אקאונטינג

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:03 am

יעצט באמערקט די אשכול, שלום עליכם אקאונטענט.

מיין ביזנעס הייסט פעטרישקע אינק. (למשל), ס'זענען דא מענטשן וואס שטעלן אויס טשעקס צו פעטרישקע פרינטינג ענד פאבלישינג אינק. און די באנק וויל עס נישט אקצאפטירן.
איך וויל וויסן וואס איך דארף טוהן אז די באנק זאל קענען אננעמען די טשעקס

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:28 am

JL ACCOUNTANT
דער פותח איז ניט דא געווען זייט 7 מאי 2014 21:56
איך בין ניט קיין אקונטענט איך וועל דיר ענטפערען פון אייגענע ערפארונג
זוגתי שתחי' האט א געשעפט מיט דעם נאמען NICHA SCHWARTZ ACCESSORIES
אבער זי ניצט א PERSONAL CHECKING ACCOUNT
פארוואס צאלען פאר א ביזנעס אקאנט
דער ATM גולם ביי סיטיבענק קוט נאר צי עס איז דא א פירקלעכץ ביי PAY TO
נאך ניט געהאט א פראבלעם מיט טשעקס אויסגעשטעלט צו NICHA SCHWARTZ ACCESSORIES
פריוו עס אין דיין באנק
זיי מיר מודיע אויב ניט איך האב אן אנדערע עצה אבער שוין אן אריכות מסביר זיין
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:11 am

יישר כח פאר אייער ענטפער, קודם כל א ביזנעס באנק אקאונט קאסט נישט אויפצוהאלן ביי עפל באנק ס'איז בחינם, נאכדעם, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מ'זאל קענען אריינלייגן א טשעק אויסגעשטעלט צו א ביזנעס אין א פריווייטע באנק אקאונט, עפל באנק איז זייער שטרענג מיט דעם אפשר דארף איך ווען טוישן באנק.
אויך קען זיין אז אייער פרוי'ס באנק נעמט עס אהן ווייל ס'איז דאך א פריווייטע נאמען, דאס אז מ'לייגט צו דאס ווארט ''ACCESSORIES" שטערט זיי אפשר נישט אזוי שטארק

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:22 am

משה הקטן האט געשריבן:יישר כח פאר אייער ענטפער, קודם כל א ביזנעס באנק אקאונט קאסט נישט אויפצוהאלן ביי עפל באנק ס'איז בחינם, נאכדעם, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מ'זאל קענען אריינלייגן א טשעק אויסגעשטעלט צו א ביזנעס אין א פריווייטע באנק אקאונט, עפל באנק איז זייער שטרענג מיט דעם אפשר דארף איך ווען טוישן באנק.
אויך קען זיין אז אייער פרוי'ס באנק נעמט עס אהן ווייל ס'איז דאך א פריווייטע נאמען, דאס אז מ'לייגט צו דאס ווארט ''ACCESSORIES" שטערט זיי אפשר נישט אזוי שטארק

דער ATM נעמט אן זעט אויס דער וואס עפענט דעם ATM איז אויך א גולם
די בשר ודם טעלערס ביים פענסטער מאכען יא שוועריגקייטען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:36 am

הער איך לכאורה ווענדט זיך ביי וועלכע באנק מ'גייט, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע סאלאשן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:47 am

פרעג דיין ברענטש מעידזשער צי אזא ENDORSEMENT (אינטערשריפט אויף די 2טע זייט) וועט העלפען
Capture.GIF
Capture.GIF (3.22 KiB) געזעהן 4015 מאל

איך האב עס געניצט ביי סיטיבענק לאנגע יארען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:16 pm

עפפל איז א שטרענגע גמ"ח נישט קיין באנק,
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:21 am

מיינע צוויי צענט,

די אויסגעשמועסטע סאלושענס דא וואס איז שייך ביי געוויסע בענק (אויף געוויסע אופנים) דורכצושטופן, זענען געווענליך נישט אויסגעהאלטן לויט די רעגולאציעס, און אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט איז דא א שטארקע מעגליכקייט פאר עגמ"נ, ועי' ערך "טשעיס" טירד פארטי (דאס איז די מערסט באקאנט, אבער ס'ליידער דא אסאך אידן וואס האבן לעצטנס געהאט גאר אסאך עגמ"נ מיט א וועריאציע פין בענק), די ריכטיגע עצה איז לכאורה צו פרעגן דעם באנק מענעדזשער (אדער זוכן אויפן באנק'ס וועבזייטל) וואס די אפיציעלע רעגולאציע'ס לויטען, און זיך האלטן צו דעם.

נאך אן עצה וואס איז פראקטיש, יוניווערסיאל און (לכאורה) אויסגעהאלטן, איז צו מאכן א די. בי. עי. פאר דיין ביזנעס לויט די צפעציפישע סערוויס וואס דיין קאמפאני שטעלט צו (מ'קען דאס אלעמאל טוישן שפעטער) און טאקע אזוי מאכן דעם נאמען פינעם באנק אקאונט.

למשל, אין דיין פאל מאך א די. בי. עי. "פעטרישקע פרינטינג ענד פאבלישינג", וואס דו פארדינט איז אזוי, קודם די מענטשן וואס שטעלן ממילא אויס טשעקס צו דעם נאמען אידאך גוט, און די וואס שטעלן אויס סתם צו "פעטרישקע" איז דאך אויך גוט, סיי ווייל דאס איז דאך דער אריגינאלע קארפארעישאן נאמען, און סיי ווייל ס'דאך פארט א חלק פין די נאמען, (די זעלבע ווי למשל אויב איינער הייסט משה אייזנקראצער און ער האלט און די האנט א טשעק אויסגעשטעלט צו משה, אפגערעדט אויב שטייט משה א. וועט דאס די באנק אננﬠמﬠן) דער עיקר ס'נישט קיין סתירה צו דעם אקאונטס נאמען, אשטייגער ווי "בכלל מתיים מנה", משא"כ אויפ'ן יעצטיגן אופן אז די נאמען איז נאר "פעטרישקע" אליינס און דער עולם שרייבט צו נאך ווערטער דערצו אידאך דאס שוין אנאנדער נאמען, א בחינה פון "כל המוסיף גורע".

אויב עפעס אינישט קלאר פרעג איבער.
_____

דיסקלעימער: איך ביניש קיין אקאונטענט, ורק הנלע"ד - פין מיין ביסל וויסענשאפט - כתבתי.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:41 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:38 am

קיקיון אין אן אישי האט געשריבן:PETRUHSKA INC
?
אפשר מאך א DBA פאר די קארפארעשאן און עפען אן אקאונט אלס
PETRUHSKA INC
DBA
PETRUHSKA PUBLISHING

קאוד: וועל אויס אלע

Registered Entities Such as Corporations and LLC’s Doing Business in New York State

There are times when a registered business entity wishes to do business under a name separate and apart from the registered business name (often a large holding company may have multiple brands and locations.)  In that case a filing with the New York State Department (as opposed to a county clerk filing above) is in order.  See New York General Business Law Section 130(1)(b).

http://wrlawfirm.com/BlogWP/startup/the ... siness-as/

קאוד: וועל אויס אלע

Answer: If a check is payable to a corporation, it should be deposited ONLY into the corporate account. The new Uniform Commercial Code addresses this by saying that you can be liable to the rest of the corporate officers if you accept the deposit into one of the principal's accounts instead of the corporate account.

PLUS IRS PROBLEMS
http://www.bankersonline.com/articles/b ... 06a19.html

און אזוי ווי ידידיני אבער וואס האט געשריבען
דיסקלעימער: איך ביניש קיין אקאונטענט, ורק הנלע"ד - פין מיין ביסל ערפארונג און זיכנעיש כתבתי

א שטיקעל הבהרה !
זוגתי שתחי' איז ניט אינקארפערעיטעד און האט ניט קיין שותפים
זי האלט א באזינדערען אקאונט פאר דעם מסחר
און האט א BUSINESS CERTIFICATE פאר דעם DBA

איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:23 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:מיינע צוויי צענט,

די אויסגעשמועסטע סאלושענס דא וואס איז שייך ביי געוויסע בענק (אויף געוויסע אופנים) דורכצושטופן, זענען געווענליך נישט אויסגעהאלטן לויט די רעגולאציעס, און אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט איז דא א שטארקע מעגליכקייט פאר עגמ"נ, ועי' ערך "טשעיס" טירד פארטי (דאס איז די מערסט באקאנט, אבער ס'ליידער דא אסאך אידן וואס האבן לעצטנס געהאט גאר אסאך עגמ"נ מיט א וועריאציע פין בענק), די ריכטיגע עצה איז לכאורה צו פרעגן דעם באנק מענעדזשער (אדער זוכן אויפן באנק'ס וועבזייטל) וואס די אפיציעלע רעגולאציע'ס לויטען, און זיך האלטן צו דעם.

נאך אן עצה וואס איז פראקטיש, יוניווערסיאל און (לכאורה) אויסגעהאלטן, איז צו מאכן א די. בי. עי. פאר דיין ביזנעס לויט די צפעציפישע סערוויס וואס דיין קאמפאני שטעלט צו (מ'קען דאס אלעמאל טוישן שפעטער) און טאקע אזוי מאכן דעם נאמען פינעם באנק אקאונט.

למשל, אין דיין פאל מאך א די. בי. עי. "פעטרישקע פרינטינג ענד פאבלישינג", וואס דו פארדינט איז אזוי, קודם די מענטשן וואס שטעלן ממילא אויס טשעקס צו דעם נאמען אידאך גוט, און די וואס שטעלן אויס סתם צו "פעטרישקע" איז דאך אויך גוט, סיי ווייל דאס איז דאך דער אריגינאלע קארפארעישאן נאמען, און סיי ווייל ס'דאך פארט א חלק פין די נאמען, (די זעלבע ווי למשל אויב איינער הייסט משה אייזנקראצער און ער האלט און די האנט א טשעק אויסגעשטעלט צו משה, אפגערעדט אויב שטייט משה א. וועט דאס די באנק אננﬠמﬠן) דער עיקר ס'נישט קיין סתירה צו דעם אקאונטס נאמען, אשטייגער ווי "בכלל מתיים מנה", משא"כ אויפ'ן יעצטיגן אופן אז די נאמען איז נאר "פעטרישקע" אליינס און דער עולם שרייבט צו נאך ווערטער דערצו אידאך דאס שוין אנאנדער נאמען, א בחינה פון "כל המוסיף גורע".

אויב עפעס אינישט קלאר פרעג איבער.

יישר כח.
עפעס האט די באנק מעניזשער געדרשנט אז איך דארף עפעס פיילן איך האב נישט פארשטאנען דערפאר האב איך געפרעגט דא, אפשר טאקע האט ער געזאגט א די בי עי, וואס איז א די בי עי און וויאזוי בין איך עס מוסיף צו די ביזנעס?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:44 am

א די בי עי איז DOING BUSINESS AS
דאס הייסט אז מען רגעסטרירט מיט די ממשלה אז איך פלוני טו געשעפען אלס פלוני אלמוני
א יחיד טוט דאס ביים קאונטי קלערק COUNTY CLERK די פארם'ס דערפאר
BUSINESS CERTIFICATE
קען מען באקומען און א COMMERCIAL STATIONARY
פאר א קארפערעשאן זעה דא
===============
אז די פרגעגסט דא זעט אויס אז די ביזט א מתחיל און האסט נאך ניט קיין אקאונטענט וועם די קענסט פרגעגען
אויב די ביסט INCORPORATED זיך שוין ! עס איז נאך דא א סך זאכען וואס מען דארף ערלעדיגען נאך פאר סוף יאר!
אפילו ניט INCORPORATED דארף הדרכה
האסט ארביייטער ?
ביסט רעגעסטרירט ביי SALES TAX ?
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

Hershela
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 10:22 pm

תגובהדורך Hershela » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 11:43 am

איז א st121 יא גיט ? וואס טי איך אז די חברה נעמען אן אלעס א-חוץ st120 ? איז דא עפעס א פארם וואס א ריסעללער קען ניצען חוץ st120 ?
קיקיון האט געשריבן:st 119.1
איז פאר
Not-for-profit religious, charitable, educational, or other organizations (often called section 501(c)(3)) organizations

פאר ריסעללערס
RESALE CERTIFICATE
נור ערווארט ניט אז א סוחר וואס פארקויפט וועש זאל אננעמען אזא צעטיל פון איינעם וואס פארקויפט פלומבינג סופלייס
ער דארף דאך האלטען חשבון פון זיינע TAX EXEMPT SALES
Capture.JPG

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 12:35 pm

Hershela האט געשריבן:איז א st121 יא גיט ? וואס טי איך אז די חברה נעמען אן אלעס א-חוץ st120 ? איז דא עפעס א פארם וואס א ריסעללער קען ניצען חוץ st120 ?

איך האב געכאפט א בליק אין http://www.tax.ny.gov/
st121 איז נישט פאר ריסעיל
דא האסט א רשימה פון די פראדוקטען און סערוויסעס וואס עס דעקט
זעט אויס אז עס איז בעיקר זאכען וואס מען ניצט אין פארשידענע ביזנעס'עס
ווער זענען דיינע סופלייערס? חוץ פון ניו יארק? פארוואס פרעגסט זיי נישט פארוואס נישט st120 און וואס יא?
און והעולה על כונה פארוואס האסט נישט קיין אקאנטענט וועם די קענסט פרעגען ?
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

Hershela
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 10:22 pm

תגובהדורך Hershela » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 12:41 pm

זיי נעמען אלעס אהן א-חוץ st120 ווייל זיי פארקויפען נישט אפיציעל פאר ריסעללערס. די שאלה איז אויב איך פון מיין זייט קען ניצען עפעס אנדערש א-חוץ st120 .

מיין אקאוינטענט איז נישט אויסגעקאכט און די נושא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 1:05 pm

Hershela האט געשריבן:זיי נעמען אלעס אהן א-חוץ st120 ווייל זיי פארקויפען נישט אפיציעל פאר ריסעללערס. די שאלה איז אויב איך פון מיין זייט קען ניצען עפעס אנדערש א-חוץ st120 .

מיין אקאוינטענט איז נישט אויסגעקאכט און די נושא

וואס מיינסט מיט דעם? קודם המכר ? ביסט דאך א תולה בדעת אחרים
א ST120 ווילען זיי נישט אנננעמען א ST121 איז אין דיין פאל קעגען די חוקי המדינה
אולי קויפען פון אן OUT OF STATE אדרעסס?
לאחר המעשה און די האסט באצאלט ווי א טאטעלע און די ווילסט א ריפאנד פון די סטעיט
דא איז א REFUND APPLICATION
אזוי פיל קען דיין אקאנטענט יא טוען און אנריעפען די סטעיט Sales Tax Information Center 518-485-2889 פרעגען
צד די קענסט פארלאנגען א ריפאנד
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג פאברואר 20, 2015 1:07 am

באקימען אויף בליץ-פאסט פון מיין אקאנטענט
IRS.GIF

בקיצור נמרץ
די IRS שיקט נישט קיין EMAIL
און ריפט נישט אןיפען טעלעפאן

נישט כאפען קיין התפעלות
נישט ענטפערן קיין EMAIL און נישט קוועטשען אויף לינקס
קלאפט אראפ דעם טעלעפאן
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג פאברואר 20, 2015 10:09 am

יישר ר' קיקיון פארן אונז אינזין האבן און עס אהערשטעלן!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג פאברואר 20, 2015 10:48 am

קנאפער ידען האט געשריבן:יישר ר' קיקיון פארן אונז אינזין האבן און עס אהערשטעלן!

פאר וועם אז נישט פאר דיר וועט איינפאלען לעבדיג מאכען דעם אשכול אז נאך אידען זאלען
זעהן די וויכטיגע הודעה
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

חוקי סדום וכעלעם

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:21 pm

מיין אקאנטענט האט מיר דערציילט אז ער וועט דארפען מהיום והלאה דארפען צאלען 1$ א חודש פאר health insurance
וואס איז ? פונקט דער 1$ שפילט א ראלע?
ער איז א SENIOR MANAGER ביי אן אקאנטענט פירמע און ער און 3 אנדערע מיט דעם ראנג האט דאס ביז היינט באקומען אומזיסט
אזוי ווי די פירמע איז אריבער צו ADP פאר אלע HUMAN RESOURCES און ADP ווייסט נישט קיין חילוק
און פאר SENIOR MANAGER און MANAGER
איז דא נור איין CLASSIFICATION מוז יעדער באצאלען
---
האפענטליך וועט ער מיט דעם יוצא זיין "הוצאות לצרכי רפואה"
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:42 pm

איך זיך א שטארט וואס ברענג אראפ די נומערן פון די טעק קרעדיט פאר א משפחה מיט קינדער געוואנדן לויט וויפיל מ'פארדינט
קען מיר איינער שיקן א לינק צו אזא CHART?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 7:43 am

איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 3:43 pm

עס האט אימיצער W2 און W3 פארמ'ס אין וועלכע מען אריינטיימען אויפען קאמפיוטער?
איך האב פארלייגט דעם PASSWORD פון זוגתי שתחי' ON LINE ACCOUNT ביי די ממשלה יר"ה
גיי געדענק ווי אזוי איך האב געספעלט מיין עלטסטטער נעפיו'ס און מיין עלטסטטע ניכטע'ס נעמען
מיז איך יעצט ווארטען אז זיי זלען מיר שיקען אויף די פאסט און דער דעדליין איז אין 2 טעג
איך האב מורא אז איך וועל מיזען צוריק רוקען דעם זייגער און אויסשטעלען מיט א פעדער
(גיי זוך אויס א טייפרייטער)

אפשר קען אימיצער מאכען פון https://www.irs.gov/pub/irs-pdf/fw2.pdf א FILL IN PDF ??
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 3:49 pm

די קענסט עס שרייבן מיט די הענט
איך טו אזוי

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 30, 2016 8:12 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:מיינע צוויי צענט,

די אויסגעשמועסטע סאלושענס דא וואס איז שייך ביי געוויסע בענק (אויף געוויסע אופנים) דורכצושטופן, זענען געווענליך נישט אויסגעהאלטן לויט די רעגולאציעס, און אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט איז דא א שטארקע מעגליכקייט פאר עגמ"נ, ועי' ערך "טשעיס" טירד פארטי (דאס איז די מערסט באקאנט, אבער ס'ליידער דא אסאך אידן וואס האבן לעצטנס געהאט גאר אסאך עגמ"נ מיט א וועריאציע פין בענק), די ריכטיגע עצה איז לכאורה צו פרעגן דעם באנק מענעדזשער (אדער זוכן אויפן באנק'ס וועבזייטל) וואס די אפיציעלע רעגולאציע'ס לויטען, און זיך האלטן צו דעם.

נאך אן עצה וואס איז פראקטיש, יוניווערסיאל און (לכאורה) אויסגעהאלטן, איז צו מאכן א די. בי. עי. פאר דיין ביזנעס לויט די צפעציפישע סערוויס וואס דיין קאמפאני שטעלט צו (מ'קען דאס אלעמאל טוישן שפעטער) און טאקע אזוי מאכן דעם נאמען פינעם באנק אקאונט.

למשל, אין דיין פאל מאך א די. בי. עי. "פעטרישקע פרינטינג ענד פאבלישינג", וואס דו פארדינט איז אזוי, קודם די מענטשן וואס שטעלן ממילא אויס טשעקס צו דעם נאמען אידאך גוט, און די וואס שטעלן אויס סתם צו "פעטרישקע" איז דאך אויך גוט, סיי ווייל דאס איז דאך דער אריגינאלע קארפארעישאן נאמען, און סיי ווייל ס'דאך פארט א חלק פין די נאמען, (די זעלבע ווי למשל אויב איינער הייסט משה אייזנקראצער און ער האלט און די האנט א טשעק אויסגעשטעלט צו משה, אפגערעדט אויב שטייט משה א. וועט דאס די באנק אננﬠמﬠן) דער עיקר ס'נישט קיין סתירה צו דעם אקאונטס נאמען, אשטייגער ווי "בכלל מתיים מנה", משא"כ אויפ'ן יעצטיגן אופן אז די נאמען איז נאר "פעטרישקע" אליינס און דער עולם שרייבט צו נאך ווערטער דערצו אידאך דאס שוין אנאנדער נאמען, א בחינה פון "כל המוסיף גורע".

אויב עפעס אינישט קלאר פרעג איבער.
_____

דיסקלעימער: איך ביניש קיין אקאונטענט, ורק הנלע"ד - פין מיין ביסל וויסענשאפט - כתבתי.

טעות!

אונזער ביזנעס הייסט "וויליאמסבורג כאפצעם קארפ."
טשעיס טעלערס זענען גאר שטרענג נישט אנצונעמען טשעקס וואס זענען אויסגעשטעלט צו "כאפצעם קארפ."
ס'מוז זיין די פונקטליכער נאמען.

די סעלושן איז אדער צו איינגעבן אלע מעגליכע נעמען וויאזוי מענטשן שרייבן די טשעקס צו דיר אדער א גרינגערע וועג ווי דערמאנט צו דעפאזעטן אינעם מאשין... וכן אנו נוהגים.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש ינואר 30, 2016 8:45 pm

כאפצעם האט געשריבן:

גיי געדענק וואס איך האב אינזין געהאט ביים שרייבן די תגובה, כאטש פין דעם סגנון זעט מיר אויס אז כ'האב עס געשריבן פין ידיעה, בינעך אבער מער ווי גרייט צו הערן אויב ס'דא אנדערע וואס האבן יא געהאט פראבלעמען, זאלן אנדערע וויסן אכטונג צו געבן.

ס'איז מיר אבער אינטערעסאנט צו וויסן אויב איר האט פראבירט אויף דעם אופן ווי איך האב געשריבן אז בכלל מתיים מנה, וואס קומט אויס אין אייער פאל שרייבן "וויליאמסבורג" אליינס נישט "כאפצעם" וואס איז א מיטעלסטע ווארט, מסברא וואלט איך נאך אלץ געזאגט אז דאס וואלט יא געארבעט (אפשר "וויליאמסבורג" נישט, ווייל ס'צו א דשענערעל ווארט, ביגד"פ), ווייל אז אייער ביזנעס נאמען הייבט זיך אזוי אן, און האלט דעם טשעק אין די האנט, מאכט סענס אז דער טשעק שרייבער האט טאקע געמיינט דעם ענטיטי, כאטש געזעץ מוז נישט אלץ שטימען מיט שכל, איז אבער אין די פינאנציעלע וועלט יא דא אזא מושג.

פארשטייט זיך, ווי איך דארט שוין געשריבן, אז ס'איז אוודאי די לכתחילה'דיגע וועג אויסצושרייבן די טשעק'ס צו דעם נאמען וואס איז אויפן אקאונט, איך פארשטיי נאר אז די שאלה איז געווען בדיעבד, לדוגמה אז מ'האלט שוין דעם טשעק אין די האנט, אדער מענטשן מחמת סיבה האלטן זיך אין איין טועה זיין.

און געדענקט; צו שפארן עגמ"נ, איז אלעמאל וויכטיג צו קאנסולטן א לויער אדער לייסענסד CPA פאר אלע אייערע לעגאלע און למעשה'דיגע פינאציעלע ענינים.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט