Lost assets
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
Lost assets
לכבוד אלע חשובע חברים ה"יו
אויב איינער ווייסט צו עס איז שייך צוריק צו באקומען נכסים וואס די גאווערמענט האט צוגענומען צוליב נישט באצאלן טעקס.
אויב יא וויאזוי?
יישר כח
אויב איינער ווייסט צו עס איז שייך צוריק צו באקומען נכסים וואס די גאווערמענט האט צוגענומען צוליב נישט באצאלן טעקס.
אויב יא וויאזוי?
יישר כח
- ישוב הדעת
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
- לאקאציע: רעקליינער
צולייגער האט געשריבן:ניין.
א קורצע וויילע נאכן פארקלאוזן האט מען נאך די מעגליכקייט דערצו, איינמאל דער מקח איז חל איז עס מער נישט דעם (געוועזענעם) אייגנטומער'ס בכלל, מכל מכל.
והוא פשוט
אנדערש איז נישט מעגליך פאר די באנק/רעגירונג צו פארקויפן
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אין ניו יארק סיטי איז דער מציאות אז די רעגירונג פארקויפט נישט די פראפערטיס נאר זיי אנעקסירען דאס און עס בלייבט ליגן ביי זיי לאנגע יארן עס קימערט קיינעם צו פארקויפן, עס איז דא איינער ר' ר. ש. וו. נ"י א גרויסער עסקן און כלל טוער וואס העלפט ארויס אין די אנגלעגנהייטן אבער פארט וויל איך וויסען איבערן ציבורס עקספיריענס מיט אזוינע גאטונג ענינים
ברזילי האט געשריבן:אין ניו יארק סיטי איז דער מציאות אז די רעגירונג פארקויפט נישט די פראפערטיס נאר זיי אנעקסירען דאס און עס בלייבט ליגן ביי זיי לאנגע יארן עס קימערט קיינעם צו פארקויפן, עס איז דא איינער ר' ר. ש. וו. נ"י א גרויסער עסקן און כלל טוער וואס העלפט ארויס אין די אנגלעגנהייטן אבער פארט וויל איך וויסען איבערן ציבורס עקספיריענס מיט אזוינע גאטונג ענינים
איך מיין אז די מישסט דא א גרויסע קאשע פון עטליכע זאכן, אדרבא קום אריין קלאר פון וועלכע סארט פארמעגן רעדסטו, און ווער האט עס צוגענומען?
בר דעת האט געשריבן:ברזילי האט געשריבן:אין ניו יארק סיטי איז דער מציאות אז די רעגירונג פארקויפט נישט די פראפערטיס נאר זיי אנעקסירען דאס און עס בלייבט ליגן ביי זיי לאנגע יארן עס קימערט קיינעם צו פארקויפן, עס איז דא איינער ר' ר. ש. וו. נ"י א גרויסער עסקן און כלל טוער וואס העלפט ארויס אין די אנגלעגנהייטן אבער פארט וויל איך וויסען איבערן ציבורס עקספיריענס מיט אזוינע גאטונג ענינים
איך מיין אז די מישסט דא א גרויסע קאשע פון עטליכע זאכן, אדרבא קום אריין קלאר פון וועלכע סארט פארמעגן רעדסטו, און ווער האט עס צוגענומען?
קודם א קורצע הקדמה.
מיר רעדן נאר מפי השמועה והשערה נישט מברר געווען קיין שום פרט על בוריו.
אין די יארן 1980 לערך זענען גאנצעטע גאסן אין וויליאמסבורג געווארן אויסגעשפילט און באזעצט דורך בני שם חם אזש סגעווען א פחד אזוי האט עס אנגעהאלטן א צירקע יאר ביז 1990 בערך מיט די ערשיינונג פון די ארטיסטן און יאפיס געווארן גאר א טייערע געגנט, אין יענע שווערע יארן האבן אסאך היימישע אידן געלאזט פאלן זייערע הייזער ווייל סהאט גארנישט געלוינט אויפצוהאלטן און צאלן שטייערן אלזא האט די שטאט ראט איינגעמאנט די הייזער און שטחים וואס אויף א טייל פון זיי זענען אויפגעשטעלט געווארן הייזער פון דאסניי, אבער הכלל אז די רעגירונג איז געבליבן א שותף טיילווייז אין די אלע פראיעקטן און א טייל פעלער זענען זיי נאך עד היום די פאקטישע בעלעבאטים, איז אונזער שאלה יעצט צו מען קען אויף א געוויסע וועג פייטן די גאווערמענט צוריק צו באקומען די נכסים.
ווער עס ווייסט בידוע אן ענטפער זאל זיך אנרופן די איבריגע זאלן מיט א פארכאפטן אטעם מיטהאלטן, ווי דערועלם ווערט נתעשר איבערנאכט
- משה כספי
- שר האלפיים
- תגובות: 2070
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
- לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
- פארבינד זיך:
פריינד האט געשריבן:איינער ווייסט וויאזוי מען קען צוריק באקומען פארלוירענע געלטער. אדער ווי מען קען וויסן פון וואספארא געלטער מען רעדט
איך האב באקומען א ידיעה אז מיין נאמען איז אויף אזא ליסטע איך האב אבער נישט קיין אנונג פון וואסערע געלטער מען רעדט דא.
New York
עס איז כדאי אויך צו זוכן אויף אלע מיני וועגען, דהיינו די ערשטע נאמען אלס די לעצטע און מיט אביסל גרייזן (יודיש/ענגליש, קוק בילדער)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
משה כספי האט געשריבן:פריינד האט געשריבן:איינער ווייסט וויאזוי מען קען צוריק באקומען פארלוירענע געלטער. אדער ווי מען קען וויסן פון וואספארא געלטער מען רעדט
איך האב באקומען א ידיעה אז מיין נאמען איז אויף אזא ליסטע איך האב אבער נישט קיין אנונג פון וואסערע געלטער מען רעדט דא.
New York
עס איז כדאי אויך צו זוכן אויף אלע מיני וועגען, דהיינו די ערשטע נאמען אלס די לעצטע און מיט אביסל גרייזן (יודיש/ענגליש, קוק בילדער)
שכח! איך האב אויסגעפיהלט די פארם אנליין. וועל מיר זעהן וואס זיי האבן פאר מיר