וויאזוי צו עפענען אן אייגענע ביזנעס בעזר השם.

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

נחשון באנדא
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 10:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחשון באנדא »

יונתן האט געשריבן:איך האב א חשד אז אפאר ניקס דא (2 אדער 3) זענען/איז אריינגעקומען דא ספעציעל צי פראמאוטען א געוויסע ביזנעס. איך טו גראדע אויך דערמאנען מיינע סערוויסעס ווען איך קען, אבער עס איז נישט קיין יושר צי עדווערטייזן א זאך אונטערן שלייער פון אומשילדיגע שמועס. כנלע"ד


עס איז גראדע א שטארקע חשד, און אויף מיר האט עס געארבעט...

עניוועי יישר כח אויב דאס איז געווען א עד, ווייל מיר האט עס זייער שטארק געהאלפן, ער איז הייסע נייעס!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

עצה טובה ווען מען שרייבט לאנגע זאכען איז עס שרייבן אין אנדערע פראגראם וואס האט אויטאמאטיש סעווען אפציע און נאכדעם ארויפלייגן.

איך האף אז די האסט נאך דעם ארטיקל און זאלסט עס בקרוב קענען איבערלייגען
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך בין נעכטן געזיצן ביי א שמחה, אין איך הער ווי צוויי אינגעלייט דיסקאסטן עפעס זייער היציג,
איך האב מיר ציגעשארט, אין זיי געהערט רעדן פון א נייע ביזנעס וואס איינע פון זיי פלאנט צו עפענען בסייעתא דישמייא,
איינע פון זיי רופט זיך אן אז אויף אייוועלט איז דא א אשכול מיט גוטע ניצבארע טיפס , וואס קען שטארק ארויס העלפן נייע ביזנעס בעגינער'ס,
אין יענער ענדיגט צו, אז דארט ווי ער ארבעט, מאכן זיי איבער די ברענדינג, קיצור מע מאכט איבער די ביזנעס, אין זייער CEO האט זיך איין טאג ארום געדרייט מיט די פי די עף פון די אשכול!
וואס זאל איך אייך זאגן? איך האב קיינמאל נאך נישט געהערט אזא גוטע קאמפלעמענט...
איך האב מיר אינטער גענימען אופן פלאץ צו ווייטער שרייבן אויף די אשכול,
אי"ה, איך וועל טרייען ווייטער צו שרייבן אויף די אשכול פרישער אין בעסער ווי פריער,
וויסענדיג אז דאס טראגט א אחריות, וועל איך אי"ה פון היינט אן, שיקן יעדע ארטיקל פאר נאך 2 ביזנעס לייט,
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

געדענק מיין קינד וואס איך זאג דיר. אבער הער מיך שטארק אויס, דאס וועט דיר איין טאג ציניץ קומען!
אין די רגע וואס די שפרינגסט אריין אין ביזנעס, זאלסטו געדענקן אז קיינער גייט נישט קומען צו דיר איינקויפען וועגן א שיינע עד וואס די האסט ארויס געלייגט אין די לאקאלע צייטונגען.
אויב ווילסטו אז מענטשן זאלן הערן פון דיר, זאלסטן געדענקען אז ווי מער פאון קאללס די גייסט מאכן, אין ווי א גרעסערע ליסטע פון ניין ענטפער'ס מענטשן וועסטו פארמאגן, וועסטו ענד אויף די דעי קריגן מער קאסטומער'ס.
דאס איז א פאקט וואס איך בין 100000 פארסענט איבער צייגט!
איך שרייב יעצט פון סעיל'ס, ווי דאס וועט ארויף גיין דא,
אשר על כן ווער עס קען מיר אריין שיקן א שיינע געדאנק איבער סעילס פאר נייע ביזנעסער, וואלט איך דאס אפפרישיעט.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעק »

בארואיגט-אייך איך שטיי און ווארט אויף די נייע ארטיקעל
איך האב מיך בעלעקט די פונגערס
אין יעקישע שול
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

א ווארט בנוגע סעילס

מ'קען רעדן און רעדן פון סעילס און ניטאמאל אנהייבן. ס'איז א זייער פארצווייגט מיט א געוואלד דיטעילס וואס טוישן דעם צוגאנג ביי יעדע ביזנעס

ס'איז אבער דא געוויסע פשוט'ע כללים וואס גייען אן איבעראל און רוב מענטשן פארשטייען עס אלס א דבר פשוט אבער דער וואס איז "אין" די ביזנעס זעהט עס נישט פון זיין שטאנדפונקט און מאכט זיך שאדן בידים.
לעניית דעתי (דאפעלט לשון?) איז דאס די וויכטיגסטע אויסצושמועסן

כ'מיין אז הרב ר' בארואיגט אייך איז די גאנצע צייט געגאנגען אויף דעם וועג און כ'וויל אים טאקע זאגן א גרויסן יישר כח


אגב אן עצה טובה
בעט איינעם (חבר\משפחה) צו שפילן סעילס מען און זאגן דיינע ליינס און זע אליינס וויאזוי ס'קוקט אויס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

איך האב גראדע געהערט פון א איד וועלכער האט געפירט א גרויסע ביזנעס יארן לאנג, וועלכער האלט מיט זייער אסאך פרישע ביזנעסער, און זעהט מיט די אייגענע אויגן אז פרישע ביזנעסער וואלטן זיך געקענט איינשפארן אזויפיהל עגמת נפש, קאפוויי, חובות, צייט און געלט, מיטן וויסן אביסל גאר וויכטיגע אינפארמאציע.

און צוליב דעם טראכט ער פון ארגאניזירן א ביזנעס ווארקשאפ, וואו ער וועט איבעגעבן א גאנצן טאג אינפארמאציע, איבער אלעס בנוגע עפענען א ביזנעס, און אינגע ביזנעסער.

יענער פרעגט מיר צו איך האלט אז דאס וואלט געווען נוצבאר, איך האב אים געזאגט אז הונדערט פראצענט, איך בין נייגעריק וואס אנדערע האלטן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פראבלעם איז אז די אלע וואס דארפען עס האבען האלטען זיך מען מאל קלוגער. ביג פראבלעם
האב שכל און גיב א שמייכעל!
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

ר באראיגט אייך
האט אינז פארלאזט :|
אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעק »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:ר באראיגט אייך
האט אינז פארלאזט :|


ווער וועט אינז אויסלערנען וויאזוי צי עפענען א אייגענע ביזנעס??????
אין יעקישע שול
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:ר באראיגט אייך
האט אינז פארלאזט :|

ביסט זיכער?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

הענדימען האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:ר באראיגט אייך
האט אינז פארלאזט :|

ביסט זיכער?

אזוי האט ער געשריבן אין א צווייטע אשכול
זיין לעצטע תגובה בל"נ אויף אייוועלט
אנלעס דאס איז אייער צווייטע ניק!? :lol:
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:אזוי האט ער געשריבן אין א צווייטע אשכול
זיין לעצטע תגובה בל"נ אויף אייוועלט

כאניש געוואוסט. אזויווי מיין אונטערשריפט זאגט אז כ'ווייס נישט אלעס

גראף פאטאצקי האט געשריבן:אנלעס דאס איז אייער צווייטע ניק!?

:lol: :lol:
סארי. דער לאכער פון דיין תגובה וויל נישט מיטקומען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

יישר כח הודו לה' פאר די פי די עף'ס. ס'איז טאלאנטפול מסודר.

און אוודאי א יישר כח פאר בארואיגט אייך פארן הערליך אויסשמועסן די גאר וויכטיגע נושא.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

גין-גאלד האט געשריבן:יישר כח הודו לה' פאר די פי די עף'ס. ס'איז טאלאנטפול מסודר.

און אוודאי א יישר כח פאר בארואיגט אייך פארן הערליך אויסשמועסן די גאר וויכטיגע נושא.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

כיהודא ועוד לקרא וויל איך מיר באדאנקן פאר הרב בארואיגט אייך פארן עפענען דעם אינפארמאטיוון אשכול מיט גאר אסאך וויכטיגע פרטים ישר כח און מיר ווארטן אויף נאך

אלס איינער וואס האט באכעשעם א אייגענע ביזנעס א היפשע פאר יאר און אויכעט אלס סעילסמאן פאר מיין אייגענע קאמפעני וויל איך צולייגן איין גאר וויכטיגע נקודה וואס כאניש געזעהן מ'זאל עס ברייט אויסשמועסן און דאס איז די וויכטיגקייט פון "האנעסטי"
מאנכע מיינען אז ווען מ'האט א ביזנעס און מ'וויל צופרידן שטעלן א קאסטומער ,מעג מען מגזם זיין אדער זאגן א ליגנט אדער ארום שלעפן וכו וכו
אפילו קען זיין אויף די מינוט פילט איר גוט אז איר האט בארואיגט/צופרידן געשטעלט אייער קאסטומער איז דאס נאר פאר שארט טורם , דער אמת שווימט אלס ארויף צום סוף אויפן אויבערפלאך און יעמאלטס קענט איר פארגעסן פון אייער קאסטומער לעולם דוד
לדוגמא ער דארף א ספעציפישע פראדוקט און איר האט עס ניש אין סטאק און לאמיר זאגן אז איר קענט עס נאר באקומען אין א חודש ארום איז דא זייער אסאך מענטשן וואס מאכן דעם טעות און זאגן (שטייטצעך ווען זיי זעהן אז דער קאסטומער ברויך עס זייער וויכטיג )כ'קען דיר עס האבן אין 2-3 טעג און למעשה נאך 2-3 טעג- ווען דער מענטש האט געוואוסט אז ער העט עס קיינמאל ניש האבן דעמאלטס -רופט דער קאסטומער אהן מיט טענות הייבט זיך אהן א ארום שלעפן געים קום מארגן, רוף מיר נעכטן ,כ'האב עס דיר פאר איבערמארגן, די מענופעקטשורער האט עס שוין ארויסגעשיפט צונונז אייער נעכטן וכו וכו וכו
כ'האב נאר געגעבן איין דוגמא אבער אזוי איז דא ממש הונדערטע דגמאות פון דיסהאנעסטי וואס דאס איז סם המוות פאר א ביזנעס
ענדערשער זאגן סארי כ'קען עס נאר באקומען אין א חודש אז דו דארפסט עס זייער וויכטיג פאר דעם פליז גיי צו מיין קאמפעטישן קען זיין ער האט עס אין סטאק פאר דיר

א קאסטומער וואס זעהט האנעסטי אין א ביזנעס אווער און אווער וועט עפי"ר ניש קוקן אפילו אויף קיין פרייזן ווייל ער וויל א קאמפעני וואס איז לויעל צום קאנסומער און ער איז גרייט אפילו ארויף צוצאלן דערויף עכ"פ אזוי האבעך געזעהן ביי מיר
וכן מיט פרייזן אויב איז ער ניש צופרידן פון א געוואוסע פרייז און איר קענט ניש אראפגיין מער , זאגטס אים ברחל בתך הקטנה , טשאלדיג כ'וואלט אייך זייער ווען געוואלט פארקויפן פאר אייער פרייז אבער כ'קעניש אראפגיין מער פון דעם גייטס צו יענע און יענע קאמפעני כ'מיין ער האט עס פאר ביליגער , אזא זאך וועט נאר הייבן אייער פרעסטיזש ביים קאסטומער און ער וועט אייביג וועלן צוריק קומען נאר צו אייך
ווייל ער ווייסט אז איר וועט אים אין זיין לעבן ניש אריין נער'ן

בהצלחה
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

סע שמעקט מיר די קאמפלעמענט'ס.
קען זיין אז איך קים ציריק,
איך האב מיר געמאכט א דו דעיט אז ביז 22 טעג ארום דארף געשען א גרויסע זייך אין מיין ביזנעס אי"ה,
אין איך בין זייער פאנימען אז דאס זאל צישטאנד קימען.
אין מיט דעם איז געקומען א תנאי אז איך STOP צו שרייבן אויף אייוועלט פאר 22 טעג!
אבער יעצט האב איך מיר נישט געקאנט איינהאלטן....
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

הצלחה רבה, ביז 22 טעג ארום, בעט'ס פאר מיין הצלחה, אפשר וועל איך האבן בעסערע עקספיריענ'ס דעמאלט'ס,
זייט געזונט אין אסאך געלט
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
דער טראקער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm
לאקאציע: קוטשא קוטשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער טראקער »

איינער קען ארויף לייגן די פי די עף פליס?
אין די הרב בארואיגט אייך, האסט בארואיגט מיין ביזנעס קאפ מיט דיין קלארע שפראך אין שיינע פעדער, אין גוטע קליגע געדאנקן, זאלסט שטארק מצליח זיין אין דיין ביזנעס מיט דיין נייע פראיעק, (אפשר טיילסט מיר מיט אונז איבער דיין נייע פראיעק?).
ווי די זאגטס אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך אסאך
געלט
קוטשא קוטשא איז מיין היים לאנד, אין דמעשק סיריע איז מיין אופשטאם
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

הצלחה רבה, הרב בארואיגט-אייך איר זאלט האבן א רואיגע צייט דורך אויס די טעג ביז אהין און ווייטער פארשטייט זיך אויך.

יישר כח פאר אייער צייט ביז אהער ענד ווי אר לאוקינג פארווערד
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נו וואדע האט געשריבן:אלס איינער וואס האט באכעשעם א אייגענע ביזנעס א היפשע פאר יאר און אויכעט אלס סעילסמאן פאר מיין אייגענע קאמפעני וויל איך צולייגן איין גאר וויכטיגע נקודה וואס כאניש געזעהן מ'זאל עס ברייט אויסשמועסן און דאס איז די וויכטיגקייט פון "האנעסטי"

א ריזן דאנק פארן אויפברענגן

ס'איז נישט צום גלויבן וויפיל ליגענטס ווערן געזאגט פאר נארישקייטן

טראסט נעמט צייט צו בויען און א סעקונדע צו צעווארפן. אבער "צוריק" אויפצובויען נעמט סאאאאאך לענגער

מיין פאליסי איז אז איך גיב א מענטש 2 טשענסעס. נאכדעם גייט ער אויף מיין שווארצע ליסט און כ'וועל קיינמאל מער נישט טוהן קיין ביזנעס מיט אים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעק »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:הצלחה רבה, ביז 22 טעג ארום, בעט'ס פאר מיין הצלחה, אפשר וועל איך האבן בעסערע עקספיריענ'ס דעמאלט'ס,
זייט געזונט אין אסאך געלט


ב"ה האסט מיך בארואיגט אז די קומסט ציריק
איך דריי מיך שוין ארום זייט נעכטן אן א קאפ איך ווייס נישט וואס צי טוען איך דארף נאך עפענען א אייגענע ביזנעס
יעצט ווייס איך שוין איך וועל ווארטען 22 טעג
אין יעקישע שול
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

זבולון ווייס האט געשריבן:איך האב גראדע געהערט פון א איד וועלכער האט געפירט א גרויסע ביזנעס יארן לאנג, וועלכער האלט מיט זייער אסאך פרישע ביזנעסער, און זעהט מיט די אייגענע אויגן אז פרישע ביזנעסער וואלטן זיך געקענט איינשפארן אזויפיהל עגמת נפש, קאפוויי, חובות, צייט און געלט, מיטן וויסן אביסל גאר וויכטיגע אינפארמאציע.

און צוליב דעם טראכט ער פון ארגאניזירן א ביזנעס ווארקשאפ, וואו ער וועט איבעגעבן א גאנצן טאג אינפארמאציע, איבער אלעס בנוגע עפענען א ביזנעס, און אינגע ביזנעסער.

יענער פרעגט מיר צו איך האלט אז דאס וואלט געווען נוצבאר, איך האב אים געזאגט אז הונדערט פראצענט, איך בין נייגעריק וואס אנדערע האלטן

זבולון ווייס האט געשריבן:ווי איר זעהט האב איך בייגעלייגט דעם עד פון יעזורו פון CCP, איך האב נישט עכט קיין צייט יעצט, אבער דער ווייטאג פון נחשון באנדא איז צו גרויס איך זאל דאס איגנארירן, ובפרט ווען איך האב גוטע אינפארמאציע איבער די אישו.

א ידיד מיינער האט זיך אויך זייער געמוטשעט מיט דעם, ער האט געטוהן א געוויסע סערוויס אין הייזער פון מענטשן, און גענומען קאלס, ער פלעגט וועלן צופרידנשטעלן זיינע קאסטומערס, האט ער געזאגט אז ער גייט קומען ביז א שעה, ער פלעגט אויפהייבן דעם טעלעפאן אינמיטן טוהן די ארבעט, און צוליב דעם פלעגט אים די ארבעט נעמען דאפעלט די צייט, און די ארבעט איז נישט געווען בשלימות ווייל ער האט זיך אפגעגעבן מיט אנדערע זאכן, אסאך מאל האט ער ממש נישט געקענט אויפהייבן, און האט טאקע פארלוירן אסאך ביזנעס.

אבער די ערגסטע איז נאך געווען אויב ער האט באקומען א קאל פון א קאסטומער מיט קולות בזה"ל: איר האט שוין פאריגע וואך געזאגט אז איר קומט מיטוואך היינט איז שוין מאנטאג נאכמיטאג, ווילאנג דארף מען ווארטן.....

נאך אזא קאל איז אים פארגאנגען דעם אפעטיט פון עסן, שלאפן, שמועסן, און ארבעטן. ער איז נעבעך נישט געווען שולדיג, ער איז דאך נאר א בשר ודם, און אינמיטן די ארבעט קען מען נישט אפשרייבן קיין זאכן, און ער האט פלעין פארגעסן. ער האט פארגעסן אסאך אנדערע מענטשן אויך, אבער זיי האבן פארגעסן פון אים אויך און געקאלט א צווייטן.

פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער זיך ארויסגעלאזט זוכן ווער עס קען אים מאכן די ארבעט, איינער האט אים אנגע'שדכן'ט CCP, און זיי האבן געזאגט אז זיי קענען מאכן די סערוויס, און נעמען אלע זיינע טעלעפאן קאלס, פראפעשינעל, קלאר, און דער קאסטומער זאל פילן ווי ער רעדט צו די קאמפאני אליינס.

איך בין מדגיש די זאכן, ווייל מיין ידיד האט מיר דאס ספעציעל מדגיש געווען אז דאס איז געשטאנען אונטער זיין הצלחה די לעצטע חדשים, CCP האט זיך דירעקט אריינגעלייגט צו פארשטיין וויאזוי א טעלעפאן קאל דארף גיין כדי א קאסטומער זאל ארויסגיין צופרידן, די ארבעט זאל זיין זייער קלאר און געשמאק פארן בעה"ב, און א קאסטומער זאל פילן ווי ער רעדט צו די קאמפאני.

ער זאגט מיר אז זייט ער איז געגאנגען צו CCP, האט זיך זיין ביזנעס געטוישט, זאכן זענען קלאר, זיין לעבן איז געווארן פון א אנגעצויגנקייט 24 שעה, יא 24 שעה! איז ער געווארן א רואיגע מענטש, זיין דזשאב איז געווארן געצוימט צו ביזנעס שעה'ען, ער איז אן סקעדזשועל צו יעדע דזשאב, און זיינע קאסטומערס זענען העכסט צופרידן.

דערפאר הרב נחשון, זיי נישט קיין בטלן, שפרינג אריין דערין ווי א נחשון, און וועסט הנאה האבן ממש ווי אין באנדאס גראסערי

איך וואונטש דיר אסאך הצלחה!

עס קוקט מיר אויס ווי איר מיטשעט זיך צו עדווערטייזן דא אויפן וועלטעל
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

יא, גוט צוגעטראפן!

נישט אומזיסט רופט איר זיך והמבין יבין, נאר טאקע ווייל איר זענט דער מבין צוצוטרעפן דאס וואס קיינער קען נישט.

און עס איז טאקע א גוטע זאך איר זאלט ארומזוכן אינעם גאנצן וועלטל און גוט מדייק זיין פון יעדנס ווערטער אויב עס שמעקט חלילה מיט אדווערטייזן, און דאס מגלה זיין, ושכרך הרבה מאוד.

גראדע זענען די צוויי זאכן וואס דער מבין האט נאכגעברענגט אמת'ע זאכן, און איך האב טאקע א ידיד וואס CCP האט אים געראטעוועט מיטן נעמען זיינע קאלס. און באזונדער ווייס איך פון א צווייטן, נישט CCP, א איד וואס טראכט צו מאכן א סעמינאר וועגן ביזנעס, א איד וואס איז געווען א גרויסער ביזנעסמאן, און היינט טוט ער סערוויסעס פאר גאר אסאך ביזנעסער, און ער האט אסאך אינפארמאציע איערצוגעבן פאר אינגע ביזנעסער, וואס מיט זיין עקספיריענס ווייסט ער א געוואלד וועגן דעם, און ער האל נאך אינמיטן שפעקולירן, דערפאר בין איך נייגעריק וואס מענטשן טראכטן איבער אזא סארט סעמינאר.

ווער עס האט א מיינונג אויף אזא זאך, יעלה ויבא ויגיע, ויאמר כל אשר באפו

א דאנק.
און מיסטער מבין איז אויך געלאדנט צו זאגן זיין מבינות, ווייל עס זעהט אויס אז ער האט וואס צו פארקויפן.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שלום וברכה טייערע ידידים דא אינעם קליינעם וועלטל!

איך בין שוין א אלט געזעסענער, און שוין לאנג נישט אריינגעטרעטן דא, היות דא איז דא אן אשכול איבער עפענען א אייגענע ביזנעס, שפיר איך א חיוב אריינצווארפן מיינע צוויי צענט.

איך בין געווען אן ארבייטער (Employee) פאר 7 יאהר און היינט האב איך שוין ב"ה מיין אייגענע ביזנעס, שוין איבער א יאהר ב"ה.

איך וואלט שטארק געראטן א גאהר ביליגע מציאה פאר סיי ווער עס וויל אריינגיין אין ביזנעס, צו באקומען א שטיקל אנונג אין וואס מ'גייט אריין, און האבן די ידיעות איבער אלץ און אלעמען איבער ביזנעס, זאל קויפן דעם ביזנעס קרעש קורס פון ר' אלעזר לאנדא, עס האט אין זיך ממש אלע ראשי פרקים וואס מ'ברויך צו וויסן פאר מ'גייט אריין אין ביזנעס, און עס גיבט א ברייטע אינדעקס צו וויסן אין וועלכע נושאים מ'ברויך מער לערנען ווען מ'זעהט א געוויסע שוואכקייט אין דעם.

אני כשלעצמי, א יאהר פאר איך בין אריין אין ביזנעס האב איך געקויפט דעם ביזנעס קרעש קורס פאר 247 דאללער, און ר' אלעזר האט מיר צוגעלייגט א באונוס דעם מארקעטינג סיקרעטס סעמינאר וואס ר' אלעזר האט אפגעהאלטן מיט ר' איתמר גיזנבערג. איך האב אויסגעהערט ביידע סעמינארן כמה פעמים, און נאכדעם האב איך אנגעהויבן טוהן למעשה, איך האב גע'ארבייט פאר 6 חדשים צו אוועקשטעלן מיין נייע קמאפאני, אין די זעלבע צייט בין איך נאך געווען אן ארבייטער. און ב"ה היינט צו טאג'ס א יאהר נאכן עפענען מיין קאמפאני קען איך זאגן מיט א פולן מויל, אז ווען נישט די צוויי סעמינארן וואלט איך נישט געהאלטן דא ווי איך האלט בס"ד.

איך וואלט שטארק ענקארעדזשט סיי ווער עס וויל עפענען א נייע ביזנעס, זאל קודם קויפן דעם ביזנעס קרעש קורס מען קען עס קויפן דורך דריקן דעם לינק.

עס איז שוין א אלטע סעמינאר, אבער האט נאך אלץ אלע ראשי פרקים וואס מ'דארף וויסן פאר מ'לאזט זיך ארויס אויפן ביזנעס וועלט, ס'לוינט זיך די 247 דאללער, נאר צו קענען וויסן וואס און וויאזוי צו פרעגן.

נאכאמאל, דא איז א לינק צו קויפן דעם ביזנעס קרעש קורס. און אויב גיבט ער נישט דעם מארקעטינג סיקרעטס סעמינאר קענט איר עס קויפן דא

אסאך הצלחה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”