נעמען קרעדיט קארד פעימענטס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

נעמען קרעדיט קארד פעימענטס

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 22, 2014 12:56 pm

איך טוה ארבעט פון צייט צו צייט פאר מענטשן וואס ווילן באצאלן מיט קרעדיט קארד.

איז די שאלה אזוי:
וואס איז די גרינגסטע און ביליגסטע וועג איך זאל קענען מקבל זיין קרעדיט קארד'ס?

1) זאל נישט קאסטן חודש'לעך.
2) זאל נישט דארפן אריינלייגן יעדעס מאל אזויפיל אינפארמאציע אזוי ווי ביי פעי-פעל.
3) זאל נישט דארפן קיין סווייפער, נאר קענען אלעס מאכן אנליין.
4) פארשטייט זיך די ביליגסטע פערצענט.

עניוואן מיט עקספיריענס וואס קען ארויסהעלפן?

(נ.ב. איך נוץ פון צייט צו צייט פעי פעל אבער אויב יענער האט נישט קיין אקאונט דארף מען אריינלייגן צופיל אינפארמאציע).
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 3:57 pm

תגובהדורך אריין געטראכט » זונטאג יוני 22, 2014 1:02 pm

דא האסטו א לינק פון א קאמפני סקווער
זיי שיקען דיך ארויס א שטיקעל (בחנם) אויף פאסט וואס די קענסט איינפלאגען אין דיין סמארטפאן
עס קאסט נישט חודשליך

איך האב נישט קיין גרויס עקספריענס מיט עס ווען איך האב עס געזיכט מיט א יאר צירוק האבען מיר חברים געזאגט אז עס גוט קען זיין עס איז דא בעסערס
https://squareup.com/?gclid=CPWR8bz6jb8 ... MA1g&sro=1

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 22, 2014 1:04 pm

א גרויסן יישר כח פאר די אינפארמאציע, כ'האב שוין באזוכט ביי זיי,
אבער איך האב נישט קיין סמארטפאון אזויווי ערווענט אין סעיף 3.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יוני 22, 2014 1:07 pm

פארוואס זאגסטו אז ביי פעי-פאל דארף מען אריינלייגן אסאך אינפארמאציע? איך באצאל צומאל מי זיי אן קיין אקאונט און כ'געדענק נישט צו דארפן אריינלייגן איבריגע אינפארמאציע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:23 pm

תגובהדורך זיי געזונט » זונטאג יוני 22, 2014 1:08 pm

איך האב בסייתא דשמיא אנגעהויבן צו נעמען קרעדיט קרד'ס אלץ די פשוטע סיבה אז אזוי באקומעט מען שנעלער באצאלט, געדענק איך אז דעמאלטס האב איך געטון דערוועגן און ס'איז מיר אויסגעקומען די בילגסטע ביי fidelity ס'האט מיר געקאסט איינמאל צו עפענען א עקאונט אן ליין, און נאך דעם קאסט עס יעדע חודש 9 דאלעער און מ'דארף נישט אריינלייגן צו פיל אינפערמציא.
איך בין געגאנגן דורך וואלדארסקי (כ'געדענק נישט זיין ערשטע נאמען) זיין ביזנעס נומבער איז 1718-782-2823 און זיין סעלפון נומבער איז 1845-659-2330 ער האט מיר זייער שיין געסערוויט.

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 3:57 pm

תגובהדורך אריין געטראכט » זונטאג יוני 22, 2014 1:08 pm

דארט פרעגסטו טאקע נישט צו דארפען האבען קיין סווייפער אבער די ערווענסט נישט אז די האסט נישט קייןן סמארטפאן

ביי זיי קענען מען אריין לייגען די קרעדיט קארד נומערען מען דארף נישט סווייפען

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 22, 2014 1:09 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז ביי פעי-פאל דארף מען אריינלייגן אסאך אינפארמאציע? איך באצאל צומאל מי זיי אן קיין אקאונט און כ'געדענק נישט צו דארפן אריינלייגן איבריגע אינפארמאציע.

מ'ברויך אריינלייגן די גאנצע קארד אינפארמאציע (אינקלאדינג די נאמען)
די אדרעס (גאנצע סיטי סטעיט זיפ), די טעלעפאן נאמבער, די אימיעל אדרעס,
און ס'קאסט גאנץ א הויכע פראצענט.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יוני 22, 2014 1:12 pm

אהא, הערעך.

סקווער קען מען דאכטצעך אויכעט שיקן פון אימעיל צו אימעיל.

און וואס טוט זיך מיט 'גוגל וועלעט'? כי גלויב אז א נארמאלע מענטש האט א גוגל אקאונט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 22, 2014 1:14 pm

ס'נאך דא נארמאלע מענטשן וואס פארמאגן נישט קיין גוגל אקאונט.
מענטשן וואס האבן פעיפעל אדער גוגל אדער עמעזאן איז טאקע נישט קיין פראבלעם,
איך רעד פון די סארט מענטשן וואס פארמאגן נאר קרעדיט קארד אן אלע טעכנעלאגישע צוגעהערן.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 22, 2014 1:15 pm

אריין געטראכט האט געשריבן:דארט פרעגסטו טאקע נישט צו דארפען האבען קיין סווייפער אבער די ערווענסט נישט אז די האסט נישט קייןן סמארטפאן

ביי זיי קענען מען אריין לייגען די קרעדיט קארד נומערען מען דארף נישט סווייפען

אנליין, אדער דורכ'ן סמארטפאוין?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יוני 22, 2014 1:19 pm

דו רעדסט מענטשן וואס האבן נישט קיין אימעיל בכלל?

סקווער - ווי געזאגט - קען מען שיקן פון אימעיל צו אימעיל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 3:57 pm

תגובהדורך אריין געטראכט » זונטאג יוני 22, 2014 1:27 pm

זאג נאר א באנק אקונט ווי די געלט זאל אריין גיין האסטו ?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 22, 2014 1:33 pm

www.stripe.com
קאסט נישט מאנאטליך, קענסט אלעס מאכן אונליין מיט די מינימום אינפארמאציע פונעם קאסטומער.
מערטשענט דיסקאונט איז 2.9%, אזויווי פעיפעל.

געדענק אבער אז די אלע מערטשענט פראוויידערס שיקן סוף יאר א 1099-K פאר די IRS וויפיל געלט דו אדער דיין קאמפאני האט געמאכט דורך ק"ק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יוני 22, 2014 1:38 pm

דא האסטו דער לינק וואו מ'קען שיקן מיט Square דורך אימעיל, מען דארף נישט קיין באנק אקאונט נאר א דעביט קארטל איז גוט:
https://square.com/cash
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 22, 2014 2:57 pm

זאג נאר א באנק אקונט ווי די געלט זאל אריין גיין האסטו ?

יא.
דו רעדסט מענטשן וואס האבן נישט קיין אימעיל בכלל?

יא, די וואס האבן כלל נישט.
געדענק אבער אז די אלע מערטשענט פראוויידערס שיקן סוף יאר א 1099-K פאר די IRS וויפיל געלט דו אדער דיין קאמפאני האט געמאכט דורך ק"ק.

א גרויסן יישר כח שוועמעל. נאכנישט באזוכט דארט, אבער ס'שמעקט ווי דאס איז וואס איך זוך.
און שטייטצעך אז ווען ס'גייט דורך א קאמפאני ברויך עס זיין ווייס.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

הילף ביטע

תגובהדורך moneyMINDED » דינסטאג יולי 01, 2014 11:07 pm

איך דארף יעצט א איינמאל וויכטיג טשארטזשען 10 אלפים פון איינעמס קרעדיט קארד

וואס איז די גרינגסטע אין ביליגסטע?

איך האב א פערסאנעל בענק אקקאונט

אויף פעיפאל האב איך געזוכט א אפשען אבער נישט געטראפן ווי מ'קען טזשארזשען קרעדיט קארדס

אין וויפעל טזשארזשעד סקווער ?

שכח ביטע

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דינסטאג יולי 01, 2014 11:23 pm

סקוווער נעמט דאכצעך 2.75 פראצענט.

ווייסעך נאר נישט אויב מ'קען ביי זיי אויפסעטן א פערסענעל באנק אקאונט.

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » דינסטאג יולי 01, 2014 11:52 pm

מידער האט געשריבן:סקוווער נעמט דאכצעך 2.75 פראצענט.

ווייסעך נאר נישט אויב מ'קען ביי זיי אויפסעטן א פערסענעל באנק אקאונט.

יא מען קען,

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך יולי 02, 2014 12:16 am

moneyMINDED האט געשריבן:איך דארף יעצט א איינמאל וויכטיג טשארטזשען 10 אלפים פון איינעמס קרעדיט קארד

וואס איז די גרינגסטע אין ביליגסטע?

איך האב א פערסאנעל בענק אקקאונט

אויף פעיפאל האב איך געזוכט א אפשען אבער נישט געטראפן ווי מ'קען טזשארזשען קרעדיט קארדס

אין וויפעל טזשארזשעד סקווער ?

שכח ביטע

גיב ביטע זייער אכטונג ווי דו טשארטזשט עס, ביי די אלע קאמפאני'ס ווי פעיפאל,סקוועיר, וכדו' אויב טשארדזשט מען צו גרויסע נומבערס אויפאמאל קענען זיי לייגן א האלד אויף די געלט, און ס'קען זיין זייער שווער צו פועל'ן עס זאל ווערן ריליסט, (לעגאל קענען זיי עס טוען)

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך יולי 02, 2014 12:32 am

שוועמל האט געשריבן:http://www.stripe.com
קאסט נישט מאנאטליך, קענסט אלעס מאכן אונליין מיט די מינימום אינפארמאציע פונעם קאסטומער.
מערטשענט דיסקאונט איז 2.9%, אזויווי פעיפעל.

געדענק אבער אז די אלע מערטשענט פראוויידערס שיקן סוף יאר א 1099-K פאר די IRS וויפיל געלט דו אדער דיין קאמפאני האט געמאכט דורך ק"ק.

ביי סטרייפ איז דאס + 30. פער סווייפ
וויפיל איז דאס ביי פעי פעל??

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 02, 2014 6:35 am

פעיפעל איז אויך אזוי, נאר עס ווערט ביליגער מיט מער וואליום.
https://memberful.com/blog/stripe-vs-paypal/
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך יולי 23, 2014 12:37 pm

וועלעכע עפפ טשארדזש די ווייניגסטע פאר ק"ק אן סווייפען?

טשעיס

פעיפעל

טשעיק

סקוועיר
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

איילענד
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2015 4:02 pm

קרעדיט קארד פראסעסינג; קוויק בוקס אונטערגרעיד אוןאך..

תגובהדורך איילענד » דינסטאג יוני 16, 2015 3:20 pm

עס איז שטארק וויכטיג, צו האבן גוטע אונטערגרעיד / פלאגאין סיסטעם פון קרעדיט ק. פראסעסער צו ק.בוקס, כדי צו קענען ראקענסיילען ריכטיג.
אויב איינער האט עקספיריענס מיט גוטע אונטערגרעיד דורך פידעליטי אדער אנדערע פראסעסערס זאל זיך ביטע מעלדן

אויך אויב איינער ווייסט;
סקווער פראסעסינג: קען מען האבן עטליכע אקאונטס, אויפן זעלבן טעבלעט?

שיין זיך צו טרעפן, ייש'כ פארן ווילן העלפן
מצפה לתשובה.. שלימה
יישר כח, וויל טאלק, אי'ה

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » דינסטאג יוני 23, 2015 2:03 pm

איילענד האט געשריבן:אויך אויב איינער ווייסט;
סקווער פראסעסינג: קען מען האבן עטליכע אקאונטס, אויפן זעלבן טעבלעט?


לכאורה יא, איך ניץ סקווער עס איז דא א אפשען sign out און די קענסט אריין סיינען מיט וועלכע אקאונט די ווילסט.

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » דינסטאג יוני 23, 2015 2:11 pm

שוועמל האט געשריבן:http://www.stripe.com
קאסט נישט מאנאטליך, קענסט אלעס מאכן אונליין מיט די מינימום אינפארמאציע פונעם קאסטומער.
מערטשענט דיסקאונט איז 2.9%, אזויווי פעיפעל.

געדענק אבער אז די אלע מערטשענט פראוויידערס שיקן סוף יאר א 1099-K פאר די IRS וויפיל געלט דו אדער דיין קאמפאני האט געמאכט דורך ק"ק.

איך וואלט געוואלט וויסן אויב איר האט סיי וועלכע עקספיריענס מיט זיי, ווייל איך האב מיך שוין אמאל אפגעבריט מיט א קאמפעני וואס האט געהאט גלאנציגע עדווערטייזמענטס און צום סוף איז דאס גארנישט געווען אזוי גלאנציג

ב.ד.וו. סקווער האט מיר נישט געשיקט א 1099


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט