וויפיל צאלט מען פאר אן ארבעטער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:03 pm

וויפיל צאלט מען פאר אן ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמערנאגל »

וויפיל הייסט נארמאל באצאלט פער שעה פאר א טויגליכע אינגערמאן אין אן אחריות'דיגע מענעדזשמענט פאזיציע אין די מאנרא/מאנסי געגנט.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

איך מיין אז צווישן 25 און 30 דולר
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז נישט דא קיין כלל ווענט זיך אין אסאך זאכן,

1] וויפיל שעה א וואך קען ער / מיז ער אריינלייגען?, וויפיל פון דעם אווערטיים?, ווער לויפט נאך די ארבעטער אדער די בעל בית?, פון ווי קומט דער ארבעטער? וויפיל האט ער דארט באקומען? , וויפיל עקספעריענס, וויפיל איז זיין ניעד יעצט? ווי געשיקט / קליג איז ער? אטו כי רוכלא ניחשוב וניזל?,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

און די עיקר פעקטאר איז, וואס געט ער צו פאר די ביזנס. גייט די קאמפעני מאכן מער געלט ווייל ער ארבעט דארט? אויב יא, ווי סאך.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

סופליי אנד דימענד איז די ווארט
דער בעל הבית וויל צאלן די ביליגסטע וואס ער קען
טרעפסטו א ביליגערער ארבעטער צאלסטו ביליגער און אז נישט בהכרח וועסטו צאלן מער
דער ארבעטער וועט בעטן די מערסטע וואס ער קען
טרעפסטו איינער וואס איז דיר גרייט צו צאלן וויפיל דו ווילסט הרי טוב און אז נישט וועסטו בהכרח נעמען ווייניגער

יעצט צום בעל הבית
ווען דו טרעפסט איינעם פאר ביליגער קען טאקע זיין אז ער איז נישט מער ווערט
קיין זיין דו דארפסט נישט איינער וואס איז מער ווערט (אסאך מאל רעדט מען זיך אזוי איין - לוינט צו איבערשמועסן מיט איינעם וואס קען דיין ביזנעס - אוממעגליך צו ענטפערן אזוי דא)
אויב טאקע יא וועסטו צאלן וואס ער בעט
די איינציגסטע פלאץ ווי דער שאלה האט א מקום
איז ווען דו ווילסט מאכן א באדזשעט אדער פארקעסט
און דו ווילסט פאראויס רעכענן וואס עס גייט דיר קאסטן צו הייערן איינעם
עס קען דיר קאסטן (נישט וואס דער ארבעטער גייט באקומען) צווישן 65 און 120 אלף איבערן יאר -נישט קיין פונקטליכע נומער- (רעכן פארשידענע טעקסעס און אינשוירענס) ווייטער עס ווענט זיך וואס דו דארפסט באמת

צום ארבעטער
אז דו האלטס אז דו ביסט מער ווערט, מעגסט זיך לאזן אביסל דינגען אויפן פרייז אבער מוזט נישט איינגיין אז יענער איז נישט גרייט צו צאלן קען זיין אז דו וועסט טרעפן איינער וואס איז יא גרייט - געווענליך איינער וואס טויג איז פשט ער איז אין די ליין און ער וועט וויסן ער קען בעטן און מען דארף קענען מסביר זיין פארן באצאלער וואס "ער" גייט "באקומען" פון דיר
אויב גייסטו ארבעטן ווייל דו ווילסט באקומען "וויפיל מען צאלט" פאר אן ארבעטער איז א שואכע סבה עס צו באקומען
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”