ביסטו גרייט אויף דעם קומענדיגן רעסעסיע?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

ביסטו גרייט אויף דעם קומענדיגן רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יא, דו האסט ריכטיג געהערט - די עקאנאמיע גייט נישט אייביג זיין גוט. די פרייזן גייען פאלן. אויך ריעל עסטעיט, יא. אויך די סטאק מארקעט.
עס וועט זיין שווער צו באקומען קעש אדער מארטגעדשעס.
דיין פארמעגנס וועט - מעגליך - ווערט ווערן אסאך ווייניגע.

וואס האסטו אין דיין פלאן-בוך צו זיין גרייט אויף דעם כמעט זיכערער צוקונפט?
האסטו געסעיווט עפעס און אוועקגעלייגט? לוינט זיך צו נעמען א חלק געלט און אוועקלייגן אין פאל מ'דארף עס אין א שוואכע מארקעט?
וויאזוי גייסטו חתונה מאכן, אויב עס וועט פונקט הערשן א רעסעסיע?
איך וויל זיך דא אדורכשמועסן אויף פארשידענע מעגליכקייטן פון זיך אנגרייטן פאר דעם ווארשיינליכן מצב, וועלכער זעט אויס אז עס קומט אן בקרוב ממש.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל זיך דא אדורכשמועסן אויף פארשידענע מעגליכקייטן פון זיך אנגרייטן פאר דעם ווארשיינליכן מצב, וועלכער זעט אויס אז עס קומט אן בקרוב ממש.


פארוואס זעט עס אזוי אויס? די אקאנאמיע איז נישקשה. האט עפעס מיט די האנדל קריג?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

איך בין נישט קיין שרייבער, אבער דאס איז איינער פון די זאכן וואס זענען נוגע לליבי,
הרב יידישע, ישר כח פאר די וויכטיגע אשכול
איז לאמיר צו נעמען די זאך קלארער, ווער ווערט געשעדיגט פון א קראך?
איינער וואס ארבייט אין בי ענד עידזש זיכער נישט.
איינער וואס האט א לאקעל גראסערי אויך נישט.

יעצט לאמיר אריינגיין אין ריעל עסטעיט, איז לכאורה א דעוועלאפער וואס בויט אויף צו פארקויפן דער איז אויף צרות ווייל ער האט נישט פאר וועם צו פארקויפן, די זעלבע ווען איינער קויפט אן אלטע בנין און לייגט אריין אסאך געלט צו עס קענען פארקויפן. דא כאפט א חילוק וואספארא געלט מען האט אינוועסטעד אויב אייגענע געלט איז נאכנישט אזוי געפערליך, אבער אויב איינער האט דאס געטון מיט א לאון פון 10-15 פראצענט, דער איז אויף געהאקטע צרות.. און ער דארף זיך אנגרייטן שטארקע בעקאפ,
איינער וואס האט בילדינגס וואס ער פארדינגט, ווענד זיך זייער שטארק וואסערע מין רענטעלס ער האט, לדוגמא אן אפיס בילדינג איז עט ריסק פון ווערן ליידיג למחצה לשליש ולרביע, וויבאלד אסאך גייען ארויס פון ביזנעס,
ריטעיל, קען אויך זיין אבער דאס ווענד זיך דער עיקר און די לאקעישאן און אין וואסערע טענעטס ער האט. לדוגמא איינער וואס האט סטארס וואס ער פארדינגט אויף לי עוו. גייט נישט גארנישט שפירן.

המשך יבא בלי נדר אויב עס איז איינעם אינטערעסאנט..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ישוב הדעת האט געשריבן:המשך יבא בלי נדר אויב עס איז איינעם אינטערעסאנט..

יא.
ספעציעל אז לייגסט עס אראפ אזוי אז יעדער איינפאכער ביזנעס מאן קען עס לייענען און פארשטיין אויף א גרינגע שפראך מיט היימישע ביישפילן.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

ישוב הדעת האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער, אבער דאס איז איינער פון די זאכן וואס זענען נוגע לליבי,
הרב יידישע, ישר כח פאר די וויכטיגע אשכול
איז לאמיר צו נעמען די זאך קלארער, ווער ווערט געשעדיגט פון א קראך?
איינער וואס ארבייט אין בי ענד עידזש זיכער נישט.
איינער וואס האט א לאקעל גראסערי אויך נישט.

המשך יבא בלי נדר אויב עס איז איינעם אינטערעסאנט..

קודם כל, יא ס'איז זייער אינטערעסאנט און וויכטיג! ייש"כ

בנוגע וואס איר זאגט אז נישט יעדער ווערט אפעקטירט, אודאי ווערט דער אלגעמיינער גראסערי מאן נישט אזוי געשעדיגט ווי דער דעוועלאפער וכו' אבער ס'איז א מציאות אז יעדער שפירט ווען עס איז שווערע צייטן ווייל אדאנק דעם וועט א קאסטומער (וואס איז דירעקט אפעקטירט) איינקויפן ווייניגער, באצאלן שפעטער, נישט געבן טיפס פארן מלמד, נישט געבן אזויפיל פורים געלט פאר די אייניקלעך, נישט געבן פאר א קינד ווען ער מאכט א שמחה, געבן ווייניגער צדקה (וואס היט די מוסדות זייער שווער און עז א ריזאלט לייגן זיי ארויף דעם לאך אויף די עלטערן קרן הבנין וכו', ווי אויך היט דאס די פאנדרעיזינג אינדאסטרי)

בקיצור, א עקאנאמיע איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך און ווען איין שטיקל כאםט א פליק האט עס א דאמינא עפעקט אויף כמעט יעדעם למחצה ולשליש
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

די פאקט אז די עקאנעמי גייט גוט מיינט נאכנישט אז עס קומנט א ריסעשען עני דעי... ס׳איז נאטירליך ווען די עקאנעמי גייט גוט אז געוויסע עקאנעמיסטען שרייען עס קומנט אט אט א קראך.. עס קומנט מער פון ״איך האב געוויסט פון פאראויס״ נאטור.

א slow down איז עפעס וואס געשעט נאטירלעך אבער א ריסעשען האט אנדערע פאקטארן וואס טריגערט עס און ס׳קען געשען היינט און ס׳קען געשען אין צען יאר ארום.

יעצט לענין פערסאלנעל פיינענס איז בכלל א נושא וואס צריך תיקון.

א יעדער צווייטע מענטש האט קרעדיט קארד וכדומה חובות בעת וואס מ׳פראבירט צו לעבן אויף א בעלעבאטישע סטאנדארט, דאס קומנט ווייל אונז זעמיר א טייט קאמיוניטי (א גוטע זאך) איז דא א פרעשור אויף ווי אזוי מ׳דארף לעבן מיט געלט, בעת וואס להבדיל אין די גוישע וועלט ווייזט מען מער ווי מ׳באלאנגט.
יעדער נעמנט א קאר ליעס - אזאך וואס איז א לוקסוס, מ׳גייט צו די קאנטרי, מ׳ספענט אויף רעסטארענטס, פלארידע, יעדער סיסען שיסט מען אלפים פאר די סטייל קליידער פאר יעדער ועוד ועוד.

איינער וואס ארבעט אויף וועידשעס דארף זיך מסדר זיין א בודשעט, אויפהערן צאלן אלעס מיט קרעדיט קארדס, אויסצאלן אלע חובות, מ׳דארף האבן א 3-6 חדשים Emergency קעש פאנד און נאכדעם קען מען אינוועסטען.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

האלטסט איך זאל ווארטן מיטן געלט וואס מען האט אפגעשפארט אויפן רעסעשן ?
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6259
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

אויב איך האב אן לייו אונשורענס פאלעסי גייט מיר עפעס שאדן ווערן ביי א רעסעסיע?
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מען דארף נאך צוריק גיין צו מאלטיי פעמילי אינוועסטמענטס,
אבער פארדעם דארף מען רעדן וועגן די גרויסע צרה וואס וועט אפעקטן א גרויס פראצענט פון אחב״י אויב קומט א קראך וואס דאס איז די קאנסטראקשאן אינדערסטרי.. וואס דאס דארף נישט קיין הסבר, סא ווי דער רעדל הייבט זיך אן דרייען איז ביי די בענק, קיינער געבט נישט קיין מארגעדזש גרינג, נאך שווערער איז קאמערשאל און אפגערעדט קאנסטראקשאן לאון׳ס,
יעצט וויפיל פראצענט פון מענטשען וואס איר קענט זענען אין די קאנסטראקשאן ליין? איך מיין אז ביי יעדעם איז דער נומער הויך, איך קען זאגן אז פון מיינע חבירים אין ישיבה זענען א דריטל זיכער (מסתמא מער) אין די ליין..
סא וואס געשעט איז אז אויב עס איז נישטא קיין פיינענסינג קויפט מען נישט קיין פרישע פראפערטיס און אפי׳ דער וואס האט שוין בויט נישט.. עס איז פשוט נישטא קיין ביזנעס, און אויפצוהאלטן א קאנסטראקשאן קאמפעני, ווי למשל פרעימינג קאסט א הון רב, אינשארענס אליינס איז 250k א יאר, סא לענ״ד דער קאנסטראקשאן ליין איז אין גרויס ריסק אויב קומט אן ערענסטע רעסעסיע, זאל דער רבוש״ע האלטן די רעכטע האנט..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

יעקב פריינד האט געשריבן:אויב איך האב אן לייו אונשורענס פאלעסי גייט מיר עפעס שאדן ווערן ביי א רעסעסיע?

Whole life’s are mutual funds and can get effected as any investment however they are more stable then stocks.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

בענקעל האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:המשך יבא בלי נדר אויב עס איז איינעם אינטערעסאנט..

יא.
ספעציעל אז לייגסט עס אראפ אזוי אז יעדער איינפאכער ביזנעס מאן קען עס לייענען און פארשטיין אויף א גרינגע שפראך מיט היימישע ביישפילן.


ישר כח, געבט כח צו שרייבן
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

קהל עדתינו האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער, אבער דאס איז איינער פון די זאכן וואס זענען נוגע לליבי,
הרב יידישע, ישר כח פאר די וויכטיגע אשכול
איז לאמיר צו נעמען די זאך קלארער, ווער ווערט געשעדיגט פון א קראך?
איינער וואס ארבייט אין בי ענד עידזש זיכער נישט.
איינער וואס האט א לאקעל גראסערי אויך נישט.

המשך יבא בלי נדר אויב עס איז איינעם אינטערעסאנט..

קודם כל, יא ס'איז זייער אינטערעסאנט און וויכטיג! ייש"כ

בנוגע וואס איר זאגט אז נישט יעדער ווערט אפעקטירט, אודאי ווערט דער אלגעמיינער גראסערי מאן נישט אזוי געשעדיגט ווי דער דעוועלאפער וכו' אבער ס'איז א מציאות אז יעדער שפירט ווען עס איז שווערע צייטן ווייל אדאנק דעם וועט א קאסטומער (וואס איז דירעקט אפעקטירט) איינקויפן ווייניגער, באצאלן שפעטער, נישט געבן טיפס פארן מלמד, נישט געבן אזויפיל פורים געלט פאר די אייניקלעך, נישט געבן פאר א קינד ווען ער מאכט א שמחה, געבן ווייניגער צדקה (וואס היט די מוסדות זייער שווער און עז א ריזאלט לייגן זיי ארויף דעם לאך אויף די עלטערן קרן הבנין וכו', ווי אויך היט דאס די פאנדרעיזינג אינדאסטרי)

בקיצור, א עקאנאמיע איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך און ווען איין שטיקל כאםט א פליק האט עס א דאמינא עפעקט אויף כמעט יעדעם למחצה ולשליש


גערעכט! איך באציה זיך בעיקר אויף אן ערענסטע עפעקט אויף די גאנצע פרנסה.. וויפיל ווייניגער קויפט מען איין אין גראסערי?
איה״נ די וואס זייער עיקר ביזנעס איז לוקסוס׳דיגע סערוויסעס א שטייגער ווי פלאוווערס, פאר רייכע חתונות, קען טאקע שפירן א גרעסערע אפעקט, אבער קומט נישט צו צום אינגערמאן וואס פארקויפט טירן אדער פענסטערס..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מיר ווארטן אויפן המשך
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

ישוב הדעת האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער, אבער דאס איז איינער פון די זאכן וואס זענען נוגע לליבי,
הרב יידישע, ישר כח פאר די וויכטיגע אשכול
איז לאמיר צו נעמען די זאך קלארער, ווער ווערט געשעדיגט פון א קראך?
איינער וואס ארבייט אין בי ענד עידזש זיכער נישט.
איינער וואס האט א לאקעל גראסערי אויך נישט.

המשך יבא בלי נדר אויב עס איז איינעם אינטערעסאנט..

קודם כל, יא ס'איז זייער אינטערעסאנט און וויכטיג! ייש"כ

בנוגע וואס איר זאגט אז נישט יעדער ווערט אפעקטירט, אודאי ווערט דער אלגעמיינער גראסערי מאן נישט אזוי געשעדיגט ווי דער דעוועלאפער וכו' אבער ס'איז א מציאות אז יעדער שפירט ווען עס איז שווערע צייטן ווייל אדאנק דעם וועט א קאסטומער (וואס איז דירעקט אפעקטירט) איינקויפן ווייניגער, באצאלן שפעטער, נישט געבן טיפס פארן מלמד, נישט געבן אזויפיל פורים געלט פאר די אייניקלעך, נישט געבן פאר א קינד ווען ער מאכט א שמחה, געבן ווייניגער צדקה (וואס היט די מוסדות זייער שווער און עז א ריזאלט לייגן זיי ארויף דעם לאך אויף די עלטערן קרן הבנין וכו', ווי אויך היט דאס די פאנדרעיזינג אינדאסטרי)

בקיצור, א עקאנאמיע איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך און ווען איין שטיקל כאםט א פליק האט עס א דאמינא עפעקט אויף כמעט יעדעם למחצה ולשליש


גערעכט! איך באציה זיך בעיקר אויף אן ערענסטע עפעקט אויף די גאנצע פרנסה.. וויפיל ווייניגער קויפט מען איין אין גראסערי?
איה״נ די וואס זייער עיקר ביזנעס איז לוקסוס׳דיגע סערוויסעס א שטייגער ווי פלאוווערס, פאר רייכע חתונות, קען טאקע שפירן א גרעסערע אפעקט, אבער קומט נישט צו צום אינגערמאן וואס פארקויפט טירן אדער פענסטערס..

100% אזוי, מיר האלטן די זעלבע איך האב נאר אנגעמערקט אז קיינער קען נישט זאגן שלום עלי נפשי
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

Lol
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Looks like the present is OK with most of the people here, they just have to worry on the future, I would ask if the Oilem is OK currently
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך ליין אין וואונדער מיך, וואס האט געטריגערט דעם אשכול???

שרייבערס דא מיט זייער א קלאר פעדערל. און זייער א ריכטיגע נושא. אדרבה מען קומט אריין קלאר אין גיט, מען זאל עס שיין אויסברייטערן אויף אלע פראנטען.

איז דא עפעס ספעציפיש יעצט וואס דאס זאל זיין א הייסע נושא?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

קלוגע ביזנעסלייט עשירים פיילען יעצט קעש. על הקראך שיבוא.
אזוי זאגן די עקספערטן, 2019-2020
וה׳ ישמור ויעזור
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

8 עצות זיך צוצגרייטן צום נעקסטן רעסעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

1. העכער דיין סעיווינגס אקאונט באלאנס.
האסטו גענוג אויף צו לעבן 6 חדשים?
אויב נישט שטרענג זיך אביסל אן און זע צו סעיוון דעם סכום.
אויב דו ווייסט נישט וויאזוי - רעד מיט א מומחה.

2. נידער דיין אפהענגיקייט.
אויב למשל דו זעסט אז פון יעדן דאלער וואס דו פארדינסט ווערט אויסגעגעבן 90 פראצענט, מיינט דאס אז דו ביסט אפהענגיק 90% פון דיין אינקאם. נידער עס!
אדער דורך העכערן דיינע פארדינסטן, אדער דורך נידערן דיינע אויסגאבן.

3. ברייטער אויס דיינע שורות.
ווארט נישט ביז ווען דו מוזט זיך ווענדן צו מענטשן אויף צו טרעפן א פרישע דזשאב, פול-טיים אדער פארט-טיים. הייב שוין אן צו בויען א גרויסע און ברייטע צירקול פון באקאנטע.
ביזנעס-לייט כאפן ווען דו ווערסט פריינדליך ווען דו דארפסט עפעס פון זיי. ווארט נישט אויף שפעטער, הייב שוין אן אויסצוברייטערן דיינע רייעס פון פריינט און באקאנטע. באקען זיך מיט שכנים און מיט ביזנעסלייט. פריש אויף יוגנט חברים, קום צו מסיבות און שמחות, און באטייליג זיך אין שמועסן און קופקעס. געדענק צו האבן א 20 סעקונדע מעסעדזש איבער דיר אליין, וועלכע וועט מעגליך צוניץ קומען בעתיד.

4. נעם א זייטן-דזשאב
אפילו איצט ברוך ה' האסטו א פול טיים דזשאב, אבער ווען שווערע צייטן קומען, קען מען נישט וויסן.
גיב זיך א שטרענג אן און נעם נאך א זייטן דזשאב, אזוי אז על כל צרה שלא תבוא, האסטו כאטש א פארט-טיים פרנסה. און אי"ה וועט שוין זיין וואו די ברכה זאל חל זיין. פון א קליינע דזשאב איז אסאך לייכטער אנצוקומען צו א רעגורלער פול-טיים דזשאב.


5. צאל אפ חובות
דורך אפצאלן חובות, און ממילא דיין קרעדיט סקאר הויך, וועסטו קענען באקומען א מארטגעדזש אדער לאון ווען די צייט וועט קומען און דו וועסט עס וועלן.

6. בואו חשבון
עס איז פיל לייכטער צו מצליח זיין פינאנציעל אויב דו ווייסט וואו אהין דיין געלט קומט אן.
היינט איז פאראן כמה וכמה פראגראמען וואס מאכן דיין באדזשעט, דו קענסט זען פונקטליך וואו דו גיבסט אויס צו פיהל, און וואו די לעכער זענען.

7. לעולם ישליש אדם...
האלט נישט אלעס אין סטאקס. דאס איז א חטא בל יכופר. ווען א רעסעסיע קומט, קען א מענטש ל"ע פארלירן צו א גרויסע חלק פון זיין פארמעגנס ה"י.
בפרט אויב דו ביסט שוין אביסל נענטער צו רעטייערמענט.

8. תיכף ומיד
ווען די נייעס אגענטורן וועלן פארציילן אז מיר געפונענן זיך אין א רעסעסיע, מיינט דאס אז מיר זענען שוין דערין.
דערפאר איז די צייט זיך בעפארצוברייטען - איצט!
וויכטיגער פון זיצן און זיכן די סימנים פון א רעסעסיע איז דאס זיך צוגרייטן דערפאר.
עס איז נישט קיין שאלה צו עס גייט קומען, עס איז נאר א פראגע "ווען". ממילא איז זייער כדאי דאס נישט אפצושטיפן און זיך צוגרייטן וואס פריער.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:די פאקט אז די עקאנעמי גייט גוט מיינט נאכנישט אז עס קומנט א ריסעשען עני דעי... ס׳איז נאטירליך ווען די עקאנעמי גייט גוט אז געוויסע עקאנעמיסטען שרייען עס קומנט אט אט א קראך.. עס קומנט מער פון ״איך האב געוויסט פון פאראויס״ נאטור.
.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

יידישע קהילות האט געשריבן: געדענק צו האבן א 20 סעקונדע מעסעדזש איבער דיר אליין, וועלכע וועט מעגליך צוניץ קומען בעתיד.

זייער א וויכטיגע זאך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

ווישוואש האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן: געדענק צו האבן א 20 סעקונדע מעסעדזש איבער דיר אליין, וועלכע וועט מעגליך צוניץ קומען בעתיד.

זייער א וויכטיגע זאך.

וואס מיינט א מעסעדש פון וועם צו וועם ביטע מסביר זיין
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ווען דו רעדסט צו מענטשן, באקאנטע אדער נייע חברים, ווארף אריין א "כי אם זכרתני..."
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
מיט דיר
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט דיר »

אינער וויסט פין א גיטע עפ וואס מען קען האלטן חשבון וןי געלט גייט עס קוקט אויס זיר וויכטיג.
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל זיך דא אדורכשמועסן אויף פארשידענע מעגליכקייטן פון זיך אנגרייטן פאר דעם ווארשיינליכן מצב, וועלכער זעט אויס אז עס קומט אן בקרוב ממש.


פארוואס זעט עס אזוי אויס? די אקאנאמיע איז נישקשה. האט עפעס מיט די האנדל קריג?


סא דו מיינסט אז אין די נעקסטע 50 יאר גייט נישט זיין קיין רעסעשן? די היסטאריע ווייזט אז יא...


א וויכטיגע אשכול דאס.


מיין שאלה איז, צו ס'איז נישט אפשר קיין גוטע עצה אנצוזאמלען אלעס אין קעש אז (ערגעץ אין די נעקסטע צוואנציג יאר) ווען ס'וועט ווארשיינלעך קראכן, זאל מען קענען כאפן א גוטן קעש דיעל הויז פאר פרוטות..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”