פאנדרעיזינג פארמיטלונג

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

פאנדרעיזינג פארמיטלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

פאנדרעיזינג איז א געהעריגע פאך, וואס מ'קען שיין פארדינען דערפון, אבער ס'נישט פאר יעדן פון די גרינגסטע זאכן. פון איין זייט קען מען דאס אייביג טוהן, מ'מוז זיך נישט צובינדן דווקא צו אן ארגאנעזאציע, מוסד, מ'קען פאנדן צייטווייליג, אדער קען מען זיך אריינלייגן ראשו ורובו, פול-טיים וכו'. פון די אנדערע זייט דארף מען וויסן וויאזוי דאס ארבעט, וויאזוי טרעפט מען די מענטשן, אויף וועם זאל מען צילן, וויאזוי זאל מען ארבעטן, פערזענליך אריבערגיין, אדער אויפן פאון, מיט אן אפוינטמענט אדער אן, וויפיל בעט מען, וויאזוי מאכט מען א קאנעשען מיט יענעם, ווי טרעפט מען אים, וויאזוי רעדט מען מיט יענעם, וואס קאנווינסט אים, ווער איז גיט מיט אים, ווען איז ער אין די בעסטע מוט, וכו' וכו'.

יעדע מוסד & ארג., צוועק, זוכט א פאנדרעיזער, אבער ס'פון די שווערסטע זאכן צו טרעפן.
לכאורה וואלטן אסאך יונגעלייט אריין אין דעם נאר מ'טרעפט זיך אן מיט די אלע שוועריגקייטן, און מ'ווערט היבש אפגעפאטשט, און מ'טאפט א וואנט, קיינער עפנט נישט... הייבט נישט אויף אויף מיר... האקט אראפ די פאון... במילא לאזט מען זיך ארויס דערפון כמעט פאר מ'הייבט אן...

במילא בלייבט כלל ישראל מיט די פאר געציילטע עסקנים, וואס ווי פארשטייט זיך קענען זיי נישט דעקן יעדע צוועק, און אזויפיל יודן וואס מ'וואלט געקענט העלפן, אזויפיל ארג. וואס וואלטן געקענט אנגיין און זיך פארגרעסערן, הייבן ליידער די הענט.

וואלט איך געוואלט פארשלאגן דא אז מ'זאל זיך דא ארויסהעלפן אין אלע עניני פאנדרעיזינג וואס איז שייך.
סיי די וואס ווילן זיך אריינלייגן אין די ליין, סטעדי, צו א קורצע תקופה, פול/פארט-טיים, צו פאנדן פאר סיי וואס ס'זאל נאר זיין, זאלן זיך דא מעלדן, אין באקומען גוטע טיפס & טרעינינג.
סיי פאנדרעיזערס זאלן איבער געבן זייער ערפארונג פאר אנדער וויפיל ס'שייך.
סיי זאל דא ווערן א "פאנדרעיזינג פארמיטלונג", אז איינער וואס זוכט א פאנדרעיזער זאל ער קענען דא טרעפן א פאסיגן קאנדידאט.

ובשם ד' נעשה ונצליח.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

עשירים ליסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

איז די ערשטע סטעפ פון פאנדרעיזינג צו פארשאפן א עשירים ליסטע?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

די ערשטע סטעפ פון פאנדרעיזינג איז זיך אריינלייגן אין די קעיס ראשו ורובו, איבערגיין פון אלע זייטן,
דערנאך טאפ ארום ווער אלטס איז שוין אינוואלווד און ווער קען דיר העלפן. ברענג די מענטשן צאם ביי א טיש. דערנאך הער אויס זייערע עצות, גיי איבער וואס די אפציעס זענען, וועלכע עשירים זענען בעבר ובהווה ווארעם פאר די זאך. פון דארט טרעף די מהלך ווי אזוי צו גיין ווייטער.
ותשועה ברוב יועץ
על "טעם וריח" אין להתווכח
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

פאנדרעיזינג טיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

טיפ # 1
די שנעלסטע און בעסטע וועג צו באקומען געלט פון סיי וועם איז 'ווען די ביזט יענעמס ידיד', די ריכטיגע פאנדרעיזערס וועלן פראבירן מיט אלע מיטלען צו ווערן גיט מיט יענעם, אזוי אז ער מיז שוין געבן א נארמאלע סכום.
א טייל פאנדרעיזערס האבן עס אין נאטור, זיי זענען פרייליכע (פרענדלי בלע"ז), גוטע קאמיוניקאצע, ווערן אטאמאטיש היימיש, מאכן א געשמאקע שמיעס, וויצלען זיך.
א טייל פראבירן אנצושטעלן א פנים פון א חבר... נו, די עיקר אז מ'פראבירט די בעסטע וואס איז שייך.

די מהלך איז אלס בעסער ווי צו קומען בדרך רחמנות, צובראכענער, זעהט אויס אז די גבירים זענען פאר שמחה...
מ'זאגט דאך נאך פון צדיקים אז שמחה איז מסוגל לעשירות.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

דאס איז אמת, שוין געהערט פון כמה עסקנים, זאל עס זיין די ערגסטע קעיס וואס שייך, קיינער האט נישט ליב קיין דעפרעסטע עסקנים/משולחים, מען וויל געבן פאר פרייליכע מענטשן.

א גרויסער עסקן האט מיר אמאל געזאגט, מענטשן האבן מורא צו בעטן געלט פון נאנטע פריינט, ווייל זיי גייען זיך דערווייטערן פון זיי נאכדעם. דער אמת איז פונקט פארקערט. ווי מער געלט דו שלעפסט ארויס פון אים אלס מער גייט ער דיר ליב האבן.
אויך האבן מענטשן מורא זיך צו לעקן צום גביר, ווייל ער ווייסט אז דו מיינסט דיין געלט... עס איז נישט אמת. פונקט ווי דער זינגער נעמט אויף זיין אטענשין פאר זיין טאלאנט, אויך דער חזן און אויך דער ראש הקהל, אזוי אויך דער גביר. ער ווייסט אז ער איז דער גביר פון שטאט און פארלאנגט אז מען זאל זיך לעקן צו אים. שטעל דיך פאר דו געווינסט די לאטערי נעכטן, דו קומסט אריין אין בית מדרש און קיינער קוקט דיך נישט אן, פילסטו דיך צוקלאפט, פארוואס מאכט ער זיך נישט וואוסנדיג פון מיר? וויייסט ער נישט אז איך האב געוואונען די לאטערי נעכטן?... דער גביר ווארט דערויף אפילו ווען ער לויפט אוועק דערפון, ער זוכט זיינע געלט חברים מיט לעכט.
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

א יונגערמאן פלעגט ארומגיין נאך געלט, און פלעגט צולייגן די ווערטער "געב א שמייכל"!
איך האב אים נישט געקענט אפאטערן מיט א קוואדער, איך האב אים געמוזט געבן א דאללער!
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

גיב אכט! געב נישט ארויס אלע סודות, ס׳דא אסאך עשירים וואס ליינען אייוועלט.....
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

מארק/נפתלי הוראוויץ רעדט אביסעל פין פאנדרעיזינג אין זיין סעילס דרשה, ער פארציילט אז ער האט א חבר Yitz Greenman וואס פאנדרעיזד א יאר אפאר מעלאנעס פאר אש התורה,
ער איז מסביר אז זיין הצלחה (על פי דרך הטבע) איז אז ער אינוועסט אין א רילעישינשיפ א האלבע יאר-א יאר פאר ער בעט א דאלער, אין געווענלעך ווען ער בעט באקימט ער 100,000+.

די פוינט איז, ווען די האסט אן עושר וואס די קענסט באקומען, לאמיר זאגען 18,000, אבער דארפסט איוועסטען אין אים א האלבע יאר, אין די נעמסט שנעל 1,800 האסטע אוועקגיווארפען אן אפירטונעטי,
בעיסעקלי, אשטאטס בעטען פין אן עושר 1,800 שנעל, ווען ער קען עפארדען צי געבען 18,000, אינוועסט א האלבע יאר אין אים, אין באקים 10 מאהל מער
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ווי קען מען הערן די מארק/נפתלי הורוויץ דרשה פון וואס דו רעדסט? איז דאס די באקאנטע דרשה וואס ער האט גערעדט פאר בעלז/הצלה אין מאנטריאל אדער עפעס אן אנדערע?

(ס'איז אפשר שלא מן הענין דא, אבער איך פרעג ווייל נאכן הערן יענעם דרשה האב איך געזוכט מיט לעכט נאך דרשות פון אים אבער כ'האב גארנישט געקענט טרעפן)
---
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

יא איך רעדט פין יענע צוויי דרשות, הצלה און בעלז.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

mini van האט געשריבן:מארק/נפתלי הוראוויץ רעדט אביסעל פין פאנדרעיזינג אין זיין סעילס דרשה, ער פארציילט אז ער האט א חבר Yitz Greenman וואס פאנדרעיזד א יאר אפאר מעלאנעס פאר אש התורה,
ער איז מסביר אז זיין הצלחה (על פי דרך הטבע) איז אז ער אינוועסט אין א רילעישינשיפ א האלבע יאר-א יאר פאר ער בעט א דאלער, אין געווענלעך ווען ער בעט באקימט ער 100,000+.

די פוינט איז, ווען די האסט אן עושר וואס די קענסט באקומען, לאמיר זאגען 18,000, אבער דארפסט איוועסטען אין אים א האלבע יאר, אין די נעמסט שנעל 1,800 האסטע אוועקגיווארפען אן אפירטונעטי,
בעיסעקלי, אשטאטס בעטען פין אן עושר 1,800 שנעל, ווען ער קען עפארדען צי געבען 18,000, אינוועסט א האלבע יאר אין אים, אין באקים 10 מאהל מער

אנדערע האלטן פארקערט, איך האב געהערט א סברא פון איינעם אז אויב בעט מען נישט עפעס תיכף ומיד וועסטו שפעטער נישט באקומען. קען זיין אז פאר א גוטן פאנדרעיזער ווי מארק לוינט זיך יא אינוועסטירונגען, אבער בסתם אינשי לוינט זיך צו נעמען אבי עפעס, שפעטער וועט ער דיר וועלן געבן נאכמאל כסדר - אויב וועסט זיך אויפפירן מיט גענוג הכרת הטוב פארן סכום וואס ער האט געגעבן.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גוטע סחורה פאר פאנדרעיזערס.
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

איסר האטלקי האט געשריבן:
אנדערע האלטן פארקערט, איך האב געהערט א סברא פון איינעם אז אויב בעט מען נישט עפעס תיכף ומיד וועסטו שפעטער נישט באקומען. קען זיין אז פאר א גוטן פאנדרעיזער ווי מארק לוינט זיך יא אינוועסטירונגען, אבער בסתם אינשי לוינט זיך צו נעמען אבי עפעס, שפעטער וועט ער דיר וועלן געבן נאכמאל כסדר - אויב וועסט זיך אויפפירן מיט גענוג הכרת הטוב פארן סכום וואס ער האט געגעבן.


די אמת איז אז די אשכול איז בעיקר געווידמעט פאר מתחילים, און פאר מתחילים לוינט זיכער נישט די שווערע וועג פון אינוועסטירן אזויפיל צייט, ווייל ס'קען דורך גיין חדשים און נישט פארדינען קיין גראשן.
גרעסערע פאנדרעיזערס, וואס גייען שוין יארן לאנג, און קענען זייער פאך, איז א אנדערע מעשה, זיי לוינט צו אינוועסטירן צייט און מוח, פון נאכלויפן, מיטשפילן וכו'.
אבער א פשוטע יונגערמאן וואס הייבט אן יעצט דארף קודם זעהן אז יעדע טאג זאל ער אהיימקומען מיט געלט.
לעצט פארראכטן דורך ישיחנה אום פרייטאג אוגוסט 25, 2017 12:06 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

שמואל בארג האט געשריבן:גוטע סחורה פאר פאנדרעיזערס.


געוואלדיג! איך האב עס נאכנישט געהערט אבער איך זע אז עס איז א גאצע וועלט פאר זיך.
אפשר איז אויך פארהאן שיעורים אויף אידיש?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מארמאראש האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:גוטע סחורה פאר פאנדרעיזערס.


געוואלדיג! איך האב עס נאכנישט געהערט אבער איך זע אז עס איז א גאצע וועלט פאר זיך.
אפשר איז אויך פארהאן שיעורים אויף אידיש?


ביים הערן וועסטו דיר שוין אינאיינוועגס צולערנען ענגליש אויך...
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

איך מעק אויס וואס איך האב פריער געשריבן.

פארשטענדךיך איז דאס א האקעלע נושא.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

פאנדרעיזער געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

גראדע ווייס איך איינער וואס זוכט מיט לעכט א קורץ טערמיניגען פאנדרעיזער, פאר א ספר (קונטרס?) וואס דארף יעצט ארויסקומען אויף די ימים נוראים או סוכות.
ער זאגט מיר אז מ'קען זייער שיין פארדינען דערפון, ס'דא זייער אזאך מענטשן וואס האבן אין די עבר געקויפט די זעלבע סארט ספר אויף די אנדערע ימים טובים.
מ'דארף נאר האבן די ריכטיגע מענטש וואס האט די ענערגיע צו מאכן געלט.

און אפילו איינער וואס איז נישט אזוי טויגליך, אויב האט ער נישט קיין פראבלעם צו רופן מענטשן און בעטן געלט, קען עס אויך זיין גאנץ א גוטע פלאץ ווי אנצוהייבן.

ער איז גרייט צוצוהעלפן מיט וואס אימער, אדרעסן, יעוץ, טיפס וכו'.

אינטערסירטע ביטע זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי
דביקות
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דביקות »

יעצט אין די ימי הפורים וואס יעדער פראבירט מקיים זיין כל הפושט,האט אפשר איינער א ליסטע וועם מקען מזכה זיין אין נאך פארדינען שיין?? בארא פארק,מאנסי,זמני קבלת קהל,
א גרויסען שכוח!!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

Socially Off Fundraising

שיינע פורים׳דיגע קליפס

חלק א'
https://www.dropbox.com/s/4lgvw2iw0466o ... 9.mp4?dl=0

חלק ב'
https://www.dropbox.com/s/312574nblck4l ... g.mp4?dl=0
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
דביקות
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דביקות »

moishy56 האט געשריבן:Socially Off Fundraising

שיינע פורים׳דיגע קליפס

חלק א'
https://www.dropbox.com/s/4lgvw2iw0466o ... 9.mp4?dl=0

חלק ב'
https://www.dropbox.com/s/312574nblck4l ... g.mp4?dl=0

איך וויס נישט אויב מען דארף וויינען אדער לאכן!
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

וויפיהל דזשאבס האט שוין דער פארמיטלונג צוגעשטעלט?...
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

עס ווערט לכאורה געהאלטן אין א שטרענג-געהיימען דאטא-בעיס...
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

אכטונג ארגענעזאציעס און מוסדות התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

איך האב א חבר א טויגליכע פאנדרעיזער אין מאנסי, וואס איז יעצט געווארן עוועיליבעל צו פאנדרעיזאן = פאר סיי וועלכע מוסד אדער ארגענעזאציע.
פאראינטערעסירטע ביטע רופט: 347-228-4915
פאר מער פרטים קען מען אויך קומען באישי.
הצלחה רבה
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פאנדרעיזנג סקיללס, איז גארנישט אנדערש ווי אנדערע סעילס,
פרובירט צו ניצן פשוטע סעילסמאן סקיללס,
ותראה נפלאות
The Divided States Of America
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

moishy56 האט געשריבן:Socially Off Fundraising

שיינע פורים׳דיגע קליפס

חלק א'
https://www.dropbox.com/s/4lgvw2iw0466o ... 9.mp4?dl=0

חלק ב'
https://www.dropbox.com/s/312574nblck4l ... g.mp4?dl=0

גוט גוט
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”