בלאט 1 פון 4

אלעס ארום קאנסטראקשען

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 21, 2017 8:06 pm
דורך דגל יהודה
איך קיק אין זיך. ווי אזוי קען זיין צווישען אזא עולם דא אויףן פורם איז נישט דא קיין איין אשכול פין די קאנסטראקשען אינדערסטרי?

גראדע קאנפירם איך מיין אלטע שיטה אז קאסטראקשען איז אינדערסטרי בפני עצמו אין עס מינגלט נישט מיט עמעזאן-ריטעל-אימפארט-ועוד ועוד.
אין איך האב מיר עס אויך איבערצייגט ביי די LTB איז נישט געווען קיינער פין די אינדערסטרי אין רעדענדיג מיט עטליכע פי אר קאמפעניס אין דיזיינערס זאגן זיי אז זיי האבן נישט קיין איין קוסטאמער פין די קאנסטראקשען.

רבותי. ווער עס טוט אין קאנסטראקשען. סובס. דיזיינערס. אינספעקשענס. יעדער קען ניצען העלפ. סטאפ ווארק. די אה בי. סיין אפ. עקספידייטערס ועוד ועוד.

האב איך געפענט די פורם יעדער זאל קענען בעטען הילף. יעדער זאל קענען פרעגן קשית. אין האפענטליך וועט די עולם הנאה האבן אין מיר זאלן זיך קענען העלפן

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 7:16 pm
דורך דגל יהודה
בקיצור סאיז דורך א טאג. זעה איך דער עולם דא איז נישט אין קאנסטראקשען

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 7:20 pm
דורך חנן בן עכבור
זעהט אויס אז די יודן וואס טוען אין קאנסטראקשן והמסתעף האבן ווייניגער צייט צו פארברענגן דא...

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 10:49 pm
דורך איסר האטלקי
חנן בן עכבור האט געשריבן:זעהט אויס אז די יודן וואס טוען אין קאנסטראקשן והמסתעף האבן ווייניגער צייט צו פארברענגן דא...

אדער ווער עס האט אן אייגן הויז האט שוין וואס צו טון אין די זייט אויך....

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 23, 2017 12:02 am
דורך יאצמעך
ע״פ רוב פאלט עס אריין אין ריעל עסטעיט אשכולות.

טייל פון די זאכן וואס דו רעכנסט אויס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 25, 2017 3:17 pm
דורך דגל יהודה
יאצמעך האט געשריבן:ע״פ רוב פאלט עס אריין אין ריעל עסטעיט אשכולות.

טייל פון די זאכן וואס דו רעכנסט אויס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.


האב עס געזיכט אין נישט געקענט טרעפן. אפשר לייגסטו די לינק?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 25, 2017 3:48 pm
דורך farshlufen
איר פרעגט זייער ברייט, וואס פונקטליך ווילט איר איצט?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 25, 2017 8:02 pm
דורך יאצמעך
דגל יהודה האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ע״פ רוב פאלט עס אריין אין ריעל עסטעיט אשכולות.

טייל פון די זאכן וואס דו רעכנסט אויס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.


האב עס געזיכט אין נישט געקענט טרעפן. אפשר לייגסטו די לינק?

viewtopic.php?p=1345893#p1345893

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 25, 2017 8:58 pm
דורך טשעירמאן
איך וויל לייגען פארצעילען טיילס, ווייסט איינער וויפיל סדארף קאסטען א סקווער פיס? א בערכ'דיגע פרייז?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 1:28 am
דורך עפל קוגל
טשעירמאן האט געשריבן:איך וויל לייגען פארצעילען טיילס, ווייסט איינער וויפיל סדארף קאסטען א סקווער פיס? א בערכ'דיגע פרייז?

קאנסטראקשען

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 2:52 am
דורך עפל קוגל
איך בין ניי אין די ליין קען מיך איינער העלפען?

איך מיטשע מיך זייער ווי אזוי צי גיבען פרייזען פאר קאסטעמערס

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 7:57 am
דורך ווישוואש
וואס מיינט גיבן פרייזן? דו ווייסט נישט וויפיל צו טשארדזשן פאר א דזשאב, אדער זוכסט א סאפטוועיר צו מאכן די חשבונות? פאר די צווייטע קענסטו נוצן planswift.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:44 am
דורך מצוה יונגעל
טשעירמאן האט געשריבן:איך וויל לייגען פארצעילען טיילס, ווייסט איינער וויפיל סדארף קאסטען א סקווער פיס? א בערכ'דיגע פרייז?


געב איהם א ריף, http://tilestyleny.com/lets-talk
גיטע פרייזן מעכטיגע סערוויס!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:17 am
דורך האיש
זוך איך אן iron worker פאר א קליינע זשאב

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 12:26 pm
דורך דגל יהודה
עפל קוגל האט געשריבן:איך בין ניי אין די ליין קען מיך איינער העלפען?

איך מיטשע מיך זייער ווי אזוי צי גיבען פרייזען פאר קאסטעמערס


אביסל מער פרטים ?? וואספארא ליין? ווי א גרויסע ארבעט ועוד. אז די ווילסט שיק מיר אין אישי

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 2:40 pm
דורך עכט
האיש האט געשריבן:זוך איך אן iron worker פאר א קליינע זשאב

פראביר 347-870-8522 נישט אידיש און זייער גוט

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 3:20 pm
דורך איך ווייס
איך זיך איינעם צו אינסטאלן א דרויסנדיגע טיר
עני ביליגע מאן ?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 4:13 pm
דורך האיש
עכט האט געשריבן:
האיש האט געשריבן:זוך איך אן iron worker פאר א קליינע זשאב

פראביר 347-870-8522 נישט אידיש און זייער גוט


יישר כוחכם

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 12:47 am
דורך עפל קוגל
ווישוואש האט געשריבן:וואס מיינט גיבן פרייזן? דו ווייסט נישט וויפיל צו טשארדזשן פאר א דזשאב, אדער זוכסט א סאפטוועיר צו מאכן די חשבונות? פאר די צווייטע קענסטו נוצן planswift.



ביידע
מער נישט וויסען וויפיל צו טשארדזשן, איך מאך א חשבון ווי לאנג עס וועט נעמען אין רוב מאל פארעכן איך מיך מיט אפאר דאללער אין דארט ליגט מיין ריוח

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 12:50 am
דורך עפל קוגל
דגל יהודה האט געשריבן:
עפל קוגל האט געשריבן:איך בין ניי אין די ליין קען מיך איינער העלפען?

איך מיטשע מיך זייער ווי אזוי צי גיבען פרייזען פאר קאסטעמערס


אביסל מער פרטים ?? וואספארא ליין? ווי א גרויסע ארבעט ועוד. אז די ווילסט שיק מיר אין אישי


איך טי מער וויניגער עפארטמענט רעניוועשין
גאט ריהעב
אדער קלענער אויך, ווי למשל א בית כסא, אדער עני קליינע זאך

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 10:53 am
דורך real estate
הרב עפל קוגל
קודם וויל איך דיר ווינטשן הצלחה

1) דע ערשטע יסוד פאר דו גייסט אריין אינעם געשעפט זאלסטו אייביג אפשרייבן א קאנטראקט וואס דו גיבסט פאר די פרייז אז אויב מען לייגט צו וואס מען האט נישט אפגעשמיסט זאל עס זיין א change order.

2) gut renovation גייט פאר בערך $70 א סק. פיס

3) א בית הכסא קאסט אזוי
נאר טוישן טיילס אין יענער קויפט די טיילס איז $8 א סק. פיס.
רוקן פלאמינג $1100 א פוינט
טושן די וואנע 1500 $
אינסטאלן די סינק טוילעט $175 each

צולייגן א וואנט מיט א טיהר אין די זעלבע א קלאזעט $1800

יעצט נאך כללים
1) זעה דיך צו האלטן צו דיין פרייז זאלסט נישט ווערן אראפ געקלאפט ווען מען זאגט דיר אז ער האט א גוי וואס איז ביליגער דו זאלסט וויסן ביי דיר אז ביים גוי גייט ער למעשה ארויפ צאלן.
אין דו וועסט אויפבויען דיין נאמען אלס אן ערליכער מענטש איו די referral גייט גיין זייער שנעל מיטן רבוש"ע הילף

2) זאלסט נישט בלייבן שטיין ביי קליינע ארבעט זעה דיך ארויף צוריקן צוביסלעך אלס גרויסע קאנטראקטאר

3) זעה צו קויפן אינשורענס( זייער וויכטיג)

4) אוב די זעהסט אז די פרייז וואס איך האב געגעבן איז נאך אלס צו וויניג זאלסטו ארויפ גיין מיט די פרייז אין כאטש זאלסטו געדענקן אז אפילו האסט נישט געמאכט קיין געלט האסט אויף געבויט א reputation ביי דיינע קאסטעמרס.

און אויב זעהסטו אז דו האסט גוט פארדינט ביי א זשאב ווארף אריין עפעס פאר אומזיסט.

הצלחה רבה

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 11:32 am
דורך farshlufen
עכט האט געשריבן:
האיש האט געשריבן:זוך איך אן iron worker פאר א קליינע זשאב

פראביר 347-870-8522 נישט אידיש און זייער גוט

וואס רופט איר גוט?

א שיינע דזשאב?
שטארקע דויעהאפטיגע ארבייט?
גוטע וועלדס?
פיינע איידיעס?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 11:51 am
דורך עפל קוגל
real estate האט געשריבן:הרב עפל קוגל
קודם וויל איך דיר ווינטשן הצלחה

1) דע ערשטע יסוד פאר דו גייסט אריין אינעם געשעפט זאלסטו אייביג אפשרייבן א קאנטראקט וואס דו גיבסט פאר די פרייז אז אויב מען לייגט צו וואס מען האט נישט אפגעשמיסט זאל עס זיין א change order.

2) gut renovation גייט פאר בערך $70 א סק. פיס

3) א בית הכסא קאסט אזוי
נאר טוישן טיילס אין יענער קויפט די טיילס איז $8 א סק. פיס.
רוקן פלאמינג $1100 א פוינט
טושן די וואנע 1500 $
אינסטאלן די סינק טוילעט $175 each

צולייגן א וואנט מיט א טיהר אין די זעלבע א קלאזעט $1800

יעצט נאך כללים
1) זעה דיך צו האלטן צו דיין פרייז זאלסט נישט ווערן אראפ געקלאפט ווען מען זאגט דיר אז ער האט א גוי וואס איז ביליגער דו זאלסט וויסן ביי דיר אז ביים גוי גייט ער למעשה ארויפ צאלן.
אין דו וועסט אויפבויען דיין נאמען אלס אן ערליכער מענטש איו די referral גייט גיין זייער שנעל מיטן רבוש"ע הילף

2) זאלסט נישט בלייבן שטיין ביי קליינע ארבעט זעה דיך ארויף צוריקן צוביסלעך אלס גרויסע קאנטראקטאר

3) זעה צו קויפן אינשורענס( זייער וויכטיג)

4) אוב די זעהסט אז די פרייז וואס איך האב געגעבן איז נאך אלס צו וויניג זאלסטו ארויפ גיין מיט די פרייז אין כאטש זאלסטו געדענקן אז אפילו האסט נישט געמאכט קיין געלט האסט אויף געבויט א reputation ביי דיינע קאסטעמרס.

און אויב זעהסטו אז דו האסט גוט פארדינט ביי א זשאב ווארף אריין עפעס פאר אומזיסט.

הצלחה רבה


שכוח פאר דיין חיזוק אין גיטע פוינטס
אין וועליכע געגנט איז דעה פרייזען?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 11:52 am
דורך עכט
farshlufen האט געשריבן:
עכט האט געשריבן:
האיש האט געשריבן:זוך איך אן iron worker פאר א קליינע זשאב

פראביר 347-870-8522 נישט אידיש און זייער גוט

וואס רופט איר גוט?

א שיינע דזשאב?
שטארקע דויעהאפטיגע ארבייט?
גוטע וועלדס?
פיינע איידיעס?


איך בין אויפגעקומען מיט אפאר איידיעס און ער האט מיר עס געמאכט מן הכח אל הפועל.
און אזוי ווי די זאגסט א פיינע שיינע שטארקע ארבעט ב"ה

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 12:33 pm
דורך farshlufen
ישר כחכם, שוין לאנג וואס איך זוך אזא איינעם.