אקאונטינג - די וויכטיגקייט דערפון

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ביטע לאזט וויסן אייערע מיינונג

27
77%
1
3%
7
20%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
 
סך הכול שטימען: 35

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

אקאונטינג - די וויכטיגקייט דערפון

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 9:47 pm

ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
Copyright


איינער פון די וויכטיגסטע און הויפט יסודות אין מצליח זיין אין ביזנעס, איז דאס האלטן חשבון אויף יעדן איינציגן אויסגאבע און פארדינסט. דאס האלטן חשבון איז נאך מער וויכטיג פאר די הצלחה פונעם ביזנעס ווי צום איינגעבן פאר די גאווערמענט ביים פיילן טעקסעס ענדע יאר.

---
לאמיר מקדים זיין א מעשה'לע.
ר' הערשל, א גאליציאנער סוחר איז געפארן קיין דייטשלאנד זיך טרעפן מיט זיינע קאלעגע סוחרים, ער קומט אריין צום ערשטן סוחר אין ביורא, און זעהט דארט א אידל זיצט זיך ביי א טישל אין די זייט, זיין שטערן איז פארקנייטשט, הויפענעס פאפירן מיט עטליכע ביכער נעמען עם ארום, ער שרייבט און רעכנט.
פרעגט דער גאליציאנער סוחר פון דעם דייטשן סוחר – נתן האט ער זיך גערופן, "ווער איז דער איד? וואס טוט ער דארט מיט די אלע פאפירן"?
"דער איז מיין בוכהאלטער" האט נתן גענפערט.
"וואס טוט דער בוכהאלטער"? האט ר' הערשל געפרעגט.
"ער פירט מיינע חשבונות, ער העלפט מיר צו די מסחר ס'זאל מצליח זיין" האט נתן גענפערט.
דער ר' הערשל קומט אן צו זיך אהיים אין גאליציען, באלד נעמט ער אויף א בוכהאלטער, ער זאל עם פירן זיינע חשבונות, אמער, דאס גייט העלפן די מסחר גוט גיין.
דער ר' הערשל איז זייער פארנומען, ער רעדט כמעט נישט צו זיין נייע ארבייטער, אבער ער פארלאזט זיך אויף עם אז ער וועט זעהן די ביזנעס זאל וואקסן. דער בוכהאלטער טוט ערליך זיין ארבייט, ער שרייבט, רעכנט, רעכנט איבער, שרייבט איבער. נאך א יאר ארבייט זאגט דער בוכהאלטער פאר'ן בעה"ב, "ר' הערשל כ'מוז רעדן צו אייך". "וואס איז? עפעס טויג נישט מיט די ביכער?". "מ'דארף זיך אראפזעצן און איבערגיין געוויסע חשבונות".
דער בוכהאלטער הייבט אן צו ערקלערן פאר'ן ר' הערשל'ען, "כ'בין שוין דא א גאנצע יאר, אייער ביזנעס מאכט נישט קיין געלט..... די הוצאות זענען מער פון די הכנסות...."
"ר' איד! איך פיר שוין מיין ביזנעס 25 יאר און כ'האב אלע יארן מצליח געווען, 1 יאר דו ביזט דא און שוין האב איך דערלייגט...... ארויס פון דאנעט"!

(ס'איז דא אן אנדערע גירסא: דער בעה"ב האט עם באשולדיגט מיט די גניבה... אז דער בוכהאלטער האט גענומען די געלט וואס פעלט פונעם ביזנעס...)

*
לאמיר פארשטיין ר' הערשל'ען, דורך אריינקוקן ביי נחמי'ן, א ביזנעסמאן אין אונזער טעג, און באטראכטן דארטן די הלוך ילך:
נחמי' האט באקומען פון זיינע עלטערן אויף נדן א סכום פון 30,000$. ווי נאטורליך האט ער געזוכט צו אינוועסטירן די געלט אין א גוטע ביזנעס וואס וועט עם האפענטליך ברענגן גרויסע פארדינסטן. ער האט זיך אנגעקניפט מיט א פאבריק אין כינע וואס מאכט מענער שיך פאר ביליג, ער לייגט ארויף א שיינעם פראצענט און פארקויפט דאס אין אמעריקא פאר'ן מארקעט פרייז. לאמיר א קוק טוהן אויף זיין חשבון ביכל:

הוצאות
לאגא פאר ביזנעס, 500$
גרעפיקס פאר שיך באקס (פעקעדזשינג דעזיין), 700$
3000 פלטאר שיך, 30,000$ (1 פאר 10$)
3000 באקסעס פאר שיך, 3000$ (1 פאר 1$)
שיפינג קיין אמעריקא, 5000$
אדווערטייזן, 20,000$
סעילס מאן, 8000$
אפיס, 6 חדשים, 3000$
טעלעפאן ליין, 6 חדשים 600$
קאר, 6 חדשים, 1800$
קאר אינשורענס, 6 חדשים, 1200$
געז, 6 חדשים, 1200$
וועירהאוז, 5 חדשים, 1000$
סך הכל 76,000$


*
אינקאם
נדן, 30,000$
הלואה, 50,000$
הכנסה פון שיך, 80,000$ (ער האט פארקויפט 2000 פלטאר שיך פאר 40$ איינס)
סך הכל 160,000$

רעכן אראפ די הוצאות פון די הכנסות, בלייבט איבער 84,000$....

פרעג איך אייך, איז דאס נישט קיין גוטע ביזנעס? ער האט אינוועסטירט 76,000$ און בלייבט איבער מיט 84,000$.....

אזא מעשה איז אפשר איבערגעטריבן, אבער ס'זענען פארהאן מענטשן וואס ווייסן נישט וואו 'איין' און וואו 'אויס' – וואס איז אן איינגאבע, און וואס איז אן אויסגאבע. אויב זעט מען אז ס'איז דא געלט אין באנק, א שטייגער ווי נחמי' וואס האט 'געבארגט' געלט צו קענען דעקן זיינע הוצאות, און רעכנט דאס ווי א הכנסה, ווייל ס'איז דאך געווען א 'דעפאזיט' אין באנק, מיינט מען אז ס'איז געווען א הצלחה.....

אויב איז דער נחמי' 'אביסעלע' קלוגער, און ער פארשטייט אז דער נדן מיט די הלואה קען ער נישט רעכענען אלץ א פארדינסט, דעריבער קומט אויס אז ס'איז כמעט גלייך אויף גלייך, די הכנסה איז נאר די געלט וואס ער האט געמאכט דורכ'ן ביזנעס – 80,000$, און די הוצאות זענען 76,000$. קען ער נאך ווערן צוקלאפט און מיואש, זעענדיג ווי ער איז געבליבן אנע ריוח. דער סעילסמאן האט שוין געמאכט מער פון עם אליינס...

-----------

ובכן, לאמיר נעמען טאקע נחמי'ס ביזנעס, און זיך אריינלייגן צו פארשטיין און דערגיין וויאזוי מ'גייט צום ריכטיגן חשבון, און זעהן צו ער מאכט געלט צו נישט.
פארדעם, א שטיקל הסברה. ס'איז פארהאן אין ביזנעס הוצאות, הכנסות, חובות און נכסים.

די הוצאות

מיר וועלן איינטיילן די הוצאות אין 3 חלקים:
1. אנהויב ביזנעס אויסגאבן. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן Startup Costs.
2. געווענליכע ביזנעס אויסגאבן.
3. געלט איינשטעקונג וואס די געלט גייט וואקסן אי"ה. אין ענגליש הייסט דאס Cost of Goods Sold.

דאס ערשטע איז די הוצאות וואס גייט זיך בדרך כלל נישט איבערשפילן. למשל, עפענען די קארפארעישאן, דיזיינען א לאגא פאר די ביזנעס, אינסטאלן א טעלעפאן ליין, און נאך אסאך וואס קענען אריינציען אין ריזיגע סכומים.

דאס צווייטע איז פשוט'ע הוצאות וואס קומט יעדן חודש, אדער פון צייט צו צייט. למשל, רענט, יוטיליטיס, טעלעפאן, פעיראל, אקאונטענט, קאר, וכהנה וכהנה.

דער דריטער, און דער קאמפליצירסטע, רעכנט אריין אלעס אויסגאבן וואס קאסט צו ברענגן/פאבריצירן די סחורה וואס גייט ווערן פארקויפט. אויב ביזטו דער פאבריקאנט, ווערט אריינגערעכנט די קאסטן צו קויפן די רויע סחורה (Raw Materials), און די ארבייט וואס מ'לייגט אריין צו פאבריצירן (Labor) למשל פעיראל פאר ארבייטער וכדו'.
אויב טוסטו נאר קויפן און פארקויפן, ווערט אריינגערעכנט די הוצאות וואס קאסט דיר צו קויפן די סחורה, די שיפינג און דעליווערי וואס קאסט צו ברענגן די סחורה צו דיר, און די טעקסעס וואס דו דארפסט צאלן אויף די סחורה.
אין איין ווארט: די אויסגאבן וואס קאסט דיר די סחורה, ביז'ן ברענגן צו 'דיר' (נישט דיינער קאסטומערס).

(מער איבער דער דריטע קאטעגאריע וועט נאכפאלגן אי"ה).


די הכנסות

די הכנסות (אינקאם) איז 'נאר' געלט וואס איז אריינגעקומען פון סעילס. דו האסט פארקויפט 20 פאר שיך פאר א סטאר, האסטו געמאכט א סעיל. דער סעיל איז א הכנסה.

חובות

מיר רעדן נישט פון א בעל חוב... דערשרעק דיך נישט. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן 'לייעביליטי'. יעדע הלואה איז א לייעביליטי, וואס קען נישט ווערן גערעכנט פאר געלטער וואס דו האסט אין באזיץ, אפילו אין באנק הייסט דאס א דעפאזיט.

נכסים


נכסים זענען די פארמעגנס וואס דו האסט, אמאל איז דאס א באנק אקאונט, און אמאל איז דאס מאטריאל/סחורה וואס דו קענסט זיי פארקויפן און מאכן געלט דערפון. אין ענגליש הייסט דאס 'עססעטס'.

-----------

לאמיר צוריקגיין צו אונזער מעשה, נחמי'ס ביזנעס.
לאגא פאר ביזנעס, 500$ - דאס איז א סטארטאפ עקספענס
גרעפיקס פאר שיך באקס, 700$ - דאס איז קאסט אף גודס סאלד
3000 פאר שיך, 30,000$- דאס איז קאסט אף גודס סאלד
3000 באקסעס פאר שיך, 3000$- דאס איז קאסט אף גודס סאלד
שיפינג קיין אמעריקא, 5000$- דאס איז קאסט אף גודס סאלד
אדווערטייזן, 20,000$ - מארקעטינג עקספענס, רעגולער עקספענס
סעילס מאן, 8000$ רעגולער עקספענס
אפיס, 6 חדשים, 3000$ רעגולער עקספענס
טעלעפאן ליין, 6 חדשים 600$ רעגולער עקספענס
קאר, 6 חדשים, 1800$ רעגולער עקספענס
קאר אינשורענס, 6 חדשים, 1200$ רעגולער עקספענס
געז, 6 חדשים, 1200$ רעגולער עקספענס
וועירהאוז, 5 חדשים, 1000$ רעגולער עקספענס

סך הכל קאסט אף גודס סאלד איז: 38,700
סך הכל רעגולער עקספענס איז: 36,800
און סטארטאפ עקספענס, איז סך הכל 500


יעצט, זיין אינקאם איז טאקע נאר געווען 80,000$, וואס בלייבט עם איבער 4000$ אין קעש, ווייל דער גאנצע ארדער האט ער שוין באצאלט, אבער אין עססעטס האט ער נאך 40,000$ - דאס זענען די 1000 פאר שיך וואס ער האט נאכנישט פארקויפט, און ביים פארקויפן וועט ער לייזן דערפאר 40,000$. יא, ס'וועלן טאקע צוקומען נאך הוצאות מיט די צייט, יעדן חודש פאר רענט, טעלעפאן אד"ג, ער קען זיך נישט רעכענען אויף גאנצע 40, אבער זיין ביזנעס האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם.

לעומת זה, האט ער נאך 50,000$ אין לייעביליטי, וואס ער דארף נאך צאלן פאר זיין מלוה אדער באנק וואס האט עם געבארגט. קען מען נישט זאגן אז ער האט אויסגעגליכן די הוצאות מיט די הכנסות, ווייל זיין 'גאנצע' הכנסה איז בכלל נישט זיינס, זיין ביזנעס האט נאך דערווייל א נעגאטיווע באלאנס צוליעב די הלואות וואס ער דארף נאך צוריקצאלן.

דער 'שיעור' דינט נאר אלץ הקדמה אז מ'זאל 'אנהויבן' פארשטיין וויאזוי צו אפטיילן די פארשידענארטיגע הצאות און הכנסות. ביטע 'סקר'ט אויף איינער פון די אפציעס צו לאזן הערן אייער מיינונג אויף אונזער מהלך.

ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג דעצמבער 30, 2007 4:09 pm

כ'וויל דא אויפקלערן פאר'ן ציבור, אז דער ערשטע ארטיקל איז געווען 'נאר' אויף בוקקיפינג, און בכלל נישט אויף ביזנעס בעיסיקס (וויאזוי צו מצליח זיין אין א ביזנעס) און ס'איז אויך אריינגעפאלן פארשידענע שטיקלעך וואס זענען נישט אויסגעהאלטן ביזנעס-ווייז.

אין אמת'ן איז דאס געווען מיין פלאן - צו רעדן 'נאר' פון אקאונטינג, און ביזנעס זאל זיין עקסטערע שיעורים. אבער ס'איז נישט ריכטיג; אין די קומענדיגע שיעורים וועל איך אי"ה משתדל זיין ס'זאל יא זיין אויסגעהאלטן ביזנעס-ווייז.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג דעצמבער 30, 2007 4:24 pm

פראגען און קאמענטארן בלויז דא
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=3357

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג דעצמבער 30, 2007 5:01 pm

פאטאקי, פיין און וואויל, אבער איך מעג טוהן מיט מיין אשכול וואס איך וויל.....
אגב, נעקסט טיים מעגסטו מיר פרעגן פאר'ן עפענען אן עקסטערן אשכול איבער קאמענטארן.

אבער אז ס'איז שוין אזוי, וויל איך דיר זאגן 'שכח', זאל דיר השי"ת באגליקן מיט אלעס גוטס. הצלחה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג דעצמבער 30, 2007 5:05 pm

איך האלט גראדע אז מ'דארף יא דא קאמענטירן, ווייל ס'האט נישט קיין פשט ווייטער דא צו ציען די ארטיקל, חוץ אויב ער דארף נישט קיין סקר אויף די נעקסטע.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג דעצמבער 30, 2007 5:06 pm

אט אזוי, דאס איז טאקע געווען מיין פלאן, מ'גייטעס אי"ה מסדר זיין סוף וואך.

שכח איך הער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג ינואר 07, 2008 8:59 pm

לשלב סופו לתחילתו;

די צווייטע ארטיקל

נושא ההודעה: אקאונטינג #2 - Chart Of Accounts
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=3431
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג מאי 08, 2009 10:45 am

Supper supper I'm speechless keep it up ;l;p- ;l;p-
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » פרייטאג מאי 08, 2009 11:33 am

איך האב ערשט יעצט געזעהן די ערשטע מאל די ארטיקל, איך מיז דיר זאגן לחיים אז די שרייבסט ווי א ביזנעסמאן, אויב ביסטו נאכנישט קיין אקאונטענט האסטו לענ"ד קוואליפיקאציעס צו זיין. גיי אהן ווייטער.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג מאי 18, 2009 1:50 pm

יישר כח ר לחיים קיפ איט אפ
Liberalism is a mental disorder


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט