אקאונטינג #2 - Chart Of Accounts

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ביטע לאזט וויסן אייערע מיינונג

29
83%
1
3%
5
14%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
 
סך הכול שטימען: 35

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

אקאונטינג #2 - Chart Of Accounts

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג ינואר 06, 2008 4:24 pm

דער ערשטע קאפיטל
פראגעס און קאמענטארן אויף די ערשטע קאפיטל

[align=center]ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
Copyright
[/align]

ווי דערמאנט אינעם ערשטן ארטיקל – דער ערשטע הקדמה – איז פארהאן עטליכע קאטעגאריעס פון הוצאות און הכנסות און עס איז גאר וויכטיג צו האלטן א פונקטליכן חשבון אויף יעדע טראנזאקציע עקסטער.

עס איז ראטזאם צו זיך דורכרעדן מיט אן אקאונטענט פאר דו הייבסט אן דיין ביזנעס, און פונקטליך אויסשמועסן אין וואספארא קאטעגאריע עס באלאנגט יעדע סארט הוצאה און הכנסה וואס איז אין איינקלאנג מיט דיין ביזנעס.

מיר וועלן דא ערקלערן די בעיסיקס פון די קאטעגאריעס:

אין א ביזנעס איז פארהאן 5 הויפט קאטעגאריעס, וואס יעדער פון זיי האט עטליכע סאב-קאטעגאריעס. די 5 הויפט קאטעגאריעס זענען ווי פאלגענד:

assets, liabilities, equity, income און expenses.

צווישן די 5 הויפט קאטעגאריעס, זענען דא וואס האבן שייכות איינער צום צווייטן (זעה נעקסטע קאפיטל – 'דאבל ענטרי בוקקיפינג').

-----

לאמיר אנהויבן מסביר זיין דער ערשטע – 'עסעטס' – פארמעגנס.

'עסעטס' איז פשט, אלע פארמעגנס וואס דיין ביזנעס פארמאגט. צו איז דאס געלט אין באנק, געלט אין טאש – וואס אין ענגליש הייסט דאס 'פעטי קעש' (Petty Cash), געלט אינדרויסן (קונים וואס זענען דיר שולדיג געלט) וואס אין ענגליש הייסט דאס 'אקאונטס רעסיוועבעל' (Accounts Receivable), חפצים וואס די ביזנעס פארמאגט אויף צום פארקויפן, ווערדפולע חפצים וואס די ביזנעס פארמאגט (בילדינג, קאר, טראק, פורניטשער).

די פארמעגנס ווערן איינגעטיילט אין צוויי, 'פיקסד עסעטס' (Fixed Assets) און 'קארענט עסעטס' (Current Assets).
'פיקסד עסעטס' איז יעדע פארמעגן וואס בלייבט אויף א לענגערע צייט, דאס איז נאר די לעצטע משל וואס מיר האבן געגעבן – 'ווערדפולע חפצים וואס די ביזנעס פארמאגט צו קענען אנגיין (בילדינג, קאר, טראק, פורניטשער)'.
'קארענט עסעטס' איז אלע אנדערע משלים, זיי ווערן אנגערופן קארענט (צייטווייליג) ווייל די נכסים קומען און גייען, זיי בלייבן נישט צו לאנג אין די ביזנעס. פון דער באנק אקאונט ווערט כסדר ארויסגענומען געלט, און ס'וועט אריינגעלייגט אנדערע געלטער. די 'אקאונטס רעסיוועבעל' איז אויך צייטווייליג, ווארום די געלט וואס איז יעצט דארט (פון די קונים וואס האבן 'נאכנישט' באצאלט) גייט 'האפענטליך' גאנץ שנעל ארויסגיין פון דארט, און ס'קומען אריין פרישע געלטער פון נייע קונים וואס ווערן שולדיג.

אין קורצן: די פארמעגנס פון די ביזנעס איז – געלט אין באנק, 'פעטי קעש' (געלט אין טאש), 'אקאונטס רעסיוועבעל' (וואס די קונים זענען שולדיג), און ווערדפולע חפצים.

-----

דער צווייטע קאטעגאריע איז 'לייעביליטיס' – חובות.
דאס ענהאלט אין זיך פארשידענע סאב-קאטעגאריעס, ווי: קרעדיט קארדס (דו קויפסט און באצאלסט דורכ'ן קרעדיט קארד, דאדורך ווערסטו שולדיג פאר די קרעדיט קארד קאמפאני), הלואות (פון פריוואטע מענטשן אדער פון בענק) און 'אקאונטס פעיעבעל' (Account Payable) – דאס איז אלע געלטער וואס דו ביזט שולדיג פאר אלע ערליי קאמפאניס אין אלע קאטעגאריעס פאר א 'ביל'. למשל, דער טעלעפאן קאמפאני האט ארויסגעשיקט א ביל פון 50$, ווילאנג די 50$ איז נישט אפגעצאלט, גייט דאס אריין אינעם חשבון פון 'אקאונטס פעיעבעל'.

'לייעביליטיס' איז אויך צוטיילט אין צוויי, 'לאנג טערם לייעביליטיס' און 'קארענט לייעביליטיס'.
'לאנג טערם לייעביליטיס' איז יעדע חוב וואס דארף 'נישט' באצאלט ווערן אין די קומענדיגע יאר, למשל אן הלואה פון א חבר אויף א לאנגע טערמין.
'קארענט לייעביליטיס' איז יעדע חוב וואס קומט און גייט, למשל, קרעדיט קארדס וואס – בדרך כלל – קומט צו יעדן חודש אנדערע געלטער וואס ווערן ארויפגעלייגט אויפ'ן קרעדיט קארד, 'אקאונטס פעיעבעל' – וואס יעדן חודש קומען פרישע בילס, און ס'ווערט באצאלט (האפענטליך...) די אלטע.

-----

דער דריטער הויפט קאטעגאריע איז 'עקוועטי'
; יעדער הכנסה אין די ביזנעס – אראפגענומען די הוצאה וואס האט געברענגט די הכנסה – דאס איז 'עקוועטי'.
דאס האט אויך אין זיך צוויי קאטעגאריעס. איינס איז דער 'נעט פראפיט', און דאס צווייטע איז 'קעפיטעל'.

'נעט פראפיט' – למשל דו האסט פארקויפט איבער'ן יאר אין ווערד פון 100,000$, און די 'סך הכל' פון 'אלע' הוצאות (די קאסט פון די סחורה, און אויך די טאג טעגליכע הוצאות) איז געווען 60,000$, קומט אויס אז דער ריוח פונעם גאנצן ביזנעס איז 40,000$ - דאס איז דער 'נעט פראפיט'. ווי פארשטענדליך, די הוצאות פון 60,000$ האט געברענגט די הכנסה פון 100,000$, ווארום אנע לעקטער/געז, אן א קאר, און אודאי אן צאלן פאר די סחורה זעלבסט, קען דער ביזנעס נישט פארדינען גארנישט.
'קעפיטעל' – ביים אנהויב פון די ביזנעס האסטו אינוועסטירט פון דיין אייגענע טאש 20,000$, די סכום ווערט אנגערופן 'קעפיטעל'. ס'איז נישט קיין הלואה, און נישט קיין ריוח. פארשטייט זיך, דער ביזנעס האט גארנישט אויסגעגעבן צו באקומען די דאזיגע הכנסה, דאס איז געקומען מרצונו הטוב פונעם בעה"ב פון די ביזנעס.

אט די צוויי ווערן אנגערופן 'עקוועטי'. די געלט אין די ביזנעס וואס איז איבערגעליבן נאכ'ן אראפרעכענען די הוצאות דערפון.

-----

דערנאך זענען דא נאך צוויי קאטעגאריעס – 'אינקאם' און 'עקספענס'. 'אינקאם' איז אין אמת'ן א חלק פון 'עסעטס' און 'עקוועטי', און 'עקספענס' איז א חלק פון 'לייעביליטי'. (אין די נעקסטע קאפיטל וועלן מיר מסביר זיין באריכות וויאזוי זיי ארבייטן ביינעזאם).

אונטער 'אינקאם' קומט 'סעילס'. יעדעס מאל א קונה באשטעלט אן ארדער, האסטו געמאכט א 'סעיל' – האסט עפעס פארקויפט, וואס דער סעיל איז פאר דיר אן אינקאם.
אויך איז דא אנדערע סארט 'אינקאמס', למשל, א קונה באצאלט שפעט און דו רעכנסט דערפאר א שפעטערונג קנס (Late Fee), אדער רבית אויף די סכום וואס דער קונה איז שולדיג אד"ג.

אונטער 'עקספענס' קומט פילצאליגע קאטעגאריעס וואס יעדער ביזנעס איז אנדערש דערמיט. צווישן די באקאנטע קאטעגאריעס, איז טעלעפאן, געז פאר די קאר, און עדווערטייזן אד"ג.

-----

נאכאמאל, מיר האבן מסביר געווען די אפטייטש פון די הויפט קאטעגאריעס, דו דארפסט רעדן צו דיין אקאונטענט וויאזוי צו מסדר זיין די קאטעגאריעס אויף א גאר פונקטליכן אופן.

ביז אהער איז געווען די צוויי הקדמות וואס איז וויכטיג צו וויסן און פארשטיין פאר דו טוסט אנהויבן צו פירן דיינע חשבונות. אין די קומענדיגע קאפיטל וועלן מיר אנהויבן מסביר זיין באריכות וויאזוי מען האלט חשבון אויף א פונטליכן אופן, וויאזוי דער פראגרעם 'קוויקבוקס' פירט די חשבונות, און בעיקר – אנקומען צו אונזער ציל – ערקלערן וויאזוי דו זאלסט זיך אליין איבערצייגן אין הצלחה פון דיין ביזנעס.

[align=center]ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
Copyright
[/align]

[align=center]פראגעס און קאמענטארן פאר די קאפיטל - אין די דאזיגע אשכול[/align]
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 06, 2008 4:42 pm

געשטימט פאר:
גוט געשריבן, כ'בין געוואויר געווארן נייעס

און דא העמיר אויסדריקן א ריזיגען דאנק פאר לחיים פאר אראפנעמען פון זיין טייערע צייט און אונז באשיינען מיט הערליכע ניצבארע רייכע אקאנטינג ארטיקלן
שכח שכח!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
לללללללללללללללללללללללחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחיייייייייייייייייייייייייםםםםםםםםםםםםםם!!!!!

לחיים קרעטשמע
לחיים מגיבים
לחיים ליינער
לחיים סתם גולשים
און לחיים לחיים!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 06, 2008 4:51 pm

סארי פארן איבער מגיב זיין
אבער איך האב עס נאכאמאל איבער געליינט און איך בין נאכאמאל געוואויער געווארן נייע זאכען
שכח נאכאמאל

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג ינואר 06, 2008 5:00 pm

אבער דו קענסט נישט נאכאמאל 'סקר'ן.......
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג ינואר 06, 2008 5:28 pm

געשטימט פאר:
גוט געשריבן, כ'בין געוואויר געווארן נייעס

לחיים;
מוראדיג
מיטן יעדן מאל איבער ליינען ווערט מען געוואר נאך זאכן
דאס וועס מיר שוין קאסטן נאך א מיטינג מיטן אקאונטענט...

און צו אלע חשובע חברים;
עס לוינט זיך נאכאמאל איבער צו ליינען די ערשטע ארטיקל און ליינען ביידע אינאיינעם

נושא ההודעה: אקאונטינג - די וויכטיגקייט דערפון
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=3355

לערנען אן חזר'ן איז כזורע ואינו קוצר
און די עיקר דארף מען זעהן ס'זאל זיין התלמור מביא לידי מעשה...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג ינואר 06, 2008 5:49 pm

לחיים; איך האב געשטימט פאר: גוט געשריבן, כ'בין געוואויר געווארן נייעס


א תוכן'דיגע אשכול, מלא טעמים. ארויסגעברענגט גאר אין קורצן די "הויפט שפיץ פון אקאונטינג". יש"כ

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » זונטאג ינואר 06, 2008 6:19 pm

MAJOR WOW I AM SPEACHLESS ...................................WOW

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג ינואר 07, 2008 12:42 am

לחיים שכוח. איי עפרישיעט דעט.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג ינואר 07, 2008 6:25 pm

געשטימט פאר די ערשטע אפציע, גוט געשריבן און כ'בין געוואויר געווארן נייעס.
כ'בין געוואויר געווארן אז יעדע הוצאה והוצאה באזונדער, אזוי אויך כל הכנסה והכנסה בפני עצמו, ווערט צעטיילט אין קאטאגאריעס און אין סוב קאטאגאריעס. מיר ווארטן שוין מיט נייגער צו זען וויאזוי דער אויפגעווארפענער פאזל ווערט אזוי שיין צוזאמענגעשטעלט. דאס הייסט, איך ווארט צו ליינען וויאזוי דו וועסט צוזאמענברענגען יעדע פיצינקע הוצאה והכנסה אונטער א מוסטערהאפטיגען סדר, הוצאה והוצאה בקאטעגאריע הראוי לה וכו' וכו'.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג ינואר 07, 2008 6:31 pm

לחיים, איך דארף דיר נישט זאגן וואס איך האב געשטימט, גיוו עי געסס, אזא עם הארץ ווי מיר, אין קאמפיוטער איז דאך נישט בנמצא..

איך ליין נאר דא, ווי א עור מגשש באפילה, און איך זע דא נורא נוראות, וואס טוט זיך אלץ אפ ביני עמודי דקאמפיוטער, אן אקאונטענט וועל איך שוין נישט ווערן, אבער די ידיעות איז געוואלדיג נוצליכע.

אבער וואס האט דאס מיט דיין ארבעט, דיין העכסט געלונגענע טאלאנט אין שרייבן און אין ערקלערונג, צוזאמגעפלאכטן מיט דיין גוטסקייט פון זיין דולה ומשקה תורתך לאחרים, איז ראוי באגריסט צו ווערן כמו שצריך.
פרוביר איך אביסל דאס צו באווייזן, ואם קטונתי, חיים הטוב יכפר.

א אמת'ע יישר כח..

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג ינואר 07, 2008 8:02 pm

א גרויסן יישר כח פאר אלע מגיבים ומחזקים. ס'געט מיר אסאך מוט צו גיין ווייטער. אזוי ווי דער נעקסטע ארטיקל איז געקניפט און געבינדן מיט די איצטיגע, וועט דאס לכאורה קומען נאך די וואך, אי"ה.

א פערזענליכע בקשה צו דער וואס האט גע'סקר'ט אויף דער 'דריטער' אפציע, כ'וויל רעדן מיט עם אין אישית, כ'וויל זיך עפעס וויכטיג דורכשמועסן.
וויזוי זאגט יענער, אז דו קענסט יא, לאמיר דיר פרעגן.....

ערענסט גערעדט, כאב מיטעם וואס דורכצושמועסן. פליז.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג ינואר 08, 2008 3:34 pm

..........בא"י רופא כל בשר ומפליא לעשות.

ממממממממ עס איז פיין געווען!

כ'מיין די ארטיקעל!

כ'האב עס יעצט געענדיגט, עס איז מסודר'דיג, קלאר און פארשטענדליך.

די עיקר מעלה וואס עס האט איז אז עס איז געשריבען אויף אן אופן אז עס ציט צום ליינען.

איך האב יעצט געוואוט נומער 1.

יישר כח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג ינואר 08, 2008 3:38 pm

א גרויסן יישר כח אנדי, האסט ארויסגעברענגט א שטארקע פוינט וואס וועט מיר אסאך העלפן אין די פיוטשער. (אז עס ציט צום ליינען).

נאכאמאל, דאנקע שעהן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג ינואר 08, 2008 3:45 pm

חיים ברוך, אין מירער ישיבה איז דא אן אפענינג פאר ראש ישיבה, א מגיד שיעור וואלסטו זיכער געווען א גוטער, מעיבי יו גיוו איט עי טריי.

איך האב געשטימט אויפן בעסטן אפציע (געדענק נישט אויפן מינוט וועלכע אין די רייע עס איז) פארשטייט זיך, און פליז קיפ איט גאואינג, עס איז א געשמאק צו ליינען, און פארשטיין פארשטייט זיך עס אליין.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג ינואר 08, 2008 3:53 pm

יאנאש, רעד נישט פון די אנגעווייטאגטע ענינים, ליידער האלטעך נישט דארט. אפשר נאך אקאונטינג וועלעך זיך זעצן לערנען.......
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מאנטאג מארטש 03, 2008 11:08 am

א גרויסער ישר כח לחיים, איך האב יעצט געענדיגט ליינען דיינע צוויי ארטיקלן, עס האט מיר געגעבן אסאך אינפארמציע, און קלארער געמאכט דעם בילד אז מען דארף גוט דורכטראכטן און זיך דורכשמועסן מיט א פראפשנעל פאר מען עפענט א ביזנעס. אסאך מאל קוקט אויס אן אינוועסמענט ווי א גאלד גרוב, ביז מען קומט אן צום ענדע. איך האב געהאט אמאל עפעס א גוט געשעפט, עס האט אויסקוקט ווי עס גייט זיין גרינע, עס האט גענומען ביז איך האב געכאפט אז שיפיניג און סטארידשן וועט אויפעסן דעם ריוח. מען ווערט אזוי פארבלענדט פאר פראפיט אז מען וויל נישט טראכטן גראד.

נאכאמאל א שיינעם דאנק.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג מאי 12, 2014 4:16 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:ביז אהער איז געווען די צוויי הקדמות וואס איז וויכטיג צו וויסן און פארשטיין פאר דו טוסט אנהויבן צו פירן דיינע חשבונות. אין די קומענדיגע קאפיטל וועלן מיר אנהויבן מסביר זיין באריכות וויאזוי מען האלט חשבון אויף א פונטליכן אופן, וויאזוי דער פראגרעם 'קוויקבוקס' פירט די חשבונות, און בעיקר – אנקומען צו אונזער ציל – ערקלערן וויאזוי דו זאלסט זיך אליין איבערצייגן אין הצלחה פון דיין ביזנעס.

איז שוין דא א דריטע ארטיקל, אדער לא זכינו?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג מאי 12, 2014 6:14 pm


אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » זונטאג מאי 25, 2014 8:42 pm

א גרויסען יישר כח, לחיים ולברכה! וודאי בין איך געוואור געווארן נייעס, אבער פאר סאם ריזען קען זענען אלע רעדיו קנעפלעך ליידיג. ביי אלע פון אייך אויך?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג מאי 25, 2014 8:55 pm

האניג האט געשריבן:א גרויסען יישר כח, לחיים ולברכה! וודאי בין איך געוואור געווארן נייעס, אבער פאר סאם ריזען קען זענען אלע רעדיו קנעפלעך ליידיג. ביי אלע פון אייך אויך?

ביי אלע אנקעטעס ביז א געוויסע דאטום (ביים קראך מיסתמע) זענען די אפציעס ליידיג
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » זונטאג מאי 25, 2014 11:15 pm

אהא. שכוח ניק ניק (די ניק).
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט