אלעס ארום קויפן א ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

אלעס ארום קויפן א ביזנעס

תגובהדורך Amazing » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:52 pm

אינטערעסאנט אז דאס איז נאכנישט אויסגעשמועסט דא אויפן וועלטל, און אויב יא ביטע צוזאם שטעלן.

איך וויל הערן פון די וואס האבן עקספיריענס וואס מען דארף אלס וויסען ווען מען קויפט אפ א ביזנעס.
וויאזוי מען שאצט די פרייז, וואס דארף מען ערווארטן, און פון וואס מען דארף זיך אכט גיבן. וכו'

וויאזוי קוקט מען אן א ביזנעס צו עס האט א מקום צו וואקסן. וכו'

ביטע ווער עס האט עקספיריענס ביטע מיטטיילן.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:38 am

געטוהן דערין א סך ברוך השם, בלי נדר ווען איך וועל האבען א סך צייט וועל איך פרובירען צו שרייבען עפעס דערוועגן.

זאלצי קען א סך העלפען דא.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 1:06 am

בקיצור:
1. פרייז: 2-3 מאל די יערליכע אינקאם - עס ווענט זיך ווי אויפגעבויעט די ביזנעס איז
2. ערווארטן: שווערע סטראגלס כמעט ווי אויפבויען פון פריש א ביזנעס.
3. אבאכט געבען: נישט צאלן איין דאלער מער אויפן חשבון אז מען קען אויפבויען די ביזנעס מיט גרעסערע פאטענשעלס.די ביזנעס ווערט רעכענען נאר אויף יעצטיגע אינקאם און פאקטן.

די אלע תירוצים פארוואס מען די מוכר פאקויפט די ביזנעס איז 99.99% נישט די ריכטיגע סיבה,
די אלע שיינע חשבונות פון די אפערטונעטי אויפצובויען איז גוט ביזן באצאלן פאר דעם,
אויב די ביזנעס איז באמת ווערט וואלט זיך שוין דער מוכר אן עצה געגעבן אויפצונעמן א שטעל פארטרעטער אן דארפן פארקויפן.

די איינציגע סיבה פארוואס אפצוקויפן איז נישט צו דארפן אדורכגייין די חבלי לידה פון יעדע ביזנעס, ווייל באקומסט שוין טרעינינג אויף למעשה און די זאך איז שוין אויפגעבויעט מיט קאנאנקשן'ס אבער עפי"ר איז עס ווייט פון אויפגעבויעט.

איך רעד פון מיין און מיינע ארומיגע עקספיריענסעס - אבער אייביג טראכט מען נא דא איז אנדערש.. מעגליך אדרבא לאמיר הערן דיין עקספיריענס

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:12 am

איז דא א ביזנעס בראקער? א וועב זייטל? א חודש'ליכע אויסגאבע וכדומה וואו מ'קען זען וואס איז אוועילעבל?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:14 am

גבריאל האט געשריבן:בקיצור:
1. פרייז: 2-3 מאל די יערליכע אינקאם - עס ווענט זיך ווי אויפגעבויעט די ביזנעס איז
2. ערווארטן: שווערע סטראגלס כמעט ווי אויפבויען פון פריש א ביזנעס.
3. אבאכט געבען: נישט צאלן איין דאלער מער אויפן חשבון אז מען קען אויפבויען די ביזנעס מיט גרעסערע פאטענשעלס.די ביזנעס ווערט רעכענען נאר אויף יעצטיגע אינקאם און פאקטן.

די אלע תירוצים פארוואס מען די מוכר פאקויפט די ביזנעס איז 99.99% נישט די ריכטיגע סיבה,
די אלע שיינע חשבונות פון די אפערטונעטי אויפצובויען איז גוט ביזן באצאלן פאר דעם,
אויב די ביזנעס איז באמת ווערט וואלט זיך שוין דער מוכר אן עצה געגעבן אויפצונעמן א שטעל פארטרעטער אן דארפן פארקויפן.

די איינציגע סיבה פארוואס אפצוקויפן איז נישט צו דארפן אדורכגייין די חבלי לידה פון יעדע ביזנעס, ווייל באקומסט שוין טרעינינג אויף למעשה און די זאך איז שוין אויפגעבויעט מיט קאנאנקשן'ס אבער עפי"ר איז עס ווייט פון אויפגעבויעט.

איך רעד פון מיין און מיינע ארומיגע עקספיריענסעס - אבער אייביג טראכט מען נא דא איז אנדערש.. מעגליך אדרבא לאמיר הערן דיין עקספיריענס


זייער ריכטיג.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

זהות יהודית
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 19, 2015 1:36 am

תגובהדורך זהות יהודית » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:56 am


אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:53 am

א דאנק גבריאל.

ס'איז דא אן אלטע כלל, א קי וואס לאזט זיך מעלקן פארקויפט מען נישט.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:53 am

גבריאל האט געשריבן:בקיצור:
1. פרייז: 2-3 מאל די יערליכע אינקאם - עס ווענט זיך ווי אויפגעבויעט די ביזנעס איז
2. ערווארטן: שווערע סטראגלס כמעט ווי אויפבויען פון פריש א ביזנעס.
3. אבאכט געבען: נישט צאלן איין דאלער מער אויפן חשבון אז מען קען אויפבויען די ביזנעס

1) גראוס אינקאם אדער נעט אינקאם?? ואם תמצא לומר נעט, נעט של המוכר או נעט של לוקח? אויף א פאל וואס מיר קומט אויס מער עקספענסעס ווי למשל איך וויל אלעס אויף די ביכער וכדו'

2) אויב דארף איך ערווארטן סטראגלט כמעט ווי בויען א נייע ביזנעס, סוי למה לי כל זה? צו וואס נישט אליינס עפענען די דארט בינעס אן די גרויסע אינוועסמענט??

3) איז ריכטיג צו קויפען א ביזנעס אויפן פלאן אפילו סוועט נישט וואקסן, אדער קויפן א ביזנעס לוינט נאר אויב מען טאפלען די אינקאם.

אין אנדערע ווערטער וואס איז די נקודה פון אפקויפן א ביזנעס?
1) איך וויל נישט שוויצען מיט שאפן אקאונטס, און עס לוינט מיר צו צאלן 2 3 הונדרעט אלפים כדי אז 2 3 יאר ארום וועל איך מאכן 100 אלפים א יאר.
2) אז דו קענסט גלייך נעמען די ביזנעס צו לעוועל 2 און טאפלען די אינקאם.

ועיקר שכחתי א גרויסע יישר כח פאר אלע מגיבים
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:20 pm

א ביזנעס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים,
1. די סעט-אפ - ווי למשל די פלאץ, ארבעטער, פראגרעם'ס, סופלייער'ס, מיסטעיקס וואס מען האט זיך שוין געלערנט נישט צו טוהן,
2. די עיקר - ברענגן קאסטומערס, אינער איידיעס - סיקרעטס - טריקס - ריכטיגע מארקעטינג וויאזוי די אינדאסטרי ברענגט פאר די ביזנעס פראפיטס

ווען א ביזנעס איז אויפן מארקעט צו ווערן פארקויפט, וועסטו אינעם שענסטן סענעריא באקומען פארט 1 - ווייל אויב פארט 2 איז מסודר גייט עס נישט זיין אויפן מארקעט. דאס מיינט אז די מוכר האט טאקע קאסטומער'ס און א סעט-אפ אבער נישט געמאכט קיין געלט (לייען: נישט געניג געלט) ווייל עס פעהלט די עיקר די ביזנעס סיקרעטס אדער עס איז פלעין נישט אויפגעבויעט.

די מוכר גייט טרייען ארויסקעשן די מערסטע וואס איז שייך, ממילא וועט ער זיין נאר פארנומען וואספארא אפערטוניטי דאס איז אויפצובויען, ער איז גערעכט אפשר אז מען קען עס אויפבויען אבער ער טאר נישט פארדעם בעטן מער געלט וויפיל עס איז יעצט באמת ווערט, ווייל די "אויפבויען" האט ער נישט געקענט און דאס פארקויפט ער דיר נישט דאס גייסטו דארפן סטראגלן אליין אויפצובויען מיט איידיעס.

אסאך מאל קומט מען אריין אפי' אין א קראנקע בעט ווייל וועסט דארפן אפי' טוישן די סעט-אפ - פארט 1 וואס דאס קאסט צייט און געלט וואס לוינט שוין אנצוהייבן אליין'ס פונדאסניי סאך מער און אנשטאט צו געבן פארן מוכר די אפקויפן געלט און זיין אויסגעדרעינט ווען עס קומט אויסצובעסרן די סעט-אפ קען מען ניצען די געלט אויסצושטעלן מתחילה א גוטע סעט-אפ.

יעצט, לאמיר ענטפערן אויף דיינע פראגן:
1. נעט וואס די מוכר האט ארויסגענומן פינעם ביזנעס
2. גערעכט - אבער וועסט דיך דארפן לערנען אויף די אייגענע מיסטעיקס און אמאל לוינט זיך עס נאכאלץ.
3. קויפן א ביזנעס דארף אייביג זיין מיטן פלאן עס צוקענען אויפבויען נאכמער אן דעים ביסטו נישטא, אבער די מוכר קען נישט לכבוד דעם בעטן מער דיך אויסצוסאקשענען.
געדענק: שוויצען גייסטו סייווי, מען דארף ארויסהאקן פון קאפ די קאנסעפט אויב ווילסטו מאכן געלט וועסטו מיזן שוויצען, עס מאכטצעך נישט אן דעם..

איך בין נישט קיין עקספערט אדער קאנסאלטענט פשוט פון מיין עקספיריענס

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:40 pm

גבריאל האט זייער שיין געענטפערט.

און דער עיקר איז "קויף נישט פאטענטשעל פון די גאס, קויף פאטענטשאל פון די ביזנעס". דהיינו, עס איז דא א דערהער וואס אסאך מוכרים טרייען צו פארקויפן אז די מארקעט איז אין דעמענד, אדער אנדערע פאטענטשל וואס די ביזנעס האט אין די קארענט אינווייראמענט. דאס איז נישט צום פארקויפן. מ'קען אבער יא קוקן אוף די פאטענטשעל אינעווייניג אין די ביזנעס. און צו כאפן א קליינעם משל: אויב א ביזנעס איז שוין אויפגעסעט צו פארטראגן מער ווי עס טראגט יעצט אויף די מינוט, דאס איז א טענדזשיבל עססעט, און ס'איז ווערד עס צו נעמען אין באטראכט. דאס טאר נישט מאכן דעם פרייז, אבער עס קען זייער מעגליך באאיינפלוסן דעם מקח.

אויב א ביזנעס האט עססעטס וואס זענען ווערד געלט, קען מען דאס אריינרעכענען אינעם פרייז. עס פארשטייט זיך אליינס אז אויב א בנין איז אינקלודעד, איז עס נישט אינקלודעד אינעם ביזנעס נאר א עקסטערע וואליו.

פון די אנדערע זייט זייער אסאך מאל ווען מ'קויפט א ביזנעס איז דער פרייז טאקע בעיקר באזירט אויף די עססעטס, און דער קונה שטעלט זיך אויף די ביזנעס חלק מער, און דער מקח גייט נישט דורך. אמת, אויב מיין ציהל איז ביזנעס, נישט ריעל עסטעיט, וועל איך נישט קויפן דעם ביזנעס וואס איז גארנישט ווערד נאר האט עססעט'ס, אבער אין באטראכט דארף מען עס נעמען ווען מ'רעדט פון דעם פרייז.

גוטע קאנווערסעישאן דאס... זייער וויכטיגע זאכן, און הלואי זאלן דא קאמענטירן אלע וואס האבן שוין אפגעקויפט ביזנעסער און דערציילן פון פראקטיק.

א עקסטערע שמועס איז שותפות, וואס איך האף אין די סעריע פון מיינע ארטיקלען צו רעדן דערפון, אבער דא איז אויך א גוט מקום דאס אויפצוברענגען.

כה לחי.

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:07 pm

a website to find business for sale

http://www.bizbuysell.com/

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:02 pm

אז מ'רעדט שוין יא, בין איך זייער נייגעריג צו איימיצער האט שוין געהאט הצלחה צו קויפן א ביזנעס דורך די וועבסייטס.

אין מיין אפיניאן וואלט איך נישט געקויפט אזוי, אויסער טאמער איינער דא האט אנדערש עקספיריענס. עניבאדי?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:28 pm

א גרויסען דאנק ר׳ גבריאל, זייער שיין אראפ געלייגט.

עס איז דא פונעף זאכען וואס איך קוק אין א ביזנעס פאר אפקויפען אדער ווערן א שותף אין עס:
1. וואס איז געוועהן די נעט פראפיט פון די קאמפעני פאר די לעצטע צוויי יאר, און פארשטייט זיך דאס קען מען נאר קוקען אויב די געוועזענע בעלי בתים האבען געהאלטען א גוטע חשבון אויף די געלט.
(איך וואלט נישט אנגערירט קיין ביזנעס וואס די ביכער זענען נישט מסודר - רעדן צו די עקאונטענט און בוך האלטער בעפאר איז א מאסט)
2. וואס זענען די סעילס פאטענטשעל? איז עס א פארמעסי למשל וואס איז אין א געגנט טויזענט נפשות מיינט עס אז דו האסט א מעגליכקייט צו פארקויפען פאר טויזענט מענטשען און א ודאי קוקט מען וויפיעל קאמפעטישען האסטו יעצט און וואס טוהען זיי צו באקומען קאסטומערס און וואס קענסטו טוהן בעסער אין אנדערשט.

3. פרוביר צו האבען א פלאן - פון פאראויס - וואס ״דו״ קענסט צולייגען צו די ביזנעס אז דאס זאל מער מצליח זיין, לאמיר גיין צוריק צום פריערדיגען משל פון א פארמעסי, פרוביר צו באקומען כאטש איין נוירסינג האום אדער א העלט קעיר פעיסלעטי.

4. פרוביר צו באקומען א גוטע קאנעקשען מיט דיסטריביושען קאמפעניס אז זיי זאלען אינוועסטען אין דיין סטאר, עס איז אייביג דא קאמפעניס וואס זיכען נייע אייגענטומער פון נייע אדער איבערגעמאכטע געשעפטען און זענען גרייט צו העלפען מיט שעלווינג אדער געבן פראדוקטען פאר גאר א ביליגע פרייז אדער גאר לאנגע טוירמס.

5. אויב איז די קאמפעני נאכנישט געוועהן אנליין אדער עס איז א אינדאסטרי וואס קען באקומען א סאושעל מידיע פאלאואינג דאס קען זיין גאר גוטע פאטענטשעל.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:31 pm

איך האב שוין מיט געהאלטן צוויי טרענזעקשן'ס פון קרעיגסליסט געליסטעט דורך בראקערס,
גאר שוואכע סחורה מיט א שיינע קאווער-אפ.
פאר ערלים איז זייער א שטארקע זאך אז מען איז די "אייגענע" בעה"ב אפי' מען האט א גרויסע אווערהעד, רענט, האסלען שווער, און מען נעמט ארויס נאר ממש קוים צום לעבן, און די בראקערס קוועטשן לכבוד דעם ארויס די מערסטע וואס מען קען.
לעצט פאראכטן דורך גבריאל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:36 pm

געדריקט צו שנעל דעם שיק קנעפל.

בקיצור נמרץ אלס קוקען גוט אויף צוריק אויב ווייזט עס נארמאלע פראפיטען אדער אויב די פאטענטשעל איז זייער אבוויעס איז עס בדרך כלל א גוטע אפארטונעטי.

איך האב געהערט פון אפאר קויפערס אז זיי געבן פאר די אלטע בעלי בתים א צען פראצענט פראפיט שעיר אין די קאמפעני פאר די ערשטע איינס אדער צוויי יאר, קודם איז די פרייז ביליגער און צווייטענס קענסט פון דעם זעהן ווי שטארק זי פי גלייבען אין די קאמפעני. איך האב געהערט אז די עפארט וואס די חברה לייגען אריין אז דו זאלסט קענען גוט די ביזנעס איז גאר שטארק, עס גייט אזוי ווייט אז א סך מאל ווילען זיי נאך א יאר צוויי צוריק אפקויפען די ביזנעס.

איינע פון די עיקרים אין ביזנע איז א פאזיטיווע עדיטוד, און דאס דארף מען האבען אין יעדע התחלה און בפרט ביים אפקויפען א אלטע ביזנעס, א אלטע ביזנעס האט שוין א היסטארי און צומאל נישט אזאנע גוטע מעמאריס.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 1:00 am

אמאל איז דא אז דער ביזנעס איז געגאנגען צו ברייט, דאס הייסט ער איז אריין למשל אין עלעקראניקס, און היינט טוט ער נאר עטליכע דערפון און איז מעכטיג גרויס, יעצט ער האט א עקסטערע אפטליינג פון וועקיום קלינערס וואס ער קען זיך נישט באפארענען, עס האט גוטע פאטענשל, דו באקומסט די קאנעקשאנס, די קאסטומער ליסט, די וועבסייט, מיט די טיעם וואס האט געארבעט דערויף, זיי קענען פיקסן וואס דו ווילסט, מיט מארקעטינג מאטריאל פון פריער, דער עיקר באקומסטו נאמבערס וואס דו קענסט נוצן אויף עס ארויפצוארבעטן.

די מעשה דארף נישט זיין ממש אזוי, אבער איך ברענג עס נאר ארויס אלץ א מציאות וואס קען יא זיין א גוטע ביזנעס, און אנשטאט דער מוכר זאל אויפנעמען א נייע סטעף און אויפארבעטן זאגט ער איין מינוט, וואס האט דאס מיט מיר? כ'וואלט געקענט מאכן געלט דא, אבער לוינט מיר צו צוצושפרייטן אנשטאט אויפארבעטן ווי כ'בין שוין סוקסעספול, אסך מאל איז דא די קאנסעפט ביים פארקויפן.

לגבי די וועבסייטס וואס פארקויפן ביזנעס, מ'דארף זייער וואטשן, ס'יאיז דא מענטשן וואס עפענען א סייט, מאכן אפאר סעלס דורך עדס, נאר צו קענען פארקויפן, און איז געווענליך ווערט א רעטעך, אויב ביזט א גוטע מארקעטער און דו ווילסט פשוט איינשפארן דאס מאכן די סייט, קענסט עס אמאל ארבעטן.

פאר דו צאלסט דאפסטו וויסן ווי לאנג וואלט דיר גענומען צוריק צומאכן די געלט וואס דו לייגסט אריין, אויב דו לאזט די ביזנעס עז איז, אן צולייגן נאך געלט, נאר מיט זיך מער אפגעבן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

אלעס ארים FRANCHISE ביזנעס

תגובהדורך פרומער יוד » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 11:13 am

יישר כוח פאר אלע דא וואס האבן געגעבן עצות אין טיפס. נאכו קיקען די וועבסייט איז מיר ארויפגעשווימען א קשי' וואס איך האב שוין לאנג,
וואס טיט זיך מיט פרענטשייס ביסנעס?

וואס איז די מעלות vs קויפן א ביסנעס?

געווענליך קאסט עס א געוויסע אמאונט מען דארף אבער נאכדעם אריין לייגן עקסטער געלט פאר מארקעטינג אויפסעטן א.ד.ג.?

וואס באקימט מען געווענליך יא פין די קאמפעני?

איז עס בכלל אינטערסאנט פאר א אידישע ביסנעס אדער נאר ביי גיום אזוי ווי McDonald's וואס איז א ברענד אין עס ברעגט קאסטעמערס נאר ווייל זיי קענען די ברענד?

אויב איינער האט עפעס עקספעריענס אין דעם ביטע זיך אן ריפן.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:20 pm

איז שייך צו קויפען א ביזנעס מיט א לאון א שטייגער ווי ביים קויפען א הויז מיט א מארגעטש??
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:34 pm

@פרומער איד.

ס'האט מיר אלץ געוואונדערט פארוואס מענטשען זאלן צאלן צו באקומען א מיעל מארט פרענטשייס. איך וואלט געקויפט ביים אים אפגעזען צו ער הייסט מיעל מארט אדער ראזענפעלד.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

תגובהדורך פרומער יוד » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 3:37 pm

סמארט גאי האט געשריבן:@פרומער איד.

ס'האט מיר אלץ געוואונדערט פארוואס מענטשען זאלן צאלן צו באקומען א מיעל מארט פרענטשייס. איך וואלט געקויפט ביים אים אפגעזען צו ער הייסט מיעל מארט אדער ראזענפעלד.


ביי אידישע ברענדס איז אויך דא א געוויסע ווערד צי זיין אינטער א ברענד, איך ווייסט נישט ווי שטארק רעלעווענט עס איז ביי מיעל מארט, אבער נעם א משל ווי קרויס אדער מיללער שטריימל וועןזיי וואלטן געהאט נאר איין מעין לאקעישאן אין ווילעמסבורג אין זיי פרענטשייסען א מאנראו לאקעישאן לוינט זיך עס ווייל צי עפענען א נייע שטריימל סטאר לאמיר זאגן פאפלאנאש שטריימל דארף מען אסאך סיעתא דשמיה אין שווער ארבעטן צי ברענגן קאסטעמערס משא"כ אויב הייסטו קרויס שטריימל ווייסט יעדער ווער די ביסט.

דעס איז ביי אידישע ברענדס(וואס לפי ענ"ד איז ממש נישט דא וואס פרענטשייסען זייער ביזנעס), מיין קשי' איז צי פאר א איד איז לוינט זיך בכלל צי פרענטשייסען א גוישע ברענד ווי למשלman, home care, handy אין וואס איז בכלל בעסער צי פרענטשייסען vs קויפן א ביסנעס.

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:02 pm

ס׳דא וואס צו שרייבּן בּנוגע די עקספּיריענס פון קויפן א בּיזנעס, ווען מ׳האט צייט (וואס אפילו מיט א געקויפטע בּיזנעס האט מען אויך נישט איבּריג פון דעם ...).

נאר אויפדערווייל, ס׳דא א היימישע בּיזנעס בּראקער פירמע, Libin & Katz, זיי זענען אדווערטייזט אין די היימישע צייטונגען פון צייט צו צייט.

בּשעתי, א שיין שׁטיק צייט צוריק, בּין איך געווען בּיי זיי. איך האבּ למעשה נישט געקויפט דורך זיי, אבּער אויף וויפיל כ׳האבּ זיי גענוצט בּין איך געווען גאנץ צופרידן. זיי האבּן ארויס געהאט דעם היימישן אינגערמאן, אין לויט דעם מסבּיר געווען יעדע בּיזנעס וויאזוי ס'איז פּאסיג.

זע איך יעצט אויף זייער סייט libinandkatz.com ווי זיי ליסטן אלעס וואס זיי האבּן.

איך ווייס נישט וויאזוי זיי זענען היינט צוטאגס, דזשאסט א ענטפער וועגן בּיזנעס בּראקערס.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:30 pm

Amazing האט געשריבן:איז שייך צו קויפען א ביזנעס מיט א לאון א שטייגער ווי ביים קויפען א הויז מיט א מארגעטש??

איך האב שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן פרענדשייזיס נעמען אן עס בי עי לאון, אבער איך נישט באקאנט פרטים.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 10, 2019 2:01 am

בּרזל האט געשריבן:ס׳דא וואס צו שרייבּן בּנוגע די עקספּיריענס פון קויפן א בּיזנעס, ווען מ׳האט צייט (וואס אפילו מיט א געקויפטע בּיזנעס האט מען אויך נישט איבּריג פון דעם ...).

נאר אויפדערווייל, ס׳דא א היימישע בּיזנעס בּראקער פירמע, Libin & Katz, זיי זענען אדווערטייזט אין די היימישע צייטונגען פון צייט צו צייט.

בּשעתי, א שיין שׁטיק צייט צוריק, בּין איך געווען בּיי זיי. איך האבּ למעשה נישט געקויפט דורך זיי, אבּער אויף וויפיל כ׳האבּ זיי גענוצט בּין איך געווען גאנץ צופרידן. זיי האבּן ארויס געהאט דעם היימישן אינגערמאן, אין לויט דעם מסבּיר געווען יעדע בּיזנעס וויאזוי ס'איז פּאסיג.

זע איך יעצט אויף זייער סייט libinandkatz.com ווי זיי ליסטן אלעס וואס זיי האבּן.

איך ווייס נישט וויאזוי זיי זענען היינט צוטאגס, דזשאסט א ענטפער וועגן בּיזנעס בּראקערס.


וואס קענט איר מיטטיילען וואס איז גוט און וואס נישט?

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג מאי 10, 2019 8:28 am

זאלץוואסער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא, בין איך זייער נייגעריג צו איימיצער האט שוין געהאט הצלחה צו קויפן א ביזנעס דורך די וועבסייטס.

אין מיין אפיניאן וואלט איך נישט געקויפט אזוי, אויסער טאמער איינער דא האט אנדערש עקספיריענס. עניבאדי?

פארוואס נישט?

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » מיטוואך מאי 29, 2019 11:02 pm

פארוואס טאקע איז נישט דא איינער אין די מארקעט וואס געבט זיך אפ מיט די סארט זאכן?
איך זיך שוין לאנג צו קויפן א ביזנעס, (לאו דוקא אין די היימישע (מארקעט,
אדער אריינקומען אין א ביזנעס וואס איז נאכגעלאזט אלץ שותף, וכדומה.

שוין אפאר מאל געשריבן דא וועגן דעים.

סזיכער דא מענטשן וואס האבן ביזנעסער אויפגעסעט, און די נויטיגע עקספיריענס, נאר די ביזנעס איז ווייט נישט ווי סקען ווען זיין, מחמת כמה סיבות.
כרעד נישט פון א גראסערי.
כרעד פון מענטשן וואס זייער שטארקייט איז זייער עקספיריענס אין ארויסהאבן די זאך מער ווי פירן א ביזנעס.

למשל, כקען א אינגערמאן וואס איז זייער געלונגען אין די לאו וואלטעדש
.פיעלד. ער קען יעדע מאשין און יעדע ווייער

ספשוט א שאד אז ער גייט ארום פון הויז צו הויז אינסטאלן אינטערקאמס ווען ער קען ווען ווייערן ניו קאנסטראקשן און האבן א סוקסעספול ביזנעס. ער איז פשוט נישט געמאכט פאר דעם. ווען ער קען ווען האבן א טיכטיגער אינגערמאן וואס קען אים אויפסעטן און פירן די אפיס פארט פון די ביזנעס, קוואטן, פעיראל , ברענגען נייע אקקאונטס,וכדומה, קענען זיי ביידע שטארק מצליח זיין.

אסאך מאל זענען די וואס זענען עמבישעס און אגרעסיוו נישט די סארט מענטש זיך אויסצוקענען אין די סערוויס אזוי גוט, נאר ענדערש גוט אין פאוקעסן צו וואקסן און פירן די ביזנעס.


די זעלבע איז מיטן פארקויפן היימישע ביזנעסער.

איך האב געזוכט פאר א שטיק צייט, און וואלט נאך אלס אריינגעקוקט אן אפקויפן א סטעיבל פראטיפעבל ביזנעס. אדער מאכן א גוטן דיעל, למשל מיטן צאלן לויעלטי, וכדומה.

אויב ווייסט איר פון עפעס, ביטע שיקן אין אישי.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט