בלאט 19 פון 20

Re: credit cards

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:04 pm
דורך גרויסע עם הארץ
כ'גלייב אז עס איז שוין דא אזעליכע אשכולות.

--
בד"וו מזל טוב צום מאה.

Re: credit cards

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:07 pm
דורך פאלקאוויטש123
brichem teya!!

where? if u can direct me

Re: credit cards

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:08 pm
דורך גרויסע עם הארץ

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:10 pm
דורך פאלקאוויטש123
chase closed my credit cards.
is there anything i can do to it?

Re: credit cards

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:11 pm
דורך פאלקאוויטש123
thanks!

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:12 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
דו ווייסט די סיבה פארן אפשליסן?

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:19 pm
דורך פאלקאוויטש123
after i sold the points they closed it.
they said that the rewards was misused

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:44 pm
דורך איבערגעדרייטע בענקל
קען א חוב וואס איז אויף קאלעקשאן נישט פון א קרעדיט קארד האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף א קרעדיט סקאר?

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:11 pm
דורך גם מאחורי
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:קען א חוב וואס איז אויף קאלעקשאן נישט פון א קרעדיט קארד האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף א קרעדיט סקאר?

אוודאי!

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 9:29 am
דורך פאלקאוויטש123
any advise how i can reopen my credit cards account?

thanks in advance

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 9:44 am
דורך ווישוואש
זייער א קליינע שאנס צוריק צו עפענען.

קענסט פרובירן צו קאלן די עקזעקיוטיוו אפיס.

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 9:50 am
דורך פאלקאוויטש123
but i will be able to open a new account? or once they shut me down its for ever?

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 10:03 am
דורך ווישוואש
נישטא קיין כלל, הגם רוב מאל קען מען נישט אדער פארמאכן זיי נאכאמאל אביסל נאכ'ן עפענען.

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 10:17 am
דורך פאלקאוויטש123
so i guess have to apply for different credit cards and say good bye to chase..
which card would be the best option ?

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 10:37 am
דורך ווישוואש
וואס מיינט 'בעסט'? וואס זוכסטו? וואס האסטו שוין?

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 10:38 am
דורך פאלקאוויטש123
points value and cash back

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:27 am
דורך ווישוואש
פאר די באנוס, אדער דעי טו דעי ספענדינג?

אויפ'ן מינוט איז מיינעך די סיטי פרעמיער 60,000 פוינטס באנוס פון די בעסטע אויפ'ן מארקעט. דזשעטבלו קארד האט נעכטן ארויפגערוקט די באנוס צן 100,000.

רעפערעל לינק פאר די פרעמיער אין אישי.

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:41 pm
דורך פרץ
פוינטס איז יעצט ווערט? איז לעת עתה קעשבעק נישט בעסער?

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 1:18 pm
דורך גם מאחורי
ווישוואש האט געשריבן:זייער א קליינע שאנס צוריק צו עפענען.

קענסט פרובירן צו קאלן די עקזעקיוטיוו אפיס.

לױט מײן עקספירנס איז נישטא קײן שום שאנס.
לשיטתם העקומה ביסטו א פאברעכער.

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 1:22 pm
דורך ווישוואש
כ'ווייס נישט פארוואס דו רופסט עס עקום, ס'איז קלאר קעגן די טוירמס.

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 1:22 pm
דורך ווישוואש
פרץ האט געשריבן:פוינטס איז יעצט ווערט? איז לעת עתה קעשבעק נישט בעסער?

1 - יא, פוינטס איז ווערד. הגם אביסל ווייניגער ווי געווענליך.
2 - נישטא קיין סאך קעש באנוסעס.

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 2:08 pm
דורך גם מאחורי
ווישוואש האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס דו רופסט עס עקום, ס'איז קלאר קעגן די טוירמס.

סקען זײן אז דא זענען זײ גערעכט אבער װען זײ לײגן א האלד אױף א פערטל מיליאן דאלער אקאונט װײל עפעס..... זענען זײ שױן אײנמאל עקום.

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: זונטאג נובעמבער 01, 2020 7:20 pm
דורך Jobless
ווישוואש האט געשריבן:פאר די באנוס, אדער דעי טו דעי ספענדינג?

אויפ'ן מינוט איז מיינעך די סיטי פרעמיער 60,000 פוינטס באנוס פון די בעסטע אויפ'ן מארקעט. דזשעטבלו קארד האט נעכטן ארויפגערוקט די באנוס צן 100,000.

רעפערעל לינק פאר די פרעמיער אין אישי.

Link for the jetblue?

financial relief program

געשריבן: זונטאג נובעמבער 01, 2020 7:33 pm
דורך קוגל מיט פיקל
כ'דעררמאן מיר יעצט צו שרייבן לזכות את הרבים א פראגראם לכבוד קאראנע פון אמעריקען עקספרעס, אויף זייער ביזנעס גאלד קארטל ווייס איך אויף זיכער אז ס'ארבעט, אנדערע עימעקס קארטלעך נישט, אבער לכאורה איז עס אויף אלע קארטלעך.

דער פראגראם איז א געוואלדיגער אויפטו.

דאכט זיך הייסט עס עפעס פיינענטשל רעליף פראגראם.

אין קורצן מאכט עס אז מ'זאל נישט מוזן באצאלן גאנצע באלאנס אין צייט, נישט דארפן צאלן קיין לעיט פעימענטס און בכלל נישט קיין אינטרעסט דאכט זיך, און אין די זעלבע צייט קען מען נאכאלסס הנאה האבן פון די בענעפיטן, צ.ב.ש פוינטס אא"וו.

דער סיסטעם גייט אז זיי נעמען דיין חוב און זיי צעטיילן עס אין 12 חודש'ליכע פעימענס.

למשל, אויב לאמיר זאגן איז דיין באלאנס יעצט 1200 דאללער, און דו פארמאגסט נישט ס'גאנצע סכום. קענסטו אפלייען פאר'ן פראגראם, און בשעת'ן אפלייען דארף מען צאלן דעם ערשטן פעימענט. דאס מיינט, הונדערט דאללער, און די איבריגע עלעף חדשים וועלן זיי יעדן חודש ארויסנעמען א הונדערטער פון דיין אקאונט. אזוי אז אין 12 חדשים פון יעצט וועט דער באלאנס זיין באצאלט, און ווי דערמאנט איז נישטא קיין לעיט פי'ס וכדומה.

דאס טוט נישט שאטן פאר'ן קרעדיט סקאר און עס מען קען אלעמאל עקזיט'ן דעם פלאן.

אה, און אויך עניועל פי דארף מען נישט באצאלן אין די 12 חדשים.

איין זאך וואס געשעט יא, איז, אז די ספענדינג לימיט פונעם קארטל גייט אראפ צום חודש'ליכן פעימענט סכום. לאמיר זאגן אז דו פלעגסט קענען סווייפן 5 טויזנט דאללער א חודש, וועסטו יעצט נאר קענען סווייפן 100 דאללער. אבער די וועלכע האבן ריזיגע באלאנסן און זיי מאכן גרויסע פעימענטס א חודש, זיי קענען סווייפן מער.

אפלייט און האט הנאה

כ'לייג דא דעם לינק, אבער כפי זכרוני דארף מען זיי קאלן אדער זיך שרייבן אין טשעט צו באקומען פרטים איבער'ן פראגראם.

https://www.americanexpress.com/us/cust ... elief.html

Re: קרעדיט קארד הילף

געשריבן: זונטאג נובעמבער 01, 2020 7:37 pm
דורך מוכר ספרים
מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:היינט געהאט מיט אמעריקן עקספרעס א פיינעם עקספיריענס און איך פאוסט דא לזכות את הרבים.

איך האב שוין אן אמעקס גאלד קארטל כמעט א יאר, אבער ספענדינג לימיט איז כמעט נישט ארויף. יעצט האב איך זיך גענויטגט צו טזשארדזשן ערגעצוואו א גרעסערן סכום. האב איך געהאט געקלערט צו עפענעם א נייע קארטל ערגעצוואו.

למעשה, נאך אן אנליין סוירטש האב איך געזען שטיין, אז די בעסטע צו אינקריסן די ספענדינג לימיט איז נישט דורכ'ן עפענען א נייעם קארטל, נאר דורכ'ן אנקאלן די ק"ק קאמפעני און בעטן צו אינקריסן [זיי שרייבן טאקע אז מען זאל נישט בעטן צו אינקריסן צו א הויכע סומע ווייל זיי וועלן נישט מסכים זיין, נאר מ'זאל בעטן צווישן 10 און 25 פראצענט פון וויפיל מ'פלעגט קענען סווייפן ביז יעצט].

תיכף רוף איך אמעקס און איך בעט זיי צו העכערן מיין ספענדינג לימיט. פרעגן זיי מיר: וויפיל ווילסטו ספענדן? האב איך זיי געגעבן א זאג 20 טויזנט דאללער, ווארום ביז היינט פלעג איך קענען סווייפן בלויז אכט טויזנט דאללער מאקסימום.

זאגט זי מיר, אז אויב צאל איך יעצט צוואנציג אלפים פון פאראויס, וועל איך קענען ספענדן קרוב צו פערציג אלפים אדער מער. וויבאלד ווייל ווען איך צאל 20 אלפים פון פאראויס ווייז איך זיי אז איך האב די געלטער וכו' און כ'קען צאלן אין צייט.

אומר ועושה. כ'געב איר 20 אלפים און א מינוט דערויף האב איך שוין געקענט סווייפן פערציג טויזנט דאללער. און פארשטייט זיך, אז צוואנציג דערפון איז פשוט'ע קרעדיט וואס כ'האב וויבאלד כ'האב באצאלט פון פאראויס 20 אלפים.

זי זאגט מיר, אז די זעלבע איז אויב איך וויל קענען סווייפן זעכציג אלפים. אז אויב געב איך איר האלב דערפון וועט עס קענען ארבעטן. און ס'קומט אויס, אז אויב זע איך אז איך וועל אמאל וועלן צאלן פאר איינעם הונדערט טויזנט דאללער, דארף איך פון פאראויס זיי אנקאלן (אדער לכאורה טון אנליין) און זיי צאלן ארום 50-60 טויזנט און ס'וועט ארבעטן.

מ'דארף געדענקן דעם פשוט'ן כלל, אז אן אלימיטעד קאטל מיינט נישט אז תיכף ווען דו עפענס דעם קארטל קענסטו סווייפן מיליאנען. ס'מיינט אז דער קארטל האט די פאטענציאל צו קענען סווייפן אנלימיטעד. געוואנדן אין דיין קרעדיט און צייטליכע פעימענטס יעדן חודש.

פשוט א שאד אז כ'האב נישט געוואוסט פון דעם עצה א חודש צוריק, ווייל ווען יא, וואלט איך יעצט געקענט האבן פרישע פערציג אלפים...

קען זיין אז דאס איז באקאנט פאר יעדן, אבער פאר מיר איז דאס געווען אן ערשטמאלין ערפארונג.

און קען זיין אז דאס איז נאר ביי עמעקס אבער נישט ביי אנדערע



וואס הייסט, איך קען יעצט אנרופען עמעקס אין זיי געבן - לדיגמע - 50 אלפים אז איך זאל קענען סווייפען פון היינט און ווייטער יעדע חודש 100 אלפים?


יא, לכאורה אינעם געגנט פון 100. אפשר אביסל מער אדער ווייניגער. ברויכסט זיין קאלן.