יהיה כן האט געשריבן:גוט ארויס געברענגט 'סידיראם', ולזאת נתכוונתי!!!
אן עלבון התורה!!
פונקט דערציילט מיר א יונגערמאן איבער א 'פארטאגס-כולל' אין א באקאנטן ריזיגן ביהמ"ד אין ווילי, וואו מען האט לעצטנס אריינגעפאמפט שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארן אין פראסטע עצים ואבנים, אבער פאר די געציילטע כולל יונגעלייט וועלכע האבן זיך ארויס געריסן פון די בעטן להשכים לבית המדרש און גלייכצייטיג צו פארדינען דעם חזירישן פופציגער א וואך, איז מען שוין דארט שולדיג חדשים לאנג!!!
איך (און לכאורה יעדע בר דעת ) בין אויף איין פעידזש מיט דיר, נאר מיין סעלושען איז פארקערט ווי דיינס, און איז מער ווירקזאם.
לאמיר זיך נישט פאפן פאנד רעיזן פאר א כולל איז ביטער שווער
1 ) די זבולונ'ס זענען נישט וויליג אויפצוהאלטן אזויפיל יששכר'ס, פאר זיי וואלט פונקט גענוג געווען א פערטל פון די איציטיגע כולל פאפולעישאן
2 ) ס'איז דא א געוואלד מיט פיל מער דראמאטישע צוועקן ווי 'כולל' אויפן גאס, וואס פלעגט נישט זיין אמאל אויף אזא פארנעם, און די זבולונ'ס זענען באלאגערט מיט מיט נצרכים.
אויפצוהאלטן א כולל איז פון די טייערסטע פראיעקטן, און קיין סטעדי הכנסה איז נישטא (חוץ די פראגרעמס)
די פראבלעם איז אז מ'מאכט א שטיקל אילוזיע כאילו דער פופציגער צו דער הונדערטער וואס דער אינגערמאן באקומט פארן פאנטשען די קארד העלפט דעם אינגערמאן צו מחליט זיין צו בלייבן לערנען.
די רעזולטאטן זענען אבוויוס.
1 ) דער אינגערמאן איז ווי פארשטענדליך נישט צופרידן
2 ) די הנהלת הכולל נאכן זיך צורייסן ווערט אפי' נישט עפרישיעטעד
3 ) די זבולונ'ס ווערן באלעסטיגט.
מיין עצה איז אויפצוהערן צו צאלן כולל געלט וואס האט פארשקלאפט די אינגעלייט צו די 'צייכענען' צערעמאניע, מ'זאל צאלן א נארמאלע געהאלט פאר די פאר ראשי החבורה און קאפי מיט פרישטאג-מיטאג.
ווער ס'איז נפשו חשקה בתורה דארף זיך אליינס טרעפן פון ווי אויסצוהאלטן, עפעס וואס ער מוז סייווי טוהן אונטער די איצטיגע אומשטענדן.
מ'וועט מאכן קמחא דפסחא קאמפיינס, סוכות קאמפיינס וכו'
ס'גייט אפשר שניידן די כולל פאפולאציע, אבער ס'גייט שאפן א קלענערע אבער זייער געזונטע כולל אינסטיטוציע