אדווערטייזן א אונליין סטאר

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

אדווערטייזן א אונליין סטאר

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 04, 2007 6:35 am

ווייסט עמיצער וואו ס'יז גוט צו אדווערטייזן א אונליין סטאר? מיין חבר האט געעפענט א סטאר לעצטענס און ער זוכט צו אדווערטייזן כדי צו שאפן קונדן אבער למעשה די אפשענס זענען פארשידנארטיג און פארצווייגט און נישט אלעס ברענגט רעזולטאטן פארשטייצעך. ער זוכט בעיקר וואס יעדער זוכט, א קאסט-עפפעקטיוו וועג פון שאפן טארגעטן פאטענציעלע קויפערס;

איך רעכן דא אויס א טיילוויזע ליסטע פון אנגענומענע אדווערטייזמענט מעטאדן ביטע קאמענטירן.

1) גוגל/יאהו עדווארדס -ספאנסארד לינקס- CPCקאסט פער קליק. קען קאסטן הונדערטערס א טאג.
2) עדס אויף ניוס פעיפערס ווי ניו יורק טיימס, ווארלד סט. זשורנאל, דאללעס ניוס, שיקאגא טרייביון, וכו' וכו', פרייזן קענען לויפן און צענדליגער טויזנטער. געווענליך גייט עס א מינימום פון עטליכע טויזנטער צו לייגן א עד אויף א וואך אדער חודש, און דאן קאסט עס CPM דאס הייסט פער יעדע טויזנט אימפרעשאנס צאלסטו ארום 12-20 דאלארן.
3) עדס אויף אימעיל ניוסלעטטער וואס ווערן געשיקט פון דערמאנטע אדער אנדערע גרויסע צייטונגען צו סובסקרייבערס טעגליך אומזינס. קאנס: האט מיינסטענס שוואכע רעזולטאטן ווייל מענטשן ליינען נישט די אימעילס אזוי ווייט. הגם די קאסט איז פארהעלטניסמעסיג גאנץ נארמאל, לויפט פון 1500 דאלער א וואך בערך.
4) אדווערטייזן אויף פארומס ווי היימישע קרעטשמע, היידפארק למשל און נאך צענדליגער גרויסע אויפגעכאפטע פארומס. קאסט אסך און לויפט פער אימפרעשאן.
5) צו אפטימייזן אדער צו סובמיטן צו סיערטש ענזשינס ווי גוגל יאהו מסנ עאל אלטאוויסטע וכו', קען קאסטן איינמאל אסך אסך אבער געווענליך קומסטו ארויף גאנץ אין אנהויב. דויערט לאנג ביז ס'הייבט אן ארבייטן.
6) ארויפלייגן פראדוקטן אויף איבעי, אמעזאן, שאפ-זיללא, פרייסגרעבער, שאפפינג.קאם, וכו', מען דארף וויסן וואו צו לייגן וואס, למשל אויף שאפזיללא זוכט מען נישט קיין צו טייערע זאכן אדג. אבער די שאלה איז צו וואס פעלט אויס צו בויען א וועבסייט אויב אזוי? שטעל ארויף אויף איבעי אן אן אייגענעם סייט, און פטור, פטור פטור פטור, פטור פטור פטור.

ווער עס ווייסט אדער האט ידיעות אחרונות דערינען זאל ביטע מעלדן ולמצוה גדולה יחשב (איך ווייס נאכנישט וועלכע מצוה)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוגוסט 05, 2007 12:02 pm

רק למען ידעו לייג איך דא ארויף א לינק וואס כאב יעצט געפונען וואס קלעימט צו אדווערטייזן אויף גוגל פאר פרי! ליינט ריוויוס קודם
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 24, 2007 4:53 pm

מלא שקר!
סך הכל לערנט ער דיך אויס טריקס ווי אזוי צו אדווערטייזן אויף גוגעל
און די טריקס זענען בי'כלומפערשט אזוי גוט זיכער צו מאכן אז די סוף זאל זיין ס'וועט זיך זעכער אויסצאלן די עד מיט ריוח (אויב נישט קענסטו אים אויך נישט רופן צו דין תורה... )
און דאס הייסט לויט די בוק FREE
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג פאברואר 04, 2008 1:34 am

יא:
פאר א פטאזר טאלער, לייגט ער עס ארויף פאר FREE
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:33 am

דא איז דער פלאץ אפצוגעבן א גרויסן דאנק פארן ניק 'אידיש' וואס האט זיך פארבינדן מיט מיין אישית און געגעבן פול ווערטפולע אינפא איבער מארקעטן א וועבסייט. ער האט אוועקגעבן אסך אסך צייט און אפגעשריבן א הויפן דיטעילס כדי ארויסצוהעלפן א צווייטן יוד.

איך פרוביר צו אויספאלגן זיינע אנווייזונגען און נאכגיין די לינקס וואס ער האט מיר געגעבן. איך וועל אי"ה פאוסטן די רעזולטאטן.


אויב כ'על האבן איבריג צייט וועל איך איבערגעבן אין קורצן די אינהאלט פון זיינע עצות .


א שכויח נאכאמאל, מר. אידיש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 11:37 pm

שוועמל, איך ווארט דערויף.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » דאנארשטאג יולי 03, 2008 7:42 pm

יי"כ שוועמל.
עס איז א מצוה רבה צו פארשפרייטן פאר נאך אידן איידער זיי מאכן דעם טעות וואס צופיל מענטשן מאכן און אידיש געלט גייט לטמיון.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג יולי 06, 2008 11:33 am

שוועמל:
אידיש:
זייט'ס משפיע פארן ציבור
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 08, 2008 2:14 pm

אביסל צייט ווער ס'האט איבריג קען מיר געבן. אזוי על איך קענען פאוסטן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:57 am

שוועמל האט געשריבן:דא איז דער פלאץ אפצוגעבן א גרויסן דאנק פארן ניק 'אידיש' וואס האט זיך פארבינדן מיט מיין אישית און געגעבן פול ווערטפולע אינפא איבער מארקעטן א וועבסייט. ער האט אוועקגעבן אסך אסך צייט און אפגעשריבן א הויפן דיטעילס כדי ארויסצוהעלפן א צווייטן יוד.

איך פרוביר צו אויספאלגן זיינע אנווייזונגען און נאכגיין די לינקס וואס ער האט מיר געגעבן. איך וועל אי"ה פאוסטן די רעזולטאטן.


אויב כ'על האבן איבריג צייט וועל איך איבערגעבן אין קורצן די אינהאלט פון זיינע עצות .


א שכויח נאכאמאל, מר. אידיש.


מר שוועמל, מיר וואלטן אפרישיעיטעד א באריכט.

יישר כח למפרע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:49 pm

נאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא ווי איז עס :evil:
Liberalism is a mental disorder

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג מארטש 16, 2009 2:17 pm

נווווווווווווווווווווווווווו מיר אלע ווארטן אויפעס, מאך פלעין א קאפי און פעיסט אלעס וואס ער האט דיך געשריבן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מאי 28, 2009 6:05 am

כ'אב מיך באגעגענט מיט א גוטע וועבסייט וואס טשעקט וועלכע קיווארדס ברענגען טרעפיק פאר וועלכע סייטס.
http://searchanalytics.compete.com/site_referrals/
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג פאברואר 09, 2010 10:48 pm

אבער וואס האט "אידיש" געהאט צו זאגן?
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מיטוואך פאברואר 10, 2010 7:36 am

שוועמל האט געשריבן:כ'אב מיך באגעגענט מיט א גוטע וועבסייט וואס טשעקט וועלכע קיווארדס ברענגען טרעפיק פאר וועלכע סייטס.
http://searchanalytics.compete.com/site_referrals/


וואס איז עס בעסער פון גאגל וועב מעסטר און אנאליסט און קיווארט
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 10, 2010 9:27 am

איך האב באקומען פון נאך איינעם אמאל אן אנטווארט אין אישית, כ'על עס ארויפשטעלן דא לצורך הרבים.

מיליאן האט געשריבן:ווייסט עמיצער וואו ס'יז גוט צו אדווערטייזן א אונליין סטאר? מיין חבר האט געעפענט א סטאר לעצטענס און ער זוכט צו אדווערטייזן כדי צו שאפן קונדן אבער למעשה די אפשענס זענען פארשידנארטיג און פארצווייגט און נישט אלעס ברענגט רעזולטאטן פארשטייצעך. ער זוכט בעיקר וואס יעדער זוכט, א קאסט-עפפעקטיוו וועג פון שאפן טארגעטן פאטענציעלע קויפערס;

איך רעכן דא אויס א טיילוויזע ליסטע פון אנגענומענע אדווערטייזמענט מעטאדן ביטע קאמענטירן.

1) גוגל/יאהו עדווארדס -ספאנסארד לינקס- CPCקאסט פער קליק. קען קאסטן הונדערטערס א טאג.

דאס איז אמת, אבער דאס איז אויב דו ביסט שוין פון די גאר-גליקליכע צו באקומען הונדערטער צי טויזנטער באזוכער א טאג. דער שפיל איז גארנישט אזוי גרינג. קענסטו עס - און קענסטו בכלל אביסל ביזנעס/מארקעטינג - קענסטו מאכן דערפון א שיין לעבן. אז נישט, וועסטו דערלייגן די הויזן שנעלער ווי דו קענסט עס אנטאן. ס'איז א קאמפליצירטער שפיל, אבער פאר די וואס קענען עס, איז עס א היסטארישער וועג פון באקומען "ליעדס" און "סעילס" גאר שנעל, אבער ס'איז פיל מער פון דעם. ס'איז א טעסטינג-מעטאד צו קענען אונטערזוכן און פעסטשטעלן וואס די קאסטומערס ווילן און טעסטן פארשידענע ווערסיעס פון די עדס און פון דעם סייט צו זען וועלכע ווערסיע עס ברענגט די מערסטע רעזולטאטן. עצה טובה: ריר עס נישט צו, אויב דו קענסט עס נישט גוט און ווילסט נישט דערלייגן דיין פארמעגן אין איין נאכט. עס איז דא אן אויסגעצייכנטער קורס זיך דאס צו לערנען פאר ערנסטע ביזנעסלייט וואס זענען גרייט צו לערנען און פאלגן אינסטרוקציעס.

2) עדס אויף ניוס פעיפערס ווי ניו יורק טיימס, ווארלד סט. זשורנאל, דאללעס ניוס, שיקאגא טרייביון, וכו' וכו', פרייזן קענען לויפן און צענדליגער טויזנטער. געווענליך גייט עס א מינימום פון עטליכע טויזנטער צו לייגן א עד אויף א וואך אדער חודש, און דאן קאסט עס CPM דאס הייסט פער יעדע טויזנט אימפרעשאנס צאלסטו ארום 12-20 דאלארן.

אויב מ'ווייסט וואס מ'טוט, קען דער ריכטיגער עד אין דער ריכטיגער צייטונג ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן. די חכמה איז נישט צו לייגן ריזיגע עדס און בילדער, ווי אויך פיל פון אונזערע אדווערטייזער און אנקלעבער פון ביהמ"ד-ווענט זענען איינגערעדט, נאר צו שרייבן דעם ריכטיגן מעסעדזש, דהיינו, די "בענעפיטן" פון דעם פראדוקט/סערוויס צו די ריכטיגע מענטשן, דהיינו, אויסגערעכנט און געצילט פאר די מענטשן וואס זענען באמת אינטערעסירט דערין. יעדער עד זאל האבן א וועג ווי אזוי צו טעסטן און וויסן פינקטליך צי עס האט געברענגט רעזולטאטן און וואספארא רעזולטאטן עס האט געברענגט. עס איז כדאי צו טעסטן פארשידענע ווערסיעס. עס איז אויך אין דעם דא א גאנצע חכמה וואס רופט זיך "קאפי-רייטינג", א סארט שרייבן וואס רעדט איבער און איבערצייגט דעם מענטש און ברענגט די געוואונטשענע תוצאות. מן-הסתם זענען דא וואס קענען דיר געבן בעסערע עצות ווי איך אויב יא אדער נישט אריינצולייגן אן עד אין צייטונגען, און וואו יא און וואו נישט. דאס קען אריינגיין אויך אין "דירעקט מארקעטינג", וואס איז ארויסשיקן בריוולעך און קאטאלאגן אין דער פאסט, א פעלד וואס איז נישט פאר יעדן אפילו אין דער גרויסער וועלט באקאנט און פארשטענדליך, און ווער רעדט נאך אין דער באגרעניצטער וועלט פון אונז קליינע אידעלעך. אויב מיינסטו אן עד אויף די וועבסייטס פון צייטונגען, איז דאס אן אנדערע מעשה. די רעזולטאטן זענען געווענליך פיל שוואכער ווי דורך ספאנסארט לינקס אין די סוירטש-ענדזשין רעזולטאטן, ווייל דארט ארבעט עס אזוי אז דער עד קומט ארויף ווען דער מענטש קלאפט אריין פינקטליך דאס וואס ער זוכט און וויל טרעפן. ואכמ"ל. אבער אין די וועבסייטס, קומען די "קאנטעקסטשועל" עדס ארויף ווען עפעס אויף דער סייט רעדט זיך פון יענעם ענין, כאטש דער מענטש האט מעגליך אינגאנצן נישט געזוכט און איז נישט איצט אינטערעסירט אין דעם פראדוקט/סערוויס פון דעם עד. ווידער סתם אדווערטייזן אויף די דאזיגע סייטס ווענדט זיך אויך אין דעם צי ס'איז "טארגעטעד" צי נישט. בענערס, הייסט עס, ברענגען פיל ווייניגער רעזולטאטן, ווי טעקסט-עדס. בכל-אופן איז עס נישט אזוי טארגעטעט ווי ספאנסארט-לינקס, און ס'לוינט זיך צו צאלן פיל ווייניגער פאר דעם ווי פאר ספאנסארט-לינקס. מאידך גיסא, זענען דא אינדוסטריעס וואס ס'לוינט זיך דוקא יא צו אדווערטייזן פאר זיי אין אזעלכע סייטס און דארט זענען די פלעצער פון וואו זיי באקומען זייערע קאסטומערס.

3) עדס אויף אימעיל ניוסלעטטער וואס ווערן געשיקט פון דערמאנטע אדער אנדערע גרויסע צייטונגען צו סובסקרייבערס טעגליך אומזינס. קאנס: האט מיינסטענס שוואכע רעזולטאטן ווייל מענטשן ליינען נישט די אימעילס אזוי ווייט. הגם די קאסט איז פארהעלטניסמעסיג גאנץ נארמאל, לויפט פון 1500 דאלער א וואך בערך.

די מעשה מיט דעם איז ווידער אז דער שליסל פון סוקסעס איז אז עס זאל זיין "טארגעטעד", צו די ריכטיגע מענטשן וואס זענען בפירוש אינטערעסירט אין דעם סערוויס. אז נישט, קען עס זיין א טאטאלע געלט-פארשווענדונג. ווען מ 'שיקט ארויס אן עד אין נארמאלער פאסט, זענען דא ספעציעלע ליסטעס פון מענטשן, וואס ס'איז פעסטגעשטעלט געווארן אז זיי זענען פא ראינטערעסירט אין די דאזיגע סערוויסן, און מ'קען אפילו וויסן וועגן זיי פערזענליכע אינפארמאציע, ווי אלט זיי זענען, וויפיל זיי שפענדן וכו'. דער קונץ איז צו מאכן אזא בריוו וואס וועט רעדן צו זיי און זיי איבערנעמען, דאן קען די "רעספאנס ראטע" זיין א רעלאטיוו-הויכע. אויב מ'שיקט אן עד וועגן עראפלאנען פאר א מענטש וואס איז איצט אינטערעסירט אין אייז-קרים, קענען די אומזיסטע הוצאות פון דעם קאמפיין ארויסנעמען א מענטש פון ביזנעס. אויך אי-מעיל קאמפיינס דארפן זיין געצילט צו די ריכטיגע מענטשן. בכלל דארף יעדער אי-מעיל האבן א ספעציעלער לינק פאר דעם צוועק, אז אויב מענטשן קומען אן פו ןדארט, זאל מען וויסן אז זיי זענען געקומען פון דארט און וואספארא פראספעקטן זיי זענען, צי זיי זענען פאטענציעל גוטע קונים, אדער נישט.

4) אדווערטייזן אויף פארומס ווי היימישע קרעטשמע, היידפארק למשל און נאך צענדליגער גרויסע אויפגעכאפטע פארומס. קאסט אסך און לויפט פער אימפרעשאן.

עס לוינט זיך נאר אויב די אדווערטייזמענטס זענען געצילט צו די ריכטיגע מענטשן וואס זנעען איצט פאראינטערעסירט אין דעם סערוויס. אז נישט, וועלן די רעוזלטאטן מן-הסתם זיין שוואכע.

5) צו אפטימייזן אדער צו סובמיטן צו סיערטש ענזשינס ווי גוגל יאהו מסנ עאל אלטאוויסטע וכו', קען קאסטן איינמאל אסך אסך אבער געווענליך קומסטו ארויף גאנץ אין אנהויב. דויערט לאנג ביז ס'הייבט אן ארבייטן.

דא טוט זיך לעבעדיג. עס זענען פאראן כל-מיני גנבים, שארלאטאנען און שווינדלער. די אלע "עס-אי-או" קונצן-מאכער קענען מאכן אמאל טריקס, וואס וועט זיי צופיל און צו לאנג נישט העלפן. זיי וועלן דיר אבער מעגליך אויסצאפן די קעשענע. שטיי אוועק ד' אמות. דאס בעסטע איז ווען א מענטש ווייסט ווי אזוי מ'טוט דאס, און ס'איז נישט קיין צו גרויסע תורה, דהיינו, אויב עמיצער האט טאקע צייט דערפאר. אבער אפילו אויב נישט, אויב מ'ווייסט דעם ריכטיגן צוגאנג, קען מען איינעם דינגען און נאך אפקומען פיל ביליגער, און על-כל-פנים פאר פיל בעסערע רעזולטאטן, ווי מיטן דינגען סתם אבי א קאמפאני וואס רעדט איין שטותים און לאקערט בעיקר אויף יענעמס געלט. אויב ביסטו אינטערעסירט, וועל איך דיר געבן אינפארמאציע וועגן א קאמפאני וואס איז בלי-ספק א יחיד במינו אין דעם. ער ווייזט דיר דעם וועג, און אויב דו פאלגסט נאך ריכטיג, וועסטו מעגליך מיט דער צייט באקומען פילע הונדערטער און צומאל אויך טויזנטער באזוכער *א טאג*, און ס'וועט דיר נישט קאסטן קיין רויטן גרייצער, חוץ אויב דו האסט נישט קיין צייט און ווילסט איינעם דערפאר דינגען, וועט עס דיר קאסטן די הוצאות יענע םאויסצוהאלטן, אבער בכל-אופן וועלן די רעזולטאטן אויף אייביג זיין דיינע. דו וועסט באצאלן פאר דער קאמפאני נאר דעם געווענליכן פרייז פון "האוסטינג" פון גוטער קוואליטעט, און דערפאר וועסטו באקומען מער *וועליו* ווי א דורכשניטליכער וועבמעסטער קען זיך אפילו פארשטעלן אין זיינע חלומות. זיי נעמען $299 א יאר, דהיינו בערך $29 א חודש, און אין דעם איז שוין אריינגערעכנט אלעס אלעס, מיט וועבדיזיין וכו', אבער אויב דארפסטו אי-קאמערס, דהיינו א שאפינג-קארט, וועט עס דיר קאסטן נאך עפעס, אבער ס'לוינט זיך לכל-הדעות פאר די רעזולטאטן וואס זיי ברענגען (זיי ווייזן עס אויף, און איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען העכסט-פארלעסליך, ואין דומה להם אויפן אינטערנעט), און בעיקר וועלן זיי דיר ארויסהאקן אלע שטותים און איינרעדענישן פון קאפ, אזעלכע וואס האבן שוין אפגעקאסט פאר מענטשן אן א שיעור ממון ודמים, ובמכירי קאמינא, מענטשן וואס האבן געצאלט צענדליגער טויזנטערס און עס נאכדעם אראפגעלאזט אין דער אפלויף-סיסטעם צוליבן נישט באקומען קיין רעזולטאטן. איך מוז דא צוגעבן אז ס'איז נישט קיין "גרינגע" סיסטעם וואס מ'מאכט דערפון גרינג און שנעל געלט איבערנאכט, אבער מיט געדולד און פלייס קען מען עס מאכן אויף א פראקטישן אופן מיט דער צייט, און מ'דארף קענען דערפאר יסודות'דיגע ענגליש אויך, כאטש מ'דארף נישט זיין דערפאר קיין גרויסער שרייבער.

6) ארויפלייגן פראדוקטן אויף איבעי, אמעזאן, שאפ-זיללא, פרייסגרעבער, שאפפינג.קאם, וכו', מען דארף וויסן וואו צו לייגן וואס, למשל אויף שאפזיללא זוכט מען נישט קיין צו טייערע זאכן אדג. אבער די שאלה איז צו וואס פעלט אויס צו בויען א וועבסייט אויב אזוי? שטעל ארויף אויף איבעי אן אן אייגענעם סייט, און פטור, פטור פטור פטור, פטור פטור פטור.

דער ענטפער דערויף איז אז בלי-ספק זענען דא מענטשן וואס מאכן א שיין לעבן מיט אזעלכע סייטס, אבער אזוי ווי דו זאגסט, מ'דארף וויסן וואס מ'טוט, נאר באמת איז עס נישט קיין גרויסע תורה, אויב דו ווייסט (קענסט בעטן איינער וואס טוט עס זאל דיר אביסל אויסלערנען) און דו האלטסט דערביי. אבער לגבי דיין שאלה, אויב אזוי פארוואס פעלט אויס א סייט, איז דער ענטפער אויף דעם, אז די דאזיגע מענטשן פארשטייען נישט אז דאס איז א טאג-טעגליכע שארט-טערם שפיל. אויפן פלאץ קענסטו מאכן געלט, אבער וואס איז א מינוט שפעטער? די באזוכער זענען נישט דיינע. דו ביסט אויף יענעמ'ס סייט. לעומת זה, אויב דו בויסט אן אייגענעם סייט - מיטן ריכטיגן מהלך - און עס שלעפט פון זיך כסדר הונדערטער און טויזנטער באזוכער, צוליב דעם וואס דו האסט עס געבויט אויפן ריכטיגן וועג, און עס קאסט דיר ניטאמאל קיין געלט צו באקומען די באזוכער, דאן איז עס אינו דומה. די באזוכער זענען דיינע, און דו ביסט נישט אנגעוויזן אויף קיינעמ'ס טובות און באגרעניצונגען. בפרט אויב דו באקומסט זייער קאנטאקט-אינפארמאציע דורך אן אפט-אין אי-מעיל, וואס דאס דארף מען חוץ דעם וויסן ווי אזוי צו טון ריכטיג, דאן זענען זיי דיינע לייף-טיים פראספעקטן אדער קאסטומערס. דו קענסט נאכדעם פארקויפן פאר זיי ענליכע פראדוקטן/סערוויסן איינמאל און נאכאמאל, דהיינו, אויב דו ווייסט ווי אזוי מ'מארקעט מיט אי-מעיל, וואס איז ווידער א לימוד פאר זיך, און ווער רעדט נאך פון קאמבינירן אנליין מיט אוו-ליין און שיקן פראמאושאנס נאכדעם פאר זיי אין דער געהעריגער פאסט, וואס ווידעראמאל דארף מען וויסן ווי אזוי עס צו טון, סיי פראקטיש און סיי לעגאל.

צום אויספיר - איך האף אז איך האב דיר דא עטוואס ארויסגעהאלפן מיט דעם אלעם. הצלחה!


ווער עס ווייסט אדער האט ידיעות אחרונות דערינען זאל ביטע מעלדן ולמצוה גדולה יחשב (איך ווייס נאכנישט וועלכע מצוה)


און אט איז נאך עפעס וואס ער שרייבט ווייטער:

מיליאן האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:גאר א גרויסן דאנק פאר די מיה פון אפטייפן די לאנגע מעסעזש.
בעיקר בין איך אינטערעסירט אין דעם וואס דו שרייבסט וועגן א פארלעסליכע סייט וואס ארבייט מיט SEO .
ביטע אדווייזן.
שוועמל


דער יסוד פון דער דאזיגער הצלחה איז אזוי: ווען איינער וויל האבן באזוכער אויף א סייט, דארף ער "וויסן" (נישט פאנטאזירן אז ער ווייסט) פינקטליך וועלכע ווערטער און צירופים פון ווערטער (קיווארדס און קיווארד-פראזעס) די מענטשן קלאפן אריין אין די זוך-מאשינען כדי צו געפינען וואס זיי זוכן.

דאן דארף ער וויסן וויפיל וועבסייטס קומען ארויף אין די רעזולטאטן ווען די מענטשן קלאפן אריין די ווערטער.

דאן דארף ער זען דעם חילוק צווישן דער צאל זוכער און ער צאל וועבסייטס (דימענד/סופליי). אויב די צאל זוכער איז גרעסער, איז דא א פאטענציאל. אויב פארקערט, איז דער פאטענציאל פיל שוואכער.

דער ציל דארף זיין אז ווען מ'זוכט, זאל דער וועבסייט ארויפקומען אין די ערשטע צען, אדער ווייניגסטנס אין די ערשטע 30 (וואס וועט ברענגען פיל ווייניגער באזוכער) רעזולטאטן. דאס איז מעגליך אויב די צאל זוכער פון די באשטימטע ווערטער איז גרעסער ווי די צאל וועבסייטס וואס קאנקורירן ארויפצוקומען וואס העכער.

אויב מ'פארשטייט דעם פשוט'ן קאנצעפט, איז פשוט אז עס לוינט זיך נישט אריינצושפרינגען אין א הייסן טאפ, וואו דער קאמפעטישאן איז ריזיג און שרעקעדיג. מ'דארף זוכן אן איידעלן ווינקל וואו מ'קען האבן בעסערע שאנסן. אוודאי איז קאמפעטישאן א גוטער סימן, און דעריבער לוינט זיך אריין צו גיין אין א ליין פון "האט אייטעמס", אבער נישט פרובירן צו קאנקורירן אויף דעם אלגעמיינעם פראדוקט אויף וואס יעדער שלאגט זיך, נאר אויסקלייבן א שטילערן עק אין דעם זעלבן מארק. צום ביישפיל, פרוביר זיך שלאגן אויף דער טעמע "ביכער" - וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען. די גרויסע לייבן שלאגן זיך דערפאר, און ס'איז נישטא קיין שאנס צו געווינען די שלאכט.

אויב איינער וויל זיך ספעציאליזירן אין "פסיכאלאגיע ביכער", איז די מעשה שוין אן אנדערע. נישט אז דא איז זיכער יא דא אן אויסזיכט, אבער אוודאי א גרעסערער שאנס ווי ביכער אין אלגעמיין. איך כאפן אן ביכער און פסיכאלאגיע ביכער נאר אלס א משל, לשבר את באוזן.

דאס איז איינס. דאן דארף מען פארשטיין אז דער אינטערנעט איז נישט קיין סטאר. מענטשן קומען נישט אין די מאסן, ווי צו א געשעפט וואס געפינט זיך אין א גוטן לאקאל. יעדער גייט ארויף שטיל און באזונדער, זוכט וואס ער וויל. ער זוכט נישט קיין גאנצע געשעפטן; ער זוכט איין ספעציפישע זאך אדער גרופע פון זאכן. אויך וויל ער נאך בדרך-כלל נישט קויפן; ער זוכט בלויז אינפארמאציע, רעוויוס וכו'.

דעריבער דארף דער סייט זיך קאנצענטרירן ארום א ספעציפישן פראדוקט, אדער ענג-פארבונדענע גרופע פון פראדוקטן/סערוויסעס - נישט צו ברייט, אבער אויך נישט אזוי שמאל אז עס זאל נישט זיין דארט קיין געהעריגער פאטענציאל. און דער סייט דארף זיך אפגעבן מיטן באזארגן אינפארמאציע וועגן די דאזיגע פראדוקטן, אויפריכטיג, פאר דער טובה פון דעם זוכער, און נישט פרובירן שטעלן דעם קוועטש פאר דער אייגענער טובה, צו מאכן געלט. דער יסוד איז צוטרוי. געלט איז די לעצטע אין דער ריי. סוף הכבוד לבא.

דאס איז עס אין קורצן. דערנאך בויט מען דעם וועבסייט, און יעדע זייט פון דעם וועבסייט דארף זיך קאנצענטרירן ארום איין קיווארד וואס דער מענטש זוכט אין דעם באשטימטן פעלד אויף וואס דער סייט באזירט זיך, און געבן אינפארמאציע אויף דער טעמע פון דאזיגן קיווארד. צוביסלעך בויט זיך א גרויסער סייט מיט פיל אינפארמאציע, אן אינהאלטסרייכער סייט, וואס איז געבויט ארום קיווארדס, און יעדע זייט, וואס איז געבויט ארום איין קיווארד, שלעפט אריין מענטשן פון נאך א ריכטונג. אזוי וואקסט די צאל באזוכער כסדר.

כדי דאס צו טון שנעלער און גרינגער, דארף מען האבן א טעכניק, וואס ווייזט מיט איין קוועטש פון א קנעפל הונדערטער ווערטער וואס מענטשן זוכן אין א באשטימטער אינדוסטריע און די צאל וועבסייטס וואס קומען ארויף און דעם באלאנס צווישן דער צאל זוכער און דער צאל וועבסייטס.

דאס איז עס בתכלית הקיצור. ס'איז דיר א נייער קאנצעפט, און ס'וועט דיר נעמען נאך פיל צייט און התבוננות דאס צו פארשטיין על בוריו. די קאמפאני פון וואס איך רעד גיט די גאנצע טרענירונג אויף דעם, סיי שריפטליך און סיי בילדליך מיט ווידעא. עס גיט אויך די פראגראם צו ווייזן דעם באלאנס פון זוכער/וועבסייטס. עס לערנט דיך ווי אזוי צו בויען דעם סייט טריט ביי טריט, אן דארפן וויסן דעם דזשיבריש פון פראגראמינג, קאודינג, HTML, אא"וו. עס גיט דיר פארטיגע טעמפלעטס, אזוי אז דו דארפסט נישט קיין וועב-דיזיינער/שמעבדיזיינער. עס גיט דיר האוסטינג און דאמעין נעים (און לערנט דיך ווי אזוי צו מאכן דעם נאמען פונעם סייט, נישט דאס וואס רוב עולם טוט), און עס מאכט אז דער סייט זאל זיין "אפטימייזט" פון אנהייב אן, אן דארפן עס-אי-אוס/שמעס-אי-אוס. מיט איין ווארט: אלץ וואס דו דארפסט האבן פאר דיין אנליין ביזנעס. וואס דיר בלייבט צו טון איז בלויז פארשטיין *דיין* ביזנעס, וויסן וואס דארט טוט זיך און ארויפלייגן די ריכטיגע אינפארמאציע, אבער אריינלייגן די ריכטיגע "קיווארדס" אין דער אינפארמאציע, לויט ווי די סיסטעם ווייזט דיר אויף טריט און שריט.

דאס איז די גאנצע תורה. עס נעמט לאנג צו בויען א גוטן סייט. מ'דארף געדולד און צייט. אבער די וואס טוען עס קומען גוט אן. אוודאי דארף מען אויך וויסן ווי אזוי צו שרייבן און בויען צוטרוי כדי די מענטשן זאלן קויפן; אז נישט, וועסטו האבן א סך וויזיטארס און ווייניג קונים - פונקט ווי א מענטש אין א סטאר דארף וויסן ווי אזוי צו זיין א סעילסמען און איבעררעדן דעם קונה צו קויפן. אבער דאס איז שוין אן אנדער מעשה. אן באזוכער הייבט זיך גארנישט אן.

ווען איינער בויט אזא סייט, קען ער טון וואס ער וויל איינמאל ער האט די באזוכער. ער קען פארקויפן אייגענע זאכן, אדער יענעמ'ס זאכן פאר א קאמישאן (אפיליעיט פראגראמס). ער קען אויך מאכן געלט פון "גוגל עדסענס" (להבדיל פון "עדווארדס") און אנדערע ענליכע פראגראמען.

דער סייט איז SITE SELL.COM.

יא, איך בין א גוטער און איך גיב דיר די אינפארמאציע, ווייל איך האלט אז ס'איז א מצוה דאס מודיע צו זיין פאר יעדן איד. איך זע צופיל אידן טאג-טעגליך וואס גייען צו וועב-דיזיינערס, צאלן טויזנטערס, פרובירן מאכן א סייט אויף פאלשע וועגן, און דערלייגן שווערע טויזנטערס און זעען קיינמאל נישט קיין רעזולטאטן דערפון. ס'איז א מצוה איבערצוגעבן די אינפארמאציע פאר יעדן איד.

איך קען האבן א טובת הנאה אויך. אויב דו אדער דיין חבר וויל דאס מאכן, איז אויב גייען זיי דורך מיין "לינק" און קויפן, צאלט מיר די קאמפאני א קאמישאן. איז אויב וועסטו וועלן, קענסטו מיר בעטן מיין לינק, וועל איך האבן דערפון א טובת הנאה אויך. אז נישט, איז אויך גוט. בכל-אופן, איז די אינפארמאציע דא געגעבן אן קיין פניות. ס'איז אמת ויציב און "קאמאן סענס", און ס'איז די איינציגע קאמפאני אויף דער וועלט וואס וועט דיר אזוי גוט און אזויפיל העלפן - פאר $299/א יאר אלעס צוזאמען (חוץ א שאפינג קארט וואס קאסט אביסל מער). דאס איז א פרייז וואס מ'צאלט סיי-ווי בלויז אויף צו האבן א גוטן האוסטינג, אן וועבדיזיין, און אוודאי אן דער גאנצער טרעינינג און דער גאנצער סיסטעם וואס זיי גיבן.

כ'האף אז ס'קומט דיר צונוץ די אינפארמאציע. הצלחה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 10, 2010 9:41 am

מיליאן האט געשריבן:איך האב זייער הנאה פון דיין אינפארמאציע. איך אייל זיך איצט, אבער כ'וועל דיר ענטפערן אי"ה מער באריכות, און אז וועסט זיך אויסגעבן פאר מיר מיט דיין ריכטיגער אידענטיטעט, וועל איך מיט דיר מער קאמוניקירן אין דעם, אויך אויפן טעלעפאן אויב דו ווילסט. נישטא פון וואס מורא צו האבן. איך האב געעצהט דאס זעלבע פאר אנדערע, און טייל האבן עס אויפגעכאפט און פארשטאנען און נאכגעפאלגט און זענען האפנטליך אויפן וועג צו הצלחה.

אין קורצן לאמיר דיר דא זאגן נאר אזויפיל, איך האב גענומען פערי מארשאלס קורסן, חוץ זיינע ביכער. וועסט לערנען פון זיינע ביכער אויך פיל מער ווי דו זעסט אויף זיין וועבסייט. איך גלייב אז עס לוינט זיך צו נעמען זיינע קורסן. די וואס ווייסן וואס טוט זיך מאכן עס. די אנדערע הייבן נישט אן צו וויסן וואספארא שפיל, וויסנשאפט און ביזנעס עס איז עדווארדס אדער פעי-פער-קליק סיסטעמען און דעם פאטענציאל דערפון.

וויבאלד דו טוסט שוין יא עדווארדס, מאך זיכער אז דו גרופירסט דיינע קיווארדס אין גאר שמאלע גרופעס. מאך זיכער אז דו טעסט יעדן איינציגן קיווארד און יעדע איינציגע גרופע, אז עס ליגט דער קיווארד אין דעם טיטל, אז דו "ספליט-טעסטסט", אז אויפן לענדינג פעידזש איז פאראן דער קיווארד אין דעם טיטל, אז דו האסט גענוג קאנטענט אין דעם וועבסייט וכו' וכו'. הער נישט אויף טעסטן און טרעקען. קענסט ניצן ספעציעלע געצייג וואס מאכן אז דער קיווארד זאל אריינקומען אלעמאל אויפן לענדינג פעידזש אויך. וויפיל דו וועסט טעסטן און אונטערזוכן רעזולטאטן און אויסקלייבן א געווינער, אלץ בעסערע רעזולטאטן וועסטו אי"ה האבן.

לגבי דיין סייט, ביסט גערעכט אז דער טיטל, מעטא טעג וכו' זענען וויכטיג, אבער עס זענען דא נאך פיל וויכטיגע זאכן. אזוי ווי איך האב דיר געזאגט, איז כדאי אז יעדער פעידזש זאל זיי ןגעבויט ארום איין איינציגן ספעציפישן קיווארד, מיט הויכן דימענד און רעלאטיוו-נידעריגן סופליי. אויסער דעם זאל זיין אריינגעשפריצט דורכן פעידזש אויך אלע ענליכע און איבעריגע קיווארדס. סייטסעל למשל האט א קנעפל "אנאלייז איט", עס וועט דיר זאגן צי דו האסט גענוג מאל אדער צו ווייניג מאל אריינגעלייגט אין די ריכטיגע פלעצער די ריכטיגע קיווארדס, און פינקטליך וואו יא און וואו נישט. סייטסעל איז א שונא מושבע צי "עס אי או" למיניהם. דער יסוד איז נישט צו מאכן טריקס מט די ענדזשינס, נאר דווקא גיין לויט זייערע כללים. איך האב א סייט וואס ציט צו ארום 700 באזוכער יעדן טאג.

וויבאלד דו מאכסט סעילס, איז נישטא וואס צו רעדן אז דו גייסט אריין אין דער קאטעגאריע פון די וואס האבן הצלחה אויפן אינטערנעט. דאס זענען בלויז א מיעוט. און וויבאלד דו מאכסט סעילס, איז אנצונעמען אז דו קענסט מאכן פיל, פיל, פיל מער. סיי דורכן נעמען די ריכטיגע שריט ארויסצונעמען פיל מער פון די באזוכער וואס דו האסט שוין, און אויך דורכן באקומען נאך פיל באזוכער.

אבער גאר וויכטיג איז אז דו זאלסט טעסטן, אונטערזוכן און פעסטשטעלן אויף זיכער וואס עס טוט זיך אויף דיין סייט, וואס דו באזוכער ווילן, וואס עס גייט פאר אין זייער מח, און אויך פינקטליך וועלכע קיווארדס זיי האבן געהאט געזוכט, וועלכע זייטן זיי האבן באזוכט, וואו זיי זענען אריין, וואו ארויס.

אויך איז גאר וויכטיג אז דו זאלסט באקומען א הויכן GOOGLE PR - "פעידזש רענק". דאס איז גאר וויכטיג נעבן דער נחיצות פון האבן גוטע אינפארמאציע אויף דיין סייט.

דערנאך איז וויכטיג צו כאפן דעם קאנטאקט פון די באזוכער, אזוי אז דו קענסט שפעטער אנטוויקלען א גוטע באציאונג און ארויסנעמען פון זיי נאך או נאך געלט.


יעצט לגבי עדווארדס און לענדינג פעיזשעס

די בעסטע זאך ביים טון עדווארדס איז אז די באזוכער זאלן לאנדן אויף א זייט וואס איז געווידמעט ספעציעל אויף צו נעמען זייער קאנטאקט-אינפארמאציע אין אויסטויש מיט עפעס אן אומזיסטע אדער ווערטפולע געשאנק פון דיר. דאס איז דער וועג ווי אזוי די בעסטע מארקעטערס טוען עס. אויב דו אינסטאלירסט אן ,אויטא רעספאנדער", איז נאך בעסער. דער אויפטו דערפון איז אז דו קוקסט מער אויף דער ווערט פון א לעבנסלענגלעכן קאסטומער, ווי אויפן באלדיגן פארדינסט פון אים, און דו שאצסט דעם ריווח פון דעם אייביגן קאסטומער קעגן דעם מאמענטאלן הפסד און הוצאה. אן אויטא-רעספאנדער וועט אים אויטאמאטיש צוריקברענגען עטליכע מאל און העכערן די שאנסן אים צו פארוואנדלען אין א קונה.

אויך איז כדאי אז דו זאלסט ארויפלייגן מיט שטארקע אותיות דיין טעלעפאן נומער אויף יעדער פון דיינע זייטן, אז די באזוכער זאלן דיך מער געטרויען, און בעיקר זיך טאקע מיט דיר פארבינדן, און אויב דו פארקויפסט טייערע זאכן, איז דאס נאך וויכטיגער. געדענק, אז דער דורכשניטליכער מענטש קויפט נישט ביים ערשטן מאל, נאר ערשט נאך 5-7 מאל זיך פארבינדן מיט אים און פארשטארקן מיט אים די באציאונג און געווינען זיין צוטרוי.

אויך איז כדאי צו אינסטאלירן א "טשעט" טעכניק, אזא וואס לאזט דיך אבסערווירן דעם באזוכער בשעת מעשה און זען אויב ער בלייבט שטעקן אוי ףא געוויסער זייט, אזוי אז דו קענסט ארויפשיקן א מעסעדזש אויף זיין קאמפיוטער פענסטערל און פרעגן צי ער דארף הילף. אויב מ'טוט דאס ריכטיג, קען דאס אליין פיל העכערן דעם פראצענט פארקויפונגען.

עס איז אויך ווערט אז דו זאלסט נעמען אין באטראכט צו מאכן געלט פון מער ווי איין וועג. דהיינו, אפילו אויב דו ביסט זייער דערפאלגרייך, ועולן בלויז א מיעוטא דמיעוטא קויפן פון דיר. די אנדערע, וואס זענען אבער דאך געקועמן צוליב אינטערעס אין דעם סערוויס, זענען מעגליך אינטערעסירט אין ענליכע סערוויסן, און אזוי אויך די וואס קויפן יא, קענען אויך זיי ןאינטערעסירט אין נאך ענליכע פראדוקטן/סערוויסן. דא קומט אונטער די מעגליכקייט צו מאכן געלט פון "אפיליעיט פראגראמען", דורך וועלכע דו ווערסט באצאלט *אויטאמאטיש* א קאמישאן אין אויסטויש מיטן שיקן א קאסטומער צו אן אנדערן ענליכן סייט, ווען יענער קויפט דארט עפעס איין, און טיילמאל אויך בלויז פאר א "ליעד".

גלייכצייטיג וועלן טייל באזוכער בלויז וועלן קליקן אויף לינקס, און דא קומט אריין די מעגליכקייט צו מאכן געלט פון אזעלכע סערוויסן ווי גוגל "עדסענס", כאטש דער עיקר וועג ווי אזוי דו ווילסט מאכן געלט קען נאך אלץ בלייבן דורכן פארקויפן דיין אייגענע סחורה.

דאס זענען מיינע ארעמע קאפיקעס פאר איצט, און כ'האף אז זיי קומען דיר צונוץ.
הצלחה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מיטוואך פאברואר 10, 2010 3:36 pm

א דאנק שוועמל/מיליאן, פארן דעליווערן אזא נארהאפטיגער ארטיקל וואס איר אינהאלטספולער תוכן איז אמת ויציב 100%, דאס ווארפט א שטארק קלארער בילד איבערן גאנצן נושא פון וועב-בילדינג, און בעיקר ארויסגעברענגט וואס "נישט" צו טון דאס וועט האפענטליך העלפן שפארן אידיש געלט פון גיין אין מיסט.

פארוואס שרייב איך דאס? ווייל איך קום שוין פון דארט, דורכגייענדיג שבעה מדורי גיהנום צאלענדיג די הויזן אויף די אויבענדערמאנטע און פאר אנדערע סייט בילדינג בלאפערייען ביזן עפענען מיין סייט. אבער ב"ה פאר איך האב אינגאנצן אויסגעליידיגט מיין טייסטער האט מען מיר פון אויבן אריינגעשיינט אביסעלע שכל איך זאל איינזעהן אז דאס אלעס וועט מיר אינערגעץ נישט ברענגען, נאר אויסצוגעבן נאך צייט און געלט, און אויב איז מען נישט באקאנט 100% וואזוי די זאכן ארבייטן דאן וועל'ך בלייבן כעני העומד בפתח מיט קיין ריין פעני צו די נשמה, דערפאר האב'ך בעוד מועד געדראפט די קרעפ און זיך ארויסגעצויגן פון די אלע 'שיין-קלונגענדע' געלט צאפערס, זאלן די אלע גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט...

און דאן איז געקומען די ישועה, מה עשה הקב"ה. האב איך פונקט דאן געטראפן א באקאנטן און פארציילענדיג מיין שווארץ מזל, גיט ער א זאג אז ער האט זיך לעצטענס אריינגעלייגט אין דיזיינען commerce-sites און ער איז מסכים מיר צו העלפן בויען א זייטל פאר א שפאט-ביליגער פרייז בכדי ער וויל שאפן ריפאטאציע ברויך ער א סעמפל סייט צו קענען ווייזן פאר פאטענציאלע קליענטן וואס ער קען אהערשטעלן, און הודו לה' ער איז געווען דער ריכטיגער שליח. און אט גרייט
איך מיך צו לאנטשן א מעכטיגער E-STORE בקרוב.

ע"כ אזוי ווי יענער איז נאך ניי און די ליין, און ער וויל ווערן אויפגעפיקט זאגט ער מיר אז ער איז מסכים צו געבן פאר נאך 2-1 קליענטן א שפאט ביליגער פרייז אויפצובויען אן e-commerce סייט כדי צו זיך אריינצובאקומען שטארק אוין די ליין.

איך מאך נישט קיין שום פערצענט דערויף, נאר אלטס א געהאלפענער קען איך באשטיין ארויסצוהעלפן נאך אפאר אידן וואס פלאגן זיך. נאר ערענסט פאראינטערסירטע זאלן זיך פארבינדען מיט מיר אין אישית און איך וועל זיי דערעקטן צום ריכטיגן פערזאן.



 
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מיטוואך פאברואר 10, 2010 6:13 pm

ווער עס ווייסט אדער האט ידיעות אחרונות דערינען זאל ביטע מעלדן ולמצוה גדולה יחשב (איך ווייס נאכנישט וועלכע מצוה)


עזוב תעזוב עמו :idea:
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט