cash basis vs accrual basis

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

א גוט אויג
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2017 12:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט אויג »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
גראדער טראכטער האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
א גוט אויג האט געשריבן:מיט אנטשולדיגונג, אבער איך בין נישט מיט ענק אויף איין מיינונג, ווייל לפענ"ד ווילאנג איך האב עס נאכנישט פארקויפט איז עס נאר איין עסיד, ס'ווערט הערשט אן עקספענס ווען איך פארקויף עס.
די חילוק פון קעש און עקרועל איז נאר, ביי עקרועל ווערט עס גלייך אן עקספענס, און ביי קעש ווערט עס הערשט אן עקספענס ווען דער קאסטעמער באצאלט עס.
די מציאות איז אז אזוי הענדלט עס QB

איר קענט דאס אנקוקן וויאזוי איר ווילט, אזוי לאנג אייער אקאונטענט איז צופרידן סוף יאר מיט אייערע ביכער. אבער דער אמת איז ווי 'קאושער טרעוועל' האט געשריבן, COGS איז בעצם נישט מער ווי א וואש מאשין אקאונט ס'האלט חשבון אויף וואס ס'האט אייך געקאסט דער פראדוקט 'דירעקט' (פשוט טייטש פין קאג"ס: די קאסטן פין די פראדוקט וואס איר פארקויפט דערנאך), און ווען ס'ווערט פארקויפט, גייט די פראפיט חלק געלט פין די רעוועניו צו א פרידעפיינד 'אינקאם' אקאונט, די עקספענס איז אבער שוין באמת געשען ווען איר האט באצאלט פאר'ן אייטעם.

דהיינו, ס'איז אמת אז בעצם איז די זאך וואס איר האט איינגעקויפט און ס'ליגט ביי אייך א 'עססעט', אבער וויבאלד אינווענטארי איז בעצם געמאכט צו פארקויפן, נישט צו האלטן, ווערט דאס נישט באטראכט ווי 'עססעט' נאר א הוצאה, אויף וואס איר מאכט שפעטער צוריק געלט, נאר היות סוכ"ס איז דאך עס נישט סתם געווען א הוצאה, נאר איר האט דא ליגן אן אייטעם וואס איז ווערט געלט, ממילא סוף יאר נעמט מען די אינווענטארי וואס איר האט נאכנישט פארקויפט, און מען מאכט מיט א דזשורנאל ענטרי א טרענספער פין COGS צו א אינווענטארי 'עססעט' אקאונט, דאס איז בקיצור.

_______

און נאכאמאל, 'קעש' ווערסוס 'אקרועל' איז פשוט די חילוק "ווען" די חלות פינעם טראנזאקציע איז, ביי 'קעש' איז עס ווען "געלט" גייט אריבער פין איינעם צו צווייטן, און ביי 'אקרועל' איז עס ווען ס'ווערט א "התחייבות" צו באצאלן א געוויסע סכום געלט איינער פאר'ן אנדערן.

איך האב עס אנדערש געלערענט אין אדרבה אויב איך זאג נישט ריכטיג בעסער מיר אויס.
ווען מען קויפט איין א זאך איז עס נישט קיין עקספענס, אן עקספענס איז נאר ווען איך געב אויס געלט אין איך קויף נישט איין דערמיט. פאר די סיבה איז קויפן א קאר אדער סחורה נישט קיין עקספענס, ווייל למעשה פארמאג איך די ווערד נאר אנשטאט געלט ליגט עס אין א קאר. ווען א קאר ווערט אפגעניצט איז עס אן עקספענס מען ריפט עס דיפרישיעשן .ווען מען געט ארויס סחורה האט די ביזנעס געהאט אן עקספענס .יעדע סארט עקספענס וואס געשענט בשעת די סעל איסז א קאסט אף גאדס סאלד ד.מ. למשל קאמישין, עמעזאן fba fee, אין ווי אויך די עקספענס פון ארויס געבן סחורה הייסט קאסט אף גאדס סאלד.
אדרבה קוק עס נאך.

איר זענט בעצם גערעכט, און איך זאג גארנישט אנדערש, דא איז נאר געווען דער דיון וואס א "COGS" אקאונט איז, און דער ענטפער איז, אז ס'איז נישט קיין "עססעט" נאר א סארט "עקספענס" אקאונט, און קוויקבוקס הענדלט עס נישט ווי א "עססעט", די חלק וואס איר שרייבט אז איר פארמאגט יעצט למעשה א "וועליו" אנשטאט אייער "עקספענס" וואס איר האט געצאלט דערפאר, איז בעצם ריכטיג, אבער דאס ווערט נישט רעפלעקטירט אינעם "COGS" אקאונט אויף קיין אופן, נאר ווי געשריבן פריער, אדער ווי 'קאושער טרעוועל' האט אביסל בעסער מסביר געווען אין זיין לעצטע תגובה.

ס'איז באמת כדאי גרונטליכער צו פארשטיין וויאזוי COGS ארבעט, און וויאזוי קווייקבוקס הענדלט עס, כ'ווייס נאר נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר, און קיין צייט האב איך אויך נישט היצט דערפאר.

אלנפאלס, איר זענט אן די רייט טרעק, איר דארפט נאר בעסער פארשטיין למעשה וויאזוי (דאבל-ענטרי) אקאונטינג ארבעט למעשה (נישט נאר די נקודה הפנימית, וואס ווי געזאגט, איר זאגט בעצם ריכטיג), וועט איר בעסער פארשטיין ווי איין און ווי אויס.


נישט דאס איז געווען די דיון אדרבה איר קענט צוריק גיין און עס ליינען

די דיון איז דא ווען פאסירט די עקספענס ווען די ביסט אויף קעש בעסיס.
אני הקטן מיט גראדער טראכטער זאגן עס פאסירט נאכן פארקויפן - די חילוק פון עקרועל און קעש איז נאר צו מען קוקט ווען די גיבסט ארויס די סחורה אדער ווען דו באקומסט שוין דיין געלט.
משא"כ די און קאושער טרעוועל האבן גע'טענה'ט אז ביי קעש פאסירט די עקספענס ווען איך באצאל פאר די סחורה אין עקרועל ווען איך קויף איין די סחורה (ד.מ. אז עטס לאזט אויס אינגאנצען די נושא אז עס איז געווארן אן עסיד)

דא ציטיר איך די לשון פון קאוישער טרעוועל וואס אויף דעם איז אונזער גאנצער דיון:
אויב זענט איהר אויף קעש בעסיס, וועט איהר האבן די עקפענס ווען איהר באצאהלט פאר די אייטעם. איהר וועט קיינמאהל נישט האבן קיין אינקאם בכלל.

אויב זענט איהר אויף עקרועל, האט איהר די עקספענס ווען איהר קויפט איין די סחורה. איהר טוט increase די cogs און איהר טוט אויך increase די inventory. דאס געשהט ווען איהר האט איינגעקויפט. דאן ווען איהר גיבט עס אוועק אומסיזט און מאכט א $0.00 סעיל, דאן געשהט די loss, דאן האט איהר דערלייגט דאס געלט.


איך בין אויך א תלמיד פון די רעקארדינג Quick Books Behind the scene, מן הסתם איז דאס די סיבה פארוואס אונז זעמער אויף איין מיינונג
אגב, ער שיקט ארויס יעדע וואך אינטערסאנטע רעקארדינגס מיט נוצבארע טיפס, איך enjoy עס זייער מיט צו האלטן

א גוט שבת און א כשר'ן פסח פאר אלע חבירים דא. און א גרויסן שכח פאר מיט-טיילן אייערע געדאנקען און טיפס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”