40 סענט א שעיר פון א קאמפאני, גייט האפענטליך זיין $100

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

40 סענט א שעיר פון א קאמפאני, גייט האפענטליך זיין $100

תגובהדורך טרעגער » דינסטאג מאי 04, 2010 8:39 pm

אזוי ליינט זיך די היינטיגעס דבר יום בעיומוי, "איר קענט באקומען א שער פון א גרויסע קמפאני וואס גייט האפענטלעך גיין פאבליק ביז די נעקסטע פאר וואכן, דער אויסקוק איז א ז ס'וועט זיך עפענען צו $6-7 א שער! מ'גלייבט עס וועט זיין א $100 א סטאק, גאר ערנסטע אינטערעסירטע רופט [א נומער] וכל הקדם זכה" עכל"ק

וויל איך פארשטיין וואס גייט דא פאר, די גרויסע קאמפאני האט נישט בעסער וואס צו טון נאר קומען עדווערטייזן אין דבר יום בעיומוי, אויפצוטרייבן עפעס פעני'ס פאר די יעצטפעני סטאק, וואס גייט אין עטליכע וואכן גיין פובליק און גייט אט אט ווערט זיין הונדערט דאללער,

האט איר עפעס קספיריענס מיט אזוינע אדער ענליכע פאלן, מיט פעני שער'ס און ווי שנעל איר זייט אנגעקומען אין בוידעם אריין? אדער גאר נתעשר געווארן אזויווי די עד לויטעט. ביטע קלערט אויף עפעס מער איבער די נושא.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 04, 2010 9:11 pm

טרעגער, דאס זעלביגע איז מיר שווער געווען היינט ביי מיטאג ווען איינער האט מיר צוגעברענגט דאס צעטיל,

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » דינסטאג מאי 04, 2010 9:15 pm

מיר קוקט אויס ווי עפעס א שינדלער, וויל שינדן איינעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 04, 2010 9:20 pm

עס איז גאר פשוט. ווי באקאנט איז ארבעטסלאזיגקייט אין דיזע טעג גאר הויך, און א גרויס טייל פון די שולד ווערט אנגעלייגט אויף די בדחנים/זינגערס/שערערס וואס זענען נעבעך ארויס פון דינסט צוליב די ספירה וואכן. גאר גרויסע קארפן קעפ האבן אבער געכאפט א בליק אין קאלענדער און באמערקט אז ביז געציילטע וואכן קומען די ספירה טעג צו אן ענדע, און דאן קאסט יעדע שער ביים מקוה איד אדער זיין אונטערשלאק צווישן 6 און 7 דאלער. האבנדיג דעם קאפ אויפן פלאץ זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן אז היות ערב שבועות איז די רייע צום שערער גאר גאר לאנג, קען מען שוין יעצט קויפן פאר 40 אדער 60 צענט א קליינע קארטל, אין אנדערע ווערטער "כאפן א נעקסט", אזוי ארום וועט מען פריער אנקומען צום שערער ערב שבועות.

און דאס וואס זיי שרייבן אז די שער האט א מעגליכקייט אנצוקומען ביז הונדערט דאלער, איז פשט אזוי: אין די צייטן פון מגילת אסתר מיט געזאנג פלעגט מען צאלן פאר המן א קוואדער א קאפ, פון דאן ביז היינט איז עס געשטיגן ביז 6 דאלער. נעם דעם חשבון און לייג צו אינפלאציע און ביז אפאר יאר האלט עס טאקע ביי הונדערט דאלער א שער.

כנלע"ד היום לפני תפלת שחרית בשעת קריאת צעטל הנ"ל.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » דינסטאג מאי 04, 2010 9:31 pm

קרעמער גיט!!!
סיז היבש ליטוויש,

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » דינסטאג מאי 04, 2010 9:34 pm

קרעמער גוט גוט, כאף אז נאר פאר ברכת התורה טראכסטו אזוי לומדיש.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 04, 2010 9:38 pm

עס איז געווען אין א מקום וואו מען טאר נישט טראכטן אין לערנען.

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג מאי 04, 2010 9:42 pm

אריין אין די אינרעסאנטע קלעסיפייד אשכול
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מאי 05, 2010 11:17 am

קרעמער וואס האסטע געטין מיט מיר
האסט מיר אפגעהארגעט מיינע גראנדיעזע פלענער
כאב שוין געוואלט היינט ציפרי קויפן די פאפא צוואנציג טויזנט דאלער ראפעל ..יא זיכער..... כעלעס אינוועסטן אין די קאמפעני וואס גייט אט אט פאבליק [דא זינגט מען יונתן שווארץ'ס ניגון ווען וואלט געוועזן רייך......], כאדיך געזעהן היינט אין ס'מעדריש האביך חוזר געווען פון די גאנצע פלאן, כאב מוירע אז סיז אלעס אינטערגעשטעלטע מעשיות פון די פאפא מקוה יוד אז איך זאל עם געבן איינגאבע .........

רעלמייר
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 30, 2010 11:36 am

תגובהדורך רעלמייר » מיטוואך מאי 05, 2010 11:22 am

איך האב געליינט דעם עד, און איך בין נבהל ונשתומם געווארן ווי גרויס די מארקעט פון משוגע מאכן מענטשן איז געוואקסן, פארפאלן, זעט אויס אז די משוגעים נעמען ווידער איבער דעם סאסייעטי.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך מאי 05, 2010 11:27 am

רוק עס אריין אינעם אשכול "דאס געלט ווארט אייך אינטערן טיר"... ווי איז ער דער 'אימזיסט'?...

היינט אין יום ביומו איז שוין געשטאנען "מינימום $20,000"
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מאי 05, 2010 11:31 am

דאס גייט ציזאמען מיט די 'עין הרע' ביזנעס..........

כאמוירע אז די קאמפאני איז נישט עפעס אנדערש ווי די 'אפשפרעכן עין הרע' ביזנעס, וואס גייט אט אט פאבליק און וואקסט אויף הייוון......

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מאי 05, 2010 11:43 am

אפאר יאר ציריק האט מיר איינער געזאגט (בסוד) אז א באנק און NJ גייט גיין פאבליק און די שערס הייבען זיך און ביי 40-50 דאללער און ווער עס האט א קאונט ביי זיי קען קויפן שערס די ערשטע 90 טעג פאר א פערטיל די געלט, וכך הוה עס איז געווען פרייטיג און מען לאזט זיך ארויס צום אדרעס און מען איז געזיצען איבער א שעה אויפען וואשיגטאן בריטש און די וועג פון 40 מייל האט גענימען כמעט 3 שעה און בשעה טובה ומצלחת האט מען געעפענט א אקאונט און אריינגעלייגט $500.00 און איך ווארט נאך זיי זאלען גיין פאבליק, קודם קאסט $35 חודשליך און ביז א האלב יאר האט עס א צווייטע באנק אפגעקויפט און איך ווארט נאך עס זאל גיין פאבליק

נא ווער וויל מיר העלפן ווארטן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 05, 2010 12:02 pm

כ'אב גאר מורא אז דער זעלבער וואס האט אדווערטייזט אין דבר יום האט דא געעפענט די אשכול.

ביי חסידים ווייסט מען א פאשקוויל איז די בעסטע אדווערטייזמענט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מאי 05, 2010 2:21 pm

אהעם.. (הוס)..

אמאל ביי א געלעגנהייט, געווען דעמאלטס א שיינער ציבור אידן, האבעך אזוי געטייטשט,

איזהו עשיר - ווער האט א טשאנס צו ווערן אן עושר - השמח בחלקו - דער וואס איז צופרידן ווען ער מאכט נאר א 'חלק', געלט, א. נארמאלע אינוועסטמענט, אביסעלע רווחים...

אבער ווען איינער וויל אייננעמן די וועלט, מאכן שנעל געלט...

(חסר הסיום, וחבל על דאבדין ולא משתכחין)
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מאי 05, 2010 3:10 pm

טרעגער האט געשריבן:
האט איר עפעס קספיריענס מיט אזוינע אדער ענליכע פאלן, מיט פעני שער'ס און ווי שנעל איר זייט אנגעקומען אין בוידעם אריין? אדער גאר נתעשר געווארן אזויווי די עד לויטעט. ביטע קלערט אויף עפעס מער איבער די נושא.



מיין עקספיריענס האט זיך גע'ענדיגט מיט צען טויזענט! דאלער פארלוסט. און א אנטשולדיגונג אז מיר האבן געמיינט...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » מיטוואך מאי 05, 2010 9:30 pm

שוועמל אומזיסט ביזטו מיר חודש, אויף דעם פעניסטאק פארקויפער, און איך ווייס נישט פארוואס.

היינט האב עיך עס געזעהן נאכאמאל עדווערטייזט, און איך גיי אים בעטן עפעס קאמישאן ווייל לויט דיר האב איך עס דא פראמאטירט דורך די אומגוסיטגע פרסומת.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מאי 05, 2010 9:50 pm

טרעגער, קענסט זיך טיילן מיט די רווחים פון די קאסטומערס, זיי וועלן דיר גערן געבן...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך מאי 05, 2010 11:18 pm

פונקטליך האט געשריבן:רוק עס אריין אינעם אשכול "דאס געלט ווארט אייך אינטערן טיר"... ווי איז ער דער 'אימזיסט'?...

היינט אין יום ביומו איז שוין געשטאנען "מינימום $20,000"


הרב פונקטליך קענסט דיך נאך מיטכאפן מיטן וואגן!
די 60 טעג ענדיגן זיך שוין!

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג אפריל 10, 2011 7:09 pm

קרעמער האט געשריבן:עס איז גאר פשוט. ווי באקאנט איז ארבעטסלאזיגקייט אין דיזע טעג גאר הויך, און א גרויס טייל פון די שולד ווערט אנגעלייגט אויף די בדחנים/זינגערס/שערערס וואס זענען נעבעך ארויס פון דינסט צוליב די ספירה וואכן. גאר גרויסע קארפן קעפ האבן אבער געכאפט א בליק אין קאלענדער און באמערקט אז ביז געציילטע וואכן קומען די ספירה טעג צו אן ענדע, און דאן קאסט יעדע שער ביים מקוה איד אדער זיין אונטערשלאק צווישן 6 און 7 דאלער. האבנדיג דעם קאפ אויפן פלאץ זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן אז היות ערב שבועות איז די רייע צום שערער גאר גאר לאנג, קען מען שוין יעצט קויפן פאר 40 אדער 60 צענט א קליינע קארטל, אין אנדערע ווערטער "כאפן א נעקסט", אזוי ארום וועט מען פריער אנקומען צום שערער ערב שבועות.

און דאס וואס זיי שרייבן אז די שער האט א מעגליכקייט אנצוקומען ביז הונדערט דאלער, איז פשט אזוי: אין די צייטן פון מגילת אסתר מיט געזאנג פלעגט מען צאלן פאר המן א קוואדער א קאפ, פון דאן ביז היינט איז עס געשטיגן ביז 6 דאלער. נעם דעם חשבון און לייג צו אינפלאציע און ביז אפאר יאר האלט עס טאקע ביי הונדערט דאלער א שער.

כנלע"ד היום לפני תפלת שחרית בשעת קריאת צעטל הנ"ל.

היינט געזען אדווערטייזט:
פראפעשענאל שערער $10 א קאפ, יואל ליכטענשטיין 537-1385

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » זונטאג אפריל 10, 2011 8:43 pm

אז מען רעדט שוין פון שערערס, איז מיר אזאוי בייגעפאלען אז עס וואלט געווען א פיינע זאך אז איינער זאל עפענען א שערער עקספערט, אזא בחינה ווי די בענעפיט עקספערט, אנשטאט דארפען שטיין ביים מקוה איד אין די רייע אומגעדולדיגט ווארטען ווען מען איז שוין נעקסט, אפגערעדט פאר די "אויבערשטע פונעם שטייסעל" אידן וואס זיצען און אפגאלען דעם קאפ בריש גלי לפני עם ועדה איז זיי נישט צום הארצען, וועט א שערער עקספערט ארויף קומען ביי אייך אין דערהיים, אפשערען אויפקלינען און געגאנגען ווייטער.
פארשטייט זיך אז מיין פערצענט פארן בייפאל געב איך נישט אויף
keep your words tasteful, you may have to eat them later

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 9:22 pm

ס'איז שוין לאאאאנג פארהאנען אזא זאך. אלזא זוך דיר פראצענטן אויף עפעס אנדערש. (גראדן באנאנעס איז מיין פייבאל)


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go און 6 געסט