צו זאלן ביזנעסער אינוועסטירן אינעם יעצטיגן עקאנאמיע

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

צו זאלן ביזנעסער אינוועסטירן אינעם יעצטיגן עקאנאמיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

עס איז דא א גאר דערקוטשענדע טעמע פאר ביזנעס לייט, וואס איז מאז היתה געוועזן אן אישו מיט וואס מען האט זיך דעדארפט אדורכקומען, אבער איצטערט ווען די עקאנאמיע וואקעלט זיך און מען ווייסט נישט וואס די מארגען וועט ברענגען צוזאמען מיט די צוזאמענגעדרוקטע קעש פלאו וואס ביזנעסער שפירן אויף זייער לייב איז עס אסאך מער אקטועל און ברענעדיג.
אז וואס איז די ריכטיגע מהלך פאר א ביזנעס, לגבי ארויסנעמען געלטער יעצט אויף צו אינוועסטירן צום צוקונפט, ווי למשל א מארקעטינג פראיעקט וואס וועט האפענטליך ברענגען מער אין צוקונפט, אדער זיך פארברייטערן כדי צו כאפן מער אן אויג צו פאר געשמאקערע סערוויס.
די צוויי שפיצן פון די פראגע איז ווי פאלגענד: צו ברויך איך רעאליזירן די שוואכע צייט וואס הערשט און די אומציטרוי וואס די מארקעט ווארפט צום אויפבלי און האלטן א גרעסערע סופליי פון קעש כדי נישט זיך טרעפן אין א דרוק אין עטליכע חדשים ארום, אדער דארף איך מיר האלטן צום אלגעמיינעם כלל פון ביזנעס אז מען דארף אלעמאל אראפנעמען א חלק צו אינוועסטירן צום צוקונפט, ווייל אז ביזנעס וואקסט נישט איז עס געפאלן , און מען דארף זען די שפעטערדיגע וואוקס צו בויען.
אנשי קרעטשמע איר זענט געלאדענט!
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
צדק תרדוף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 3:04 pm

Re: צו זאלן ביזנעסער אינוועסטירן אינעם יעצטיגן עקאנאמיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדק תרדוף »

,
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: צו זאלן ביזנעסער אינוועסטירן אינעם יעצטיגן עקאנאמיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

ווענדט זיך ווי א ביזנעס.

פאר געוויסע איז יעצט די בעסטע צייט צו אינוועסטן בשעת פאר אנדערע איז יעצט די ערגסטע צייט.

וואס איז אייער ליין? ווער זענען דיינע קליענטן? וואס איז אייער גאול מיט אינוועסטן?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צו זאלן ביזנעסער אינוועסטירן אינעם יעצטיגן עקאנאמיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א גוט יאר,

א גוטע קשיא פארדינט א גוטע ענטפער, אויב איך וועל זאגען אז איך האב די ענטפער בין איך דאך א בעל גאוה און ווי קען א מענטש זאגען אז ער האט די ריכטיגע ענטפער ווען די רבונו של עולם קען מארגען ווייזען אז וואס דו טראכסט היינט ווערט צונישט מארגען אויב וועל איך שרייבען אז איך האב נישט די ענטפער דאן פארוואס שרייב איך דא, לאז א צווייטען שרייבען.

דאס איז אלעס אמת אויב מען זיכט א ענטפער צו די גרויסע קשיא וואס איז אוממעגליך צו ענטפערן ווייל יעדע ביזנעס האט א אנדערע טארגעט אוידיענץ, א אנדערע קעש פלאו אדער אנדערע סינעריאוס וואס דאס קען מאכען די גאנצע חילוק איבער צו מען זאל אינוועסטירען אין די יעצטיגע עקאנאמיע.

די קשיא וואס יעדע ביזנעס אוינער ״מיז״ זיך פרעגן איז די דריי בעיסיק קשיות וואס יעדע ביזנעס מיז זיך אליינס פרעגן סיי ווען מען עפענט אויף און פארשטייט זיך דאס איז די פראגע וואס די בעלי בתים מיזען האלטען און איין פרעגן זיכער צו מאכען אז מען איז אויפען וועג ארויף פון הצלחה און חלילה נישט אויף די וועג אראפ פון א דורעכפאל.

פאר מען גייט צו די דריי קשיות מיז מען אראפ לייגען גאר א שטרענגע און ערענסטע יסוד! יעדע ביזנעס ווערט באשאפען מיט איין קלאר ציהל און דאס איז צי מאכען געלט - אויב די ציהל איז בלויז כבוד, בושה פון פארמאכען אדער זיך צו האלטען פארנומען אזאנע ברויכען נישט די קשיא אדער תירוץ זיי דארפען זיכער מאכען אז זייער אייגען געמאכטע העכסטע פריאריטעט ווערט פארווירקליכט און אז זייער אייגענע אינטערסאנטע וועג פון הצלחה, איך זיך גראדע נישט צו דיסקאוסען די טייל.

די וואס מיינען אבער יא די געלט די דארפען אייביג צוריק גיין צו די דריי בעיסיק קשיות און איבערהויפט יעצט ווען עס איז א צייט פון טויש איז עס גרינגער ווי אלעמאל - עס מאכט זיך אמאל ווען א ביזנעס ברענגט אריין גוט געלט אבער די יסודות זענען בכלל נישט אזוי קלאר און מסודר נאר וויבאלד עס מאכט געלט פארקוקוט מען אויף בעיסיק עד-אנס וואס די קאמפעני קען אלס צולייגען איז אבער יעצט די בעסטע צייט דאס צו צולייגען.

קשיא נאמבער איינס: ווער איז דיין טארגעט אוידיענץ? אכציג פראצענט פון דיינע קאסטומערס מיזטו קענען אריינלייגען אין צוויי ווערטער, ווער גייט עס קויפען? עלטערן, קינדער, מענער אדער פרויען אז דו גייסט אריין אין די דיטעילס ווערסטו געוואר א סך, ווען קויפען זיי? וויפיעל קויפען זיי? פארוואס קויפען זיי עס? איז פרייז א פאקטאר ביים איינקויפען? דאס ווערט אויטאמאטיש פארענטפערט ווען דו קענסט דעם אוידיענץ.

נאך דעם וואס דו קענסט שוין דיין טארגעט אוידיענץ מיזטו פרעגן א צווייטע גאר שטארקע קשיא: איז מיין פראדוקט אדער סערוויס גענוג א וויכטיגע זאך אז איך זאל מאכען גענוג געלט פון מיין יעצטיגע טארגעט אוידיענץ? קען איך צו לייגען מער פראדוקטען און סערוויסעס וואס וועט העכערן די געלט ספענדעריי דורעך מיין יעצטיגע אוידיענץ, די ענטפער דארף צו זיין אז יא און טוהן למעשה אויב איז די ענטפער ניין, דאן דארף מען זיך גוט דורעכטראכטען צו מען איז אין די ריכטיגע ביזנעס און אויב מען האט די שטארקייט צו טוישען די פאנדעמענטעל פון די ביזנעס ביים צולייגען און העכערען די טארגעט אוידיענץ וואס איז שווער און יעדע פאל ווייל נייע קאסטומערס איז דאפעלט די ארבייט און קאסט סך מער געלט בדרך כלל ווי אנהאלטען און העכערן די ספענדינג פון דיינע יעצטיגע קאסטומערס.

די דריטע און שווערסטע קשיא איז אויב מיין יעצטיגע מצב אין געלט איז זייער זייער שמאל זאל איך צומאכען די געשעפט אדער זאל איך בארגען געלט אנצוהאלטען וואס איך האב ווייל מארגען גייען זאכען ווערן בעסער? פאנדעמענטעל איז שווער צו זאגען פאר א מענטש פארמאך בעת וואס אין אפאר חדשים ארום קענען זאכען זיין צוריק צו ווי עס איז געוועהן אמאל און הכל על מקומו יבוא בשלום אבער גיין זאגען פאר א מענטש בארג געלט ווייל עס וועט ווערן בעסער איז נאך סך סך שווערער.

איינע פון די עצות וואס איך הער מענטשען טוהען איז צו בארגען געלט פון ביזנעסלייט וואס אויב מען צאלט זיי נישט צוריק ביז א געוואוסע צייט ווערן זיי שותפים אין די געשעפט, נישט יעדער איז געאייגענט פאר א שותף אבער געוואוסע מענטשען זענען נישט געאייגענט צו פירען א ביזנעס און וואלטען ווען סך מער מצליח געוועהן מעט א שותף - דאס איז אפשען נאמבער איינס, קאנטראווערשעל אבער נאכאלס א אפשען.

אפשען צוויי איז צו אפפערן א ספעציעלע דיעל פון א יאר קאוסט סאפליי אדער פרייע סערוויס פאר איינס אדער צוויי געטרויבארע קאסטומערס בתנאי אז זיי געבן דיר די פיעדבעק און העלפען דיר מיט עדווייס און/אדער בעטן אויף א שטארקע לעוועל דיינע קאסטומערס זאלען בויען דיין ״ווארט אויף מאוט״ און פארשפרייטען דיין נאמען צו קאסטומערס וואס זענען נאכנישט ביי דיר אז זיי זאלען קומען און דיר פרובירען פאר כאטש איין מאל.

עס איז ווערט צו אינוועסטירען אין אזא קאסטומער לויעלטי פראגראם וואס דאס פארשטערקערט דיין קאנעקשאן מיט דיינע קאסטומערס און די רילעישאן שיפ ווערט שטערקער, פארשטייצעך אן קיין אביוז, עס מיז זיין איידעל רעפרעזענטירט און בעטן מיט הכנעה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”