וויאזוי צו עפענען אן אייגענע ביזנעס בעזר השם.

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זייער שיין און געוואלדיג. קיפ איט קאמינג.

טוט מיר זייער באנג צי הערן אז די האסט אלעס געדארפט איבערשרייבן. די עצה פון ניצן אן אנדערע פלאץ צי שרייבן איז לכאורה זייער פאסיג פאר לאנגע ארטיקלען (אויב האט עס auto save איז נאך בעסער).
שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלץ טאפ »

חושב מחשבות... האט געשריבן:בנוגע דאס נישט דערציילן פאר קיינעם אויסער פאר 1/2 גאר נאנטע טראסטבארע חברים, וויל איך מסביר זיין די סיבה דערצי (אלס איינער וואס האט שוין געפענט א אייגענע ביזנעס און דורך דעם פראסעס) ואולי זה היתה כוונתך הרב בארואיגט אייך.

איך וועל עס צוטיילן אין אפאר נקודות.

1, קיינער פארשטייט נישט צו דיר אזוי גוט ווי דו אליינס פארשטייסט, אפצושאצן דיינע כוחות און כשרונות וואס ליגן באהאלטן אין דיר וואס נאר דו ווייסט פון זיי, און ווען דו רעדסט דיך דורך מיט א צווייטן צומאל אפי' גאר א נאנטען, קען ער דיך נאר פון אויבן אויף און ער האט נישט קיין אהנונג פארוואס דיר פאלט ביי אריינצוגיין אין אזא פעלד וואס לכאורה לשיטתו האסטו נישט די כוחות דערפאר.

2, יעדע מענטש שאצט אפ יעדע נושא לויט 'זיך' און ווען דו פרעגסט איהם וואס האלטסטו זאל איך עפענען א עמעזאן ביזנעס? טראכט ער אטאמאטיש קודם וויאזוי ער וואלט געפילט כלפי עפענען אליינס א עמעזאן ביזנעס, און אסאך מאל (ס'דא מענטשן וואס נישט ב''ה) וועט ער ארויפלייגן אויף דיר 'זיינע' אייגענע פחדים וואס האלט 'איהם' אפ (שוין 25 יאר...) פון מצליח זיין, און דיך אפקילן און מייאש זיין על לא דבר.

3. ס'דא מענטשן וואס פילן פאר חיוב אייביג 'עפעס' צו זאגן (ווי כאילו די וועלט קען זיך נישט באגיין אן זיי...) און ווען דו פרעגסט זיי אויף אן איידיע צו ס'לוינט אריינצוגיין אין דעם, וועט ער אינסטינקטיוולי מוזן 'עפעס' זאגן וואס זאל דיר ווייזן אז ער עקזעסטירט, סא דו שטערקסטע וועג צו זיין 'עפעס' איז דורך דיך אראפרייסן און אראפקלאפן... (שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת)

4. אז דו פילסט קאנעקטעד מיט א געוויסע איידיע איז טייטש אז דיינע כוחות הנפש און דיין עקספיריענסעס און לעבן געבן דיר ארויס א אינערליכע געפיל אז 'דעי' זאך איז פאר 'מיר', סא געב אכטונג ווען דו רעדסט דיך דורך מיט מענטשן, אז זיי ווייסן נישט עכט 'דיין פלאן' ווייל אפי' דו קענסט עס נאכנישט אויפן רגע מסביר זיין אז יענער זאל ווערן קאנווינסט, אבער הער דיך צו צו דיין אינערליכע קול און גלייב און 'דיין' פלאץ וואס דו האסט אין די בריאה

הצלחה

הרב חושב איר האט עס גענאגעלט.

פון די שווערסטע זאכן איז צו טרעפן די ריכטיגע מענטש מיט דעת און די זעלבע צייַט זאל מען נישט ווערן אפגעבריט מיט נקודה#2 #3
שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלץ טאפ »

אופס פארגעסן פון די וויכטיגסטע...
א יישר כח פאר הרב בארואיגט די ארטיקל איז זייער ניצבאר פאר יעדן צוגלייך אפילו מען האלט נאכנישט ביים עפענען אליינס א ביזנעס.

שכח הרב חושב פאר אויסברייטערן די נושא פון אויסשמועסן מיט א נאנטע.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

WOW
שיינע פידבעק באקומען, געשמאק צו שרייבן ווייטער,
יעצט אזוי, וואס וואלט איר ענדערש געוואלט מען זאל שרייבן היינט,
פיינענשעל'ס, לעגאלע סטאטוס, אדער פון ברענדינג,
לאזט אייך הערן, אין מיר וועלן טרייען צו גיין אין יענע דירעקציע,
א דאנק נאכאמאל פאר אייערע פידבעק.
הק' הרב בארואיגט-אייך (פון ביזנעס מבינין...)
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:WOW
שיינע פידבעק באקומען, געשמאק צו שרייבן ווייטער,
יעצט אזוי, וואס וואלט איר ענדערש געוואלט מען זאל שרייבן היינט,
פיינענשעל'ס, לעגאלע סטאטוס, אדער פון ברענדינג,
לאזט אייך הערן, אין מיר וועלן טרייען צו גיין אין יענע דירעקציע,
א דאנק נאכאמאל פאר אייערע פידבעק.
הק' הרב בארואיגט-אייך (פון ביזנעס מבינין...)

חושב מחשבות אדער בארואיגט אייך??
ווער שרייבט דא??
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:

קוקט איבער פון אונהייב אשכול
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:יעצט אזוי, וואס וואלט איר ענדערש געוואלט מען זאל שרייבן היינט,
פיינענשעל'ס, לעגאלע סטאטוס, אדער פון ברענדינג,
לאזט אייך הערן, אין מיר וועלן טרייען צו גיין אין יענע דירעקציע,

איך האט אז איר זאלט טוהן ווי אזוי איר פארשטייט.
ווייל לויט ווי דער עולם פארשטייט שוין, דארף מען טוהן וואס מען פארשטייט אליינס, ווייל נאר אזוי קען מען אנקומען צו וואס מען צילט!

אייגענע ביזנעס.pdf
(32.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 245 מאל
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

א ריזן דאנק פארן שרייבן, איך בין גראדע יעצט אין דעם סיטואציע און איך טרינק דיינע ווערטער מיט דארשט,

איך בין נאכנישט דורך קיין סאך, אבער וויפיל איך בין יא אדורך קען איך זאגן אז דו שרייבסט זייער ריכטיג,

איך האף צו הערן נאך.

אן עקסטערע דאנק פאר חושב.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

איך האב ב"ה שוין געעפנט - פארקויפט עטליכע ביזנעזער.

איין זאך וואס איך פלעג פארזען און אסאך אנדערע פארזעען.
אין חכם כבעל נסיון, איינער וואס האט זיך שוין געמוטשעט מיט די זאכן וואס דו גייסט זיך דארפן מוטשען, ווייסט בעסער ווי דיר, איי ער קען דאך האבן אייגענע חשבונות, און אייגענע שוואכקייטן וואס איך גיי נישט האבן?
פארדעם דארף מען פרעגן מער ווי איינעם.

צו עס איז אמאזאן (וואס קען יא זיין א געהעריגע ביזנעס, ס'איז א שם הכולל אבער עס איז דא עטליכע סארט)
צו סיי וועלכע האלסעיל, ריטעיל, ביזנעס, אדער סיי וועלכע פאזישן, אזוי פיל מאל פילט מען צווי דריי יאר שפעטער, אוי... ווען איך ווייס ווען וואס איך ווייס היינט.

לויט צו האבן א ווערהויז אליין ווייל מ'גייט מאכן מער געלט? אדער לוינט נישט יעצט אין מיין פאזישן, לוינט צו קויפן סטאק ווייל ס'איז ביליגער? לוינט צו פאקעסן אויף אזא סארט קאסטומעןר אין אנהייב?

האט רחמנות אויף זיך אליין, עס האט גארנישט מיט די כוחות וואס איר האט אדער נישט, די כוחות וועט ער שוין טרעפן א וועג צו נוצן נאכדעם, דאס איז א זאך וואס קיינער קען נישט פאראויסזען, און קיינער וועט עס נישט אוועקכאפן פון אייך, עס וועט נישט שאטן דאס וויסן, נאךא אלעם, איר קענט נישט וויסן וואס איר ווייסט נישט, ביז איר ווייסט נישט, רעדט מיט אנדערע אין די אינדוסטרי, ענליכע אינדוסטריס, און מענטשן וואס זענען שוין דורך וואס איר גייט דורך, און ווערט געוואויר וואס איר ווייסט נישט.

ווי אויך איז דא פראפעשאנעלס (כ'עדווערטייז נישט קיינעם ספעשל, אבער עס איז דא אסאך, אינטעסירט אייך אויף איינעם) וואס וועלן אייך זאגן אויב אייער חלום איז א חלום, אדער איז עס א רעאליטי, און אפילו ס'איז אויסגעהאלטן, אויף וואס זאלט איר פאקאסן, און וויאזוי וועט איר וויסן צו איר זענט אויף די רייט טרעק.

איך האב געזען מיט די יארן אזוי פיל עגמת נפש וואס וואלט געקענט פארשפארט ווערן, ווען מ'שלאגט זיך ארויס פון קאפ די סוד... יעדער וועט מיר נאכמאכן, אויב איז א קאמפעטישן גרעסער פון דיר, קען ער דיר נאכמאכן און ארויס טראגן פון ביזנעס אפילו נאכדעם וואס דו עפנסט שוין, און ביי די וועי, אסאך מאל קען דיר א פרא העלפן טרעפן א מהלך וואס דו זאלסט זיין גענוג אנדערש מ'זאל דיר נישט נאכמאכן.

כמעט יעדער וואס קומט אויף מיט א ביזנעס איידיע איז וויזינערי, דאס הייסט איינעם וואס פאלט איין גוטע רעיונות, די אלע זענען געווענליך נישט גוט אין פאראויסזען פרטים, און עס שיינט טאקע און לייכט דער עתיד, און קען זיין אמת, אבער אן די ריכטיגע מהלך קען עס אמאל גיין אין דער ערד.

איך וויל נישט דערשרעקן, איך וויל נאר זאגן אז איך פיל ביי אחינו בני ישראל איז דאס א שטארקע פראבלעם, אז אסאך ביזנעס וואס וואלטן געקענט מצליח זיין שנעלער, און וואקסן העכער, דארפן נוצן די ערשטע פאר יאר, געוואויר צו ווערן וואס אנדערע האט אויך גענומען די זעלבע 10 יאר, וואס ער וואלט געקענט פארשפארן מיט איין וואך ריסערטש.

אסאך הצלחה.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

דריטע פאזע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

דריטע פאזע:
שיינע פידבעק, אין די הרב חושב מחשבות וויל איך דיר עקסטער באדאנקן פארן ארויס העלפן שענער באצירן די לעבנס וויכטיג אינפו.
איז אזוי,
נאך דעם וואס איר האט שוין א דעטאלירטן פלאן וואס צו עפענען, נאר נאכדעם וואס אייער עכטע גוטע פריינד האבן אייך געזאגט אז עס מאכט סענט'ס, קענט איר אונהייבן אן צו נעמען עקשענ'ס, אבער געמוסטען,
איך וואלט אייך גערוטן צו גיין אונפרעגן א דעת תורה אין הערן פון עם זיין השקפה אדער א שיינע ברכה,
ווען איר זענט שוין זיכער אז דאס איז עס דאן הייבט אן אזוי,
• גייט'ס צו א לאקאלע פאוסט אופיס אין עפענט א P O BOX (איך מיין אז עס קאסט גאנצע 60$ א יאר!) אן דעס קענט איר נישט האבן קיין באנק אקקונט.
• דערנאך גייט'ס צו אן אקונטען אין עפענט'ס א קופערעישען אויף עני נאמען וואס מאכט די מערסטע סענט'ס צו הייסן דיין ביזנעס, עס קאסט נאך 350$, פארגעס נישט צו האבן א אימעל אקקונט אויף די נאמען,
• גייטס אין באנק אין בעט'ס צו עפענען א ביזנעס אקקונט, זיי גייען אייך פרעגן אלע דיטעל'ס, אבער איר דארפט נישט זיין דערשראקען פון דעם, נעם מיט א 50$ צו האבן אין די אקקונט, (מיין עקספיריענס איז זייער גוט מיט טשע'ס באנק)
• עס מיינט נישט אז איר מיזט שוין אונהייבן אייער ביזנעס, ס"ה א גוטע טאל צו האבן רעדי, אין עס קאסט נישט אסאך געלד,
נאך דעם וואס איר האט שוין די זאכן רעדי, דאן זעצט אייך אראפ אין שרייבט אייך פאר א פלאן בערך אזוי:
(דא האט איר א משל)

בערך וויפאל געלד גייט עס איך דארפן אינוועסטן 50,000$
פון ווי גיי איך דעס האבן טאטי
ווען געב איך נוטעס פאר מיין אלטע ארבעט 6/15/2018
וועלעכע טאג הייב איך אן מיין ביזנעס 7/1/2018
וויאזוי גיי איך לעבן ביז דעמאלצט ווייב ארבעט
וועלעכע אייטעם גיי איך פארקויפן עסן
וויפל גייט מיר קאסטן א חודש די אפערעשען 18,935
וויפל קען איך מאכן א חודש 23,025
מיט וויפל גיי איבער בלייבן 4,090
וואס דארף איך טאן צו קענען מאכן נאך געלד נאך פיר ארבעטער
וויפל גייט זיין מיין וועדזש פון די ערשטע וואך? 1,000
וואס דארף איך אלצטט האבן אין די ביזנעס מאשינען אין מאל
ווער גייט מיר provide די נייע אייטעמ'ס עפעס א קאומפאני
אין אזוי א דעטאלירטע באריכט פון אלע זאכן מיט עכטע תירוץ!

די וויכטיגסטע זאך!!!
מאך א דעיט ווען זאכן גיי ווערן געטון Today list
מארגן גיי איך רעדן פון די נשמה פון די ביזנעס "ברענדינג"
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

כבוד הרב בארוהיג אייך,
איך באלעק מיך די פינגערס לייענענדיג אייערע ארטיקלען.
עס ממש כמים קרים על נפש עיפה.
מיין שאלה איז נאר, איר שרייבט אז מען זאל זיך נישט צו הערן צו קיינעם נאר צו איינס צוויי נאנטע מענטשן. נו גוט. אבער איך קען דאך אייך נישט, טא ווי אזוי קען איך אייך יא צוהערן?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יישר כח פאר די קאמפלימענט, און עקסטער פאר די נוצבארע אינפארמאציע!

אינטרעסאנט ווען איך האב געפענט מיין קארפרעישן האב איך נישט געברויכט האבן קיין PO BOX [איך האב מיין אקאונט ביי טשעיס]
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

היסטאריע האט געשריבן:כבוד הרב בארוהיג אייך,
איך באלעק מיך די פינגערס לייענענדיג אייערע ארטיקלען.
עס ממש כמים קרים על נפש עיפה.
מיין שאלה איז נאר, איר שרייבט אז מען זאל זיך נישט צו הערן צו קיינעם נאר צו איינס צוויי נאנטע מענטשן. נו גוט. אבער איך קען דאך אייך נישט, טא ווי אזוי קען איך אייך יא צוהערן?

צוויי זאכן.
נומער 1- איך קען דיר זאגן אין שרייבן מיין עקספיריענס, איך בין אריין אין א דיטעלט ליין, אין איך האלט אז מיט אביסל מער אינפו וואלט איך מיר געשפארט אסאך קאפ וויי.
נומער 2- האסט די ברירה עס אונצינעמען ווי א בוק וואס די קויפסט אין סטאר, אדער ווי די באקאנטע דרשה פון מארק הארוויץ, אדער ווי מעני האפמאן דרשות,
אסאך הצלחה
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מיינע טו סענטס
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאך דעם וואס איר האט שוין די זאכן רעדי, דאן זעצט אייך אראפ אין שרייבט אייך פאר א פלאן
כ'וואלט ענדערש געשריבן דעם פלאן פארדעם

ווער נישט משוגע אויב די נאמען וואס דו ווילסט פאר דיין קארפארעישן איז שוין פארנומען. קענסט אייביג מאכן א DBA

אויב ווייסטו אויף זיכער אז דו גייסט עפענען דיין געפלאנטע ביזנעס, מאך דיין קארפארעישן ווי פריער
געוויסע זאכן (כ'געדענק נישט אויב די מינוט וואס) זענען נאר אוועילעבל פאר קאמפאניס וואס שטייען שוין פאר א שטיק צייט (געווענטליך גאווערנמענט רילעיטעד)

באנק אקאונט צו עפענען האסטע צייט ווען דו פאנגסט אן צו טוהן ביזנעס. ס'א שאד צו צאלן $15 א חודש פאר טשעיס פאר גארניש

ווען דו מאכסט א קארפארעישן גייסטע אפשר באקומען א פאק מיט פעיפערס. נעם מיט די גאנצע מעשה צו דעם באנקיר און לאז אים אליינס אויסוועלן וואס ער דארף. ס'לוינט נישט צו דארפן צוריקקומען ווייל ס'פעלט איין דאקומענט

אויב גייסטע נוצן אימעיל אסאך, קענזיך לוינען צו קויפן א דאמעין (אזוי הייסטעס?) ווענצעך מיט וועם דו גייסט דיעלן און ווי וויכטיג ס'איז אויסצוקוקן אוועקגעשטעלט
כ'מיין ס'איז בערך 10-15 טאלער א יאר

מיר וועם דורכצורעדן, וועמען'ס עצות און קריטיק אנצונעמען איז אביסל א שווערע נושא
אפאר חבירים האבן שוין געשריבן אביסל אבער ס'איז נישט זייער קלאר פאר א בעגינער (איך קענעס אויכנישט ארויסברענגען)

אז כעל האבן צייט עלעך שרייבן מער אי"ה (אויב איז מען אינטערעסירט)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

הענדימען האט געשריבן:
ווער נישט משוגע אויב די נאמען וואס דו ווילסט פאר דיין קארפארעישן איז שוין פארנומען. קענסט אייביג מאכן א DBA

וואס מיינט DBA?
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

יישר כח בארואיגט און חושב. זייער נוצבארע אינפארמאציע. קורץ און שארף

חושב מחשבות... האט געשריבן:אינטרעסאנט ווען איך האב געפענט מיין קארפרעישן האב איך נישט געברויכט האבן קיין PO BOX [איך האב מיין אקאונט ביי טשעיס]

סעים העיר. אויך ביי טשעיס אויך נישט געברויכט קיין po box
וואס יא בערך א שעה פארברענגט אין באנק..
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

דער פאני מענטש האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
ווער נישט משוגע אויב די נאמען וואס דו ווילסט פאר דיין קארפארעישן איז שוין פארנומען. קענסט אייביג מאכן א DBA

וואס מיינט DBA?

Doing business as
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

יישר כח בארואיגט-אייך.
זייער שיין אויסגעשמועסט און צונומען.
;l;p-
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
ווער נישט משוגע אויב די נאמען וואס דו ווילסט פאר דיין קארפארעישן איז שוין פארנומען. קענסט אייביג מאכן א DBA

וואס מיינט DBA?

Doing business as

פירוש: נאך א נאמען צו די ביזנעס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

,
חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח פאר די קאמפלימענט, און עקסטער פאר די נוצבארע אינפארמאציע!

אינטרעסאנט ווען איך האב געפענט מיין קארפרעישן האב איך נישט געברויכט האבן קיין PO BOX [איך האב מיין אקאונט ביי טשעיס]

מען קען נישט ניצן קיין PO BOX מען דארף א אדרעס מען קען ניצן די היים אדרעס חוץ אויב מען קען נישט ודי
דארף מען א טרעפן עפעס אנדרעש לדוגמא העכערן שאפינג סענטער
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:.

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

דער פאני מענטש האט געשריבן:יישר כח בארואיגט-אייך.
זייער שיין אויסגעשמועסט און צונומען.

;a-1;
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

געלונגענע אשכול.

כ'קען שוין ארויסגיין פון כולל אט אט...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

פאטאקי08 האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:.

;l;p- ;l;p-

שב ואל תעשה...
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”