ביזנעס נאמען: איידיעס און געדאנקען
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4486
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
מענין לענין, וואס האלט די עולם לגבי א נאמען וואס מיינט גארנישט ס'איז אבער קורץ און זאגט זיך גרינג ארויס (כ'רעד פאר א ברענד נעים פאר א ליין פון אייטעמס פאר די אלגעמיינע גאס נישט פארן היימישן עולם)
כדוגמת ebay casa.com Yahoo groupon.com Adobe google Zillow ועוד ועוד, ס'איז דא אסאך אזעלכע היינט, מאכט עס סענס? אדער איז ענדערש א לענגערע נאמען וואס זאגט וואס די פראדוקט איז?
כדוגמת ebay casa.com Yahoo groupon.com Adobe google Zillow ועוד ועוד, ס'איז דא אסאך אזעלכע היינט, מאכט עס סענס? אדער איז ענדערש א לענגערע נאמען וואס זאגט וואס די פראדוקט איז?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אויב איז די קאמפעני נאמען אויך די domain name און די הויפט וועג וויאזוי א קליענט וועט אנקומען צו דיר איז דורך די וועב איז ווארשיינליך א קורצע גרינג געדענקבארע נאמען בעפארצוגט. אבער עס דארף זיין גרינג צו אויסליינען שנעל לאפוקי jiill.com וכדו' עס איז טאקע קורץ אבער שווער צו ליינען.
אוודאי איז בעסער איז די קורצע נאמען זאל האבן עפעס א לינק צו די פראדוקט אדער סערוויס וואס מען פארקויפט. כנלע"ד
אוודאי איז בעסער איז די קורצע נאמען זאל האבן עפעס א לינק צו די פראדוקט אדער סערוויס וואס מען פארקויפט. כנלע"ד
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא
derech eretz האט געשריבן:מענין לענין, וואס האלט די עולם לגבי א נאמען וואס מיינט גארנישט ס'איז אבער קורץ און זאגט זיך גרינג ארויס (כ'רעד פאר א ברענד נעים פאר א ליין פון אייטעמס פאר די אלגעמיינע גאס נישט פארן היימישן עולם)
כדוגמת ebay casa.com Yahoo groupon.com Adobe google Zillow ועוד ועוד, ס'איז דא אסאך אזעלכע היינט, מאכט עס סענס? אדער איז ענדערש א לענגערע נאמען וואס זאגט וואס די פראדוקט איז?
קענסטו אפשר לאזן דעם עולם וויסן וואס פארא סארט אייטעמס דו פלאנסט צו שטופן?
די מעשה פון סטעיפלס איז געווען אז יענער האט געוואלט ארויסברענגען אז ער גייט פארקויפן אפיס סופלייעס, און זיין קאנסולטאנט (כ'מיין ס'געווען דער פרעזידענט ראנער-אפ… מיט ראמני) האט אים געפרעגט וואס די ביליגסטע אייטעם אין סטאר גייט זיין, און סטעיפלס איז געווען דער ענטפער, ארויס צו ברענגען אז ער גייט זיין די ביליגסטע אין אפיס סופלייעס, אזוי ביליג ווי סטעיפלס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 580
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm
נאמען פאר פאוינטס
איך זיך א נאמען פאר א ביזנעס פון קויפן פאוינטס אין מייל
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am
קהת האט געשריבן:יעצט זעה איך אז די נייע גראסערי אויף 60 & 17 און בארא פארק גייט הייסן BREADBERRY וואס זאגט די עולם אויף דעיע נאמען?
נישט געזארגט, מיט די צייט קען מען חרטה האבן אויף א נאמען.
אין וויליאמסבורג, ווען די באקאנטע פרענקלס גראסערי האט איבערגעבויען און פארברייטערט, האבן זיי זיך צום ווידערעפענונג גערופן "צו עסן" - אזוי דאכציכמער. מיט די צייט ווען זיי האבן געזעהן אז ס'קלאפט עפעס נישט, האבן זיי שיינערהייט געמאכט א בואו בשלום און זיך פריש קורא שם געווען "פרענקלס"
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא
מטעמים האט געשריבן:מתן שכרה איז נאר אין אישי? קיינער העט דאך נישט וויסען אז איך בין געלונגען.
אז דו ביסט געלונגען זעט יעדער סייווי, אבער היות לא לחכמים לחם… וועט מען מתן שכרו (נישט) געבן נאר אין אישי.
אזוי ער יעדער מיינען אז יענער האט עס באקומען….
פונקט געהערט די וואך, שלום בית איז א זאך וואס יעדער מיינט איז אנדערע האבן...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
טשעק אויס די וועבסייטס, זיי וועלן דיר העלפן טרעפן די נאמען וואס די זיכסט און אויך א געוועב נאמען, ס'איז פארהאן נאך צענדליגע אזעליכע סייטס
http://www.businessnamegenerator.com
http://www.panabee.com
http://wordoid.com
http://sbinformation.about.com/od/start ... rators.htm
http://www.businessnamegenerator.com
http://www.panabee.com
http://wordoid.com
http://sbinformation.about.com/od/start ... rators.htm
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא
א קאפירייטער נעמט פיר און צוואנציג הונדערט דאלער פאר א ביזנעס נאמען מיט א טעג-ליין.לדעת האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:Tick Tech Tow
Tech Pack
Tink Tech
Gtechדי נעמען געפעלן מיר נישט דערוייל, אויב איינער האט בעסער זאל ער שרייבן. א דאנקזאל ער קומען האט געשריבן:TechKnow
דו בעטס הילף פון וואוילע אידן, ווייל פארוואס נישט העלפן א איד?
אבער דו ביסט קעגן קומען - אביסל - צו לאזן וויסן דעם עולם וואס דו ווילסט.
געמער א "גוטע" נאמען. מיינט גארנישט. און נאכ'ן געבן א סלו מיט נעמען וואס קענען מעטשן דיין פריערדיגע רולס - אז ס'דארף זיין איין ווארט און מוז נישט מיינען גארניש.
און דו האסט באקומען פון 'ביזנעסקאפ' לינקס צו עטליכע סייטס, וואס איך גלייב זיכער אז דו האסט געטשעקט פאר די ביסט צוריקגעקומען זאגן אז דו זוכסט נאך אלץ.
נו, די עיקר סיבה פארוואס די גוטע קאפירייטערס בעטן גרויס געלט איז דיר צו העלפן געוואויר ווערן וואס דו דארפסט באמת…
געמיר עפעס א … א עמ… אין דיין קאפ פעלט די אינפארמאציע. דו וואלסט געוואלט אז ס'זאל קלינגען ווי גוגל, מייקראסאפט, עפל.
דו פארגעסט אז עפל איז געווען א בלויזע פרוכט אין די נישט צו לאנגע פארגאנגענהייט… און 'אראנדזש' מיינט א זייער גרויסע מעכטיגע פאון סערוויס קאמפאני און יוראפ…
א נאמען איז בלויז א ווארט… און אויב מ'בויט עס אויף ווערט עס א "קנאקעדיגע" קאמפאני נאמען.
פעי לעסס האט געמיינט צאל ווייניגער. היינט הייסט עס פעילעס - א שיך סטאר.
געב דיין קאמפאני א נאמען למשל "סנאודן"
Where the real knowledge is…
און בוי עס אויף, און סעט ווערן א גוטע נאמען..
אדער וויטשי, לוטשי, פוטשי. אופס.. די אלע נעמען זענען שוין דא…
סאו טריי בענענע, אוי ס'שוין אויך דא…
באמבא, סאמבא, לאמבא, קאמבא, האמבא, גאמבא, דאמבא - כ'מיין אז פינף פון דעי זענען שוין דא…
אויב דו וועסט זיך אליין ביי דיר אין קאפ מסדר זיין וואס דו זוכט באמת, וועסטו קענען (כמעט) אליין טרעפן א ווארט אין נאו טיים.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...