אלעס וועגן טראוועל

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

אלעס וועגן טראוועל

תגובהדורך טאגליכט » מאנטאג פאברואר 04, 2008 10:26 pm

אזוי מהאט מיר מעורר געווען פארוואס איך שרייב שוין כמעט נישט, האב איך דעסיידעט יא עפעס צו שרייבן, און כאניש געהאט וואס, האב איך באשלאסן צו עפענען אן אשכון אין די סיגיא וואס איך גלייך די מערסטע טראוועל, אבער כווייס דאך נישט מיט וואס צו אנהייבן, האב יאך באשלאסן צו מאכן א שו"ת אשכול, ווער סוויל וויסן זאל פרעגן, און כעל פרובירן צו ענטפערן לויט וויפיל איך קאן.

טראוועל אינקלאדט אסאך זאכן, ווי למשל, האטעלס, עירליין טיקעטס, עירליין אינפארמאציע, טרעין, קאר רענטעלס, וואקאציע רענטענלס, קרוז שיפן, באסעס. א. א. וו.

נו ווער האט די ערשטע קשיא?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 10:39 am

איך האב שוין אין אן אנדער פלאץ געבעטן אין געמאנט מען זאל עפענן א עקסטערע פארום פאר קאר רענטל'ס און איך זע האט איינער זיך אנגערופן דארט אז ער זיכט אויך צו דינגן ביליג אבער קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין זייט אפשר דא וועט מען זיך מער אומקוקן אויף די וואס זוכן צו דינגן ביליג
איך ברענג א ציטוט פון דארט:
zamel האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:נו וואס איז געווען די ענד פון די מעשה ביסט אנגעקומען אין?
ביי די וועי עס וואלט געווען כדאי צו מאכן אן עקסערע פארום פאר רענטן קארן איך וויל למשל יעצט דינגן א וועגעלע פאר א וואך איך דריי מיך שוין ארום פון מעכיל צו רעכיל אבער איך האב נאך נישט דאס וואס איך זוך..
איך בין עלטער פון 21 אבער יונגער פון 25 איך מיין אז א גרויסע עולם דא איז אין אזא מצב בערך עס איז דא אסאך וואס מקען טון אין דעם פעלד...
נו איז איינער גרייט זיך אריין צו לייגן אין אט דעם סוגיא?


איך בין נאך אנדר 21 אין איך זיך זייער דריגענד צו דינגען הילף ביטע h|-

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 10:59 am

אין לגבי זעמעל'ס פראבלעם: וויפיל איך ווייס ווילאנג ס'איז נאך דא די רויטע ווערטער אויף די לייסענס איז די בעסטע צו דינגן ביי ענטערפרייס מיט א קארפערעט נאמבער (מען מעג עס דא לייגן?) עס קאסט 39.99 פאר א קליינע קאמפעק קאר פלאס 18$ אנדער עדזש פי. וויפיל איך האב נאר פרובירט איז דאס געווען די ביליגסטע.

פאר דיין אינפארמיישאן זיי לאזן נישט דינגן קיין גרויסע קארס דאס הייסט אז די קענסט דינגן נאר ביז א מיט סייז

אין אויך דארף דאס ווערן אפראוועט ביי די לאס קאנטראל דיפארטמענט דאס הייסט אז ווען די קומסט אן צום קאנטער פילן זיי אויס די קאנטראקט אין דערנאך פעקסען זיי דאס צו די הויכע פענטסער אין דערנאך קאלט איינער פון דארט אריין זאגן צו יא צו ניין איך בין אלעמאל געווארן אפרופט ב"ה די סיבה דערפון איז ווייל איך בין געקומען מיט א קארפערט נאמבער אין מיט א מעדזאר קרעדיט קארד סא סאיז נישט געווען קיין סיבה מיך נישט אדורך צו לאזן.

די פראבלעם איז נאר אז עס דוירט צייט אמאל מער אין אמאל ווייניגער... הערט א מעשה וואס איך האב געהאט:

איך בין געגאנגן דינגן דער ארבעטער האט געשיקט די קאנטראקט צו איין הויכע פענסטער אבער ער האט נישט גענטפערט האט ער געקאלט אהין האט די סעקרעטערי געזאגט אז ער איז נישט אין אפיס יעצט האט ער עס געשיקט צו נאך א פענטסער אבער אן ערפאלג די סוף פון די מעשה איז געווען אז ער האט אנגעקאלט עפעס א הויכע שישקע אין געזאגט אז די קאסטעמער ווארט שוין דא באלד א שעה אין איך קען נישט באקומען קיין עפראוועל האט ער עס געפעקסט א דריטע מאל אין ענדליך נאך איבער א שעה ווארטן האב איך געקענט אוועק דרייוון. (היינט נעמט עס ווייניגער ווי א האלבע שעה פון מיין הויז אין ווימ"ס ביז איך זוך שוין פארקינג פאר מיין געדינגענע קארל...)
איך זאג עס וועגן דעם אז מען זאל זיין גערישט דעראויף ווייל איך בין נישט געווען אין עס איז זייער אומב'טעמ'ט געוועזן... איך בין ענדליך אנגעקומען הער איך עפעס א מעשה אז מען דארף עפראווען איך בין געווען נערוועז ווער ווייסט צו זיי גיין מיך עפראווען...

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 12:05 pm

אקעי, די זשאוק מיט ענטערפרייס איז פארטיג, מקען עס שוין נישט באקומען אפילו מיט א קארפארעיט נו., וואס מקען יא טוהן איז ביי באזשעט פרי פעיד, קען מען יא באקומען אונטער 25 אויך אינטער 21 נאר סאיז אביסל טייערער די פרי פעיד אנדער עידש ווי די געהעריגע פרי פעיד. אגב פרי פעיד איז געווענליך טייערער ווי די געהעריגע רעיט, איך מיין אז ביי דאללער קען מען אויך דורך ווישן די אנדער 25 דורך פרי פעיד.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:03 pm

זייער אינטערסאנט איך האב קיינמאל נישט געהערט וועגן פרי פעיד מען קען דאס טון אויפ זייער וועב זייטעל?

וועגן ענטערפרייס מיין איך אז עס איז נישט פארטיג הגם איך האב נישט פרובירט די לעצטע פאר חדשים אבער מסתם ביסטו פון ק"י דארטן ווילן זיי דאס נישט טון אבער דא אין מקינעס בולעווארד טון זיי דאס בסבר פנים יפות

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:20 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אין לגבי זעמעל'ס פראבלעם: וויפיל איך ווייס ווילאנג ס'איז נאך דא די רויטע ווערטער אויף די לייסענס איז די בעסטע צו דינגן ביי ענטערפרייס מיט א קארפערעט נאמבער (מען מעג עס דא לייגן?)


ניין.

איבער די גאנצע ענין עלעך בל"נ איבערגעבן פון מיין עקספיריענס שפעטער אינעם טאג.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:22 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:אין לגבי זעמעל'ס פראבלעם: וויפיל איך ווייס ווילאנג ס'איז נאך דא די רויטע ווערטער אויף די לייסענס איז די בעסטע צו דינגן ביי ענטערפרייס מיט א קארפערעט נאמבער (מען מעג עס דא לייגן?)


ניין.

איבער די גאנצע ענין עלעך בל"נ איבערגעבן פון מיין עקספיריענס שפעטער אינעם טאג.
פארוואס טאר מען עס נישט לייגן?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:28 pm

טשענדזש סאבדזשעקט פליז. כאפ דעם נעקסטן באס צום נושא......
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:29 pm

פרי פעיד קען מען נאר ביי א טראוועל אגענט, אדער מיט א פעקעדש דיל, און מיט די קארפארעיט אקאונט איז פון דעסעמבער איינס, האבן זיי עס געסטאפט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:52 pm

אה נו די ביסט דאך אין די ליין אפשר געסטו מיר א גוטע דיל איך וויל דינגן פאר א וואך א פול סייז קאר איך בין עלטער 21 אונטער 25 וואס איז די בעסטע רעט וואס די קענסט געבן?

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 2:57 pm

אן קיין דעיטס קען איך נישט געבן קיין פרייז

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 05, 2008 10:57 pm

אן א נאמען קענסטו יא?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג פאברואר 05, 2008 11:01 pm

יא א נאמען ברויך איך נישט איך קען אפילו אריינשרייבן דיין ניק, און דו קענסט באקומען די קאר אפילו סשטימט נישט די נאמען, סאיז נישט קיין עירליין טיקעט...........

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך פאברואר 06, 2008 1:50 pm

טאגליך: איך האב א שאלה, איך פלאן צו פארען קיין אויסלאנד, אין די קימעדיגע וואכען, איך וויל באקימען די ערשטע זיץ, נאך ביזנעס קלעס, וואס איז די בעסטע עצה???

איך האב שוין איינמאל באקימען די הבטחה פינעם טרעוועל אגענט, אבער למעשה די זיץ האב איך נישט באקימען, וואס טו איך אז איך זאל זיין פארזיכערט דערמיט????

בד"וו טאגליך: איך האב יענעם געגעבען דיין נאמבער, אין און איין וועגס האב איך אים פארציילט, וואו שטארק די האסט מיר געטרייט צו העלפען ווען איך בין געפארען אויף אר"י, אין אז ווען נישט דיין כמעט גאראנטי, וואלט איך מיך נישט ארויסגעלאזט קיין פראנקפארט, יענע זומער, אבער איך האב אים אויך געגעבען די שווארצע אפשען פין בוקען ביי א צווייטע קאמפאני, אבער איך האב אים געזאגט אז איך ווייס נישט פין קיינעם וואס האט דאס למעשה געטיען.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דאנארשטאג פאברואר 07, 2008 2:14 pm

מיט וועלכע עירליין און קיין וואו?

יעדע עירליין האט זיך זייערע רולס, למשל ביי אמעריקען עירליינס קענסטו עס נישט באקומען נאר אויב דו ביסט אן עליט מעמבער, און אויב דו האסט מעדיקעל פראבלעמס, און אן עליט מעמבער קומט פאר די מעדיקעל פראבלעמס, אדער מיט אן אינפענט , בריטיש קען מען נישט נעמען קיין סיטס פון פאראויס. נאר 24 שעה פארן פלייט, איין טריק איז דא וואס איך וויל נישט אויסזאגן איך טוה עס ווען איינער בוקט א טיקעט דורך מיר. ווירזשין אטלאנטיק כדי צו באקומער יענע סיט מוז מען בוקן כאטש 6 חדשים פריער, זיי זענען אלס פיל, בקיציר סווענד זיך וועלכע עירליין, ווי מפארט, און עליט סטאטוס.

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דאנארשטאג פאברואר 07, 2008 2:23 pm

אגב אפשר דערציילסטו מיר וואס דו האסט געהאט אין פראנקפורט?

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג פאברואר 07, 2008 8:29 pm

מעשה שהיה כך והיה, איך האב געהאט א טיקעט קיין אר"י, געקויפט ביי איינעם אין מאנסי, אויף לופט-האנזא, אין ווען עס איז געקימען בשעת מעשה האב איך געוואלט פארען צוויי טאג פריער, אבער ווייל עס איז געווען א גרופ טיקעט (די עכטע סיבה איז ווייל איך האב אים שוין געהאט אויסגעצאלט די טיקעט האט ער שוין אויף מיין זייט נישט געקיקט)האט דער עידזשענט נישט געקענט טוישען, אבער אזויפיל האט יא געטיען ער האט מיר געאפערט אז פאר צוויי מאות, קען איך עס טוישען ביים טישעל אין עיר פארט, קים איך אן אין עירפארט, זאגט מען מיר יא פין דא אויף פראנקפורט איז נישט קיין פראבלעים, אבער פין דארט און ווייטער, ביזטו כמעט א גאראנטיערט אז די וועסט נישט האבען קיין פלאץ אויפען פליגער, נו וואס טוט א קרעטשמע מיטגלידער?

מען רופט אן טאגליכט, און מען פרעגט כדת מה לעשות, לוינט זיך ארויסציפארען אדער נישט ער זאגט דאך מיך אז איך בין כמעט גאראנטיערט נישט צו כאפען די פליגער,

אבער אויפען ראט פון טאגליכט האב איך מיך ארויסגעלאזט קיין פראנקפורט, און וואס מיינט איר יא איך האב געמאכט די צווייטע פליגער, עס איז צוגעגאנגען פינקט אזוי וואו טאגליכט האט מיר פארגעשלאגען,

איך יענע מאל געפלויגען די ערשטע מאל זייט איך בין אלט געווארען איין יאר, איך בין געווען זייער פארלוירען, און די האסט מיר געגעבען סך בעסערע סערוויס וואו, דער טרעוועל עידזשענט וואס איך האב באצאלט, האב איך געפילט אז איך דארף דיך מכיר טובה זיין.


יא אין בד"וו איך פאר מיט בריטיש אי"ה, און איך האב באמת א בובו אויף מיין פיס.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » פרייטאג פאברואר 08, 2008 10:55 am

פירסט אף אלל, איך געדענק נישט אזא מעשה, סעקאנד, ווי האסטו געקויפט די בריטיש, ביי אמעריקען אירליינס?

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג פאברואר 08, 2008 3:05 pm

ניין ביי א געהעריגע טרעוול עידזשענט, איך טרעף מיין אינפארמעשאן אויף בריטיש'ס וועב זייטעל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » זונטאג פאברואר 10, 2008 12:26 pm

דאן קאן איך דיר נישט העלפן, נעקסטיים קויף ביי אמעריקען אדער ביי מיר, וואלט איך עס געקאנט ארלעידיגן

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 13, 2008 5:33 pm

טאגליכט האט געשריבן:אקעי, די זשאוק מיט ענטערפרייס איז פארטיג, מקען עס שוין נישט באקומען אפילו מיט א קארפארעיט נו., וואס מקען יא טוהן איז ביי באזשעט פרי פעיד, קען מען יא באקומען אונטער 25 אויך אינטער 21 נאר סאיז אביסל טייערער די פרי פעיד אנדער עידש ווי די געהעריגע פרי פעיד. אגב פרי פעיד איז געווענליך טייערער ווי די געהעריגע רעיט, איך מיין אז ביי דאללער קען מען אויך דורך ווישן די אנדער 25 דורך פרי פעיד.

עס מוז זיין עפעס א מיספארשטענדעניש איבער דעם ענין ווייל איך בין געווען ביי ענטערפרייז אין גרינפוינט האב איך געפרעגט מר. דזערמי ירום הודו (דער ברענטש מענדשער דער עולם דא קען אים מסתם ער טרייט צו זיין נייס צו דעם חסידישן עולם כמעט יעדע מאל איך גיי אהין טרעף איך דארט היימישע אידן)

עני וועי זאגט ער מיר אז עס האט זיך גארנישט געטוישט זיי פארדינגן נאך פאר אונטער 21 פאר 18 טאלער א טאג מער. האב איך אים געפרעגט צו אפשר ביי אנדערע ברענטשעס אפשר קען מען נישט, זאגט ער ניין ס'איז געהעריג אריין געשריבן אין זייערע רעגולאציעס - סא נארמאל דארף יעדע ברענטש דאס צו לאזן. עד כאן פון דעם מענעדשער.

איך האב מורא מחולק צו זיין מיט א טראוועל אגענט אבער פאר די יונגענטליכע פון צווישן אונז זאג איך אזוי: אז איר ווילט דינגן אן אויטא פרובירט צו גיין צו ענטערפרייז אז עס גייט נישט דאן לאזט דא דעם עולם וויסן.

איך זאג דאס וועגן דעם ווייל איך האב מורא אז די יונגנטליכע העלן נישט אמאל פרובירן אמער סשטייט דאך אין קרעטשמע אז ס'ארבעט נישט מער... זאג איך פרובירט ס'ארבעט לכוארה יא!

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » מיטוואך פאברואר 13, 2008 11:20 pm

האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, פאר 15-25 דאלאר מער א טאג קענסטו דינגען אנדער עידש, איך רעד פון די אלע קארפארעיט אקאונטס וואס מפלעגט קענען דינגען פאר די געהעריגע רעיט, אפילו אנדער עידש, דאס האט זיך געסטאפט

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 11:06 am

רבותי אזוי ווי איך זעה אז מען קען נישט קומען דא צו א פשרה בנוגע ענטערפרייז, וויל איך דא זאגן אזוי,

יעדע קארפארעט אקאונט האט אויטאמאטיש נישט קיין אנדערעידש פי.
איך רעד וועגן די אנדערעידזש פי פון אונטער 25
דאס בין איך געוואר געווארן ביים עפענען א קארפארעט אקאונט....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך דאכצעכמיר » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 11:50 am

האט איינער אפשר מער אינפארמאציע וועגן די קאר רענטל מרבה חיים?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 07, 2008 3:58 am

איך זוך א גוטן פרייז קיין ארץ ישראל ארום אנהויב שבט. יאנואר 20
לכתחילה נישט מיט אל-על
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט