סטעיק האוז רעסטאראנט אין וויליאמסבורג

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האלט איר אז טייערע פליישיגע רעסטאראנט האט פלאץ און די צייט איז רייף אין וויליאמסבורג?

יא
58
51%
ניין
27
24%
נאר מיט חבירים וועל איך גיין
3
3%
נאר ביזנעס
5
4%
נישט מיט די ווייב
3
3%
נאר מיט די ווייב
6
5%
נאר אין א פריוואטע פארטי רום
12
11%
 
סך הכל שטימען: 114

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פאראויס צו זאגען צו א זאך גייט מצליח זיין צו נישט קען היינט צוטאגס קיינער נישט, מען קען עס צולייגען און זעהן אויבען אויף צו עס האט א שאנס אדער נישט.

איך אלס וויליאמסבורגע איינוואוינער וואלט ווען נישט אהינגעגאנגען פשוט ווייל ווען איך גיי ארויס מיט די ווייב ברויך איך נישט מיין שוואגער, קאזין, חבר, שכן און קאנטרימעד ביי די נעקסטע טישעל.

און בכלליות איז די גאנצע היי ענד רעסטאראנט אינדאסטרי נישט קיין פארזיכערטע הצלחה ספעציעל אין אזא פלאץ ווי וויליאמסבורג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

וויליאמסבורגער יודן איז זייער שווער צופרידן צו שטעלען...

אבער אז דו מאכסט א שיין רעסטעראנט מיט גיטע עסען
מיינעך וועסטו האבן געניג קאסטעמערס וואס וועלען אפילו קומען ציפאהרן פון בפ פלעטבוש קראן הייטס
איך וואלט אפילו געקומען פון מאנסי אויב איז עס גוט אנגענעם

קוק אן מאנסי פייערסייט
איך אלטץ מאנסיער בין שוין געוועהן דארטן אפאר מאל
איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפן איינעם וואס איך קען דארטן ניטאמאל אויפן פנים
געהערט פון אפאר חבירים די זעלבע
די מאנסיער פאהרן ווייטער אויף טינעק יעצט קומען די טינעק חברה אויף מאנסי
יא מפאהלט אמאל אריין אין פייערסייד
אבער די מאנסי חברה פאהרן ווייטער אויף טינעק
נאך אלץ איז פייערסייד פאאל טא די מעקס יעדע נאכט

די זעלבע מיינעך וועט זיין מיט וויליאמסבורג
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:וויליאמסבורגער יודן איז זייער שווער צופרידן צו שטעלען...

אבער אז דו מאכסט א שיין רעסטעראנט מיט גיטע עסען
מיינעך וועסטו האבן געניג קאסטעמערס וואס וועלען אפילו קומען ציפאהרן פון בפ פלעטבוש קראן הייטס
איך וואלט אפילו געקומען פון מאנסי אויב איז עס גוט אנגענעם

קוק אן מאנסי פייערסייט
איך אלטץ מאנסיער בין שוין געוועהן דארטן אפאר מאל
איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפן איינעם וואס איך קען דארטן ניטאמאל אויפן פנים
געהערט פון אפאר חבירים די זעלבע
די מאנסיער פאהרן ווייטער אויף טינעק יעצט קומען די טינעק חברה אויף מאנסי
יא מפאהלט אמאל אריין אין פייערסייד
אבער די מאנסי חברה פאהרן ווייטער אויף טינעק
נאך אלץ איז פייערסייד פאאל טא די מעקס יעדע נאכט

די זעלבע מיינעך וועט זיין מיט וויליאמסבורג

גא״מ.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

מטעמים האט געשריבן:פאראויס צו זאגען צו א זאך גייט מצליח זיין צו נישט קען היינט צוטאגס קיינער נישט, מען קען עס צולייגען און זעהן אויבען אויף צו עס האט א שאנס אדער נישט.

איך אלס וויליאמסבורגע איינוואוינער וואלט ווען נישט אהינגעגאנגען פשוט ווייל ווען איך גיי ארויס מיט די ווייב ברויך איך נישט מיין שוואגער, קאזין, חבר, שכן און קאנטרימעד ביי די נעקסטע טישעל.

און בכלליות איז די גאנצע היי ענד רעסטאראנט אינדאסטרי נישט קיין פארזיכערטע הצלחה ספעציעל אין אזא פלאץ ווי וויליאמסבורג.

אוודאי קען מען נישט פאראויז זאגן, מ׳רעדט דאך נארמאלערהייט ווי די שכל קיקט עס אן.
מענטשען וואס גייען ארויס עסן נאר איינמאהל א יאר לכבוד די ווייבס בירטדעי האבן די קאמפלעקס פון טרעפן דארט די באקאנטע. וויליאמסבורג האט געניג מענטשען אז ס׳זאל מצליח זיין, און נאכדערצי אויב זיין עסן וועט זיין גאר גוט גייט מען שטראמען פון בארא פארק קראון הייטס פלעטבוש, די מאדערענע וועלן ווילן קימען עסן אין א קאושער סטעיק האוז אין היפסטער ווילי.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אינטרעסאנט פארוואס מ'קען נישט מאכן א רעסטאראנט וואס זאל זיין געאייגענט פאר גאר פרומע אויכעט, מיט קליינע שטיבלעך ווי מ'זאל קענען האבן א נאכטמאל מיט די ב"ב אויפן איידעלן פארנעם.

אין א שטוב מיט גרויסע קינדער איז זייער שווער אויסצושטעלן אינדערהיים א פריוואטע נאכטמאהל פאר די עלטערן.

לויט מיין ארימע בליק וואלט עס געווען א גוטע זאך ווען די אפשען זאל זיין עוועיל.

די רעדסט ממש פון פארמאכטע שטיבלעך מיט 4 ווענט מיט א טיר ? אדער נאר הויכע זיצן פון ביידע זייטן וואס אסאך רעסטאראנטס האבן ,וואס איז היפש פריוואט

די גרעסערע רעסטראנטען אין מאנהעטען האבן פריוואטע רומס אבער מלכתחילה נישט פאר 2 מענטשן ,רענט פאר א טייערע רעסטאראנט איז געפערליך טייער געווענליך און יעדע אינטש דארף זיך לוינען אויסצוניצען עס זאל זיך לוינען .
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

וואס מיינט "הויכע זיצן פון ביידע זייטן" ?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דממה דקה האט געשריבן:בכלל נישט איבערצייגט אז איינער וועט מוחה זיין, איך מיין עס איז איבערגעטריבענע זארג, קיינער איז נישט מוחה אויף גריל אן לי, מוישיס, אייסקרים האוז.

די שאלה איז צו איז דא געניג וויליאמסבורגער אידן וואס דארפן עס, און ווילן באצאלן די פרייז, און אביסל פרייוועסי ווי ר' אלי' זאגט.

גריל אן לי האט געהאט פאשקעווילען דאכט זיך , און וואנדעליזערט זייער סיין זיכער ,זיי האבן געדארפט קויפן א נייע סיין וועגן מען האט עס צושניטען ,( בין איך שוין אזוי אלט ???)

די עד סיין העכער די סטאר איז געווארן אנגעפירקעלט

אייז קרים האוז איז זיך אויסגעקומען מיט זיי פארדעם אז ער פארמאכט 12 און ער האט א לאנגע צייט אפשר 2 יאר נישט געהאט ווי צו זיצן ,טאמער דענק איך גוט , די אויבערשטע שטאק זיכער נישט
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:בכלל נישט איבערצייגט אז איינער וועט מוחה זיין, איך מיין עס איז איבערגעטריבענע זארג, קיינער איז נישט מוחה אויף גריל אן לי, מוישיס, אייסקרים האוז.

די שאלה איז צו איז דא געניג וויליאמסבורגער אידן וואס דארפן עס, און ווילן באצאלן די פרייז, און אביסל פרייוועסי ווי ר' אלי' זאגט.

גריל אן לי האט געהאט פאשקעווילען דאכט זיך , און וואנדעליזערט זייער סיין זיכער ,זיי האבן געדארפט קויפן א נייע סיין וועגן מען האט עס צושניטען ,( בין איך שוין אזוי אלט ???)

די עד סיין העכער די סטאר איז געווארן אנגעפירקעלט

אייז קרים האוז איז זיך אויסגעקומען מיט זיי פארדעם אז ער פארמאכט 12 און ער האט א לאנגע צייט אפשר 2 יאר נישט געהאט ווי צו זיצן ,טאמער דענק איך גוט , די אויבערשטע שטאק זיכער נישט

לצים זאגן אז אייסיס קרים האוזינג איז זיך אויסגעקומען דורכ'ן נעמען התאחדות הכשר
משה'ס פלעיס האט געהאט פראטעסטן (אנגעבליך צוליב האבן מוזיק אור ליום שבעה עשר בתמוז)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

איינער קעןמיר מסבירן וואס דאס איז וויפל סקאסט היות איך קיינמאל געווען
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

פארוואס איז נישטא קיין אפשען ׳נאר פאר די ווייב׳? איך וואלט איר געשיקט, און איך וואלט געגעסן אין דערהיים אביסל טונא מיט קרעקערס
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:וואס מיינט "הויכע זיצן פון ביידע זייטן" ?

דער בילד איז אין די כשר'ע באורדע סטעיק האוז אויף קאני איילענד אין פלעטבוש

עס האט הויעכע זיצן און אפילו גלאז ביזן דאך

די הערסט דיין אייגענע שטימע און היפש פרייוועט , אבער סאיז אפען אין פובליק, אבער נישט ווי די קליינע טישלעך איינס צום צווייטען
אטעטשמענטס
20180506_000119.jpg
20180506_000119.jpg (209.45 KiB) געזען 2083 מאל
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אזוי ווי דעם נאר מיט געהעריגע ווענטלעך מיט א לייכטן פירהאנג האסטו טאטעל פרייוועסי און צניעות כדת וכהלכה.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אינטרעסאנט פארוואס מ'קען נישט מאכן א רעסטאראנט וואס זאל זיין געאייגענט פאר גאר פרומע אויכעט, מיט קליינע שטיבלעך ווי מ'זאל קענען האבן א נאכטמאל מיט די ב"ב אויפן איידעלן פארנעם.

אין א שטוב מיט גרויסע קינדער איז זייער שווער אויסצושטעלן אינדערהיים א פריוואטע נאכטמאהל פאר די עלטערן.

לויט מיין ארימע בליק וואלט עס געווען א גוטע זאך ווען די אפשען זאל זיין עוועיל.

דא אין בארא פארק איז דא אפאר רעסטאראנטען מיט מחוצות, ממנו יראו וכן יעשו. פון וויפעל איך ווייס:

1) טשיינע גלאט. טאקע נישט קיין סטעיק האוז. (אבער האט אויך סטעיק).

2) און Glatt A La Carte וואס איז יא א (טייערע) סטעיק האוז.

(אגב, כ'דארף דא אמאל שרייבן איבער די באקאנטע רמב''ן פון פרשת קדושים, די עולם פארשטייט עס נישט, מיין ראש הכולל האט מיר עס אמאל מסביר געווען בטוב טעם ודעת מפי ספרים וסופרים, דיסקליימער: אני הקטן גיי פון צייט צו צייט צו סטיק האוז'ס)

איך בין געווען עטליכע מאל אין גלאט א לא קארטע ,קיינמאל געזען מחוצות דארט

זיי ברענגען צו א מחיצה ביים טיש ?

משה יענקל האט געשריבן:מיין ארימע מיינונג טראכט אז עס וועט נישט זיין געיניג אינקאם

והא ראי' אז עס איז דא זייער ווייניג פליישיגע רעסטוראנטען און שטאט

די זאך איז אזוי וויזוי עס זעט אויס

טאמער ברויך מען קויפן פליישיג עסן פאר די משפחה און קינדער געקאכטע ,קויפט מען אין דעלי , זיך אראפצוזעצן אין איינע פון די דריי פליישיגע רעסטאראנטען אין וויליאמסבורג קאסט א געוואלד

למעשה כמעט אייביג ווען די וועסט גיין אין אנדערע טייערע רעסטאראנטען אין אנדערע מקומות וועסטע טרעפען יודן פון וויליאמסבורג, קען זיין אז אין וויליאמסבורג גופא וועלן זיי נישט גיין

אבער פונקט קוקענדיג אין בארא פארק למשל איז דא אינגאצען נאר 6 פליישיגע ביליגע רעסטאראנטען

בארא פארק וואס איז כמעט דאפעלט איינואינער ווי אין וויליאמסבורג, האט אינגאצען 3 מער ביליגערע סארט פליישיגע רעסטאראנטען זיך אראפצוזען ,וואס אפילו בארא פארק האט היפש א עולם וואס גייט מער אביסעל ארויס

וואס זעט אויס אז די ביליגע סארט איז נישט קיין פארלאנג ,ווייטער דעליס, טעיקאוטס איז דא לרחצה קיין עין הרע אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק און רובא דרובא גאר שטארק מצליח

למעשה בארא פארק האט יא א פלייץ פון טייערע פליישיגע און מיליכעגע רעסטאראנטען ,און היפש דערפון שוין פאר יארן לאנג , און טאקע זיי האבן קאסטומערס פון אלל אווער ,אבער עס איז נאך אלס דא א אנזענדיגע פון בארא פארקע תושבים אייביג , זעט אויס ווי איין מער טייערע רעסטאראנט קען אפשר יא האבן פלאץ אפשר
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רעסטאראנט האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אינטרעסאנט פארוואס מ'קען נישט מאכן א רעסטאראנט וואס זאל זיין געאייגענט פאר גאר פרומע אויכעט, מיט קליינע שטיבלעך ווי מ'זאל קענען האבן א נאכטמאל מיט די ב"ב אויפן איידעלן פארנעם.

אין א שטוב מיט גרויסע קינדער איז זייער שווער אויסצושטעלן אינדערהיים א פריוואטע נאכטמאהל פאר די עלטערן.

לויט מיין ארימע בליק וואלט עס געווען א גוטע זאך ווען די אפשען זאל זיין עוועיל.

דא אין בארא פארק איז דא אפאר רעסטאראנטען מיט מחוצות, ממנו יראו וכן יעשו. פון וויפעל איך ווייס:

1) טשיינע גלאט. טאקע נישט קיין סטעיק האוז. (אבער האט אויך סטעיק).

2) און Glatt A La Carte וואס איז יא א (טייערע) סטעיק האוז.

(אגב, כ'דארף דא אמאל שרייבן איבער די באקאנטע רמב''ן פון פרשת קדושים, די עולם פארשטייט עס נישט, מיין ראש הכולל האט מיר עס אמאל מסביר געווען בטוב טעם ודעת מפי ספרים וסופרים, דיסקליימער: אני הקטן גיי פון צייט צו צייט צו סטיק האוז'ס)

איך בין געווען עטליכע מאל אין גלאט א לא קארטע ,קיינמאל געזען מחוצות דארט

זיי ברענגען צו א מחיצה ביים טיש ?

ווען מען קומט אריין צו די רעסטאראנט, מאך א לינקס קענסטו האבן א טיש ארום גענימען מיט מחוצות פון דריי זייטן.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:יא, איך האלט אז דאס קען גיין זייער גוט אויב געמאכט ריכטיג..
1) לאקאציע איז א וויכטיגער עספעקט דהיינו עס זאל זיין אביסעל אינדרויסען ווילי אבער געניג נאנט פאר ווער סוויל כאפן א שפאנציר..
יעך גלייב שווער אז איך וואלט געגאנגען אין באצאלט 300 דאללער אויף לי עוו אדער מירטעל קאר בעדפארד.. יא געט מיי פוינט !
2) דאס עסען מיז זיין גוט !!!
3) זאל זיין אפען ביז שפעט...
אויך פריוועטע צימערען פאר מיטינגס וואלט געווען א גיטע איידיע

למשל וואס איז דיין פאנטאזיע ווי וואלסטו געוואלט זיין ווי די וואלסט באצאלט 300 טאלער ...

איך זע נישט ווי וויליאמסבורג זאל האבן א שיינע געגענט...אפשר ווילאמסבורג ביים וואסער אויף א צוואנצוגסטי שטאק ....

בעדפארד קארנער וויליבי מאכט סענס ?? אדער בעדפארד קארנער דעקאלב ?

די לאפט אין בארא פארק אויף 40 סטריט ביי 13 איז בכלל נישט עפעס שיין

גלאטט א לא קארטע 18 ביי 48 דאכט זיך איז אויך נישט ספיציעל שיין

אין טשיינע גלאטט אויף 13

און די טייערע מילכיגע אויף 53 ביי 13 ? פון די טייערסטע אדער אפילו די טייערסטע מילכיגע רעסטאראנט אין ניו יארק

איך פארשטיי דיין פוינט אבער וויליאמסבורג פארמאגט נישט עפעס שיינע געגענטער

אהא דארט איז די פארטי רום

געווענליך האב איך געזען דארט שמחות ווי א שבע ברכות וכדומה ,אדער אויסגעלאשענע לעקטער

זעט אויס מען דארף עס פארלאנגען
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ניין מען מדארף נישט עקסטער פארלאנגען און ס׳איז נישט קיין פארטי ראום. אפען פאר די פאבליק. אכ׳׳פ ווען איך בין דארט געווען. אקעי נעקסט...
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מטעמים האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען מען פלעגט פארען קיין קרית יואל צו וויילען אויף שבועות אין קרית יואל, פלעגט מען מאכען אין אמאליגען קרית יואל מענאר (היינט היכל התורה) פלעגן מען עסן משפחות משפחות זעהט אויס עס איז אויסגעהאלטען מיט אלע גדרי הצניעות.

ס׳איז געווען לויט די הוראה פון די רבי, אדער פון א דיין? כ׳גלייב אז נישט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען מען פלעגט פארען קיין קרית יואל צו וויילען אויף שבועות אין קרית יואל, פלעגט מען מאכען אין אמאליגען קרית יואל מענאר (היינט היכל התורה) פלעגן מען עסן משפחות משפחות זעהט אויס עס איז אויסגעהאלטען מיט אלע גדרי הצניעות.

ס׳איז געווען לויט די הוראה פון די רבי, אדער פון א דיין? כ׳גלייב אז נישט.

עס איז געזיצען משפחות משפחות אין מחיצות אין די גרויסע זאל, קויפמאן האט געקעיטערט און עס איז געוועהן אין קרית יואלע בית המדרש אינטער די הנהגה פון די רבי די ברך משה און די ארטיגע רב.

אזוי האט מען געטוהן פאר א סך יארען, וואס איז עס אנדערשט פון א שבע ברכות מיט מחיצות?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מטעמים האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען מען פלעגט פארען קיין קרית יואל צו וויילען אויף שבועות אין קרית יואל, פלעגט מען מאכען אין אמאליגען קרית יואל מענאר (היינט היכל התורה) פלעגן מען עסן משפחות משפחות זעהט אויס עס איז אויסגעהאלטען מיט אלע גדרי הצניעות.

ס׳איז געווען לויט די הוראה פון די רבי, אדער פון א דיין? כ׳גלייב אז נישט.

עס איז געזיצען משפחות משפחות אין מחוצות אין די גרויסע זאל, קויפמאן האט געקעיטערט און עס איז געוועהן אין קרית יואלע בית המדרש אינטער די הנהגה פון די רבי די ברך משה און די ארטיגע רב.

אזוי האט מען געטוהן פאר א סך יארען, וואס איז עס אנדערשט פון א שבע ברכות מיט מחיצות?

אז די משפחות זענען געזעצען ״אין מחוצות״ איז גוט. כ׳האב בטעות פארשטאנען אז די מיינסט אן מחוצות.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

רעסטאראנט האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:יא, איך האלט אז דאס קען גיין זייער גוט אויב געמאכט ריכטיג..
1) לאקאציע איז א וויכטיגער עספעקט דהיינו עס זאל זיין אביסעל אינדרויסען ווילי אבער געניג נאנט פאר ווער סוויל כאפן א שפאנציר..
יעך גלייב שווער אז איך וואלט געגאנגען אין באצאלט 300 דאללער אויף לי עוו אדער מירטעל קאר בעדפארד.. יא געט מיי פוינט !
2) דאס עסען מיז זיין גוט !!!
3) זאל זיין אפען ביז שפעט...
אויך פריוועטע צימערען פאר מיטינגס וואלט געווען א גיטע איידיע

למשל וואס איז דיין פאנטאזיע ווי וואלסטו געוואלט זיין ווי די וואלסט באצאלט 300 טאלער ...

איך זע נישט ווי וויליאמסבורג זאל האבן א שיינע געגענט...אפשר ווילאמסבורג ביים וואסער אויף א צוואנצוגסטי שטאק ....

בעדפארד קארנער וויליבי מאכט סענס ?? אדער בעדפארד קארנער דעקאלב ?

די לאפט אין בארא פארק אויף 40 סטריט ביי 13 איז בכלל נישט עפעס שיין

גלאטט א לא קארטע 18 ביי 48 דאכט זיך איז אויך נישט ספיציעל שיין

אין טשיינע גלאטט אויף 13

און די טייערע מילכיגע אויף 53 ביי 13 ? פון די טייערסטע אדער אפילו די טייערסטע מילכיגע רעסטאראנט אין ניו יארק

איך פארשטיי דיין פוינט אבער וויליאמסבורג פארמאגט נישט עפעס שיינע געגענטער

שיין קומט בכלל נישט אריין דא... דער פוינט איז סזאל זיין אביסעל אינדרויסען נישט ווי יעדער וואקט דארך
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:

יעצט פארשטיי איך דיין נקודה
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

ס'איז זיכער אז ס'איז דא א פארלאנג דערפאר און ווילאנג ס'וועט אפען זיין וועט דער פארלאנג ווערן גרעסער מיענינג טו סעי אז דער עולם וואס גייט ארויס אפטער וועט מיט די צייט זיך צוגעוואוינען אז ס'איז דא א גוטע זאך צו די האנט, ס'דארף אבער זיין גוט צוגעשטעלט.
די שאלה הייבט צעך אהן צו ס'לוינט זיך, מ'דארף אראפ לייגען א הונדערטער צוויי און ס'קאסט רענט ווי אויך דארף מען האבן א נויווערהעד פון מענטשן וואס פארשטייען צו צושטעלן אזעלכע מעדנים און עס צו סערווירן על צד היותר טוב און דאס אלעס קאסט.
מ'קען נישט סתם רעכענען וויפיל עס קאסט צו קויפן פלייש און פארקויפן (איך קען א איד וואס האט געעפנט א בעקעריי ווייל די טייג קאסט נאר א קוואדער און מ'פארקויפט דענישעס פאר צוויי און א האלב טאלער, ער'ט שנעל פארמאכט...) מ'דארף אלעס נעמען און חשבון וויפיל קאסטומערס א חודש דארף מען האבן אז אזא געשעפט זאל זיך אויסצאלן און וויפיל מענטשן דארף מען האבן צוצוגרייטן פאר אזא עולם און מ'דארף נאך ארויסנעמען פרנסה.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

רעסטאראנט האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:יא, איך האלט אז דאס קען גיין זייער גוט אויב געמאכט ריכטיג..
1) לאקאציע איז א וויכטיגער עספעקט דהיינו עס זאל זיין אביסעל אינדרויסען ווילי אבער געניג נאנט פאר ווער סוויל כאפן א שפאנציר..
יעך גלייב שווער אז איך וואלט געגאנגען אין באצאלט 300 דאללער אויף לי עוו אדער מירטעל קאר בעדפארד.. יא געט מיי פוינט !
2) דאס עסען מיז זיין גוט !!!
3) זאל זיין אפען ביז שפעט...
אויך פריוועטע צימערען פאר מיטינגס וואלט געווען א גיטע איידיע

למשל וואס איז דיין פאנטאזיע ווי וואלסטו געוואלט זיין ווי די וואלסט באצאלט 300 טאלער ...

איך זע נישט ווי וויליאמסבורג זאל האבן א שיינע געגענט...אפשר ווילאמסבורג ביים וואסער אויף א צוואנצוגסטי שטאק ....

בעדפארד קארנער וויליבי מאכט סענס ?? אדער בעדפארד קארנער דעקאלב ?

די לאפט אין בארא פארק אויף 40 סטריט ביי 13 איז בכלל נישט עפעס שיין

גלאטט א לא קארטע 18 ביי 48 דאכט זיך איז אויך נישט ספיציעל שיין

אין טשיינע גלאטט אויף 13

און די טייערע מילכיגע אויף 53 ביי 13 ? פון די טייערסטע אדער אפילו די טייערסטע מילכיגע רעסטאראנט אין ניו יארק

איך פארשטיי דיין פוינט אבער וויליאמסבורג פארמאגט נישט עפעס שיינע געגענטער

שיין קומט בכלל נישט אריין דא... דער פוינט איז סזאל זיין אביסעל אינדרויסען נישט ווי יעדער וואקט דארך

יעצט פארשטיי איך דיין נקודה

פאר א דוגמא, האלל סטריט קארנער פלאשינג (ש׳מער געדאכט..) אדער ווייט און סאוט זעקס, קוק סטריט און בראדוויי איז אויך א גוט קארנער. די פוינט איז ביים גרעניץ.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”