תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:46 am
היינט געהאט מיט אמעריקן עקספרעס א פיינעם עקספיריענס און איך פאוסט דא לזכות את הרבים.
איך האב שוין אן אמעקס גאלד קארטל כמעט א יאר, אבער ספענדינג לימיט איז כמעט נישט ארויף. יעצט האב איך זיך גענויטגט צו טזשארדזשן ערגעצוואו א גרעסערן סכום. האב איך געהאט געקלערט צו עפענעם א נייע קארטל ערגעצוואו.
למעשה, נאך אן אנליין סוירטש האב איך געזען שטיין, אז די בעסטע צו אינקריסן די ספענדינג לימיט איז נישט דורכ'ן עפענען א נייעם קארטל, נאר דורכ'ן אנקאלן די ק"ק קאמפעני און בעטן צו אינקריסן [זיי שרייבן טאקע אז מען זאל נישט בעטן צו אינקריסן צו א הויכע סומע ווייל זיי וועלן נישט מסכים זיין, נאר מ'זאל בעטן צווישן 10 און 25 פראצענט פון וויפיל מ'פלעגט קענען סווייפן ביז יעצט].
תיכף רוף איך אמעקס און איך בעט זיי צו העכערן מיין ספענדינג לימיט. פרעגן זיי מיר: וויפיל ווילסטו ספענדן? האב איך זיי געגעבן א זאג 20 טויזנט דאללער, ווארום ביז היינט פלעג איך קענען סווייפן בלויז אכט טויזנט דאללער מאקסימום.
זאגט זי מיר, אז אויב צאל איך יעצט צוואנציג אלפים פון פאראויס, וועל איך קענען ספענדן קרוב צו פערציג אלפים אדער מער. וויבאלד ווייל ווען איך צאל 20 אלפים פון פאראויס ווייז איך זיי אז איך האב די געלטער וכו' און כ'קען צאלן אין צייט.
אומר ועושה. כ'געב איר 20 אלפים און א מינוט דערויף האב איך שוין געקענט סווייפן פערציג טויזנט דאללער. און פארשטייט זיך, אז צוואנציג דערפון איז פשוט'ע קרעדיט וואס כ'האב וויבאלד כ'האב באצאלט פון פאראויס 20 אלפים.
זי זאגט מיר, אז די זעלבע איז אויב איך וויל קענען סווייפן זעכציג אלפים. אז אויב געב איך איר האלב דערפון וועט עס קענען ארבעטן. און ס'קומט אויס, אז אויב זע איך אז איך וועל אמאל וועלן צאלן פאר איינעם הונדערט טויזנט דאללער, דארף איך פון פאראויס זיי אנקאלן (אדער לכאורה טון אנליין) און זיי צאלן ארום 50-60 טויזנט און ס'וועט ארבעטן.
מ'דארף געדענקן דעם פשוט'ן כלל, אז אן אלימיטעד קאטל מיינט נישט אז תיכף ווען דו עפענס דעם קארטל קענסטו סווייפן מיליאנען. ס'מיינט אז דער קארטל האט די פאטענציאל צו קענען סווייפן אנלימיטעד. געוואנדן אין דיין קרעדיט און צייטליכע פעימענטס יעדן חודש.
פשוט א שאד אז כ'האב נישט געוואוסט פון דעם עצה א חודש צוריק, ווייל ווען יא, וואלט איך יעצט געקענט האבן פרישע פערציג אלפים...
קען זיין אז דאס איז באקאנט פאר יעדן, אבער פאר מיר איז דאס געווען אן ערשטמאלין ערפארונג.
און קען זיין אז דאס איז נאר ביי עמעקס אבער נישט ביי אנדערע