דבר יום ביומו, גוט מארגן און אנדערע... ווער איז די בעסט?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

וועלכע פעיפער איז די בעסטע?

דבר יום ביומו
46
34%
גוט מארגן
33
25%
קול ברמה
3
2%
דער אוונט
4
3%
שאפערס רוט
9
7%
שאפינג סענטער
2
1%
דער איד
14
10%
דער בלאט
18
13%
אנדערע (שרייבט וועלכע?)
5
4%
 
סך הכול שטימען: 134

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:23 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:די פראגע איז קיין פראגע, יעדער אפעלירט צו א צווייטן, אנצוקומען צו יעדן מיזטו אדווערטייזן איבעראל

דבר יום ביומו, ליגט אין איין חלק שוהלן, גוט מארגן ליגן דוקא נאר אין אנדערע שולן, שאפערס רוט ליינען אזעלכע וואס זעען נישט דעם דבר יום און גוט מארגן, קול ברמה ווייס איך נישט וואס דאס איז, ווארשיינליך ווערט דאס געזען דורך אן אנדערע סוג מענטשן, דער איד און דער בלאט קויף איך נישט, אא"וו וכו' וכו'

ממילא איז נאריש צו שטומען דערפאר

די אנקעטע דארף ענדערש גיין: וועלכע אויסגאבע זעסטו די מערסטע?

זייער גיט געזאגט, די טעגליכע צעטליך דעקן די בליק פונעם מענטש אין איז זייער גיט פאר א רימיינדער אדער אריינהאקען אין קאפ, רוב מענטשן ספענדן אויף די טעגליכע צעטליך זייער ווייניג צייט, משא''כ א צייטונג זעצט זיך א מענטש געווענליך ליינען וואס מאכט ער זאל עס מער באטראכטען די עד,

טשאקלעט האט געשריבן:דבר יום ווערט געזען דורך סאך מער מענטשען, אבער די גוט מארגן איז שענער און קלארער

חוץ פין דעם איז ער מורא'דיג אפ טו דעיט מיט שידוכים וואס מאכט מענטשן זאל זייער ארויסקוקען אויף זיין צעטליך, מ'קען אפט זעהן מענטשן וואס דאווענען אין שוהלן ווי ס'נאר דא די דבר יום וואקען דורך אנדערע שוהלן צו נעמען א גיט מארגען, ווי אויך זענען ביידע זייער שטארק אויף אימעיל

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:25 pm

סעטינגס האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:איך אדווערטייז יעדע יאר, ביי א געוויסער סיזן, א געוויסער אייטעם, אין דבר יום ביומו. דאס יאר איז די רעזאלטס געווען פילפאכיג שוואכער. איך ווייס נישט די סיבה פארוואס. האט נאך איינער אזא עקספיריענס?


זייער פשוט, זייער קלעסיפיידס ווערט קלענער און קלענערע שורה׳ס זיי שטופן אריין צי סאך און ס׳איז זייער נישט קלאר און בטעמ׳ט צי ליינען, די גוט מארגן איז סאך שענער אבער ס׳קומט נישט או צי רוב בתי מדרשים אין ווילי
קומט אן צו אלע שוהלען, חוץ מהרז''ל'ס שוהלען, פינקט ווי דבר יום ביומו קומט נישט אן צו מהר''א'ס שוהלע'ן נעם א פאון בוק צו זעהן וויפיל שוהל'ן מקוואות וויליאמסבורג האט היינט צו טאגס חוץ פין די סאטמערע

רוב גרויסע שולן אין וויליאמסבורג איז פין מהרז''ל

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:25 pm

יענקעל משה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ראש העיר האט געשריבן:"דער אווענט" קומט נאך ארויס? שוין לאנג נישט געזען..

"דבר יום ביומו" האט קלאר די שטערקסטע רעזולטאטן, אבער די "גוט מארגן" איז שענער אין גראפיק און האט ווייניגער טעותים..


וואס הייסט 'קלאר'? וויזוי האסטו עס גע'מעזשערד?

די וועג אזא זאך צו מעזשערן איז צו אריינלייגן אפאר מאל אן עד, ביידע די זעלבע טאג און אנדערע נאמבערס און זעהן וועלעכע האט מער קאללס...

ווי געשריבן איז דא בתי מדרשים וואס האבן נאר דעם דבר יום און וואס האבן נאר דעם גוט מארגן... די וואס דרייען זיך אויף פלעצער ווי ס'נאר דא איינס, וועלן זיך שווערן אז יענע איז די בעסטע! צו ווייל ער זעהט נאר יענץ צו ווייל ער איז געטריי פאר זיין פארטיי...

איך אלס אדווערטייזער האשוין געהאט פון ביידע סאליד ריזאלטס!

@וויכטיג מאכער
איך האב לעצטענס אריינגעלייגט אן עד אין ביידע איבער טוישן א דירה, אפגעריקט עטליכע טעג
עס איז לא נגע ולא פגע ולא קרוב זה אל זה כלל וכלל די עד אין דבר יום האט געברענגט 70-80 קאלס אין די צייט וואס גוט מארגען האט געברענגט בערך %10 פון די נומבער

אויב דאס איז אמת, גלייב איך אז די האסט געלייגט די עד אין דבר יום פריער, אין די אלע וואס האבען עס שוין געזעהן אין די שוהלן ווי ס'דא ביידע אדער באקומען ביידע אויף אימעיל האבען דיך נישט גערופן נאכמאל ווען זיי האבען עס געזעהן אין גיט מארגען

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:27 pm

די הסבר איז זייער פשוט די גוט מארגען איז נישטא אין 6 גאר שטארקע וואכן מנינים צענטערן סאוט 8, קליימער, ראדני, קינגס טערעס, לי גארדענס, מיורטל,
אינדערצייט וואס דבר יום נאר אין צוויי, הופער, אין ברך משה
איך פארשטיי נישט די גאנצע נידון דא

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:30 pm

די שמיעס האט זיך באגרעניצט צו די טעגליכע צעטליך, אז דער עולם וועט קוקען וועט מען זעהן אז אלע אדווערטייזער (נישט קלאסיפיידס) לייגן אין ביידע (כ'רעדט נישט פין פארטיישע עדס) אין ביידע צעטליך זענען כמעט טעגליך די זעלבע סייז

signout
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:35 pm

פותחין בכבוד אכסניא, מ'דארף צולייגן איי וועלט

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:44 pm

יא איך האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:איך אדווערטייז יעדע יאר, ביי א געוויסער סיזן, א געוויסער אייטעם, אין דבר יום ביומו. דאס יאר איז די רעזאלטס געווען פילפאכיג שוואכער. איך ווייס נישט די סיבה פארוואס. האט נאך איינער אזא עקספיריענס?


זייער פשוט, זייער קלעסיפיידס ווערט קלענער און קלענערע שורה׳ס זיי שטופן אריין צי סאך און ס׳איז זייער נישט קלאר און בטעמ׳ט צי ליינען, די גוט מארגן איז סאך שענער אבער ס׳קומט נישט או צי רוב בתי מדרשים אין ווילי
קומט אן צו אלע שוהלען, חוץ מהרז''ל'ס שוהלען, פינקט ווי דבר יום ביומו קומט נישט אן צו מהר''א'ס שוהלע'ן נעם א פאון בוק צו זעהן וויפיל שוהל'ן מקוואות וויליאמסבורג האט היינט צו טאגס חוץ פין די סאטמערע

רוב גרויסע שולן אין וויליאמסבורג איז פין מהרז''ל

ראדני קליימער סאוט 8 ליע גארדענס מירטעל און נאך

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 4:38 pm

בקיצור, ווי ערווארטעד גייט יעדע אויסגאבע ברענגען זיינע חברים אדער אליין שרייבן... נישט אינטערעסאנט צו שרייבן, נאר אויב איינער קען וועריפייען די קראנטקייט פון די תגובות...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך מארטש 27, 2019 4:56 am

דבר יום ביומו
41 שטימען
34%


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זזה און 3 געסט