לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך... איך הייס יעקב נפתלי ראזענבערג און איך בין א Strategic Intervention Coach.
א: פיין, אבער וואס פונקטליך טוהסטו?
י.נ.: איך העלף ארויס מענטשן דורך Strategic Intervention Coaching. אבער... איך גיי דיר נישט צוזאגן קיין גאלדענע גליקן.
א: פארוואס נישט?!
י.נ.: ווייל איך קען דיר נישט.
א: וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם?
י.נ.: יעדע מענטש איז אנדערש. די ביזט נישט דיין חבר און דיין חבר איז נישט דיר.
וואס ארבעט פאר אים וועט נישט דווקא ארבעטן פאר דיר און וואס ארבעט פאר דיר וועט נישט דווקא ארבעטן פאר אים.
א: איז וואס פונקטליך איז דיין מהלך?
י.נ.: איך ווייס נישט.
א: וואס?????????????? יעצט בין איך שוין אינגאנצן צומישט...
י.נ.: אקעי, לאמיר עס מסביר זיין קלאר.
איך ווייס נישט וואס איך קען טוהן פאר דיר – ווייל עס ווענדט זיך אין דיר.
איך גיי דיר נישט נעמען און פרובירן צו אריינקוועטשן אין מיין מהלך אדער סיסטעם וואס איך האלט דארף ארבעטן דאס בעסטע.
וואס איך טוה איז, אז איך נעם מיין knowledge און וויסנשאפט און איך connect עס צו דיין לעבן און וויסנשאפט. איך וועל ניצן אלעס וואס איך האב דיר צו העלפן דערגרייכן דיין ציהל אויף א וועג וואס וועט ארבעטן פאר דיר.
איך ווייס נישט אלעס, אבער איך גלייב אז די ענטפערס וואס די זוכסט ליגן ביי דיר.
מיר ווייסן אלע אז רוב מאל איז עס נישט אז מיר ווייסן נישט וואס צו טוהן, עס זענען נאר דא פארשידענע זאכן זאכן וואס פארמישן אונז אדער וואס האלט אונז צוריק פון טוהן וואס מיר ווילן אדער דארפן טוהן. צומאל איז עס פחד... צומאל ווערט מען צומישט ווייל עס זענען דא צופיל אויסוואלן און מ'ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן א ריכטיגע decision... אדער אמאל ווערט מען אזוי צומישט פון אלע "noise", יעדעם'ס דיעות און מיינונגען, אז ס'איז שווער צו וויסן וואס איז עכט און וואס איז נישט א.א.וו.
דורך מיטטיילן מיט דיר פון די וויסנשאפט וואס איך פארמאג, זיך איך דיך צו געבן די מיטלען צו איבערקומען דאס וואס שטייט דיר און וועג אז די זאלסט קענען דערגרייכן דאס וואס די ווילסט.
א: איז פאר וועם איז דיין coaching געאייגנט?
י.נ.: עס איז געווענליך דא איין סארט מענטש וואס זוכט צו ארבעטן מיט א coach: איינער וואס זוכט פאר מער.
האסטו זיך שוין אמאל געוואונדערט...?
- * איך האב פרנסה ב"ה אויפן טאג טעגליכע לעבן – אבער וויאזוי וועל איך חתונה מאכן מיינע קינדער?
* בין איך די איינציגסטע וואס מוטשעט זיך מיט anxiety, stress און fears?
* איך ווייס וואס איך דארף טוהן צו מצליח זיין – איז פארוואס טוה איך דאס נישט למעשה?
* איך וויל נישט, קען נישט, אדער בין נישט געמאכט צו האבן מיין אייגענע ביזנעס – קען איך נאך אלץ מצליח זיין אויף א ברייטע פארנעם? אויב יא, וויאזוי?
* צו בכלל, האט איר שאלות, קשיות און מחשבות וואס איר שעמט זיך דורכצושמועס'ן מיט אייער נאנטע ווייל זיי וועלן סיי ווי נישט פארשטיין?
אויב ביזטו פון די וואס האלטן נישט ביים "שלום מאכן מיט די מצב" ווייל "אזוי איז עס" און "מ'קען סיי ווי גארנישט טוישן"... נו, דעמאלטס לאמיר כאפן א שמועס.
א: פיין. אבער וויאזוי קען איך וויסן צו די ביזט די מענטש פאר מיר?
י.נ.: איך האב אזא הנאה פון דיין פראגע. ווייל די ביזט גערעכט.
נישט יעדער איז געמאכט פאר יעדעם און איך גלייב אז די האסט די רעכט צו וויסן ווי ווייט מעגליך צו עפעס וועט ארבעטן פאר דיר איידער די אינוועסטירסט צייט, כח און געלט.
און טאקע דערפאר האב איך געעפנט די אשכול. אין די אשכול וועל איך מיטטיילן מיט ענק פראקטישע עצות, סטראטעגיעס, tools און וויסנשאפט וואס קען ענק צוניץ קומען. אזוי וועלן ענק זיך קענען אביסל באקענען מיט מיר און מיין ארבעט.
אבער חוץ פון דעם, איז נאר דא איין וועג צו עכט וויסן צו איך בין די מענטש פאר דיר – דאס אויספרובירן (גענצליך פריי פון אפצאל)
צו באקומען אייער FREE coaching session:
- * Call/Text: 845-414-3922 (דריקט 0). Direct line: 845-414-3575
* אדער שיקט אן email צו: [email protected]
* פארבינדט זיך מיט מיר אין אישי
* אדער דא האט איר א ספעציעלע לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268
מיר וועלן צוזאמען באשטימען א צייט פאר א געהעריגע Free coaching session. (נישט קיין sales call נאר אן עכטע coaching session). נאך די איין session וועלן מיר ביידע וויסן קלאר צו איך בין די coach פאר דיר צו נישט.
*** ניץ אויס די רואיגע זומער טעג, און זייט גרייט פאר'ן קומענדיגע סעזאן ווי קיינמאל בעפאר! ***