איך זוך א שותף פאר עמעזאן

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

פרייוועט לעיבעל
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2016 2:07 am

איך זוך א שותף פאר עמעזאן

תגובהדורך פרייוועט לעיבעל » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 10:33 pm

איך טוה שוין א שטיק צייט אין עמעזאן מיט געמישטע רעזולטאטן, און לעצטנס פרוביר איך שטארק אריינצוגיין אין דער פרייוועט לעיבעל לייין.
איך האב זייער אסאך געליינט און שטודירט דעם פעלד און איך פיל גרייט אריינצוטאנצן דערין.

איך האב עקסעס צו זייער אסאך קעפיטאל צו אינוועסטירן, אבער איך פיל אז מיטן זיך צאמשטעלן מיט איינער וואס איז שטארק באהאווענט אין די ליין און האט גוטע איידיעס און אביסל מער עקספיריענס, וועל איך קענען וואקסן גאר שטארק אין דעם פעלד.

געלד איז בכלל נישט קיין פראבלעם, איך בין גרייט צו אינוועסטירן וויפיל עס פעלט זיך אויס אויב איך פיל אז איך האב א גוטע פראדוקט און א פארמולע פאר סוקסעס.

אויב פילט איר אז איר האט דער נויטיגע נאלעדזש און עקפעריענס, און איר זענט א טייפ מענטש וואס קומט אויף מיט איידיעס וכדו' נאר עס פעלט אייך די געלט צו אינוועסטירן, פיל איך אז עס קען זיין א גוטער שותפות.
ביטע שיקט אין אישי.

וואלקן קראצער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:56 pm

Looking for a partner for a amazon business

תגובהדורך וואלקן קראצער » מאנטאג ינואר 25, 2016 4:20 pm

איך האב דיר אשי און ער האט מיר נאך נישט גענעטפערט

שטארקע חסיד
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:50 pm

איך האב גראדע א פארקערטע מעשה אלעס וואס שטייט אויבן אבער מיט איין נקודה אנדערש אז איך זיך די געלט
סא טאמער איינער איז גרייט מיט מיר אריינצוגיין און שתפות און איז גרייט איינצושטעקן אפאר דאלער קען מיר אישי'ן

פאר די וואס טראכטען... יא איך האב געקאנטאקט דעם אויבערשטען אבער אביסל צו שפעט אפאר אידן האבן מיר שוין מקדים געווען

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג ינואר 26, 2016 5:30 pm

דעם אויבערשטען איז קיינמאל נישט צו שפעט צו קאנטאקטן, און ער האט גענוג פאר יעדעם, קאנטאקט אים נאכאמאל און זע ישועות.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

בערגער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 4:31 pm

תגובהדורך בערגער » פרייטאג אוקטובער 28, 2016 10:20 am

א גוט יאר אלע חבירים דא אויפן פלאנעט

די מעשה איז אזוי ארבעטענדיג שוין א לענגערע צייט און א עמעזאן ביזנעס אנשעפענדיג א שיין ביסל עקספיריענס אין דעם טראכט איך יעצט אליין אריינצוגיין אין דעם ליין

עטץ פרעגן ווער עס לאזט מיר נישט ?!?!
די תירוץ אויף דעם איז מיין קעשענע דא און דעם פלאץ ווי איך בין יעצט קום איך זייער שווער אויס מיטן געלט ממילא איז נישט קיין רעדע אפילו איך זאל אליין קענען אריינלייגן די געלט

פאר א שטיקל צייט זיץ איך שוין און איך טראכט וואס צו טוען און נאכן דורכרעדן מיט אפאר אידן און מיט מיין רבי׳ן האבן רוב ג׳עצה׳ט איך זאל נעמען א שותף וואס זאל אריינלייגן די געלט

פארשטייט זיך איך האב א פינקטליכע פלאן ווי אזוי און וואס איך וויל ממילא אויב איינער דא איז אינטערסירט צו אינוועסטירן זאל מיר קאנטאקטן און אישי פאר מער פרטים

נ.ב. איך בין נישט קיין נייער דא, צוליב פארשטענדליכע סיבות האב איך געפענט א נייער ניק פאר דעם

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג אוקטובער 28, 2016 11:46 am

וויפול דארף מען אינוועסטן?

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 5:09 pm

איך האב געלערנט צו פארקויפן אויף amazon ביי amazoop, ווי מיט א capital פון בלויז $500 בין איך זייער שיין אנגעקומען.
די שליסל מצליח צו זיין איז א גוטע רבי.

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 5:17 pm

by the way זעה איך אז ער הייבט נעקסטע וואך אן א ניייע קלאס. so if you want to start selling with privet lable go ahead take the course its amazing
http://amazoop.com/home/courses/

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 5:19 pm

ארך אפים האט געשריבן:איך האב געלערנט צו פארקויפן אויף amazon ביי amazoop, ווי מיט א capital פון בלויז $500 בין איך זייער שיין אנגעקומען.
די שליסל מצליח צו זיין איז א גוטע רבי.


א קאפיטאל פון נאר 500, אבער נאך פיר אלפים פאר די קורס זעלבסט.....

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 12:07 am

ארך אפים האט געשריבן:איך האב געלערנט צו פארקויפן אויף amazon ביי amazoop, ווי מיט א capital פון בלויז $500 בין איך זייער שיין אנגעקומען.
די שליסל מצליח צו זיין איז א גוטע רבי.



פשיהא ,כאב הנאה צו הערן אז יודן זענען מצליח זאל דער אייבערשטער העלפען ווייטער

אפשר זאגסטו אונז ווי די ביזט אנגעקומען מיט א קעפיטאל פון 500 דאלאר ? ווילאנג ביזטו אין ביזנעס ? און וויפעל בערך רעדסטו האט מען שוין ארויסגענומען

שכח פון פראנאויס

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג נובעמבער 13, 2016 6:42 pm

ארך אפים. דיין תגובה זעהט שטארק אויס ווי א עד. איך וויל פשוט וויסן צו ביזטו טאקע א קליענט אדער אביסל אליינס אויך אינוואלווד?

סאיז מיר נוגע צום וויסן וויאזוו אנצונעמען דיין רעקאמענדאציע

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » זונטאג נובעמבער 13, 2016 6:55 pm

ס'איז נישט קיין עד, איך בין א קליענט, פאר מער קענסטו מיר שיקן א אישי.

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » זונטאג נובעמבער 13, 2016 7:22 pm

איינער האט שוין פריבירט https://www.amazsimple.com איך זעה ער איז היפש ביליגער ער בעט נאר 1500 ?

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:34 pm

תגובהדורך צום פוינט » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 10:04 am

שמש האט געשריבן:איינער האט שוין פריבירט https://www.amazsimple.com איך זעה ער איז היפש ביליגער ער בעט נאר 1500 ?

ער דארף לכאורה צו זיין בעסער אין ביליגער פאר מער קאנטאקט אין אישי

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:34 pm

תגובהדורך צום פוינט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:54 pm

לאמיר אביסל בעסער מסביר זיין די נושא פון קורסעס

ווען מען וויל מצליח זיין און סיי וועלכע ביזנעס און בעיקר אין עמעזאן איז דא צוויי חלקים וואס מדארף קענען איינס די פראקטישע חלק פון די זאך ווי למשל ביי עמעזאן איז עס גוט קענען די סיסטעם פון די עמעזאן וועבסייט וויאזוי עס ארבעט וויאזוי צו ליסטן א פראדוקט און די FBA רולס וכדו' אבער נאכן קענען די גאנצע נושא מיינט נאך בכלל נישט אז מען גייט מצליח זיין
יעצט איז דא א צווייטע חלק דאס איז א סטארטעגיע א מהלך א סטורקטשור וויאזוי פאקטיש מצליח צו זיין וואס די חלק איז ווי א פיפטע שלחן ערוך וואס מקען נאר קענען מיט אסאך עקספיריענס און שכל און נאך אלעם האט עס נישט קיין קלארע 100% מהלך וויאזוי מצליח צו זיין
כדי די ערשטע חלק צו קענען איז גאנץ א קליינע חכמה יעדער וואס האט א שטיקל מח בקדקדו קען ליינען אדער פרעגן א חבר זאל אים דאס אויס לערנען און די אינפארמעישאן האט נישט קיין שום וועליו אויב עפעס קען מען בעטן דערפאר אביסל באצאלט פשוט פאר די צייט וואס עס דויערט דאס אויסצולערנען
די צווייטע חלק די איז שוין זייער קאמפליצירט און די וואס קענען דאס האבן זייער נישט ליב דאס צו פארציילן פאר אנדערע און אוודאי נישט זיך אויפשטעלן ברבים און זאגן קורסעס אויב קען ער ווען באמת וואלט ער קיין קורסעס קיינמאל נישט געגעבן נאר אויפגעבויט נאך און נאך ליסטינגס אלא מאי וכו' .... וד"ל

אשלג
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:27 am

פאר איינער וואס זוכט בעיסיק אינפא. איז דא אסאך גוטע אנליין קורסעס. איך האב מיך אנגעשטויסן און די proven amazon course וואס קאסט נאר 350 און איך ווייס אז ס'נאך דא אסאך מער. מ'רייט פשוט אויפן היימישע עולם וואס דרייעט זיך נישט אויפן געוועב. און מ'פארקויפט די וואשינגטאן בריק פאר טייער געלט...

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:12 pm

צום פוינט האט געשריבן:לאמיר אביסל בעסער מסביר זיין די נושא פון קורסעס

ווען מען וויל מצליח זיין און סיי וועלכע ביזנעס און בעיקר אין עמעזאן איז דא צוויי חלקים וואס מדארף קענען איינס די פראקטישע חלק פון די זאך ווי למשל ביי עמעזאן איז עס גוט קענען די סיסטעם פון די עמעזאן וועבסייט וויאזוי עס ארבעט וויאזוי צו ליסטן א פראדוקט און די FBA רולס וכדו' אבער נאכן קענען די גאנצע נושא מיינט נאך בכלל נישט אז מען גייט מצליח זיין
יעצט איז דא א צווייטע חלק דאס איז א סטארטעגיע א מהלך א סטורקטשור וויאזוי פאקטיש מצליח צו זיין וואס די חלק איז ווי א פיפטע שלחן ערוך וואס מקען נאר קענען מיט אסאך עקספיריענס און שכל און נאך אלעם האט עס נישט קיין קלארע 100% מהלך וויאזוי מצליח צו זיין
כדי די ערשטע חלק צו קענען איז גאנץ א קליינע חכמה יעדער וואס האט א שטיקל מח בקדקדו קען ליינען אדער פרעגן א חבר זאל אים דאס אויס לערנען און די אינפארמעישאן האט נישט קיין שום וועליו אויב עפעס קען מען בעטן דערפאר אביסל באצאלט פשוט פאר די צייט וואס עס דויערט דאס אויסצולערנען
די צווייטע חלק די איז שוין זייער קאמפליצירט און די וואס קענען דאס האבן זייער נישט ליב דאס צו פארציילן פאר אנדערע און אוודאי נישט זיך אויפשטעלן ברבים און זאגן קורסעס אויב קען ער ווען באמת וואלט ער קיין קורסעס קיינמאל נישט געגעבן נאר אויפגעבויט נאך און נאך ליסטינגס אלא מאי וכו' .... וד"ל

נישט ממש אזוי ווייל למשל AMAZOOP מאכט בערך $90,000 אלפים פון אזא קורס וד"ל.........

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:17 pm

שמש האט געשריבן:איינער האט שוין פריבירט https://www.amazsimple.com איך זעה ער איז היפש ביליגער ער בעט נאר 1500 ?


ער בעט נאר 500$ פאר א צוואנציג שעה'איגע קורס, עס איז בכלל נישט אזוי סך, [לערך 25 דאלער א שעה, אזויפיל וויפיל מען צאלט פאר א פרייוועט מלמד]
קיין פארגלייך נישט צו די אנדערע אדווערטייזטע קורס וועלכע לויפן אין די אלפים

איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען רייסט עם ארונטער דא, סתם אומפארגינערס אז איד זאל מאכן אביסל פרנסה...
יעדער סערווירט זיין קלייענטל
עס זענען פארהאן אסך יונגעלייט וואס ענגליש איז עטוואס שווער פאר זיי צו פארשטיין, און זענען גרייט צו צאלן 500 דאלער פאר איינער וואס זאל עס מאכן אויף יודיש
וואס עפעס רייסט מען עם ארונטער דא אלס א געלט רייסער?

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:34 pm

תגובהדורך צום פוינט » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:12 pm

ראספשע האט געשריבן:
שמש האט געשריבן:איינער האט שוין פריבירט https://www.amazsimple.com איך זעה ער איז היפש ביליגער ער בעט נאר 1500 ?


ער בעט נאר 500$ פאר א צוואנציג שעה'איגע קורס, עס איז בכלל נישט אזוי סך, [לערך 25 דאלער א שעה, אזויפיל וויפיל מען צאלט פאר א פרייוועט מלמד]
קיין פארגלייך נישט צו די אנדערע אדווערטייזטע קורס וועלכע לויפן אין די אלפים

איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען רייסט עם ארונטער דא, סתם אומפארגינערס אז איד זאל מאכן אביסל פרנסה...
יעדער סערווירט זיין קלייענטל
עס זענען פארהאן אסך יונגעלייט וואס ענגליש איז עטוואס שווער פאר זיי צו פארשטיין, און זענען גרייט צו צאלן 500 דאלער פאר איינער וואס זאל עס מאכן אויף יודיש
וואס עפעס רייסט מען עם ארונטער דא אלס א געלט רייסער?

ווער האט אים ארונטער געריסן ???????????

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:21 pm

גראדע די ASM קורס , די מערסטע פאפולערע אמאזאן קורס לכאורה, האט שוין געהאלטן ביי ארום $6000, די אידישע קורסן האבן לכאורה מער און בעסערע אינפארמעשן, דאס הייסט ס'איז נישט קיין סאך.

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:34 pm

תגובהדורך צום פוינט » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:25 pm

לייפציק האט געשריבן:גראדע די ASM קורס , די מערסטע פאפולערע אמאזאן קורס לכאורה, האט שוין געהאלטן ביי ארום $6000, די אידישע קורסן האבן לכאורה מער און בעסערע אינפארמעשן, דאס הייסט ס'איז נישט קיין סאך.

זאגן "לכאורה" קען איך אויך
ביסטו געווען ביי ביידע און די ווייסט ווער עס איז בעסער אדער די זוכסט סתם צו זאגן תגובות ???????
גראדע האלט עס נאר ביי 5000$

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:40 pm

צום פוינט האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:גראדע די ASM קורס , די מערסטע פאפולערע אמאזאן קורס לכאורה, האט שוין געהאלטן ביי ארום $6000, די אידישע קורסן האבן לכאורה מער און בעסערע אינפארמעשן, דאס הייסט ס'איז נישט קיין סאך.

זאגן "לכאורה" קען איך אויך
ביסטו געווען ביי ביידע און די ווייסט ווער עס איז בעסער אדער די זוכסט סתם צו זאגן תגובות ???????
גראדע האלט עס נאר ביי 5000$

די ענגלישע האב איך אלע, די ASM אויך, איך האב באצאלט מיט פעימענטס 6000, און די אידישע האבן מיר אינגעלייט וואס האבן עס גענומען איבער געגעבן.
בכלל מעגסטו רעדן שענער.

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:34 pm

תגובהדורך צום פוינט » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:51 pm

סארי כהאב גארנישט געמיינט פעזענליך

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג נובעמבער 20, 2016 4:02 pm

צום פוינט האט געשריבן:

ווער האט אים ארונטער געריסן ???????????[/quote]

געמיינט האב איך אים בעיקר

אשלג האט געשריבן:פאר איינער וואס זוכט בעיסיק אינפא. איז דא אסאך גוטע אנליין קורסעס. איך האב מיך אנגעשטויסן און די proven amazon course וואס קאסט נאר 350 און איך ווייס אז ס'נאך דא אסאך מער. מ'רייט פשוט אויפן היימישע עולם וואס דרייעט זיך נישט אויפן געוועב. און מ'פארקויפט די וואשינגטאן בריק פאר טייער געלט...


בקיצור ,ער פארקויפט דיר נישט דעם וואשינגטאן בריק פאר 'טייער געלט'....

אשלג
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » זונטאג נובעמבער 20, 2016 11:06 pm

פינף מאות איז לכאורה גאנץ א נארמאלע פרייז כ'האב בעיקר געמיינט די וואס בעטן אין די טויזענטערס


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט