וואס קענט איר אריינברענגען פון כינע?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

וואס קענט איר אריינברענגען פון כינע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

אזוי ווי יעדער האט אמאל א גוטער בייפאל וואס מ'וואלט ווען געקענט אריינברענגען פון כינע קיין אמעריקא, און פארדינען א שטיקל חיונה, אבער רוב מאל פירט מען דאס נישט אויס אויף למעשה צוליב סיבות שונות, איז כדאי אז ווער עס האט עפעס א בייפאל, און ער איז שוין אויסגעשלאפן זיין חלום, און זעהט אז ער גייט עס מסתמא שוין סייווי נישט אימפארטן אין די קומענדיגע פאר יאהר, זאל ער כאטש איבערגעבן די איידיע פאר אנדערע וואס קענען יא הנאה האבן דערפון, זה נהנה וזה לא חסר.
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

1) צוריק אריינברענגען ECCO האלבע שיך, אן די ליין ארום.

2) א ביציקל מיט א האד צו עפענען ווען ס' רעגנט.

3) קליידונג מיט עלעקטריק ווארעמער/קילער (כמדומה ס'פארהאן פאר די מאטאר סייקעלס)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קאלאטשען וואס זאל נישט אויסזעהן אזוי באלקי, פויל און קלאמזי - עפעס וואס מען זאל זיך נישט דארפען קענען צו גיין און עס זאל זיין גרינג אויסצוטוהן און אנצוטוהן און פארשטייט זיך אן דארפען טמא ווערן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

א ספיקער וואס מען קען אריינלייגן א USB אדער א SD card און מען זאל קענען זעהן אויף די דיספלעי אלע טעיפס מיט אלע דיטעילס.
סיי א ביליגע צען דאלארדיגע, ווי אויך סטיריאו סייז.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

אמאל ווען מ'פלעגט ניצן טעיפס, פלעגן מיר אפכאפן די קליינע קינדערלעך וויאזוי זיי רעדן, זינגן וכו'. אויך פלעגן קינדער אריינזינגן אין טעיפס, און נאך אפאר יאהר איבערגעהערט די אלטע זכרונות און ס'האט געהאט א מורא'דיגע חן.
מ'האט געקענט זעהן אויף יעדע טעיפ וואס ס'איז און מ'האט עס ארויסגענומען בכל עת מצוא.
אבער זייט ס'ארויסגעקומען די סידיס, איז מער נישט דא א וועג אריינצורעדן אין א סידי, מ'זאל עס קענען אראפטעיפן, און אוועקלייגן, די איינציגסטע וועג וואס ס'איז געווארן שטאטס דעם איז רעקארדערס, ס'איז נתרבה געווארן מיט SD קארדס, אבער דאס איז ווייט פון רעפלעיסן די מהלך וויאזוי די טעיפס האבן געארבעט.

אולי וואלט געווען א איידיע צו מאכן א CD רעקארדער וואס מ'קען רעקארדן דערין.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

פאר א וויץ!
אפשר קען איינער אויפקומען מיט א איידיע וויאזוי מ'זאל קענען גרינגער ארויפגיין טרעפ אום שבת קודש, סיי פאר די וואס וואוינען אויף די העכערע שטאקן, אדער עלטערע אידן.

נאר א ווערטל, אבער מ'קען נישט וויסן, וואס די טעכנעלאגיע וועט נאך אויפקומען.
ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ל. שווימער »

אן עסקעלעיטער. מותר צו נוצן שבת.
חנינא בן דוסא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 17, 2017 11:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנינא בן דוסא »

חברותה האט געשריבן:א ספיקער וואס מען קען אריינלייגן א USB אדער א SD card און מען זאל קענען זעהן אויף די דיספלעי אלע טעיפס מיט אלע דיטעילס.
סיי א ביליגע צען דאלארדיגע, ווי אויך סטיריאו סייז.


כ'האב שוין כמה פעמים ארומגעזוכט פאר אזאנס. אזויווי די קארס האבן היינטיגע טעג

עס מוז זיין אז עס שוין דא. אויב קען איינער צו-ווייזן ווי מען קען דאס באקומען למצוה גדולה יחשב
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

חנינא בן דוסא האט געשריבן:
חברותה האט געשריבן:א ספיקער וואס מען קען אריינלייגן א USB אדער א SD card און מען זאל קענען זעהן אויף די דיספלעי אלע טעיפס מיט אלע דיטעילס.
סיי א ביליגע צען דאלארדיגע, ווי אויך סטיריאו סייז.


כ'האב שוין כמה פעמים ארומגעזוכט פאר אזאנס. אזויווי די קארס האבן היינטיגע טעג

עס מוז זיין אז עס שוין דא. אויב קען איינער צו-ווייזן ווי מען קען דאס באקומען למצוה גדולה יחשב


שוין געפרעגט עטליכע עלעקטראניק סטארס, יעדער האט געזאגט אז דער עולם זוכט עס אבער נאכנישט דא.
טאקע וועגן דעם האב איך עס דא געשריבן.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

א פארם פאר א שיעור פאה מ'זאל זיך קענען אליינס אפשערן
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”