בלאט 1 פון 1

אינטערוויאו 2 אזייגער - הילף ביטע

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 11:35 am
דורך לחיים ולברכה
ענדליך, נאך עטליכע וואכן זוכן א דזשאב האב איך ענדליך אן אינטערוויאו מיט איינעם (פערצופאל א חבר פון ישיבה), וואס ס'קוקט אויס אינטערסאנט פאר מיר.
די רעדע איז פון א דיסטריביוטער וואס ברענגט אריין סחורה פון אויסלאנד און זוכט א סעילסמאן פאר די סחורה. (כ'האב נישט מורא אז מ'וועט כאפן ווער איך בין ווייל איך גיי נישט זיין אין די היימישע געגענטער.)
מיין פראגע צו די חברים איז, וואס איז די געווענליכע קאמישאן וואס א סעילסמאן באקומט?
(יענער איז א פיינער יונגערמאן, ער וועט זיך גרינג בייגן - האפענטליך, איך וויל נאר וויסן וואו צו זיך שטעלן...).

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 12:30 pm
דורך לחיים ולברכה
נו, איך ווער שוין נערוועז. לאמיר הערן וויפיהל פראצענט קען איך איהם בעטן?

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 1:33 pm
דורך יאנאש
איך גלייב נישט אז עס איז נאך שייך ווייל עס איז שוין האלבער צוויי, אבער די אמת איז אז עס איז ממש נישט מעגליך צו גיבן א ספעציפישער נאמבער וויפיל קאמישען מען זאל נעמען, עס ווענדט זיך אין טויזענט אין צוויי זאכן, למשל, גייט ער דיר געבן אביסל וועידזעס אנפאנג, אויב יא וועסטו אים דארפן צוריקצאלן, וואס איז די אייטעם, איז א טייערע זאך אדער איז עס א פעיני פראפיט מעשה, וועט זיין ריפידעיד קאסטעמער'ס, וואסערע עקספענסעס צאלט דיר די קאמפאני, וכדו'.

בקיצור עס איז א זאך, וואס ביי איטליכע פאל מוז עס ווערן אדורך געשמועסט, אז דו ווילסט קענסטו מיר געבן אין אישית אביסל מער אינפא. און איך וועל דיר טרייען צו העלפן אלס אן אח לצרה.

הצלחה.