שו"ת #1 - קרעדיט קארדס פאר ביזנעס עקספענסעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

שו"ת #1 - קרעדיט קארדס פאר ביזנעס עקספענסעס

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 5:32 pm

שוועמל האט געשריבן:לעצטענס נוץ איך מיין פערסענאל קרעדיט קארד צו באצאלן ביזנעס בילס. איך וויל דאס מאכן אלס מיין פריוואטע לאון פאר די ביזנעס. וויאזוי זאל איך עס אריינשטעלן? אלס א לאון פון מיר אדער פון סיטי בענק?


ס'איז אלץ בעסער צו האבן עקסטערע באנק אקאונטס און עקסטערע קרעדיט קארדס פאר די ביזנעס, און עקסטערע פאר די פערזענליכע באנוץ. אבער אז מ'דארף צוקומען צו עקסטערע קעש, קען מען אמאל נוצן א פריוואטע באנק/קרעדיט קארד אקאונט.

לאמיר קודם מסביר זיין וויאזוי קוויקבוקס ארבייט מיט באנק/קרעדיט קארד אקאונטס:
ווי שוין דערמאנט, אין די טשארט אף אקאונטס איז פארהאן פינף הויפט אקאונטס; אינקאם, עקספענסעס, לייעביליטיס, עסעטס און עקוועטי. א באנק אקאונט איז אן 'עסעט' (פארמעגנס), און קרעדיט קארד איז א 'לייעביליטי', ווי אויך א 'לאון' (הלואה) איז אויך 'לייעביליטי'. דאך ווען איר עפענט קוויקבוקס, וועט איר זעהן אז דאס ווערט אפגעטיילט. ווען איר עפענט א נייע אקאונט אינעם טשארט אף אקאונטס פון קוויקבוקס, געבן זיי (אויפ'ן מעין פעידזש) 2 סארט עסעטס - א באנק אקאונט און א פיקסד עסעט (א בנין, קאר, מעבל), און 2 סארט לייעביליטיס - קרעדיט קארד און לאון.

פשט איז אזוי: אויסער די בעיסיק בוקקיפינג וואס קוויקבוקס טוט, האט דער פראגרעם אסאך פיעטשערס פאר יעדע דיפרענט זאך. למשל, ווען דו עפענסט א נייע באנק אקאונט אין קוויקבוקס טשארט אף אקאונטס, ווייסט ער צו ווייזן; ווען ס'איז דא א נעגיטיווע באלאנס, אז יעדן חודש קען זיין פארשידענע טשארדזשעס, ער האלט חשבון אויף טשעקס וואס ווערן געפרינטעד פון די אקאונט, וכדו' וכדו'. ווען דו עפענסט אבער א נייע פיקסד עסעט אקאונט אין קוויקבוקס, למשל, א נייע קאר וואס דו האסט געקויפט, הגם ס'איז אויך די זעלבע קאטעגאריע פון א באנק אקאונט ווייל ביידע זענען עסעטס, האט ער נישט די פיטשער פון שרייבן טשעקס פון די אקאונט..... ער האט אנדערע פיעטשערס פאר אזא פיקסד עסעט אקאונט, וואס מיר וועלן נאך רעדן דערפון אין אנאנדער געלעגנהייט.

דאס זעלבע איז מיט קרעדיט קארדס און לאונס, קוויקבוקס ווייסט אז פאר א קרעדיט קארד באקומט מען סטעיטמענטס יעדן חודש, און מ'צאלט דערויף אינטרעסט, ער ווייסט אויך אז ס'איז דא קאמפאניס וואס רעכענען אראפ חודש'ליך פון די קרעדיט קארד, און אז מ'קען באצאלן בילס מיט קרעדיט קארדס. משא"כ א לאון, וואס איז אויך א לייעביליטי ווי קרעדיט קארדס, איז נישטא די אפשען אין קוויקבוקס אז מ'זאל קענען באצאלן א ביל דערמיט, אדער 'ענטער קרעדיט קארד טשארדזשעס' אן א ביל. ווייל דער לאון איז ארויס פונעם מלוה און אריין אינעם באנק אקאונט, און פון דארט קענסטו אויסשרייבן טשעקס פאר עני ביל וואס דיין הארץ באגערט.

צום ענין, איך האב 3 ביזנעס קרעדיט קארדס, און כ'האב געפענט דערפאר 3 עקסטערע קרעדיט קארד אקאונטס אין קוויקבוקס, יעדער מיט די נאמען פון דער באנק. אויסער דעם האב איך אויך פארשידענע פערסאנעל קרעדיט קארדס וואס כ'נוץ 1 דערפון פאר'ן ביזנעס, וואס פאר עם האב איך אויך געפענט א קרעדיט קארד אקאונטס אין קוויקבוקס מיט א ניקנעים אז כ'זאל געדענקן וואסערע קארטל דאס איז. ווען כ'וויל צאלן א ביל, קען איך אויסוועלן - אדער דורכ'ן באנק וואו כ'קען אויסוועלן וועלכע אקאונט כ'וויל, אדער דורך קרעדיט קארד, וואו כ'קען אויסוועלן וואסערע קארטל כ'וויל.

קוויקבוקס ווייסט אויך, אז דער קרעדיט קארד איז נישט נאר א לייעביליטי אקאונט, נאר אויך א 'ווענדער', דאס הייסט, אז אמאל דארף מען צאלן פאר דער זעלבע קרעדיט קארד, און ס'וועט אראפגיין פונעם חוב. וואס דאס מיינט, אז ער האלט חשבון פונקטליך ווער ס'האט געטשארדזש די קארטל, צו איך האב באצאלט פאר'ן קארטל, און פארשטייט זיך מיט אלע דעיטס פונקטליך.

ובכן, סוף חודש ווען ס'קומט די סטעיטמענט, דארף מען 'רעקאנסיילן' די קרעדיט קארד אקאונט, (מער איבער רעקאנסיילן אין אן אנדער געלעגנהייט), וואו ס'וועט ארויפקומען אלע טשארדזשעס וואס קאמפאניס האבן געטשארדזשט ווי אויך אלע פעימענטס און קרעדיטס וואס דו האסט געצאלט אדער באקומען צו דעם אקאונט, און דו זעסט צו דאס שטימט מיט'ן פאפירענעם סטעיטמענט. אויך איז דא אן אפשען צו אריינליין די טשארדזשעס און אינטרעסט וואס מ'האט געצאלט פאר'ן קארטל, וואס דאס ווערט גערעכנט אין קוויקבוקס אלץ אן עקספענס (מ'דארף ענטערן מיט וואסערע אקאונט די טשארדזשעס זאלן זיין אויפגעסיינט).

איצט, ווען מ'נוצט א פערסאנעל קרעדיט קארד; לאמיר זאגן אז רוב טשארדזשעס פון דעם חודש אויפ'ן קרעדיט קארד איז געווען פערסאנעל הוצאות, נאר א חלק איז געווען פאר די ביזנעס. מאכט מען א נייע קרעדיט קארד אקאונט וואס הייסט 'פערסאנעל קרעדיט קארד 1' (וועא"מ), מ'צאלט בילס דערמיט, מ'צאלט פעימענטס דערפאר, אבער מ'מוז נישט רעקאנסיילן ווייל האסטעך נישט אריינגלייגט אלע פערסאנעל טשארדזשעס אין קוויקבוקס, און ס'וועט נישט זיין געבעלענסד מיט דיין סטעיטמענט. אויב ס'איז דא אינטרעסט טשארדזשעס וכדו', מאכט מען דערפאר אן עקסטערע עקספענס אקאונט מיט וואסערע נאמען דו ווילסט.

כ'האף אז ס'איז קלאר, אויב נישט פרעג איבער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מארטש 02, 2008 4:05 am

פארוואס זאל מען א פערסעננאל קרעדיט קארד נישט לאזן אלס א ווענדאר אדער 'אטערנעים' אקאונט? כ'מיין אז ס'איז דאך נישט קיין שום ריזן עס צו שטעלן אלס א לאון אקאונט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג מארטש 02, 2008 6:26 pm

סאכדעס; דו פרעגסט פון שוועמל? אין אמת'ן האב איך פאלש פארשטאנען זיין שאלה, סאו דיין קשיא איז נישט גילטיג.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 02, 2008 8:22 pm

סאכדעס פרעגט נישט פאר מיר און נישט פון מיר, מיר האבן נישט קיין שייכות אין דעם פארמעסט..

בנוגע מיין שאלה, קודם א גרויסן דאנק פארן אדרעסירן מיין שאלה אין גוגל טולק. בשעתו האב איך געוואלט דא קאמענטירן אבער לא עלתה בידי. יעצט אז דער אשכול איז ארויפגעשווימען האב איך זיך דערמאנט דערפון.

מיין שאלה איז דאן געווען ווי פאלגענד:
איך נוץ דאך פון מאל צו מאל א פערסאנעל קרעדיט קארד פאר די ביזנעס אויסגאבן, סאו וויל איך אז ווען ס'קומט דער זמן פרעון דערפאר זאל איך קענען צולייגן אינטערעסט אזוי ווי ענליך צו א לאון וואס מען קען צולייגן APR כדי ארויסצונעמען וואס מער פון די ביזנעס (כאטש וואס דער קרעדיט קארד קאמפאני אליינס רעכנט מיר נישט קיין אינטערעסט ווייל איך צאל אין צייט). וויאזוי זאל איך עס אריינשטעלן אלס א לאון פון מיר 'פרייוועט לאון' אדער אלס א טיפישער לאון פון די 'קרעדיט קארד קאמפאני'?

דערויף איז געקומען די אנטווארט אין גוגל פון לחיימ'ן ואכמ"ל.

אבער לגבי דאס וואס דו שרייבסט:
"דאס זעלבע איז מיט קרעדיט קארדס און לאונס, קוויקבוקס ווייסט אז פאר א קרעדיט קארד באקומט מען סטעיטמענטס יעדן חודש, און מ'צאלט דערויף אינטרעסט, ער ווייסט אויך אז ס'איז דא קאמפאניס וואס רעכענען אראפ חודש'ליך פון די קרעדיט קארד, און אז מ'קען באצאלן בילס מיט קרעדיט קארדס. משא"כ א לאון, וואס איז אויך א לייעביליטי ווי קרעדיט קארדס, איז נישטא די אפשען אין קוויקבוקס אז מ'זאל קענען באצאלן א ביל דערמיט, אדער 'ענטער קרעדיט קארד טשארדזשעס' אן א ביל. ווייל דער לאון איז ארויס פונעם מלוה און אריין אינעם באנק אקאונט, און פון דארט קענסטו אויסשרייבן טשעקס פאר עני ביל וואס דיין הארץ באגערט."

למעשה, ביים באצאלן א ביל אין קוויקבוקס איז נישטא קיין אפשען צו סעלעקטען א פעימענט ארויס פונעם קרעדיט קארד אקאונט. איך ווייס נישט פארואס ס'יז אזוי. הגם סוף חודש וועט מען ענטערן דעם קרעדיט קארד ביל באזונדער און ארויסנעמען דעם טשעק פונעם בענק אקאונט, אבער וועסט נישט קענען האלטן חשבון וועלכע בילס זענען באצאלט געווארן מיטן קרעדיט קארד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 23, 2008 9:16 pm

חיים ברוך;

איך האב נאכנישט ארויס די ענין פון מאכן א פעימענט 'פאר' א קרעדיט קארד.
ביז היינט האב איך מיך געפירט אריינצושטעלן די טשארזשעס דורך ענטער בילס, אדער דורך ענטער קרעדיט קארד טשארזשעס. און לכאורה האט אלעס געשטימט אבער נאר די טשארזשעס דערווייל.

לגבי באצאלן דעם סטעיטמענט פארן קרעדיט קארד קאמפאני, האב איך געעפענט נאך א ווענדאר מיטן זעלבן נאמען ווי דער קארד לדוגמא CITI, און איך פלעג שרייבן א געווענליכע טשעק און דערנאך האב איך אריינגעשטעלט א קרעדיט בעלענס ביי ענטער קרעדיט קארד טשארזשעס. (די עקספענס אקאונט ביים פעימענט איז געווען CITI דער זעלבער אקאונט ווי דער טשארזש, קומט אויס דער CITI עקזיסטירט צוויי מאל, איינס אלס ק"ק און איינס אלס ווענדאר).

איך בין נישט זיכער צי דאס איז דער ריכטיגער וועג. ביטע קאמענטאר. ווייל איך גלויב אז ס'דארף זיין א דירעקטע וועג אין קוויקבוקס צו קענען באצאלן א ק"ק גלייך ארויס פון באנק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג יוני 23, 2008 11:15 pm

א שנעלע ענטפער, אויב דו דארפסט מער רוף מיך אויפ'ן טעלעפאן.

פונקט אזוי ווי דו טוסט רעקאנסיילן א באנק אקאונט, דארפסטו רעקאנסיילן א קרעדיט קארד אקאונט. נאכ'ן רעקאנסיילן, טוט קוויקבוקס רעקארדירן א ווענדאר (ביים ערשטן מאל) און א ביל דערויף מיט'ן סכום פונעם רעקאנסיילד אקאונט. דערנאך קענסטו מאכן א פעימענט צו דעם ווענדאר.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 24, 2008 12:00 am

און אן רעקאנסיילן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יוני 24, 2008 8:52 pm

טוה דאס זעלבע מעניועלי. מאך א ביל פאר דעם ווענדאר, די אקאונט אויפ'ן ביל זאל זיין די נאמען פונעם ווענדאר, און אלץ א קרעדיט קארד אקאונט.

ביי דע וועי, רעקאנסיילן איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין ביזנעס. מ'מוז נישט אלעס אריינלייגן... אבער עט ליסט וואס יא זאל זיין נארמאל אריינגעלייגט, וד"ל.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט