א טריט אריין אין ביזנעס 1#

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

צוליב די פילע אנפראגן אין די נושא, וויל איך בעטן ווער עס וויל וואלונטירן אראפצושרייבן אין קורצן זיין אייגענע עקספיריענס אין באקומען דעם "ערשטן" דזשאב, וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען.

וויכטיג צו באשרייבן איז:

אין וועלכן מצב האט איר אנגעהויבן זוכן? ווען ס'נאך געווען גענוג פרי? אדער אנדערש?

ווילאנג האט איר געזוכט?

וויפיל אפפערס האט איר באקומען?

אין אייער עקספיריענס פון וואו האט איר באקומען די בעסטע ראט?

וויפיל האט איר אפגעזאגט? און פארוואס?

צום סוף וואס האט אייך געברענגט צו נעמען דעם ערשטן דזשאב?

דאס וועט אונז געבן א ריכטיגן לייוו אפשאצונג אין די נושא צו קענען באהאנדלען אויפריכטיג.

ביטע זיך אנרופן ווארים, איר מוזט נישט קאמפראמייזן אייער ניק און איר דארפט נישט שרייבן דעטאלן וואס גיבן ארויס אייער אידענטיטעט, עס איז נישט ווערד די עגמת נפש צומאל.
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

אז קיינער רופט זיך נישט אן עמיר גיין פתיחה
לאמיר דיך זאגן הרב פותח האשכול אזוי איך בין נישט קיין גיטע שרייבער שיק איך דיר עס אין אישי
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

דאס איז וואס איך האב באקומען אין אישי.

א חבר דערציילט מיר,

מיין טרעפן א דשאב איז ציגעגאנגען אזוי

בערך א יאר נאך מיין חתונה איך האב געזעהן אז סאיז נישט קיין תכלית אזוי ווייטער.

האב געטראכט אז אזוי ווי א אפאר און מיין משפחה זענען כלי קודש אין סקיקט אויס פיין עמיר אויך זיין, שוין אומר ועושה נאכן פרעגן ס'ווייב (מיין רבי' האביך נישט געפרעגט) האב איך געקאלט איינער פון די מנהלים אין זיך איינגעגעבן פאר שטעל פארטרעטער, אזוי בין איך איך געווען א שטיק צייט ביז מ'האט אויפגענומען מלמדים אין מיר נישט האב איך פארשטאנען אז איך באלאנג נישט דא האב איך גענומין א קורס אויף בעסיק קאמפיוטער,

האט מיר מיין חבר וואס איז געווען א מענעדשער און געזיכט א ארבעטער אויפגענומען , דארטן איז אלעס געווען כתוב וחתום במילא איז געווען זייער טייט די געלט חלק
האב איך נאך א יאר א האלב געטראפן א נייע דשאב אנציפירן א ווערהאוז אין ב''ה א נישט קשה 'דיגער געהאלט
עד כאן

---

ביז אהער איז די אישי בערך.

קודם א דאנק פארן שיקן, און איך האף אז נאך אפאר וועלן זיך אנרופן וועט מען קענען אנהייבן אויסשמועסן אביסל טיעפער די נושא.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

דער דזשאב פון א דזשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אודאי איז דער תכלית הנרצה צו האבן פרנסה, אבער פאר א אנהייבער איז דא נאך א גאר וויכטיגע נקודה צו געדענקען ווען מ'גייט ארבייטן, און דאס איז אז דער ערשטער דזשאב איז געוויינליך א "פלאטפארמע"

ווען מ'איז שוין אן ארבייטער, און מ'צייכנט זיך אויס אין סיי וועלכן חלק, און בעיקר אינעם חלק פון צופרידנשטעלן דעם בעל הבית און זיין לאיאל צום קאמפאני צו ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן, גייט דער מענטש אויטאמאטיש ארויף אויפן טיש אלס א קאנדידאט פאר בעסערס.

עס איז גאר שווער צו טרעפן די פאסיגע ארבייט פאר מ'האט נאך עפעס געטון, פשוט ווייל ס'איז נאכנישט דא קיין טרעק רעקארד, און בעלי בתים וועלן זייער שטארק וועלן קוקן אויפן עבר צו קענען זעהן די ווערדן פונעם ארבייטער.

דעריבער איז וויכטיג צו נעמען עפעס וואו מ'ווייסט אז מ'וועט קענען אויספירן די פליכטן הונדערט פראצענטיג, און מאכן א פריאריטעט ביים ערשטן דזשאב צו ארויסשיינען אלס א געלונגענער ארבייטער.

א געלונגענער ארבייטער איז נישט א חילוק וואס ער טוט, עס איז נאר א חילוק וויאזוי ער טוט, דאס איז די בעסטע וואס א מענטש קען טון אויפן ערשטן דזשאב איז אויפצובויען א רעפיוטאציע און זיך ערוועבן א נאמען אלס געטריי און ווירקזאם.

לאמיר יעצט בארירן די נושא פון מאכן דעם אויסוואל ווען ס'איז שוין דא אן אויסוואל אויפן טיש:

נאכן וויסן די אלע אויבנדערמאנטע זאכן, ווען דער מענטש האט שוין דריי פיר פארשלאגן, און עס איז יעצט זיין געלעגנהייט צו באשלוסן וואס ער וויל, פאלן אסאך אריין אין די בלאטע פון אומבאשלאסנקייט.

דער אינגערמאן היינטיגער אינגערמאן פלאגט זיך שטארק סיי ווען ס'קומט צו אפציעס, ער קען נישט מאכן קיין דעסיזשאן אזוי שנעל. מענטשן האבן מורא היינט צו מאכן באשלוסן, ווייל מיר לעבן אין א וועלט וואס א אומגעלונגענער באשלוס זיגלט אפ דעם מענטש אלס א דורכפאל. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אין מוח אזוי, ווייל יעדער פארשטייט אז א באשלוס אויב איז עס געמאכט געווארן מיט גוטע כוונות איז קיינמאל נישט שלעכט, און קיינמאל נישט גאראנטירט צו ארבייטן.

פון די צווייטע זייט פלאגט מען זיך ווען ס'נישט דא צופיל אפציעס, דהיינו מ'האט ליעב צו האבן אן אויסוואהל. א גאר אינטערסאנטער פאראדאקס, אבער דאס איז דער מציאות מיט וואס מ'לעבט היינט. מ'קען זאגן אז די גרינגסטע קומט אפ דער וועלכער קען נישט צופיל טראכטן, און האט נישט צופיל אפציע'ס.

למעשה, דארף מען זיך אויסלערנען וויאזוי מ'מאכט א באשלוס שנעל און אפעקטיוו.

ראשית כל: דער כח פון עלימינירן. מ'דארף פאר אלעם עלימינירן די נישט גוטע, דהיינו, מ'קוקט אויפן טאץ וואס ליגט אויפן טיש, און מ'זעהט גראד, ניסלעך בין איך אלערגיש, ראזשינקעס בין איך נישט קיין גרויסער מבין, אבער פון די איבערגעבליבענע דארף איך מאכן מיין באשלוס וועלכע איז מיין בעסטער מאכל אראפצונעמען פאר מיר.

ווען דער עלימינירן פראצעס איז אריבער, בלייבט מען מיט די פאר וואס זענען בעצם "גוט", און מ'קען שוין נישט דורכפאלן, ווייל מ'וואלט דאס שוין עלימינירט אין די פאזע פון עלימינירן. אלזא וואס אימער מ'טוט פון יעצט און ווייטער איז שוין נישט שלעכט. דאס גיבט דעם רואיגן געוויסן אז מ'קען נישט גיין שלעכט מיט סיי וואס נאר מ'דארף באשלוסן וואס איז בעסער.

דא דארף מען נעמען די מעסטער'ס פון: געלט, קוואליפיקאציע, און מעגליכקייטן. מ'מאכט פשוט חשבונות פון איינס מיט איינס, און וואס איז דער באדאם ליין, וואו פארדין איך מער? וואו קען איך מיך אויפארבעטן מער, סיי צו וואקסן דארט אויפן דזשאב, און סיי דאס אויפבויען דעם עצם "ארבייטער" וואס זאל קענען גיין ווייטער און טרעפן עפעס בעסער עווענטועל. און דערנאך אודאי דארף מען זעהן וועגן טרעוול און אנדערע לאדזשיסטיקס וואס קענען אריינקומען אין דעם שפיל.

-

מיר וועלן יעצט גיין צום קומענדיגן שטאפל, ווען איינער האט שוין א דזשאב, וויאזוי צו קוקן אויף ווייטער, און וויאזוי און ווען צו פרובירן נעמען א טריט פאראויס? און ווי אויך ווען מ'פארשטייט אז מ'דארף ווען שוין צו באקומען א העכערונג אין געהאלט, וויאזוי טוט מען דאס? ווען איז עס פאסיג?

מיר וועלן אויך ארום רעדן אביסל איבער יסודות פון אן ארבייטער. און פון דארט וועל מיר אויך אביסל שמועסן אין די נושא פון "אייגענער בעה"ב".

פארזעצונג קומט אי"ה.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך וואלט ווען באמת געוואלט שרייבען א לענגס אין א ברייטס פון דעם ענין, נישט ווייל איך האלט מיך פאר א גיטע שרייבער נאר ווייל איך בין דורעך ברוך השם א שיינע פאר זייטען פון די ארבייטס מטבע, און איך האב וואס מיט צוטיילען. אבער למען הגילוי העליך שרייבען אפאר יסודות וואס איך האב מיר פארשריבען וואס איך פלאן איבערגעבן פאר מיינע קינדער ווען זיי העלן שטיין אין דעם פאזיציע פון אריינטרעטן אין די ביזנעס וועלט.

די ערשטע יסוד איז, פרעג אנדערע וואס זיי האלטען דו ביזט גיט פאר, - מיין טאטי זז״ג האט מיר רעקאמענדירט א געוויסע ארבייט וואס איך האב אין א געוויסע זין חרטה פארען אים נישט פאלגען. ער האט מיך בעסער געקענט ווי איך האב געמיינט.

עס איז דא א גרויסע חילוק פון ארבייטען פאר א גרויסע קאמפעני אדער א קליינע קאמפעני.
א גרויסע קאמפעני האט א סך מעלות:
1) געלט ווערט באצאלט אין צייט
2) מען זעהט זיך צו די מהלך פון א גרויסע קאמפעני - מען זעהט א סטראקטשער.
3) האסט פאטעטשעל - אפשר ווייניג אבער עס איז דא א שאנס.
4) באנוסעס - סיקדעיס - וויקעישאנס און האלידעיס ווערן באצאלט.

אז דו ביזט א גיטע טיעם פלעיער איז דא א שאנס מצליח צו זיין, אבער פון די צווייטע זייט פרעג דיך גיט נאך צו מען לאזט מצליח זיין דארט בכלל. ליידער ליידער איז דא געוויסע יודישע היימישע קאמפעניס וואס מען קען בדרך הטבע נישט וואקסען דארט, אין מיין בוך איז עס א איסור אהין צוגיין ארבייטען. מען קען באקומט א פאלשע געפיהל פון סעקיורעטי און דאס קען דיך אוועקלייגען פינעף אדער צען פון דיינע שענסטע יארען און ליידער בלייבען א עני ואביון פאר דאס איבריגע פון אייער לעבן.

2) זעה צו גיין ארבייטען נאך פאר דו דארפסט געלט נישט ווען דו האסט א קייט ארום דיין האלז אז דו מיזט שוין האבען געלט פאר סוף וואך - אנדערע האבען עס שוין אויך בארירט.

3) אלס א געוועזענע ארבייטער און א בעל הבית, ווען דו גייסט ארבייטען פאר א צווייטען, בעט דיין נייע בעל הבית א זשאב דעסקריפשען - זאג דיין בעל הבית ער זאל דיר עס געבן פאר זיין טובה וועגן און אויב קען ער דיר עס נישט געבן - גיי נישט אהין ארבייטען. עס איז א רעסיפי פאר א חורבן.

4) ארענטליכקייט מיינט נישט אז ווען יענער זאגט ״איך בין ארענטליך״ אז ער איז טאקע ארענטליך, איך האב געזעהן ערשט היינטיג ווי יונגעלייט ווערן ממש אביוזד פון זייער בעלי בתים מיט תירוצים און לומדישע סברות פארוואס ער דארף נישט באצאלען אדער אינטערצאלען אויף א געוויסע טאג וואך אדער חודש, שטייט ווייט פון אזעלכע גנבים.

5) האט נישט קיין מורא פון קיין קליינע קאמפעניס אויב האט עס אלע גיטע סימנים אז עס איז אויפען וועג מצליח צו זיין דאן איז עס א גיטע פלאץ וואס דאס מיינט אז די גיטע פאזיציעס דארפען נאכנישט זיין באשאפען צו וויסען אז איר האט פאטענטשעל אז אלעס איז גיט האט עס שוין פאטענטשעל.

6) מאכט אייך א רעזומעי און יעדעס יאר שיקט עס אריין צו אפאר ארבייטס שדכנים, איר דארפט אייך אליינס עפרעזלען איינמאל א יאר צו וויסען אויב איר ווערט מער ווערט, איך בין געוועהן שאקד נאך דריי יאר ארבייטען וויפיעל אנדערע זענען מיר געוועהן גרייט צו צאלען. עס איז אייער חוב צו באקימען די מערסטע וויפיעל איר זענט ווערט עס איז נישטא קיין שום מצוה צו ארבייטען אנדער וועליו.

דאס איז אפאר קליינע נקודות וואס איך האב געקלערט, אולי העמיר צולייגען שפעטער נאך אפאר וויכטיגע נקודות.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

מטעמים האט געשריבן:
ליידער ליידער איז דא געוויסע יודישע היימישע קאמפעניס וואס מען קען בדרך הטבע נישט וואקסען דארט, אין מיין בוך איז עס א איסור אהין צוגיין ארבייטען. מען קען באקומט א פאלשע געפיהל פון סעקיורעטי און דאס קען דיך אוועקלייגען פינעף אדער צען פון דיינע שענסטע יארען און ליידער בלייבען א עני ואביון פאר דאס איבריגע פון אייער לעבן.


אוי בין איך א אפגעבירטער, אז עס ברענט נאך יעצט!

איי איי איי... די 5 וויכטיגסטע יאר פון מיין פרנסה קאריער האב איך אוועקגעגעבן פאר אזא ריש שין עין (וואס געט, אגב, אסאך צדקה)

זיך מוסר נפש געווען פאר מיין דשאב! געלייגט מיין משפחה אויפן מזבח פון פרנסה! געארבעט איבערשטונדן אין די שווערסטע זמנים! ווען מיין געהילף האט זיך אפגעזאגט האט מען נישט צוגעשטעלט א נייע, און נישט געהעכערט מיין געהאלט! געארבעט כמעט מינימום וועידש, אינגאנצן אויף די ביכער!


און, פארוואס האט מיך גענומען 5 יאר צו ארבעטן ווי א אייזל, צו קענען איינזעהן אז די באשעפער האט מיך צוגעשטעלט בעסערע גליקן ערגעץ אנדערש? סעקיורעטי! איך בין געווען אנגעהאנגען אין מיין בעה"ב און נישט געכאפט אז איך הרגע אוועק די טייערסטע צייט ווען די עקספענסעס אין מיין שטוב זענען געווען מינומאל.



---
אגב, ווען מען גייט אויף אן אינטערוויו איז א וויכטיג צו פרעגן וואספארא פאטענשילס מען האט. ביז ווי קען מען דערגרייכן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

בדוו. שלום עליכם בן נון. איך האב מיך געבענקט נאך דיר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עיקר שכחתי

א דאנק פאר זאלץ וואסער, פאר די איידיע פון די אשכול און פארען נעמען די צייט א טובה צו טוהן פאר אנדערע יודישע קינדער.

נאך איין נקודה, גרויסע קאמפעניס האבען פראפעשענעל טרעינערס אויסצולערנען זייערע נייע ארבייטערעס די פאך וואס זיי דארפען צו טוהן.
איז עס אבער א נארמאלע זאך אין קליינע קאמפעניס נישט צו באקימען די מינדעסטע טרעינינג בנוגע די זשאב וואס דו גייסט דארפען טוהן, אלזא אלס עצה טובה די מינוט וואס דו ווייסט וואס דיין פאזיציע גייט זיין, גיי ארויף אויף עמעזאן אדער בארנס ענד נאבעלס סייט און קויף דיר א בוך אדער א סי די פון מענטשען וואס קענען דיין פאזיציע און קימען שוין פון דארט אזוי קענסטו פאר מיידען אן א שיעור עגמת נפש און קענסט שנעלער אנקימען אויף די ריכטיגע רעלסען מצליח צו זיין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

קודם א גרויסן ישר כח פאר דיין תגובה @מטעמים.

איך האף נאך מאריך צו זיין אויף די נושא, אבער אז דו ברענגסט עס אויף לאמיר זאגן צוויי נקודות וואס גייט אין שפאן מיט וואס איך האב שוין געשריבן.

1. פאר א נייעם ארבייטער איז נישט קיין פראבלעם אז ער נעמט א דזשאב וואו מ'קען נישט וואקסן (אדער ס'איז שווער צו וואקסן) ווייל ווי שוין ערווענט דארף זיין ערשטע דזשאב זיין צו בויען א פלאטפארמע.

2. דאס וואס דו שרייבסט וועגן לייענען ביכער וכו', זייער אסאך אינגעלייט זענען נישט אמת'דיג גוט אין דעם, און אויך האט שוין לייענען ביכער (אפי' די ריכטיגע) אריינגעפירט מענטשן אין עולם הדמיון, און ווען דער רעאליטעט שלאגט אין פנים איז וויכטיג צו טוהן וואס מ'ברויך.

עס איז וואר אז ביי פילע איז נישטא די מינדעסטע טרענינג, אבער טרעינינג פארן דזשאב כשל עצמו איז יא דא, און פאר א נייעם אינגערמאן איז דאס די וויכטיגסטע זאך. טוה דיין דזשאב, און האלט צוויי אויגן אפן פאר וואס קומט נאך....

נאכאמאל א ישר כח פארן קאמענטירן מיט רייכע אינהאלט.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

ר' זאלצער איך האלט מיט דיך

מיין שטימונג געב איך שוין
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

שכוח @זאלץ פארן אשכול, שכוח @מטעמים פאר דיינע שטארקע פאוינטס, ליין נומבער 3 איז גאר גאר וויכטיג וואס ווייניג טוען, אין עס איז וואס ברענגט אסך פראבלעמען ציווישן בעל בית אין ארבייטער
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

זייער אמת.

No description
is a description for NO
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק ר׳ זאלץ (איך האב אייך נישט געגעבן דעם נאמען, סאו האט נישט קיין טענות אז מיר ריפען אייך אזוי)

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן אייער מיינונג אויף ביכער, מיר איז עס צופעליג יא שטארק צוניץ געקימען אבער איך נעם אן אייערע ווערטער אז עס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

thanks
cant wait for more
אז יענער קען קענסטו אויך
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

מטעמים האט געשריבן:א דאנק ר׳ זאלץ (איך האב אייך נישט געגעבן דעם נאמען, סאו האט נישט קיין טענות אז מיר ריפען אייך אזוי)

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן אייער מיינונג אויף ביכער, מיר איז עס צופעליג יא שטארק צוניץ געקימען אבער איך נעם אן אייערע ווערטער אז עס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם.

פאר איינער וואס איז נישט פאקעסד אין קאנסיסטענד קען ביכער אים פלעין מאכן ציחושט
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

יישר כח זאלץ וואסער,
די ארטיקל איז קריטיש וויכטיג, איך האב זיך געלערנט 2 פאכ'ן אויפ'ן דזאב, אין א געוויסט זין דארף מען זיך איבעראל צילערנען ווייל איעדע ביזנעס איז אביסל אנדערש ווי די צוויטע, איך ארבייט היינט אין א פלאטץ מיט נאך אפאר ינגעלייט אין ס'איז דא א ריזיגע חיליק אויב דער קימט גלייך פין כלל אדער ער האט שוין געארבייט ערגעטץ אנדערש, די וואס קימען פין כלל האב'ן נישט די זעלבע אחריות (עס איז אלץ דא א יוצא מן הכלל),
איך וואלט געוואלט איר זאלט אויך אביסל רעדן פין טיהן ריטעל, עס איז דא זייער אסך וואס וויל'ן נישט טיהן ריטעל אבער עס איז דא זייער אסאך דזאב'ס אוועליבל,
נאכאמאל יישר כח
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

פרנסה קלה ונקי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך וויל מיך א מינוט אפשטעלן אויף די טעמע פון "פרנסה קלה ונקי'" און וויאזוי דער משמעות פון די ווערטער האלטן זיך אין איין טוישן. די סיבה פארן אריינהאקן מיט די טעמע איז די פידבעק וואס זעהט אויס אז דאס איז א וויכטיגע טעמע בשל עצמה.

א בכבוד'דיגע פרנסה איז אודאי איינס פון די זאכן וואס מיר בעטן אין די תפילות פאר פרנסה, און קיינער וויל נישט דארפן זיך פארשמירן אדער פארשעמען פאר אפאר גרייצער. איז אבער דער דערהער פון בכבוד'דיג גאר אנדערש אין דעם היינטיגן דור ווי אין אמאליגן דור.

איך ווייס וואס איר טראכט, איר מיינט אז שוין ווייטער גייט איינער רעדן ווי נידריג דער דור איז געפאלן, און מיר קענען אנהייבן ממשיך צו זיין דעם דעבאטע פון ירידת הדורות. ניין, נישט דאס בין איך אויסן צו טוהן, איך וויל היינט אין די טעמע זאגן פארקערט.

עס איז א פאקט אז אין דעם הינזיכט האט דער דור געהאט אן עלי' טראץ וואס אין געוויסע פעלער עטוואס א ירידה, אבער אין איבערוויגענדע מערהייט פון די פעלער איז היינט בעסער ווי דער גאר נאנטער פארגאנגענהייט.

ווען אונזערע עלטערן האבן געלעבט אין די אלטע היים, איז א פרנסה קלה ונקי' געווען זייער פשוט א "שב ואל תעשה" טיטל. דהיינו דער איינציגער וועלכער ס'האט נישט געהאט קיין פרנסה קלה ונקי' איז געווען דער וואס האט נישט געהאט פרנסה בכלל. יעדער ווער ס'האט פארמאגט א פרנסה איז געווען קלה ונקי'. מ'האט געטון וואס מ'קען אריינצוברענגען אפאר רובל אין שטוב, און אז ס'האט געמיינט זיין אוועק פון שטוב פאר א האלב יאר, אדער קריכן און רייניגן קוימען'ס איז אלעס געווען אקצעפטירבאר.

מ'האט גערופן מענטשן לויט זייער פאך, און דאס איז געווען דער שטאלץ פונעם ארבייטער, דער עצם מציאות אז ער האט א פאך.

לאמיר זיך נישט פאפן, עס איז זיכער געווען "בכבוד'דיגע פרנסות" אויך, אבער ע"פ רוב האבן מענטשן געקוקט דערויף ווי עפעס וואס מ'באקומט בירושה, און אויב בין איך אין א שטוב פון פעדלער, בין איך געווען א שטאלצער פעדלער. ווידעראום אויב בין איך פון א שטוב פון שניידער, בין איך געווען א שטאלצער שניידער.

יארן אריבער, מ'האלט נאכן ביטערן קריג, און כלל ישראל פארמירט זיך אין דעם נייעם גלות אמעריקע, און כל העולם כולו זיצן ביי די מעראו מאשינען און נייען. די מער טיכטיגע גייען ארום כאפן געשעפטן, און מ'מאכט פרנסה פון כאטש וואס כדרכם של עם ישראל הטהורה, וואו נאר מ'קען מאכן א ריינעם טולער וואס זאל קומען פון ריינע מקורות זענען די אידעלעך געווען דארט צו טון דערין.

צעביסלעך האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער רוב מנין ובנין זענען געווען "פעקטארי ארבייטער" (אזוי ווי די ארבייטער וואס קומען פון אריבער טראמפ'ס וואנט, וואס ארבייטן היינט ביי די מאשינען) דאס איז געווען דער אמאליגער בי ענד עידזש, דער אמאליגער עמעזאן, און דער אמאליגער מארטגעדזש בראוקער.

אין די זייט זענען געווען אויך די סוחרים, די אייגענטומער, און די שעפערישע פון פאלק ,וואס האבן גענומען טריט אין פארשידענע ביזנעס איינגעלגענהייטן, וואס אין ביהמ"ד האט מען זיי אנגעקוקט ווי די סמעטענע, זיי זענען נישט געווען סתם אזוי פאקטארי ארבייטער, זיי "פארשטייען צו ביזנעס".

עס האט זיך געשאפן א סיטואציע וואס מ'האט אנשטאט טיטולירן בכבוד מענטשן מיט זייער פאך, האט מען אנגעהויבן "מעסטן" די מענטשהייט אויפן פאך. מ'האט אנגעהויבן אוועק צו קוקן פון דעם אמאליגן מהלך אז אזוי לאנג ווי מ'ברענגט פרנסה איז מען א מענטש, נאר ס'האט שוין געמוזט זיין א "איינשטענדיגער פרנסה".

דא האט זיך געשאפן א לאך וואס האט גענומען יארן צו אנפילן. אינגעלייט האבן נישט געקענט טוהן סיי וואס, מ'האט געמוזט אויף גראדע ווענט קלעטערן צו האבן אן אנגענומענע ארבייט. קאר סערוויס וכדותי' איז נישט געקומען אין באטראכט, עס איז געווען נידריג פארן געזעלשאפט. דער אמאליגער בעל עגלה איז געבליבן פארזיגלט ביי אונזערע עלטערן דורך די מחניים ביכלעך אלס א פויערישער קאריקוטור, און ביי דעם איז געבליבן פילע אנדערע פרנסות וואס וואלטן געקענט ווערן ערנסטער גענומען.

חלפו שנים ועברו ימים, און מיר שטייען היינט אין א געוויסן הינזיכט צוריק ביים מצב פון רעספעקטירן דעם ארבייטער, אזוי לאנג ווי ער ברענגט פרנסה אין שטוב. מ'קוקט היינט נישט אראפ א איד וואס טוט "קאר סערוויס" אדער שטייט אין א גראסערי, וכו', עס איז זייער רעספעקטירט ווען מ'זעהט איינעם טון וואס פעלט זיך אויס נישט דארפן אנקומען צו מתנת בשר ודם.

אבער… דער פראבלעם איז געווארן אז די אזוי גערופענע "בכבוד'דיגע דזשאב'ס" איז געווארן א נחלת הכלל, און יעדער וויל זיצן אויבן ביים שטייסל. זיצן היינט אינגעלייט און עפענען ביזנעסער, (א טעמע פאר זיך) אן קיין שום גוטע סיבה צו עפענען די ביזנעס, נאר אז מ'זאל הייסן "ביזנעס מאן".

ווידער דרייען זיך ארום כולל אינגעלייט וואס קענען ווען אנהייבן מיטן רעכטן פוס, אבער צוליב שלום בית און די ארומיגע טאר ער נישט גיין ארבייטן מפני כבוד התורה.

דאס איז טאקע פראבלעמאטיש, און מ'וועל מיר רעדן דערפון אויב די צייט וועט ערלויבן. אבער… די גוטע נייעס איז, אז היינט צו ארבייטן אלס די אמאליגע אומדערהערטע ארבייטס, ווי קארסערוויס וכו', איז היינט העכסט נארמאל און רעספעקטירט.

ווער האט געגלייבט אמאל אז מלמדים כלי קודש וועלן זיך ערלויבן צו דרייוון באסעס צו קענען האבן צוגאב פרנסה? אשרי חלקם פון די וואס האבן דאס אריינגעברענגט.

ווער האט געגלייבט אמאל אז אידן וועלן שפארן דעם געשעפט שלאס אויף ריגל און דרייוון קאר סערוויס, מעסענדזשער, אדער סיי וועלכע נאמען, און גאר שטאלצירן מיט זייער פרנסה. אשרי חלקם.

וואס דער מציאות האט אויפגעטוהן היינט איז, אז אויב ווילט איר זיין א רעספעקטירטער בעה"ב, וועט איר נישט געמאסטן ווערן אויפן "וואס איר טוהט" נאר מער אויפן "וויאזוי איר טוהט עס".

א באשיידענער קאר סערוויס דרייוער, אדער גראסערי רעדזשעסטער, איז מער רעספעקטירט ווי א צעיושעטער ריעל עסטעיט מאגנאט. דאס איז היינט דער מציאות ב"ה.

מ'דארף נאר קאנצעטרירן וויאזוי דאס צו טוהן. דהיינו.

ווען מ'טראגט איינעם אן אן אזויגערופענע נידעריגערע ארבייט ווי אויספאלגן קונדן און זיין אויסגעשטעלט צו די שיקאנען פון די היינטיגע אמעריקאנעזירטע געדאנקען גאנג פון זיין אן עבד לעבדים אז דער קאסטומער איז אללוועיס רייט אפי' ער קען נישט זיין מער ראנג, איז אזא ארבייט דורכצופירן, א פאך! א טאלאנט! און א אומאפפרעגבארע מעלה וואס נישט יעדער פארמאגט.

ווידעראום קען מען דאך דורכפאלן, און אויב איז מען נישט א מענטש מיט די כלים דאס צו קענען מיטגיין רואיגערהייט, ברענגט דאס אראפ די ווערדן פון דעם מענטש טראץ וואס ער איז פונקט ווי יעדער און אויך פון פלייש און בלוט, און מעג אמאל ארויסגיין פון די כלים. דער קאסטומער קוקט אויף דעם סערווירער ווי עפעס א סופער יומען, ווי איינער וואס דארף קענען ארייננעמען חצים ובליסטראות, און אויב קען ער זיך נישט באהערשן און ער ענטפערט שלא כדרך הנאתן איז ער א "נערוועזער" אדער א אומגעלונגענער ארבייטער.

די בעלי בתים וועלן אייך מודה זיין אז די קאמפלעינטס וואס קומען היינט אריין פון קאסטומער'ס זענען אין בעסטן פאל בושות וחרפות, ווי מ'קען נישט פארגעבן דעם ארבייטער נאך א שווערע טאג ארבייט פארן ווערן אביסל אנגעשטרענגט, און מ'פארלאנגט דעם פוהלן אמעריקאנעם רעכט.

דאס אבער האט אויך געברענגט דעם געוויסן מאס רעספעקט פארן אינגערמאן וועלכער קען יא זיך באהערשן, און טוט א גוטער ארבייט.

אין איין ווארט: א אומגעלונגענער רעדזשיסטער איז א דורכפאל, אבער דער געלונגענער, איז א העכסטער אקאמפלישמענט.

ביז אהער איז צו ענטפערן פאר די וואס פרעגן איבער די נושאים פון גיין און אננעמען אזוינע ארבייט. איר דארפט וויסן וויפיל איר קענט נעמען, און אויב איר קענט נעמען, איז דאס די בעסטע פלאטפארמע, איר זענט אויף א בימה פאר די וואס זוכן ארבייטער, און ווערן נתפעל פון אייער קאסטומער סערוויס, און אזוינע אינגעלייט וואס האבן אנגעהויבן אזוי, און אלס געווען גוטמוהטיג, זענען פארכאפט געווארן פאר בעסערע פאזיציע'ס אין זייער א שנעלן טעמפא.

ווידער אויב נעמט איר אזא דזשאב בהכרח און איר ווייזט אויפן פנים אז ס'איז בעל כרחך, און איר זעהט אויס ווי א אפשיין פונעם כפאו ש-ד, זענט איר אין א גאר שלעכטע סיטואציע, און איר דארפט זיך ארויס זעהן און טרעפן א דזשאב צווישן באקסעס אדער קאמפיוטער'ס. . . . שטייט אוועק פון דעם פובליק.

יא גערעכט אדער נישט גערעכט, איז דאס די וועלט אין וועלכן מיר לעבן היינט.

פארזעצונג קומט אי"ה.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דער זאלץ וואסער גייט אהן פעסט, WOW! כה לחי!
הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך »

זייער הנאה פון לייענען דא
גרויסער שכח זאלץ וואסער
אבער צו פיל הלכה למעשה (פאר מיר) האב איך נישט געפינען
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

זאלץ גאר גוט ארויסגעברענגט די נקודה פון קלה ונקיה!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

מוירעדיג!!! מוירעדיג!!!
ריעל עסטעיט מתחיל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:57 pm

פארט טיים דשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט מתחיל »

איך וויל בארירן א נקודה וואס קען זיין בייהילפיג פאר פרישע אינגעלייט,
אזוי ווי האסט שטארק ארויסגעברענגט אז די ערשטע דשאב בויט אויף א פלאטפארמע, טראכט איך אז די בעסטע זאך פאר אונזערע אינגעלייט וואס מוזן בלייבן אין כולל וועגן אויב נישט וועט עס זיין בושות פאר אים טאטע/שווער, שלום בית, אפשר איז א גוטע עצה נעמען א פארט טיים דשאב, עס הייסט נאך אז מען לערנט אין כולל :מיט א דאפעלטע אויפטוה סיי מען וועט שוין האבן אויפגעבויט א שטיקל פלאטפארמע אין סיי באקומט מען מער באצאלט ווען מען גייט נעמען א פאל טיים דשאב ווייל מען האט עקספיעריענס,

לאמיר הערן וואס דער עולם האלט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

וואס די עולם האלט ווייס איך נישט אבער צא ולמד מה עמא דבר, א האלבע כולל האט סייד דשאבס.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

ריעל עסטעיט מתחיל האט געשריבן:איך וויל בארירן א נקודה וואס קען זיין בייהילפיג פאר פרישע אינגעלייט,
אזוי ווי האסט שטארק ארויסגעברענגט אז די ערשטע דשאב בויט אויף א פלאטפארמע, טראכט איך אז די בעסטע זאך פאר אונזערע אינגעלייט וואס מוזן בלייבן אין כולל וועגן אויב נישט וועט עס זיין בושות פאר אים טאטע/שווער, שלום בית, אפשר איז א גוטע עצה נעמען א פארט טיים דשאב, עס הייסט נאך אז מען לערנט אין כולל :מיט א דאפעלטע אויפטוה סיי מען וועט שוין האבן אויפגעבויט א שטיקל פלאטפארמע אין סיי באקומט מען מער באצאלט ווען מען גייט נעמען א פאל טיים דשאב ווייל מען האט עקספיעריענס,

לאמיר הערן וואס דער עולם האלט

איך האלט נישט דערפין (פין עקפיריענס) נישט מלערנט געהריג נישט מארבייט געהעריג
אחוץ וואס נעמען א דזאב דארף נישט זיין קיין פראבלעים מיט שלום בית אדער מיט די שווער/טאטע, חוץ אויב זיי האלטן אויס מיט געלד .. :oops: :oops:
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

שמש האט געשריבן:
אחוץ וואס נעמען א דזאב דארף ווען (כצ"ל) נישט זיין קיין פראבלעים מיט שלום בית אדער מיט די שווער/טאטע, חוץ אויב זיי האלטן אויס מיט געלד .. :oops: :oops:

יעצט דארף מען געבן שיעורים וויאזוי מ'קען מאכן אז ס'זאל טאקע זיין אזויווי ס'דארף,ווייל לויט ווי איך הער מוטשענען זיך יא אסאך מיט דעם פראבלעם. אגב האלט איך אז ווען דער יונגערמאן זאל ווען זיין זיכער מיט וואס ער טוט קען דאס אסאך גרינגער מאכן זיך א עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”