עפענען א נייע ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג ינואר 31, 2012 12:49 am

אויב האסטו שוין א באנק אקאונט וכדומה, און ביסט מסודר ביז אהין, דאן רוף אן איינע פון די היימישע עידשענטס (כ'האב נישט די נומערן צו די האנט, ס'איז זיכער דא וואס האבן עס יא...) און פרוביר צו הערן וואספארא דיעלס דו קענסט באקומען.

די עידשענטס זענען: פידעליטי, היי טעק, אמעריקארד, ווער נאך?
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג ינואר 31, 2012 1:18 am

מיין קשיא איז אויב אויף אייועלט איז דא אן עידזשינט פון איינע פין די היימישע קאמפעניס
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג ינואר 31, 2012 10:14 am

אזוי ווי שוין געשריבן אויבן איז דא עטליכע אידישע קאמפאניס וואס טוען קרעדיט קארד פראסעסינג, אז די ווילסט קענסטו זיכן אויפן געוועב פארן בעסטען איך האב אויך פון דארט גענומען, דארפסט קוקן סיין אויפן פראצענט וואס זיי רעכענען פאר יעדע סארט קארד סיי אויפן חודש'ליכן טשאדש אויב עס איז דא.
איין זאך דארפסטו וויכטיג וויסן אז דאס גייט דיר קאסטן און די דארפסט בשעת'ן באשטימען די פרייז דאס צולייגן נישט נאר צו מענטשן וואס באצאלן מיט קרעדיט קארד ווייל דאס טוט וויי פאר אסאך מענטשן קאסטומערס האבן דאס נישט ליב.
איך האב נאך לאנדא און גראס נישט געהערט, אבער זיך אסאך געלערנט און געטוען אין די נושא איך מיין אז אסאך מענטשען האבן דאס נישט ארויס.

פרעגט אייער ווייב אויב זי וואלט ענדערש געקויפט ביי לעפקאוויטש אדער ביי חוי קעץ וועגן זייער אדווערטייזמען אדער וועגן זייער לאגא איך בין כמעט זיכער אז זי האט דאס נאך קיינמאל נישט געזען, דיך וואלט איך געפרעגט אויב די וואלסט ענדערש געגאנגען צו ODA אדער צו QUALITY וועגן זייער לאגא? אדער ענדערש צו קרויס היטן ווי שלעזינגער וועגן זייער לאגא אדער צו מילער קעגן קרויס שטריימלעך וועגן די לאגא? איינער קויפט ענדערש ביי G&G אדער GB וועגן די לאגא? אדאי נישט דאס איז אבסורד, נאר וואס דען, די ערשטע זאך אויב מ'וויל זיך ברענדן איז ביי זיך אליין אפמאכן און פארשטיין אליין וואס עס גייט זיין דיין מעסעדש וואס פרויען זאלן וועלן גיין צו דיר אנשטאט צום קאמפעטישען, דאס אז די ביסט ביליגער אדער אין געגנט איז נישט גענוג, למשל אז קרויס איך אויפגעקומען מיט הארטע ברימען קעגן סעלקא דאס האט יעדער חדר אינגל געוואסט אדער כובע קעגן פעלטי דאס איז געווען זייער ברענדינג און דארף שטיין אויף יעדע עד אפילו נאר לאקאל דאס דארף ליגן אין יעדע מעסעדש נישט פרובירן צו כאפן אלע קאסטעמערס פון אלע קאטעגאריעס.

למשל איך די גויאישע וועלט איז דא דאמינאס פיצא וואס לויט ווי זיי געבן איבער איז דאס נישט אין מויל אריינצונעמען, און זייער ברענדינג איז "גאראנטירט דעליווערי אין א האלבע שעה", זיי מאכן מיטש דעם זיכער אז ווען איינער וויל צושטעלן א שנעלע סעודה טראכט ער פון דאמינאס, דאס מיינט נישט אז נאר מענטשן וואס יאגן זיך וועלן דארט קויפן.

אויב מען איז מצליח מיט די ברענדיג און ווען א מענטש וואס זעט דיין נאמן ווייסט וואס דיין שטארקייט איז דעמאלטס איז א לאגא אי גוטע זאך ס'העלפט מער א מענטש'ס מוח אייך צו געדענקען און ווען ער זעט נאר אייער נאמען כאפט עס זיין מוח אויף במילא דארפט איר גארנישט שרייבן נאר אייער לאגא און עס טוט שוין די ארבעט פאר אייך.

ליידער ספענט אונזער עולם אסאך אסאך אומזיסטיגע געלטער וואס העלפט און ברענגט גארנישט.
איך מיין א אשכול פון דעם אויב איז נאך נישטא וואלט געהאלפן אסאך מענטשן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג ינואר 31, 2012 10:23 am

jkup50 האט געשריבן:וואס טוטזיך מיט אקרעדיט קארט מאשין וויאזוי ארבעט דאס?
איז דא דא א היימישער עדשינט?


שוועמל איז זייער גוט מסביר דא די גאנצע קרעדיט קארד פראסעסינג סיסטעם.

viewtopic.php?f=26&t=7131

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג ינואר 31, 2012 11:24 am

זאל ער קומען;
לאמיר דיר געבן א משל.
שרייבט א מענטש צו זיין חבר א זייער שיינע בריוו, ממש דברים היוצאים מן הלב. צום סוף שרייבט ער נישט אונטער זיין נאמען, נאר שפעטער שיקט ער נייע בריוול אז "די שיינע בריוו וואס דו האסט באקומען א שטיק צייט צוריק, דאס האב איך געשריבן"...
דאס רופט מען "נאנסענס" אין אסאך פלעצער.
אז דו קענסט שיקן א בריוו און אויפן זעלבן פאפיר זיך אונטערשרייבן, דארף מען זיין אן אידיאט דאס נישט צו טון.

איך וויל דו זאלסט מיר טרעפן איין אמת'ע מארקעטינג עקספערט, נישט זעלבסט-דערקלערטע מענטשן וואס "האבן אליינס איינגעזען", וואס זאגט אז א "פראפעשאנעל" לאגא איז נישט וויכטיג.

שטעל דיך פאר ס'ווערט דיר געבוירן א יונגעלע בשעטומ"צ. מזל טוב.
ס'קומט צום ברית, יעצט אויסער וואס דו קענסט געבן וועלכע נאמען דו ווילסט, קענסטו אויך אפמאכן וויאזוי דיין יונגעלע זאל אויסקוקן... קענסט זאגן פארן מוהל צו ווער, מאך אים א טראפ א קלענערע נאז, איך וויל ער זאל אויסקוקן ווי דעם רבי'ן שליט"א אין די יונגע יארן וכדו'.
נישט שלעכט, הא?
ממש דאס געשעט ווען א מענטש עפנט א נייע ביזנעס. ער קען -אין א געוויסן זין- אפמאכן וויאזוי זיין ניי-געבוירן ביזנעס זאל אויסקוקן.
ווי געזאגט, די לאגא איז ווי דער פנים פונעם ביזנעס. אז דו מאכסט נישט קיין לאגא, האסטו ביזדערווייל נישט קיין "פעיס" וויאזוי מ'זאל דיר דערקענען.
נאכדעם, פארשטייט זיך, אויב ווילסטו יא זיך "באווייזן דעם פנים" דארפסטו זען אז דו זאלסט אויסקוקן ווי א נארמאלע בריאה. אבער דאס איז שוין אן עקסטערע שמועס. 
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג ינואר 31, 2012 7:02 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:זאל ער קומען;
לאמיר דיר געבן א משל.
שרייבט א מענטש צו זיין חבר א זייער שיינע בריוו, ממש דברים היוצאים מן הלב. צום סוף שרייבט ער נישט אונטער זיין נאמען, נאר שפעטער שיקט ער נייע בריוול אז "די שיינע בריוו וואס דו האסט באקומען א שטיק צייט צוריק, דאס האב איך געשריבן"...
דאס רופט מען "נאנסענס" אין אסאך פלעצער.
אז דו קענסט שיקן א בריוו און אויפן זעלבן פאפיר זיך אונטערשרייבן, דארף מען זיין אן אידיאט דאס נישט צו טון.

איך וויל דו זאלסט מיר טרעפן איין אמת'ע מארקעטינג עקספערט, נישט זעלבסט-דערקלערטע מענטשן וואס "האבן אליינס איינגעזען", וואס זאגט אז א "פראפעשאנעל" לאגא איז נישט וויכטיג.


שטעל דיך פאר ס'ווערט דיר געבוירן א יונגעלע בשעטומ"צ. מזל טוב.
ס'קומט צום ברית, יעצט אויסער וואס דו קענסט געבן וועלכע נאמען דו ווילסט, קענסטו אויך אפמאכן וויאזוי דיין יונגעלע זאל אויסקוקן... קענסט זאגן פארן מוהל צו ווער, מאך אים א טראפ א קלענערע נאז, איך וויל ער זאל אויסקוקן ווי דעם רבי'ן שליט"א אין די יונגע יארן וכדו'.
נישט שלעכט, הא?
ממש דאס געשעט ווען א מענטש עפנט א נייע ביזנעס. ער קען -אין א געוויסן זין- אפמאכן וויאזוי זיין ניי-געבוירן ביזנעס זאל אויסקוקן.
ווי געזאגט, די לאגא איז ווי דער פנים פונעם ביזנעס. אז דו מאכסט נישט קיין לאגא, האסטו ביזדערווייל נישט קיין "פעיס" וויאזוי מ'זאל דיר דערקענען.
נאכדעם, פארשטייט זיך, אויב ווילסטו יא זיך "באווייזן דעם פנים" דארפסטו זען אז דו זאלסט אויסקוקן ווי א נארמאלע בריאה. אבער דאס איז שוין אן עקסטערע שמועס.


די האלסט טאקע אז א ליידיגע בריוו מיט א אינטערשריפט איז בכלל רעלעוואנט?
אזוי זעען ליידער אויס פילע קאמפאניעס און פון דעם האב איך גערעדט.
והשנית ווער האט געזאגט נישט שרייבן קיין נאמען? מ'האט נאר גערעדט אז ביז דער בריוו איז נישט צום דבר "ממש דברים היוצאים מן הלב" דאס מיינט דער מעסעדש איז גארנישט ווערט איז נישט וואס צו מאכן קיין אינטערשריפט, און אפילו מ'מאכט יא א אינטערשריפט מוז עס נישט זיין עפעס הו נאס וואט, און אפילו יא וועט עס נאר העלפן דעם קאסטומער זיך דערמאנען וואס דיין מעסעדש איז אבער פאר דעם גארנישט.

לגבי דיין ברית משל. אבי גערעדט זיי מיר מוחל אבער יעדע נארמאלע ביזנעס דארף האבן א נארמאלע פלענינג וואס דארף איבער גערעדט ווערן מיט מומחים וואס דארפן קענען פארשטיין וואס דיין מעסעדש איז ווער דיין טארגעטעט קאסטומער איז און וואס גייט ברענגען מענטשען די ענד אויף די דעי צו דיר אוודאי אויב ח"ו עס ארבעט זיך נישט אויס וואס אויב מ'האט א פלענינג באמערקט מען עס פיל פריער ווייל מ'זעט אז די נומערן שטימען נישט און מ'קען זען וואס צו פארעכטן דאס איז סאך סאך וויכטיגער ווי א לאגא און נאכמער אסאך מאל טוישט מען די גאנצע מעסעדש און די לאגא מוז אויך געטוישט ווערן.

גיב מיר איין משל ווי דער לוגא האט געמאכט די פעיס פאר די ביזנעס פאר די מעסעדש, כמעט אלע גרויסע ביזנעס וואס די קענסט היינט איז די לאגא אינטער געקומען א סאך שפעטער ווי די סוקסעס פון די קאמפאני און אסאך האבן אפילו געטוישט די נאמען פון די ביזנעס ביז ס'איז געווען סוקסעספול נאכדעם האט מען אהער געשטעלט די לאגא ( אזוי ווי אייוועלט)

אין איין ווארט די חכמה פון א לאגא איז ארויסצורברענגן די מעסידש און די שטארקייט פון די ביזנעס אין א בילד, אסאך מאל ווערט מען דאס געוואויר אסאך שפעטער ווען די ביזנעס איז שוין לאנג סוקסעספול.

איך האב דיר פריער געשריבן אז די אידישע מארקעטערס האבעך נאכנישט געהערט קען זיין זיי זאגן גוט קען זיין נישט, איך האב געהערט די גרעסטע גויאישע מארקעטער'ס אין עס איז נישטא איינער וואס קריגט אין דעם.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג ינואר 31, 2012 11:08 pm

איך טראכט וויפיל מאל נאך איך וועל דארפן שרייבן דאס ווארט "פראפעשאנעל" ביז דער עולם וועט זיך כאפן אז איך רעד פון פראפעשאנעל. סאו ביטע רעד מער נישט פון "ליידיגע בריוו".
און יא, אויב דיין אויסזען "קען" זיך ווענדן אין אן אונטערשריפט, דארפסטו זען אז ס'זאל זיין גוט.

ביזנעס פלענינג איז דער גוף פון א ביזנעס. א לאגא איז דער פנים.

איך ווייס נישט וואס דו רופסט אן "מעסעדש", אבער א strategy איז זייער א וויכטיגע זאך פאר א ביזנעס.דער בעה"ב דארף וויסן מיט וואס ער איז בעסער פון זיין קאמפעטישן, וואס אויף דעם דארף ער רייטן. אויב ברענגט ער דאס גוט ארויס קען דאס זיין דער זאך וואס וועט איבעררעדן פאטענציעלע קאסטומערס צו קומען דווקא צו אים.

בקיצור, פלענינג איז זייער וויכטיג, א סטראטעגיע איז זייער וויכטיג, און א פראפעשאנעל לאגא איז זייער וויכטיג.
בקיצור נמרץ, האסט מיר נאך אלץ נישט געברענגט א מומחה וואס זאל מחולק זיין מיט מיר.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך פאברואר 01, 2012 1:11 am

וועסט מוזן אזוי לאנג זאגן ביז וועסטוך קענען מסביר זיין וואו פראפעשאנאל קומט דא אריין ווען א שנאק עפענט א ביזנעס און פון עם ביז פראפעשענאל איז כרחוק מזרח ממערב ער הייבט ערשט יעצט אן און יעדער נארמאלער קאסטומער זעט עס ווי קומט אריין פראפעשענאל? אדרבה גיב מיר א סעמפל פון איין אידישע ביזנעס וואס איז געווארן פראפעשאנאל דורך זייער לאגא.

איך קען מיט דיר אנהייבן דורך צוגיין סטאר נאך סטאר און זען פארוואס מענטשן גייען אהין לאמער זען אויב איינס דערפון איז וועגן די לאגא אדער מ'גייט א האר ווייניגער וועגן דעם לאגא אפילו די גרויסע קאמפעניס ווי UPS אדער FEDEX ווייז מיר איין מענטש וואס זאל וועלן איינס פון די צוויי וועגן דעם לאגא, נאר וואס דען ווען די האסט שוין ליב מיעל מארטס פלייש וויל איך דיר צושטעלן א לאגא ס'זאל זיך דיר זעצען אין מוח אז ווען די זעסטע עס זאל עס שמייכלען צו דיר, און דאס איז פונקט גוט ווען די ביסט שוין לאנג אן עסטעבלישט ביזנעס.

איך פארשטיי אז דער בעל הבית זאך זיך פילן פראפעשאנעל אין מקוה איז עס זייער וויכטיג, בדידי הוה עובדא איך בין אויך א בשר ודגים אבער צו ברענגען געלט האט עס זילטש, די ערשט זאך וואס רוב גרויסע מארקעטערס און ביזנעס קאלסונטענס לאכן אפ אין די וועלט איז א לאגא.

איך האב אמאל געהערט פון איינעם לאכן אז דער קליינער ביזנעסמאן פרובירט נאכמאכן דעם גרויסן קאמפאני מיט ברענדינג און עדס ווען ער זאל פארשטיין די אינטערעסן וואס דער גרויסער ביזנעס האט ביים מארקעטן וואלט ער גאר אנדערש געטוען, דער קליינער ביזנעס האט איין אינטערעסן צו מאכן געלט דער גרויסער דארף מאנאווירן די סטאקס, און בייאנדריקן די אינוועסטערס, דערשרעקן די קאמפעטישען, און קענען באקומען מער קרעדיט, דאס מאכן געלט איז נומער 37 אויף די ליסטע ביים אויסשטעלן די מארקעטינג פלען, סא וואס האסטו פון עם נאכמאכן די דארפסט נומער1 מאכן געלט וואס אלעס איז גאר אנדערש.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך פאברואר 01, 2012 8:18 am

ביסט גערעכט.
אבער נאר ביז דו זעסט איין אז א ביזנעס איז א גרויסע מאשין וואס פארלאנגט אסאך שרייפלעך.
האסט שוין געזען איין ביזנעס וואס איז געווען סוקסעספול "נאר" ווייל ער האט געהאט גוטע בודשעטינג? ניין. מ'דארף האבן גוטע בודשעטינג וואס דאס קען אים ערלויבן צו האבן גוטע מארקעטינג אא"וו.
א פראפעשאנעל לאגא איז אויך א "וויכטיגע" שרייפל אינעם גרויסן מאשין. א מאשין וואס קען געווענליך נישט אנהאלטן אן אלע וויכטיגע קאמפאנענטס.

און מיט פראפעשאנעל האב איך געמיינט אז ער זאל גיין צו א פראפעשאנעל.

און נאך אלעם האב איך געראטן דשעיקאפ50 אז ער זאל נאך אביסל ווארטן פארן מאכן א לאגא. מיין פוינט ביי אים איז געווען אז ער זאל נישט סתם גיין צו די שאפפערס רוט וכדו' וואס מאכן די אלע עדס אויף וואס דו -און מיר אלע- רעגן זיך, און ער זאל דארט באשטעלן א געכאפטע לאגא. "דאס" איז סתם ארויסגעווארפן געלט און דאס קען אים מער שאדן מאכן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:05 am

אמת!
די פראבלעם איז היינט איז די אנגערעדטע מארקעטיג אזא צרה אז יעדע נייע אינגערמאן נאך איידער ער האט אן השגה וויאזוי עס איז מעגליך צו מאכן געלט אין זיין אייגן געשעפט זיצט שוין שעה'ן אויף זיין לאגא און עדס, אפילו גרויסע פון אונזערע אידישע קאמפאניעס וואס לייגן אריין עדס יעדע וואך האבן קיין השגה וואס זיי ווילן, וויפיל געלט צאלן זיי אריין צו ברענגען דעם קאסטעמער און אפילו ווען מ'קומט שוין אן דארט גלוסט זיך ארויסצוגיין נאך איידער מ'האט געקויפט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:52 am

סאו אונז זעמיר שוין נישט מחולק?
דער גאנצער שמועס איז מיר שוין נישט אינטערסאנט...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך פאברואר 01, 2012 1:36 pm

זעסטע דאס האב איך שוין נישט געזאגט! מיט איין זאך זעמער נישט מחולק די האלטסט אויך אז א לאגא איז נאר א שרויף די חילוק איז נאר אז די האלטסט ס'איז א שרויף פאר די ענדשין איך האלט ס'איז פאר די שמעקער פון די קאר.
סא ס'איז נאך יא אינטערסאנט
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך פאברואר 01, 2012 1:53 pm

איך גיי דיר פרעגן צוויי קשיות און נאכדעם איז דער שמועס געענדיגט פון מיין זייט.
וואסערע ביזנעס האסטו? און וואסערע שמעקער פארן קאר נוצטו?
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך פאברואר 01, 2012 3:22 pm

אויב ס'איז געענדיגט ביי דעם לאמיך דעמאלטס דא מיך אפשטעלן ווייל ביידע קשיות איז אירעלעווענט צו אינזערע פונטס דא
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך פאברואר 01, 2012 6:55 pm

צריק צום נושא
ווער איז ביליג פאר שיפינג פון נוי יארק צי קאליפארניא?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך פאברואר 01, 2012 7:38 pm

מ'קען שיקן מיט די שיף דאס איז די ביליגסטע נאכדעם איז דא גראנד פאסט איז ביליגסטע אדער קענסטו מעטשען פרייזן צווישן UPS FEDEX
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג פאברואר 05, 2012 11:58 am

ווענדט זיך, וואס ווילסטו שיקן? קליינע פעקלעך אדער טראק-לאודס מיט סחורה? עס זענען פאראן מערערע קאמפאניס, אבער יעדע סארט שיפמענט האט אנדערע קאמפאניס וועלכע זענען בעסער פאר דעם. גיב מער פרטים ביטע.

אדער גיב א קוק דא.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און איך גיי נישט דא טרייען צו קאמפיטן מיט גראס אדער לאנדא, ווייל איך האלט אז אין געוויסע פעלער זענען זיי גוט, אבער מ'קעניש גיבן קיין כלליות'דיגע סעמינארן אויף די זאכן, די גאנצע ריזען פארוואס זיי גיבן דאס יא, איז פאר זייער מארקעטינג! אבער דאס האט גארנישט מיט קיין רעאלעטי...


איך גיי נישט דא דעפענדן אלעזר לאנדא, ווייל איך קען נישט באווייזן וואס דער מענטש האט שוין אויפגעטון מיט מיר און מיט נאך טויזענטער אנדערע, די אלע וועלכע הערן זיינע שיעורים, אדער האבן שוין געהאט מיט אים א סעסיע אדער צוויי וועלן דאס מודה זיין בפה מלא, און אויב האט זיין מארקעטינג גארנישט מיט קיין רעאליטי, דעמאלס וועמענס מארקעטינג האט יא מיט רעאליטי? סך הכל איז ער דאך בלויז א דולה-ומאשקע פון די גרעסטע עקספערטן פון וועמען ער לערנט זיך כסדר, בנוסף צו זיין אייגענע עקספיריענס פון 20 יאר האנדלען מיט היימישע ביזנעס-אונערס, איך האב שוין פערזענליך אזויפיל נוצבארע אינפארמאציע ארויסגענומען פון זיינע שיעורים, אז עס איז נישט צום גלייבן, און רוב דערפון פאר אומזיסט!!

איך וואלט זייער געוואלט בעטן (און איך זאג עס בלויז אלס הכרת הטוב פאר א.לאנדא): ביטע טראכט בעפאר איר שיסט אזעלכע סטעיטמענטס. חוץ מזה וואס ער איז א איד און דארף מאכן פרנסה פונקט ווי מיר אלע, איז אייער סטעיטמענט בכלל נישט אמת. איך וואלט ליבערשט געזאגט אז "אייער סטעיטמענט האט גארנישט מיט רעאליטי"....
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » זונטאג פאברואר 05, 2012 12:10 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:זאל ער קומען;

שטעל דיך פאר ס'ווערט דיר געבוירן א יונגעלע בשעטומ"צ. מזל טוב.
ס'קומט צום ברית, יעצט אויסער וואס דו קענסט געבן וועלכע נאמען דו ווילסט, קענסטו אויך אפמאכן וויאזוי דיין יונגעלע זאל אויסקוקן... קענסט זאגן פארן מוהל צו ווער, מאך אים א טראפ א קלענערע נאז, איך וויל ער זאל אויסקוקן ווי דעם רבי'ן שליט"א אין די יונגע יארן וכדו'.
נישט שלעכט, הא?
ממש דאס געשעט ווען א מענטש עפנט א נייע ביזנעס. ער קען -אין א געוויסן זין- אפמאכן וויאזוי זיין ניי-געבוירן ביזנעס זאל אויסקוקן.
ווי געזאגט, די לאגא איז ווי דער פנים פונעם ביזנעס. אז דו מאכסט נישט קיין לאגא, האסטו ביזדערווייל נישט קיין "פעיס" וויאזוי מ'זאל דיר דערקענען. 


איך ברויך א לאגא - כ'האב נאך נישט קיין ביזנעס אבער א פעיס דארף איך
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג פאברואר 05, 2012 2:13 pm

שלעפשיץ ס'איז דא א גאנצע בוך פארדעם
כ'ווייס נישט ווי מען קען עס קריגן
אפשר אין לייבערי?
ס'הייסט
"פעיס-באק"
אפשר דארט וועסטו קענען טרעפן א פעיס
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

עני העלפ?

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג פאברואר 12, 2012 2:45 pm

אקעי! מיין קומענדיגע תגובה האט גארנישט מיטן אשכול נאר מיטן קעפל.

מיין חבר ריפט מיך אן פריער (אל"ף איז איך, עיי"ן איז ער)

(א) האלאו?
(ע) יא, דא רעדט ש...
(א) אה, א גיטן מאכסטו טאכסטע.... וואס קען איך דיר העלפן?
(ע) געוואלט וויסן צו די האסט א קרעדיט קארד
(א) יא
(ע) אה, זייער גיט, האסט אויך גוטע קרעדיט?
(א) נישט ספעשל מיטל גארטיג, פארוואס? ווילסט מאכן א סעילפאון פלען?
(ע) ניין, איך דארף האבן אן ערב איך וויל עפענען א סטאר....
(א) :shock: s-l
(ע) אקעי איך וועל טשעקן צו דיין סקור איז געניג גיט.
(א) פיין זיי מצליח א גיטן טאג.

(להבהרה בעלמא, דער איד איז ערגעץ יעצט געווארן א בר עונשים, + ער קען בערך די צורת מטבע, נישט קיין סאך מער)

וואס טוט מען? וויאזוי ווער איך לויז פון צו זיין ערב, און וויאזוי קלער איך עם אויף אז ער זאל האבן זיסערע חלומות?

ערזשענט!
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג פאברואר 12, 2012 3:32 pm

2 עצות
1. שיקעם צו מיר
2. און קעיס ער וויל נישט, זאגעם אז דו קענסט נישט... אנע תירוצים!

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » זונטאג פאברואר 12, 2012 4:09 pm

jkup50 האט געשריבן:א שכוח פאר אלע וואס האבען געהאלפן ביז אהער
וואס טוט זיך מיט א קרעדיט קארט מאשין וויאזוי ארבעט דאס?

נאך רעלעווענט ??,

'ניק ניק'
א קרעדיט קארד פראסעסער האט ער שוין ??

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג פאברואר 12, 2012 4:16 pm

ק"ק פראסעסער ווייס איך נישט, שכל זיכער נישט.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג פאברואר 12, 2012 4:19 pm

אז דו פארלירסט אים אלס חבר וועסטו עפעס שאדן האבן? אויב נישט, זאג אים טרוקן אז דו האלטסט נישט דערביי. זאל ער בעטן זיין טאטן. א חוצפה צו לאזן הערן פאר א מענטש "איך גיי טשעקן דיין סקאור"!

אז דו שטייסט יא אויס אנצואווערן א גוטע פריינטשאפט קענסטו עס מאכן שיינערהייט, 1) מיין שותף לאזט נישט (דארפסט אים נישט זאגן ווער דיין שותף איז). 2) איך ווארט אויך צו ווערן אפראווד און איך קען נישט צולאזן אז מיינע טשענסעס זאלן ווערן אנגע'חזיר'ט.
און נאך אלעם, אויב זעסטו אז ער קען דא אנמאכן א מיאוס'ע קאשע און דיך מיטשלעפן, קען זיך לוינען אויפצוגעבן א גוטע פריינטשאפט אויך. חייך קודמין.

קענסט פרובירן אים אויפצוקלערן וועגן זיינע חלומות, אבער אנלעסס דו האסט א שטארקע השפעה אויף אים וועט ער דיך בדרך כלל נישט אויסהערן.
קענסט אים פרובירן צו זאגן אז דאס בעסטע פאר א מענטש אין זיין מצב איז קודם צו גיין ארבעטן ביי א צווייטן אין די ליין. אזוי וועט ער זיך בעסער אויסלערנען פאר ער עפנט אליינס.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24671
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 12, 2012 4:20 pm

שמעק טאביק, איך האב גארנישט קעגן אלעזר לאנדא, דו קענסט האלטן וואס דו האלטס, און איך האלט וואס איך האלט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט