אלעס איבער איבעי = eBay

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

אלעס איבער איבעי = eBay

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 2:15 pm

איך האב דא געוואלט אויספרעגן עטליכע זאכן ואוס איך וויל פארשטיין מיט דעם איבעי סיסטעם, וזה החלי.

וואס איז פשט אז טיילמאל ווען איך ביד וועט גלייך זיין איינער וואס ביד מיך אויס, געווענליך אונטער די ניקס פון bidder 1, bidder 2, bidder 3, אא"וו.

און בכלל ווער זענען די אלע בידדערס, עכטע אדער אוטאמאטישע איבעי ראבאטן ? אויב איז דאס איבעי אליינס פארוואס טוען זיי דאס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 2:36 pm

און דאס איז אלעס פשוטע זאכן, פאר ווער ס'ווייסט עס שוין פון פארדעם, און דאס איז נישט אזוי פשוט, אויב איינער האט דאס קיינמאל נישט געוואוסט, אבער יעצט איז עס שוין פאר יעדן פשוט, ווייל יעצט ווייסט שוין יעדער דערפון.
און דאס אליינס, איז אויך פשוט.
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 7:33 pm

דאס מיינט אז ס'יז באמת א ריכטיגער בידדער.

נו וויאזוי געשעהט אויס אוטאמאטיש?
איך האב געבידט עטליכע מאל אין א רייע און אלע מאל בין איך גלייך געווארן אוטבידט מיט א דאללער צי פופציג סענט, פון וואו ווייסט ער וואס איך טוה?

נעה, דאס איז איבעי אליינס האב איך מורא..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 8:06 pm

דאס רופט זיך א מאקסימום ביד. יענער לייגט אריין אז ער איז גרייט צו גיין ביז 100 דאלאר, אבער אויב די ביד פאנגט זיך אן ביי צוואנציג דאלאר, מיט 1 דאלארדיגע העכערונגען, וועט דער סיסטעם אויטאמאטיש בידן פאר יענעם צוואנציג, און ווען דו לייגסט אריין למשל 21, וועט עס בידען פאר יענעם 22, ביז א מאקסימום פון הונדערט.

אין אנדערע ווערטער, איבעי באקומט רשות פון יענעם צו בידען אויף זיין אקאונט ביז 100 דאלאר, אבער זיי בידען נאר דעם מינימום וויפיל ס'פעלט זיך אויס איבערצושטייגן דעם פריערדיגן בידער.


ואסיים בדברים מתוקים המובאים בספר של החכם החבר בני היכלא, וזל"ק:

בני היכלא האט געשריבן:און דאס איז אלעס פשוטע זאכן, פאר ווער ס'ווייסט עס שוין פון פארדעם, און דאס איז נישט אזוי פשוט, אויב איינער האט דאס קיינמאל נישט געוואוסט, אבער יעצט איז עס שוין פאר יעדן פשוט, ווייל יעצט ווייסט שוין יעדער דערפון.
און דאס אליינס, איז אויך פשוט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 8:14 pm

שוועמל;

איף האף אז דו ביסט אויסגעמושעט פארדעם האסטו נישט צוגעלייגט קאפ, אבער פליז ליין נאכאמאל איבער וואס בני היכלא האט זיך אנגעשטרענגט און דיר געעפערט.

'דאס איז אויב איינער האט אריינגעלייגט א היי ביד, אז ער גייט ביז 3000 למשל, אבער יעצט האלט עס נאר ביי 100, וועט זיין ביד זיך אנזען נאר אויף 101, און טאמער ענדיגט זיך עס אזוי, זכה לו, אבער טאמער איינער לייגט א ביד, ווילאנג עס איז אונטער 3000 וועט ער זיין אוטבידעד'.

אויב דו פארשטייסט נאך אלץ נישט וועל איך דיר פערזעהנליך עס מסביר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 9:43 pm

שוועמל, מאך אונז נישט אלע צונאר, כ'מיין שווועמל דארף בעסער פארשטיין....

ס'איז באמת פשוט.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 9:56 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 9:36 pm

יאנאש האט עס די בעסטע מסביר געווען, דאנקע שעהן, היצטער פארשטיי איך שוין.
קיינמאל נישט געוויסט דערפון.
למעשה זעמיר ביידע גערעכט, אז וויבאלד אן אמתער בידדער האט שוין געבידט אויף גאנץ הויך, וועט איבעי אליינס אוטאמאטיש אראפשלאגן יעדן איינעם אונטער דעם ביד, און פיהר אויס: bidder 1, bidder2 וכו' איז איבעי אליינס אונטער יענעם היי-בידדער'ס ניק.

און יעצט:
און דאס איז אלעס פשוטע זאכן, פאר ווער ס'ווייסט עס שוין פון פארדעם, און דאס איז נישט אזוי פשוט, אויב איינער האט דאס קיינמאל נישט געוואוסט, אבער יעצט איז עס שוין פאר יעדן פשוט, ווייל יעצט ווייסט שוין יעדער דערפון.
און דאס אליינס, איז אויך פשוט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:07 am

קוק נאר, איך האב איבערגעשריבן כאלי'ס ווערטער, און איך באקום דעם שכוח.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 2:53 am

יאנאש,
ברויכסט עס נישט? געב עס אים איבער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 1:56 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 9:12 am

אז די צייט וועט מיר ערלויבן, און אז וועט זיין א פארלאנג, וועל איך ארויפלייגן א גאנצע סעריע פון ווידיאוס וואס איז מסביר ברחל בתך הקטנה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט איבעי פאר מתחילים.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 10:39 am

א פארלאנג איז דא, צייט האף איך וועט זיין, סאו הייב אן ביטע.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 9:33 pm

איך בין א פראפעשאנעל בידער אויף איבעי.

וועט איר דאך אוודאי פרעגן, וואס טייטש פראפעישאנעל, ייעדער קען דאך בידען. וווי יאנאוש און שועמעל און אלע אנדערע האבן שוין מצהיר געווען.

דער תירוץ איז אז מ'דארף נוצן א סנייפער פראגראם, וואס ערלויבט צו מאכן א ביד, אנדעם וואס איבעי אדער קיין שום בידדער וועט נישט וויסן.
גייט אריין למשל צו
WWW.GIXEN.COM
דאס איז אומזיסט און מ'קען אריינשעלן א ביד אויף א קאמפיוטער (איבעי אייטעם נומער) און לייג אריין דיין מאקסימום וואס דו ביסט גייט צו בידען
איצט וועט GIXEN
בידען פאר דיר פאר דעם פרייז, נישט איצט, נאר 5 סעקונדעס איידער די ביד לויפט אויס.

אזוי ארום ביסטו כאטש פארזיכערט אז נאר דער וואס האט שוין פון פאראויס געביד העכער באקומט עס, אדער באקומסטו עס
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 10:43 pm

קען מיר איינער זאגען, וויאזוי טרעפט מען אינפארמאציע איבער א "פארקויפער" פאר אפאר חדשים צוריק? איך האב עפעס געקויפט און דערווייל נאך נישט אנגעקומען צו עפענען דעם באק'ס, היינט האב איך עס געפענט, צו מיין שטוינונג האט מיך יענער מיאוס באשווינדעלט. ב"ה מען רעדט נאר פון קליין געלט. אבער איך וויל אים לערנען בלק. איז נאך שייך עפעס צו טוען?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 10:46 pm

אויב דו האסט אן אקאונט ביי איבעי, קענסטו לכאורה קוקן ביי מיי איבעי, איבער אלע זאכן וואס דו האסט געקויפט, און ווער ס'האט עס דיר פארקויפט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 11:03 pm

אלס ווייסער;
דיין זעלבע 'פראפעסינאלע' טריק קען מען דאך נוצן דורך היידן דיין ביד אמאונט, דאן ווערט יעדער אוטאמאטיש אוטבידעד אויב ס'יסז נישט העכער דיינס? דאס וואס בני היכלא האט גערעדט דערפון?

נאטורליך;
לאז אונז ויסן דעם בלק וואס יענער האט זיך איינגעהאנדלט דערפון, איך שמייכל שוין.. אן ארטיקל אין קרעטשמע וואלט נישט שלעכט געווען
נאר לאז נישט ווארטן ביז קומענדיגן פרשת בלק פליס
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 11:17 pm

שוועמל איך האב שוין אנגעשריבן א גאנצע תגובה מיט דיין ערשטע שאלה, און איך האבעס פארמעקט ווייל כ'האב מיך געכאפט וואס ער מיינט לכאורה, ער מיינט צו זאגן, אז ווען דו טוהסט עס דוירך איבעי, ביט איבעי ריידאוועי, און יענער קען זען אז האט נישט געוואונען און נעמט נאך א טשענס און אזוי ווייטער, משא"כ דוירך די קאמפאני, ביטן זיי דיין ביד, נאר ס'לעצטע פאר סקונדעס, אז יענער האט נישט קיין טשענס דיך איבער צו בידן. (אויב טוהען זיי נישט דאס, דאן האט עס לכאורה טאקע נישט קיין פשט, ווייל דאן איז דאס די זעלבע ווי איבעי.)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 11:39 pm

נאטורליך, ליידער קענסטו שוין גארנישט טון (אויסער אויסגעבן דיין כעס אויפ'ן ווייב...). מ'קען אריינגעבן א קלעים נאר ביז געציילטע וואכן (דאכט זיך אז 21 אדער 30 טעג).
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 9:34 am

(אויסגעבען דאס כעס איז נישט אן אחפשען ביי משפחת נאטורליך.)
שכויעך פאר'ן ענטפער. גם זו לטובה, מען רעדט דא פון א נישטיגע סומע, יעצט בין איך שוין פטור פון שלאגען כפרות מיט א טשיקען ערב יום כיפור.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 9:47 am

נאטורליך, א "פיד בעק" האסטו אים שוין געגעבן ? אויב נישט, דערלאנג אים א "נעגעטיוו פיד בעק" אזוי איינס אין דער וועלט, ווייל דאס איז דאס ארגסטע וואס מ'קען טוען פאר אן איבעי פארקויפער, הרג'סט אים אפ זיין נאמען דארט, און ס'איז אום שווער ווייטער צו פארקויפן,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 10:32 am

וואס! דו האסט באשטעלט א כפרה פון איבעי?! און סיז אנגעקומען טויט מסתם, הא?
..טאקע מיאוס באשווינדלט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 11:53 am

איכער, אין דיין לעצטע תגובה האסטו זייער גוט מסביר געווען דעם ענין, און אזוי איז עס טאקע.

אגב, איז דער סנייפער פראגראם - דאכט זיך - אומלעגאל לויט איבעי'ס פארשריפטן. כ'מיין אז זיי קענען דערפאר טערמינירן (קרעדיט: דער בלאט...) דיין אקאונט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 1:16 am

סנייפער איז לעגאל.
יעדער מעג בידען די לעצטע סעקונדע.

פון פראקטיק בין איך איבערצייגט אז סנייפיניג איז דער בעסטער, ראפינירסטער צוגאנג איבערצוקליגן די סתם דזשאו-דזשמאו איבעי בידערלעך
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 11:52 am

נאטורליך א פידבעק קענסטו אים לאזען אפילו נאך דריי חדשים

גייסטו צו ליוו פידבעק און סוועט אוטומאטיש ארויפקומען פארוועם די ביסט שולדיג א פידבעק


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו, ויכתב און 12 געסט