, אזוי העקטי"ק בלע"ז דעמאלט נאך איבער א וואך געשלאסן.

הכלל, יעצט, איבער פיר חדשים שפעטער, רופט מיך אפעט דער בעל הבית פון די באקאנטע פירמע, וועמענ'ס טראקס באשיינען אפטמאל די חרדישע קארידארן אלס א מוסטער פון א בליענדע היימישע אינדוסטריעל סופליי קאמפאני, און זאגט מיר אז ער וויל פרעגן וואס ער קען מיר העלפן, פון יענעם טעלעפאן מעסעדזש.

האב איך געזאגט בקיצור פון וואס מ'רעדט. זאגט ער מיר, מיט א שמייכל וואס איז בליץ-שנעל דורכגעלאפן די דראטלאזע מיילן לאנגע פארבינדונג פון זיין אפיס ביז מיין טישל, און אריינגעגעבן א גאנץ פיינע פאזיטיווע שטראם דא אין אפיס, אז דערווייל פארקויפט ער נאך נישט דעם פראדוקט, אבער ער האפט אי"ה בקרוב ממש דאס אויך צוצושטעלן.

פיין. פיין? אזוי האב איך געמיינט!

למעשה נאך אראפלייגן ס'טרייבל האב איך געטראכט, "דאס מיינט א גוטער ביזנעסמאן, אזוי וואקסט א ביזנעס." אז מ'וויל דוקא קען מען טרעפן דא דארטן עפעס א האלבע נעגאטיווע שטריך אין דעם עפיזאד, פארוואס ס'האט געדויערט אזוי לאנג, אבער זיין פאזיטיווע גיסטע האט אזוי גוט אויסגעבעט דעם געשפרעך, און דער געפיל אז יענער האט א שטיקל אחריות צו דיר צוריקצוקאלן אפילו אזויפיל שפעטער – אפגעזען די ריזיקע פון די קשיא כנ"ל – האט אזוי ווייט אוועקגעבלאזן יעדע ברעקל נעגאטיוו, אז כ'האב ממש געשפירט א געפיל ווי "הלואי האב איך יעצט אן ארדער וואס איך קען באשטעלן ביי אים."

און ווען א ביזנעס עקזעקיוטיוו אינספירירט "דעם" געפיל פון "איך מוז (בשמחה!) באשטעלן ביזנעס ביי אים, זאל זיין וואס זאל זיין," א געפיל אז ס'וועט מיר פשוט זיין א תענוג ונחת צו האנדלען מיט די פירמע, איז מען ב"ה אנגעקומען גאר, גאר, גאר ווייט, אזוי ווייט אז ביזנעסער געבן אויס מיליאנען דאלאר דאס צו דערגרייכן, און דא האט ער עס געמאכט מיט בלויז איין טעלעפאן קאל.

עס האט אויך געוויזן אומדירעקט אז דער מענטש איז מסודר, מיט פריאריטעטן, קודם דאס, נאכדעם יענץ, היינט טוט מען די ליסטע, אנדערע זאכן קענען ווארטן אויף מארגן, אדער א חודש ארום. ווען ס'עט קומען א ליידיגע מינוט אין א מיטוואך מיטאג וועט מען עס דעמאלט טאן. און היינו טעמא דשופר.... אזא מענטש איז בעסער אויסגעשטעלט צו פירן א ביזנעס בדרך צלחה, און איינס פיטערט דאס אנדערע.

וואס ברענגט מיך צום טשאקאלאד אויסגיס אויפ'ן וואלקן-קראצער.

"נעטווארקינג" איז א שטארקע ווארט אין ביזנעס. עס קען זיין אין אומצאליגע פארמען, אבער אלץ איז די אינוועסטמענט מיט דעם זעלבן ציל, געבן א "גוטע" הארציגע געפיל פאר יענעם אז האנדלען מיט מיר איז נישט נאר גוט פאר טרוקענע ציפערן, נאר ס'האט אויך א גוטע טעם, עמאציאנעל, א "קאנעקשאן" ווי מ'זאגט.

ווען א ביזנעס פלאנצט איין אזעלכע געפילן ביי פאטענציעלע קאסטומערס, ווערן זיי גאר שנעל אקטיווע קליענטן, און דער קאנקורענץ דארף ארבייטן אויסטערליש שווער אפילו נאר אויפצוקומען מיט א געדאנק וויאזוי מ'הייבט אן ארבייטן אויף אזעלכע קליענטן, און ווילאנג די גוטע געפיל האלט אן שטייט מען זייער גוט בס"ד.

וועגן דעם זענען דא אזויפיל צוזאמקונפטן אין די "קארפארעיט וועלט," סיי ביי היימישע ביזנעסער און סיי אין די אלגעמיינע ביזנעס וועלט.

אין ניו יארק סיטי למשל, אפילו שוין ביי היימישע ביזנעסער אויך, איז זייער פאפולער צו מאכן א "קארפארעיט פארטי" אויפ'ן דאך פון א געביידע. עס האט א געוויסע אטמאספערע וואס איז נישט צום געפינען אונטער א דאך מיט פיר ווענט. ווי גרעסער די ביזנעס, אלס א גרעסערע דאך דארפן זיי פאר אזעלכע ביזנעס אקטיוויטעטן, אלס מער "פרימיום" די אטמאספערע, די אויפטריטן, די מאכל ומשקה, די סועווענירס, אלס מער פרעסטיזשפול די איינלאדענונגס ליסטע.

ביי איין אזא דאך-צוזאמקונפט, אונטער'ן (אדער העכער'ן) שירעם ברענד פון א וועלט בארימטע לוקסוריעזע – לוקסוס איז גארנישט געזאגט, "באגילדעטע" – האטעל אין צענטער פון ניו יארק, ניו יארק, זענען די מענטשן, אלע מיט מינימום יערליכע פארדינסטן אין די זיבן ציפערן, געשטאנען אין די רייע פאר א שטיקל... טשאקאלאד, ווי מ'וואלט געטיילט שטיקער גאלד.

שוין געזען אמאל א "פלייש סטענד," וואו רויטע לעמפלעך אויף א גלאנציגע פארקעי פרעזענטירן די טייערסטע רעפטלעך געבראטענע בקר?

אדער א "וויין טעיסטינג איווענט" פון די גרעסטע וויין מומחים אויפ'ן ערד קוגל וואס אריינצוגיין דארט דארף מען זיך אויסקענען אין יעדע ווארט לאטייניש אויף א פלאש קאבערנעי שאטאו בלאנק פון נאפאליאנ'ס צייטן וואס גייט פאר אזא 8 מאות אויף ליציטאציע אין סאוטעבי'ס קעלער?

אזא "טשאקאלאד סטענד" איז דארט געווען, אינמיטן דאך, און דער עולם ביזנעס עקזעקיוטיווען איז געשטאנען געדולדיג אין די רייע און געווארט, נאכדעם וואס די "איווענט פלענערס" האבן געלאזט וויסן אז ס'איז געווען גאר שווער צו ברענגען די טשאקאלאד-אין-גאלד פירמע פון קרית יואל צו פרעזענטירן רעפטלעך פונעם האלבע לבנה טשאקאלאד טארט אויפ'ן דאך פונעם מאנהעטן וואלקן-קראצער. די ארגאניזירער האבן נישט נאכגעלאזט, וויסנדיג, ריכטיג, אז די טשאקאלאד אויפ'ן דאך וועט אויפהייבן די באטייליגטע אויף נאך העכערע ספערן און די אינוועסטמענט פונעם צוזאמקונפט וועט זיך האבן אויסגעצאלט מיליאן מאל.

קען טשאקאלאד זיין אזוי אומלעגאל גוט? אזש א מאנהעטן ביזנעס דאך צוזאמקונפט פון מיליארדן זאל פארן יעדן פרייז אויסבעטן די קרית יואל פירמע אראפצוקומען אהין און פארטיילן די גרעסטע און מערסטע-געדענקטע סועוועניר פונעם פארטי?

מ'קען זיך דינגען לעגאל צי אומלעגאל ס'זאל זיין אזוי אבנארמאל צום טעם, צי מ'קען טאקע ווערן שיכור פון טשאקאלאד אדער נישט, אבער "עפעס" זענען די טשאקאלאדן פון "קאקאו-ארט" CocoArt פלעין און פשוט נישט משיג צו זיין.

ווען די גרעסטע פירמעס ווילן אויסקלויבן טשאקאלאד אלס "די" קאמפאני געשאנקעלע וואס בויט דעם פריערדערמאנטן געפיל אז דער קאסטומער קומט מאכן ביזנעס ווי געצויגן מיט א מאגנעט, ווייסן זיי דעם אדרעס פון "קאקאו-ארט" CocoArtדארט אין א קליינטשיק בעיסמענט אויף פראג. שווער צו באגרייפן, אבער לויט ווי עס דערציילן די היימישע אייגענטומער, סערטיפייד "טשאקאלאטיערס" מיט די גרעסטע אויסצייכענונגען אין די אינדוסטריע, האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהערט א "קארפארעיט אמעריקע" קליענט די מינדעסטע נעגאטיווע סיגנאל אז די אבנארמאלע שיכורת-ולא-מיין טשאקאלאדע האט טאקע אזא חסידישע מקור.

אדרבה, זיי נעמען דאס מיט די גרעסטע שעצונג. אז עס בויט ביזנעס, אז עס ברענגט קאסטומערס, זאל זיין מיט א צען אלפים שניפסל, צי ערליך און באשיידן אין סאטמארער שטעטל, נישט קיין חילוק – סוף כל סוף מיינט מען דעם בענדזשאמין פרענקלין.

דער עיקר איז דער "פראדוקט," און דער געפיל וואס דאס ברענגט, שוין יעצט און אויף א לאנגע-טערמין, אז ווען ער הערט מיין נאמען זאל ער געדענקן די קרימינאלע טשאקאלאד וואס גייט נישט ארויס פון זכרון.

יעצט אויף ראש השנה, ווען בארימטע פירמעס ווילן קויפן די ריכטיגע "לשנה טובה" דערמאנונג געשאנקעלע פאר די גוטע שמאלציגע קאסטומערס, די יעצטיגע און פאטענציעלע, איז נישטא עפעס בעסערס ווי א טעצל "חלב ודבש" טשאקאלאד וואס ווערטער דערויף זענען פשוט צו ארים.

איר וואונדערט זיך? ששש... דער ארטיקל קומט באגלייט מיט'ן מאיעסטעטישן זיידענעם נאך-טעם ("פיניש" אין וויין שפראך) פון "איין" אזא קאצקעלע וואס כ'האב טועם געווען א דריי-פיר שעה צוריק און דער אפעטיט איז פארדרימלט אין זעלטענע וואקאציע זייט דעמאלט. וואס קען מען דען זאגן, בלויז אן אינטש אויף אן אינטש קוואדראט, כ'האב נישט קיין אהנונג וואס זיי האבן דארט אריינגעלייגט – כ'ווייס אז ס'איז מילכיג, און אז ס'האט האניג, עס הייסט "חלב ודבש,"Milk and Honey Truffle יעצט ערשינען לכבוד ראש השנה.

אבער די עסטעטיקס, דער ערשטער טעם ביים באגעגענען די לעפצן, די רייזע אויפ'ן צינג, דער גלעט ביים שלינג, און די דערמאנטע נאך-טעם אויף שעות ארוכות. נאך אזאנס נישט טועם געווען פון קיין שום כשר'ע טשאקאלאד איבער די וועלט ביז'ן היינטיגן טאג.

נו, וואס דען זאל מען געבן, א טיי שאל, א וואזע, א פלעשל וויין, א נעפקין האלטער, א פענסיל שארפענער פון גאלד מיט קריסטעל?

נישטא מער קיין אויסוואל, וויפיל איך ווייס ביי מיין פירמע. אז מען וויל קאסטומערס זאלן נישט קענען פארפאסן א מיטינג? אז מען וויל שיקן א "קארפארעיט גיפט" וואס זאל מאכן יענעם אביסל דיסאריענטירט אויף אפאר מינוט און זאגן "פון וואו קומט 'די' טשאקאלאד, נעם די נומבער און לייג עס גוט אוועק"? אז מען וויל יענער זאל, ביי אן אומגעראכטענע צוזאמטרעף, זאגן מיט נאסטאלגישע זכרונות, "אה, וואס טוט איר היינט? איך קען נאך אלץ נישט פארגעסן יענע טשאקאלאד מתנה'לע..."

אז מען וויל א קאסטומער זאל זאגן ביי א ביזנעס שאו פאר זיין קאלעגע, "זעסט אים, ער איז געווארן מיין טאפ סופלייער ווייל ער האט מיר אמאל געברענגט טשאקאלאד, אה נישט חנוכה געלט טשאקאלאד, נאר די בעסטע טשאקאלאד וואס מ'קען נאר באקומען, שט'קיין אהנונג וויאזוי איך קען דיר עס מסביר זיין, בעט עס אים, אפשר וועט ער דיר אויך פארשאפן אביסל..."

אז מען וויל סערווירן טשאקאלאד חלב ודבש Milk and Honey Truffle וואס פירט די באקומערס צו העכערע ספערן און ביזנעסער צו נייע מאגנעטישע קליענטן, רופט מען "קאקאו ארט" CocoArt Artisan Chocolate אין קרית יואל. Tel 845-248-1617 http://www.cocoartchocolate.com

גלייבט מיר, אן דעם וואלט אזא ארטיקל נישט געקענט צושטאנד קומען, בדרך הטבע.

און לכאורה האט יענער אינדוסטריעל סופלייער אויך טועם געווען אזא נייע קאצקע חלב ודבש טשאקאלאדע פאר'ן מיך רופן, היינט ערב סליחות, אזוי גוטמוטיג צו ענטפערן א מעסעדזש פון אסרו חג פסח. ווער ווייסט, ביים נעקסטן ארדער וועל איך אים א פרעג טאן.

וואו איז דער קאצקע, אה.... מיט א קאווע, אדער לויט אפאר מבינים, אפשר גאר מיט א גלעזל סאוויניאן נאפא וואלי 8'טע גענעראציע, נאכדעם, ווער דארף נאך פארן אויף וואקאציע? לשנה טובה ומתוקה...!




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

WOW
א שפראך דעס! קע"ה
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

מאַמאַמיאַ. נישט נארמאל די שפראך, די טשאקאלאד אליינס איז נאך בעסער
אוועטאר
עס וועט זיין גיט
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גיט »

נאך אזא ארטיקעל דארף איך שוין נישט די קאצקע טשאקלעט
איך בין שוין זייט
איך מיין אז עס איז מער אדוויטייזמענט פארן שרייבער
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

CRAZY
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קוקו... אַרט.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

בענקעל האט געשריבן:קוקו... אַרט.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דבש וחלב תחת לשונך!!!
ציקערדיגע שפראך!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

ivelt אדווערטייזמענט האט געשריבן:אין א גרינעם מיטוואך – א מציאות, נישט קיין "היסטארישע פיקציע" – באקום איך אינמיטן טאג א טעלעפאן קאל פון אן אומבאקאנטע נומער, אבער עפעס א גוטער געפיל האט מיר געזאגט עס מיינט ביזנעס.

איך הייב אויף, און דער יעניגער הערט זיך ווי אין גאנץ א גוטע שטימונג.

וואס איז?

"דא רעדט -- ----- פון [קאמפאני אב"ג]. איר האט גערופן אפאר חדשים צוריק..."

וואאאססס? א שיינע מעשה. איך האב גערופן יענע קאמפאני, א גרויסער האלסעיל-סופלייער פון הונדערטער פראדוקטן, אנפרעגן צי זיי קענען איבערנעמען א געוויסע אווערסטאק פון א קליענט מיינער. כ'האב געוואוסט לכתחילה אז ס'איז נישט פאר זיי א לכתחילה'דיגע פראדוקט, אבער פרעגן שאדט נישט. האט מען געזאגט אז דער בעה"ב איז נישטא יעצט און מ'גייט מיך צוריק רופן.

יעדער איז ביזי, איבער-ביזי, באלד צו ווערן דיזי, און א-ווי נארמאל איז עס דארט אראפ פון טיש און פארגעסן געווארן.

יישר כח

אזוי האב איך געמיינט.

דריי חדשים שפעטער, אזוי געדענק איך, כ'האב יעצט איבערגעקוקט, אזוי רעדנדיג-שמועסנדיג-שרייבנדיג, ס'איז געווען נאך אסאך פריער, אפריל דער 10'טער למספרם, דריי טעג נאך פסח – נעוואדע איז עס אראפ פון טיש, אזוי העקטי"ק בלע"ז דעמאלט נאך איבער א וואך געשלאסן.

הכלל, יעצט, איבער פיר חדשים שפעטער, רופט מיך אפעט דער בעל הבית פון די באקאנטע פירמע, וועמענ'ס טראקס באשיינען אפטמאל די חרדישע קארידארן אלס א מוסטער פון א בליענדע היימישע אינדוסטריעל סופליי קאמפאני, און זאגט מיר אז ער וויל פרעגן וואס ער קען מיר העלפן, פון יענעם טעלעפאן מעסעדזש.

האב איך געזאגט בקיצור פון וואס מ'רעדט. זאגט ער מיר, מיט א שמייכל וואס איז בליץ-שנעל דורכגעלאפן די דראטלאזע מיילן לאנגע פארבינדונג פון זיין אפיס ביז מיין טישל, און אריינגעגעבן א גאנץ פיינע פאזיטיווע שטראם דא אין אפיס, אז דערווייל פארקויפט ער נאך נישט דעם פראדוקט, אבער ער האפט אי"ה בקרוב ממש דאס אויך צוצושטעלן.

פיין. פיין? אזוי האב איך געמיינט!

למעשה נאך אראפלייגן ס'טרייבל האב איך געטראכט, "דאס מיינט א גוטער ביזנעסמאן, אזוי וואקסט א ביזנעס." אז מ'וויל דוקא קען מען טרעפן דא דארטן עפעס א האלבע נעגאטיווע שטריך אין דעם עפיזאד, פארוואס ס'האט געדויערט אזוי לאנג, אבער זיין פאזיטיווע גיסטע האט אזוי גוט אויסגעבעט דעם געשפרעך, און דער געפיל אז יענער האט א שטיקל אחריות צו דיר צוריקצוקאלן אפילו אזויפיל שפעטער – אפגעזען די ריזיקע פון די קשיא כנ"ל – האט אזוי ווייט אוועקגעבלאזן יעדע ברעקל נעגאטיוו, אז כ'האב ממש געשפירט א געפיל ווי "הלואי האב איך יעצט אן ארדער וואס איך קען באשטעלן ביי אים."

און ווען א ביזנעס עקזעקיוטיוו אינספירירט "דעם" געפיל פון "איך מוז (בשמחה!) באשטעלן ביזנעס ביי אים, זאל זיין וואס זאל זיין," א געפיל אז ס'וועט מיר פשוט זיין א תענוג ונחת צו האנדלען מיט די פירמע, איז מען ב"ה אנגעקומען גאר, גאר, גאר ווייט, אזוי ווייט אז ביזנעסער געבן אויס מיליאנען דאלאר דאס צו דערגרייכן, און דא האט ער עס געמאכט מיט בלויז איין טעלעפאן קאל.

עס האט אויך געוויזן אומדירעקט אז דער מענטש איז מסודר, מיט פריאריטעטן, קודם דאס, נאכדעם יענץ, היינט טוט מען די ליסטע, אנדערע זאכן קענען ווארטן אויף מארגן, אדער א חודש ארום. ווען ס'עט קומען א ליידיגע מינוט אין א מיטוואך מיטאג וועט מען עס דעמאלט טאן. און היינו טעמא דשופר.... אזא מענטש איז בעסער אויסגעשטעלט צו פירן א ביזנעס בדרך צלחה, און איינס פיטערט דאס אנדערע.

וואס ברענגט מיך צום טשאקאלאד אויסגיס אויפ'ן וואלקן-קראצער.

"נעטווארקינג" איז א שטארקע ווארט אין ביזנעס. עס קען זיין אין אומצאליגע פארמען, אבער אלץ איז די אינוועסטמענט מיט דעם זעלבן ציל, געבן א "גוטע" הארציגע געפיל פאר יענעם אז האנדלען מיט מיר איז נישט נאר גוט פאר טרוקענע ציפערן, נאר ס'האט אויך א גוטע טעם, עמאציאנעל, א "קאנעקשאן" ווי מ'זאגט.

ווען א ביזנעס פלאנצט איין אזעלכע געפילן ביי פאטענציעלע קאסטומערס, ווערן זיי גאר שנעל אקטיווע קליענטן, און דער קאנקורענץ דארף ארבייטן אויסטערליש שווער אפילו נאר אויפצוקומען מיט א געדאנק וויאזוי מ'הייבט אן ארבייטן אויף אזעלכע קליענטן, און ווילאנג די גוטע געפיל האלט אן שטייט מען זייער גוט בס"ד.

וועגן דעם זענען דא אזויפיל צוזאמקונפטן אין די "קארפארעיט וועלט," סיי ביי היימישע ביזנעסער און סיי אין די אלגעמיינע ביזנעס וועלט.

אין ניו יארק סיטי למשל, אפילו שוין ביי היימישע ביזנעסער אויך, איז זייער פאפולער צו מאכן א "קארפארעיט פארטי" אויפ'ן דאך פון א געביידע. עס האט א געוויסע אטמאספערע וואס איז נישט צום געפינען אונטער א דאך מיט פיר ווענט. ווי גרעסער די ביזנעס, אלס א גרעסערע דאך דארפן זיי פאר אזעלכע ביזנעס אקטיוויטעטן, אלס מער "פרימיום" די אטמאספערע, די אויפטריטן, די מאכל ומשקה, די סועווענירס, אלס מער פרעסטיזשפול די איינלאדענונגס ליסטע.

ביי איין אזא דאך-צוזאמקונפט, אונטער'ן (אדער העכער'ן) שירעם ברענד פון א וועלט בארימטע לוקסוריעזע – לוקסוס איז גארנישט געזאגט, "באגילדעטע" – האטעל אין צענטער פון ניו יארק, ניו יארק, זענען די מענטשן, אלע מיט מינימום יערליכע פארדינסטן אין די זיבן ציפערן, געשטאנען אין די רייע פאר א שטיקל... טשאקאלאד, ווי מ'וואלט געטיילט שטיקער גאלד.

שוין געזען אמאל א "פלייש סטענד," וואו רויטע לעמפלעך אויף א גלאנציגע פארקעי פרעזענטירן די טייערסטע רעפטלעך געבראטענע בקר?

אדער א "וויין טעיסטינג איווענט" פון די גרעסטע וויין מומחים אויפ'ן ערד קוגל וואס אריינצוגיין דארט דארף מען זיך אויסקענען אין יעדע ווארט לאטייניש אויף א פלאש קאבערנעי שאטאו בלאנק פון נאפאליאנ'ס צייטן וואס גייט פאר אזא 8 מאות אויף ליציטאציע אין סאוטעבי'ס קעלער?

אזא "טשאקאלאד סטענד" איז דארט געווען, אינמיטן דאך, און דער עולם ביזנעס עקזעקיוטיווען איז געשטאנען געדולדיג אין די רייע און געווארט, נאכדעם וואס די "איווענט פלענערס" האבן געלאזט וויסן אז ס'איז געווען גאר שווער צו ברענגען די טשאקאלאד-אין-גאלד פירמע פון קרית יואל צו פרעזענטירן רעפטלעך פונעם האלבע לבנה טשאקאלאד טארט אויפ'ן דאך פונעם מאנהעטן וואלקן-קראצער. די ארגאניזירער האבן נישט נאכגעלאזט, וויסנדיג, ריכטיג, אז די טשאקאלאד אויפ'ן דאך וועט אויפהייבן די באטייליגטע אויף נאך העכערע ספערן און די אינוועסטמענט פונעם צוזאמקונפט וועט זיך האבן אויסגעצאלט מיליאן מאל.

קען טשאקאלאד זיין אזוי אומלעגאל גוט? אזש א מאנהעטן ביזנעס דאך צוזאמקונפט פון מיליארדן זאל פארן יעדן פרייז אויסבעטן די קרית יואל פירמע אראפצוקומען אהין און פארטיילן די גרעסטע און מערסטע-געדענקטע סועוועניר פונעם פארטי?

מ'קען זיך דינגען לעגאל צי אומלעגאל ס'זאל זיין אזוי אבנארמאל צום טעם, צי מ'קען טאקע ווערן שיכור פון טשאקאלאד אדער נישט, אבער "עפעס" זענען די טשאקאלאדן פון "קאקאו-ארט" CocoArt פלעין און פשוט נישט משיג צו זיין.

ווען די גרעסטע פירמעס ווילן אויסקלויבן טשאקאלאד אלס "די" קאמפאני געשאנקעלע וואס בויט דעם פריערדערמאנטן געפיל אז דער קאסטומער קומט מאכן ביזנעס ווי געצויגן מיט א מאגנעט, ווייסן זיי דעם אדרעס פון "קאקאו-ארט" CocoArtדארט אין א קליינטשיק בעיסמענט אויף פראג. שווער צו באגרייפן, אבער לויט ווי עס דערציילן די היימישע אייגענטומער, סערטיפייד "טשאקאלאטיערס" מיט די גרעסטע אויסצייכענונגען אין די אינדוסטריע, האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהערט א "קארפארעיט אמעריקע" קליענט די מינדעסטע נעגאטיווע סיגנאל אז די אבנארמאלע שיכורת-ולא-מיין טשאקאלאדע האט טאקע אזא חסידישע מקור.

אדרבה, זיי נעמען דאס מיט די גרעסטע שעצונג. אז עס בויט ביזנעס, אז עס ברענגט קאסטומערס, זאל זיין מיט א צען אלפים שניפסל, צי ערליך און באשיידן אין סאטמארער שטעטל, נישט קיין חילוק – סוף כל סוף מיינט מען דעם בענדזשאמין פרענקלין.

דער עיקר איז דער "פראדוקט," און דער געפיל וואס דאס ברענגט, שוין יעצט און אויף א לאנגע-טערמין, אז ווען ער הערט מיין נאמען זאל ער געדענקן די קרימינאלע טשאקאלאד וואס גייט נישט ארויס פון זכרון.

יעצט אויף ראש השנה, ווען בארימטע פירמעס ווילן קויפן די ריכטיגע "לשנה טובה" דערמאנונג געשאנקעלע פאר די גוטע שמאלציגע קאסטומערס, די יעצטיגע און פאטענציעלע, איז נישטא עפעס בעסערס ווי א טעצל "חלב ודבש" טשאקאלאד וואס ווערטער דערויף זענען פשוט צו ארים.

איר וואונדערט זיך? ששש... דער ארטיקל קומט באגלייט מיט'ן מאיעסטעטישן זיידענעם נאך-טעם ("פיניש" אין וויין שפראך) פון "איין" אזא קאצקעלע וואס כ'האב טועם געווען א דריי-פיר שעה צוריק און דער אפעטיט איז פארדרימלט אין זעלטענע וואקאציע זייט דעמאלט. וואס קען מען דען זאגן, בלויז אן אינטש אויף אן אינטש קוואדראט, כ'האב נישט קיין אהנונג וואס זיי האבן דארט אריינגעלייגט – כ'ווייס אז ס'איז מילכיג, און אז ס'האט האניג, עס הייסט "חלב ודבש,"Milk and Honey Truffle יעצט ערשינען לכבוד ראש השנה.

אבער די עסטעטיקס, דער ערשטער טעם ביים באגעגענען די לעפצן, די רייזע אויפ'ן צינג, דער גלעט ביים שלינג, און די דערמאנטע נאך-טעם אויף שעות ארוכות. נאך אזאנס נישט טועם געווען פון קיין שום כשר'ע טשאקאלאד איבער די וועלט ביז'ן היינטיגן טאג.

נו, וואס דען זאל מען געבן, א טיי שאל, א וואזע, א פלעשל וויין, א נעפקין האלטער, א פענסיל שארפענער פון גאלד מיט קריסטעל?

נישטא מער קיין אויסוואל, וויפיל איך ווייס ביי מיין פירמע. אז מען וויל קאסטומערס זאלן נישט קענען פארפאסן א מיטינג? אז מען וויל שיקן א "קארפארעיט גיפט" וואס זאל מאכן יענעם אביסל דיסאריענטירט אויף אפאר מינוט און זאגן "פון וואו קומט 'די' טשאקאלאד, נעם די נומבער און לייג עס גוט אוועק"? אז מען וויל יענער זאל, ביי אן אומגעראכטענע צוזאמטרעף, זאגן מיט נאסטאלגישע זכרונות, "אה, וואס טוט איר היינט? איך קען נאך אלץ נישט פארגעסן יענע טשאקאלאד מתנה'לע..."

אז מען וויל א קאסטומער זאל זאגן ביי א ביזנעס שאו פאר זיין קאלעגע, "זעסט אים, ער איז געווארן מיין טאפ סופלייער ווייל ער האט מיר אמאל געברענגט טשאקאלאד, אה נישט חנוכה געלט טשאקאלאד, נאר די בעסטע טשאקאלאד וואס מ'קען נאר באקומען, שט'קיין אהנונג וויאזוי איך קען דיר עס מסביר זיין, בעט עס אים, אפשר וועט ער דיר אויך פארשאפן אביסל..."

אז מען וויל סערווירן טשאקאלאד חלב ודבש Milk and Honey Truffle וואס פירט די באקומערס צו העכערע ספערן און ביזנעסער צו נייע מאגנעטישע קליענטן, רופט מען "קאקאו ארט" CocoArt Artisan Chocolate אין קרית יואל. Tel 845-248-1617 http://www.cocoartchocolate.com

גלייבט מיר, אן דעם וואלט אזא ארטיקל נישט געקענט צושטאנד קומען, בדרך הטבע.

און לכאורה האט יענער אינדוסטריעל סופלייער אויך טועם געווען אזא נייע קאצקע חלב ודבש טשאקאלאדע פאר'ן מיך רופן, היינט ערב סליחות, אזוי גוטמוטיג צו ענטפערן א מעסעדזש פון אסרו חג פסח. ווער ווייסט, ביים נעקסטן ארדער וועל איך אים א פרעג טאן.

וואו איז דער קאצקע, אה.... מיט א קאווע, אדער לויט אפאר מבינים, אפשר גאר מיט א גלעזל סאוויניאן נאפא וואלי 8'טע גענעראציע, נאכדעם, ווער דארף נאך פארן אויף וואקאציע? לשנה טובה ומתוקה...!
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

ווי קען מען טרעפן א קאפאן קאוד?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דארסט נישט א קופאן קאוד, עס איז ווערד די פולע פרייז.אדער גיי צו ר' יוסל זעלבסט, ער קומט ארויס ארום 10 אזייגער פון דאווענען און בעט אים
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

צו געזונט האט געשריבן:דארסט נישט א קופאן קאוד, עס איז ווערד די פולע פרייז.אדער גיי צו ר' יוסל זעלבסט, ער קומט ארויס ארום 10 אזייגער פון דאווענען און בעט אים

אדרבה לאמיר הערן די האסט געקויפט זיינע זאכן? וויאזוי קאמפערטער צו אנדערע
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

גראדע לעצטנס באקומען א געשאנקעלע אזא מילך-און-האניג טעצל, עס שטימט פיין מיט די עד דא.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אויפגעפרישט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:דארסט נישט א קופאן קאוד, עס איז ווערד די פולע פרייז.אדער גיי צו ר' יוסל זעלבסט, ער קומט ארויס ארום 10 אזייגער פון דאווענען און בעט אים

אדרבה לאמיר הערן די האסט געקויפט זיינע זאכן? וויאזוי קאמפערטער צו אנדערע

האמיר געקויפט. קאמפעירד צו אנדערע? מען שפירט די "ארטיזאן" (הענדמעיד מין ליבשאפט) אין יעדן שטיקל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

צו געזונט האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:דארסט נישט א קופאן קאוד, עס איז ווערד די פולע פרייז.אדער גיי צו ר' יוסל זעלבסט, ער קומט ארויס ארום 10 אזייגער פון דאווענען און בעט אים

אדרבה לאמיר הערן די האסט געקויפט זיינע זאכן? וויאזוי קאמפערטער צו אנדערע

האמיר געקויפט. קאמפעירד צו אנדערע? מען שפירט די "ארטיזאן" (הענדמעיד מין ליבשאפט) אין יעדן שטיקל

שכח
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”