בלאט 1 פון 8

דאס געלט ווארט אייך הינטערן טיר!

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2010 11:34 pm
דורך imzist
אזוי ווי כ'האב צוגעזאגט פארן ציבור, דא http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
וועל'ך מקיים זיין מיין צוזאג, זייענדיג בטבע א "כמו איש - אמת" ד. ה. אז כהא'ליב פון צייט צו צייט מקיים זיין מיינע צוזאגונגען. ספעציעל יעצט, ווען מען שטייט נאך'ן צוברעכן קליפת פרעה פון "גוזר ואינו מקיים" קומט די (גוטע...) מידה ארויס ביי מיר מיט איר פולן גלאנץ...

אבער צו וואס רעדן אזוי לאנג נארישקייטן, ווען אין בויך ליגט מיר די פינאנציעלע ישועה פון כלל ישרא-ל?

יא, אזוי ווי איר הערט. believe it or not, שטייט אצינד i-velt ווי 47 סט. בשעתו, און וועט בעז"ה צושטעלן פרנסה פאר דעם חלק כלל ישראל, וואס האט ליב פרנסה.

ווי 47 האב איך געזאגט?
איין (קליינע...) חילוק איז דא. דארטן האט מען געברויכט אבעטן, און צמאל אפילו שווער.
דא אבער, קען מען זיך ממש פארשטעלן ווי די אלע אויף-רייצערישע דמיונות וואס די שווינדלעס - ואס וילן אייך ארויסשווינדלען אייער שווער אפגעהארעוועטע פאר טאלער רעדן אייך איין אין זייעע בריוון און אי-מעילס - , באקומען פלוצלינג הויט און ביינער,און שטייען ויף עבעדיג פאר אייך ממש ווי די בני - מנשה אין די הפטורה פון שביעי של פסח.


יא, אזוי ווי איר הערט.
געענדיגט מיט אווער - טיים. א גרינגע קראנטע הכנסה פון 80 90 דאלער טעגליך שטייט אונטער אייער טיר און בעט זיך צו אייך ממש ווי די ציונים צו די מוסדות עטה"ק: "איך דארף נישט גארנישט נאר נעמט מי אריין"...


און ווער קען פועל'ן ביי זיך צו לאזן די געלט אונטערן טיר? (טאמער איר באשלוסט אז איר קענט, גיט מיר אייער אדרעס, עס וואלגערט זיך מסתם הינטערן טיר אסא געלט...)


"תכלית". (סדאך עפעס אין די ביזנעס אפטיילונג...). ערנסט פאראינטערעסירטע זאלן זיך מעלדן צו [email protected]

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 12:38 am
דורך וויכטיג מאכער
שרייב עפעס מער ביטע.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 12:50 am
דורך imzist
imzist האט געשריבן:
יא, אזוי ווי איר הערט. believe it or not, שטייט אצינד i-velt ווי 47 סט. בשעתו, און וועט בעז"ה צושטעלן פרנסה פאר דעם חלק כלל ישראל, וואס האט ליב פרנסה.


ווי עס זעט אויס חידוש'ט מען זיך אין די העכסטע קארידארן פון i-velt הלמאי "imzist" שרייבט אז זיי גייען ווערן ווי 47 סט. (47 סט. היינט צוטאגס?... גאנץ מעגליך!)

ווילעך קלאר מאכן אז סהאט גארנישט מיט i-velt, זיי האבן סה"כ די זכי' צו זיין די אכסניא של תורה,

אזוי אז 60 - 70 יאר ארום וועט וויכי קענען ווייזן פארן אור - אייניקל מיט די פינגער: "זעהסטו דיין טאטן און זיידן זיצן אין כולל א גאנצן טאג, אן קיין דאגות פון פרנסה--

(אייניקל האקט אריין: "אזוי ווי גאנץ "חזקת הבתים" טוט")

דאס איז אלעס נאר צוליב דעם וואס אין די 00' יארן האב איך געהאלפן אנפירן און אויף בויען א זייטל אויף די גויאישע אינטערנעט--

(אייניקל: גויאישע?)

יא יא מיין טייערער וואס מיינסטו ס'איז נישט געווען אזוי ווי היינט א היימיש-אידישע אינטערנעט, אלעס איז געווען ביי די גוים, קוים א פילטער האט מען געקענט האבן,

דארטן האט מען מזכה געווען כלל ישראל מיט פרנסה. ביז דעמאלטס, וועסט נישט גלייבן, איז 90 פראצענט כלל ישראל געגאנגען "ארבעטן"! פשוטו כמשמעו!

(אייניקל <עפנט מויל און אויערן> וואס??? )

יא, -ענטפערט וויכי- קענסט גלייבן? אזוי איז עס געווען.
ביז איין יאר מוצאי פסח דאכצעך אנפאנג די ע'ס איז עס געווען צווישן אפוואשן איין געשיר און די אנדערע -ווער האט זיך דמאלט מיט יענע פרנסות געקענט ערלויבן צו דינגען א אימיגראנט פון לאנד נ.י. סיטי אוועק צו פאקן דעם פסח? מ'האט אליינס געדארפט אויף זיין א גאנצע נאכט - איז פלוצעם ארוף געקומען א ארטיקל מיטן נאמען בערך "געלט אויף די טיר" וואס האט געטוישט כלל ישראל".

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 12:52 am
דורך שמיי_דריי
אויב ברויך איך דיר נאר געבן מיין נאמען און די געלט קומט גיי איך איין אויפן געשעפט.

אבער!!! דא קומט די גרויסע אבער!!! טאמער ברויך איך דיר געבן אפילו נאר איין רויטן צענט פאר איך קריג פון דיר די געלט דאן שטיי איך ווייט דערפון א_ווי פייער.

גוטע וואך..

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 1:09 am
דורך לוסטיג
האלא! געלט??.. איך בין דא!

וואס נאך דארפסטו? מיין אדרעסס? אקעי איין מינוט...

אהה.. דא האסטו.
[email protected]

נו וואס נאך?? אהה.. מיין סאשעל וואדע דא האסטו.. כאפ אין לויף
.
.
.
.

**********
אה וואו.. אזוי סיקיורט ביסטו?! די נאמבערס ווערן סטארס?...

וועגן די העקערס שטייצעך..

שוין! ווי מיין געלט???

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 1:14 am
דורך פינטעל
ליצנות אין די זייט געלייגט
די טריפהנע כלי איז פיל מיט עדוועטייזמענטס איבער ווארק פראם האום, רוב דערפון זענען פאלנע סקעמס
איז דאס עפעס א נייע אויפגעקומענע חידוש? אדער ביזטו נאך אינטער די עפריל פאלסדעי רושם?

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:06 am
דורך imzist
פינטעל האט געשריבן:ליצנות אין די זייט געלייגט
די טריפהנע כלי איז פיל מיט עדוועטייזמענטס איבער ווארק פראם האום, רוב דערפון זענען פאלנע סקעמס
איז דאס עפעס א נייע אויפגעקומענע חידוש? אדער ביזטו נאך אינטער די עפריל פאלסדעי רושם?


פינטעל, איך קריך שוין ארום 2 חדשים זוכן א scam free זאך. ביז כ'האב ב"ה דאס געטראפן.

א שנעלע סוירטש אויף "גוגל" האט נישט געטראפן קיין איין scam באריכט אויף דעם נאר פארקערטע.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:10 am
דורך פינטעל
לאמיר האפן...
איך האב שוין אויך היבש געזוכט, רוב זאכן דארף מען צאלן געלט פון פאראויס און מען פרובירט עטליכע טעג ביז מען זעהט אז מען איז שוין ווידער אמאל געפאלען א קרבן צו א שווינדלער
ביי דיין עסק: דארף מען צאלן געלט פון פאראויס? האסטו עס שוין פראבירט אדער נאר געסוירפט אויף גוגל?
איך פרעג ווייל איך בין ערענסט אינטערעסירט
תודה

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:33 am
דורך imzist
מען דארף נישט צאלן קיין פעני פון פארויס.

כ'האלט עס אינמיטן פרובירן ד.ה. זיי האבן א מינומום "פעי-אוט" און כאב נאך נישט דעגרייכט דעם מינמום.
איך ווייס אבער פון אנדערע וואס האבן שוין פארדינט דארטן טויזענטער דאלער

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 3:43 am
דורך פארצייטישע
האלט!!!

עס איז נישט דא קיין זאך ווי מ'קען מאכן געלד אומזיסט נאר אויב מ'געווינט א לאטו, אדער באקומען בירושה.

לאז דיך אפ פון די נארישקייטן, דיינע חלומות וועלן בטל ווערן כעפרא דארעא,

די איינציגסטע וועג וואס דו וועסט מצליח זיין מיט די סקעמס, איז אויב דו שליסט דיך אן מיט זייער שטיק צי אויס'נאר'ן אנדערע, און איך גלייב שווער אז דאס איז וואס דו זוכסט.
.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 3:48 am
דורך פינטעל
imzist
אונז קוקן ארויס פאר מער דיטאלען
לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 4:02 am
דורך שוועמל

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 7:39 am
דורך פארצייטישע
נאך א נקודה, איך זעה אז די עולם דא איז באזארגט וועגן די רויטע גרייצע וואס די סקעמס נעמען.
רבותי דאס איז די קלענסטע פראבלעם, די עיקר פראבלעם איז, אז מענטשן ווערן אזוי איבערגענומען פון די זאכן, און זיי פארגעסן כמעט פון זייער ארבעט\ביזענעס, ווייל עס איז א שאד סתם צי ארבעטן יעצט, ווייל אין אפאר וואכן גיי איך זיין די גביר פון שטאט, און דערווייל לעבט מען אויף קרעדיט קארד'ס, און ווען ס'קומט די גרויסע בראך און מען זעהט אז ס'איז שטותים און לאקשען, האט מען דערווייל פארפאטשקעט טייערע טעג און וואכן און אפשר חדשים וואס מ'האט נישט גע'ארבעט ווי ס'דארף צי זיין.
.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 8:18 am
דורך צום זאך
אלץ מענעדזשער אינעם ווערהאוז ווי עס ווערן געהאלטן די הונדערטער באקסעס "גרינגע -אינטערן טיר- דאלארן" וועלכע ווערן שפעטער פארשיקט צו אירע גליקליכע אייגענטומער, קענעך ענק איין זאך זאגן; "כאפט אריין!." זייט נישט קיין צועק על לשעבר. דא ווערט וואס א מינוט ליידיגער און ליידיגער. די אלע וואס האבן געשיקט צום אנגעגעבענעם אימייל אדרעסע זייער גענויע אינפאו זיצן שוין יעצט ביים רעדל פון זייער 'רויעל ראוז' אדיסיס (גוזמא קתני. ביים רעדל זיצט דער שופער...)

און צו די אלע פוילע לייט וואס וועלן טרעפן כל ערליי פוילע תירוצים אבי נישט אריינצושטקען די פינגער אין קיבאורד אויף צו באשטעלן די באקסעס הונדערטער'ס, האבעך איין מעסעדזש; איר ווען אין ערגעץ נישט גרייכן מיט אייער פוילקייט. ס'האט נאך קיינער נישט געמאכט קיין "גרינגע דאלאר" פון ארבעטן נארמאל פון 9 ביז 5. פרובירט אונז כאטשיג אויס, און אז איר האט דוקא פיינט דעם גרינגן דאלאר קענט איר עס צוריקשיקן ביז 30 טעג גארנעטירט!

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 10:31 am
דורך שמערי בערי
צום זאך, האסט מיר אויפגעהייטערט און א אנגעזעצטן אשכול...

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 10:35 am
דורך גרויזאמער
ויש אומרים: צום זאך, האסט מיר אויפגעהייטערט אן אנגעזעצטער שמייכל

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 12:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
דער גרויזאמער איז א אומפארגינער, ער פארגינט נישט אז נאכאיינער זיצט ביים שיסל, נאר ער מעג זיצן אויפן קאוטש אין שארן 40 אלפים א חודש...

צום זאך, פלצתי מאוד מאוד...

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:04 pm
דורך imzist
שוין, פיינעלי גייט מען אויסזאגן דעם סוד.
אויפן פארלאנג פונעם ברייטן ציבור וואס חלש'ט צו באקומען א באקס פון "צום זאך"ס ווערהאוז.
(און במיוחד חבירינו היקר כמר "פינטעל" וואס איז אויסגעהונגערט פארן דאלער - און דא איז טאקע די פלאץ צו אפעלירן צום ברייטן ציבור אריינצושיקן אסאך געלט צו "פינטעל"'ס פעי -פעל אקאונט, ער קען עס נוצן, ודי בזה).

וזה החלי, בעזר צורי וגואלי.

איך, זייענדיג אויף די איצט שרינקנדע אנ-עמפלוימענט ליסטע, האבנדיג ארבעט נאר פאר א האלבן טאג אין איינעם פון די מוסדות התורה, בעת דעם אנדערן האלבן טאג וועריך משוגע פון טראכטן וויאזוי צו מאכן געלט צו באצאלן מיין ארימען לענדלארד וועמען איך שוין אזוי שטארק...

מה עשה הקב"ה? ארויס גיין פון הויז ארבעטן איז נישט געאייגנט פאר מיר. האבעך אנגעהויבן זוכן פאר work from home ביזנעסער.

צו מזל, האב איך נישט קיין קרעדיט קארד, אזוי בינעך בעזר הוי"ה ניצל געווארן פון כל מרעין בישין ווי מען וויל נאר 1 דאלער וכדו' און שטייצעך אס'דא א (קליינע...) קא-פעי פון קוים 300 דאלאר א וואך...

אזוי אויך האבעך נישט קיין באנק אקאונט אזוי בינעכויך געראטעוועט געווארן פון שערן פערזענליכע אינפא.

זעלבסט פארשטענדליך אז דורכויס די 2 חדשים ארום בלאנקענען אויפן געוועב האבעך קיינמאל נישט אריין געשריבן אז איך הייס "imzist", אזוי אז די אלע קאמפאניס מיינען פעסט אז איך הייס "farshlufen". (כאף ער'ט מיר מוחל זיין אויב אין די ענדע עט מען אים ארעסטירן...).

ווי אויך האבעך מיר געמאכט א 206 נא. נישט וועלנדיג ארויסגעבן מיין טעלעפאן נא.

בלויז מיינע אדרעסן האב איך יא געמוז געבן די אייגענע, נישט וועלנדיג אז "farshlufen" זאל מאכן דאס געלט...

למעשה, בינעך נישט אנגעקומען אין ערגעץ. כאב שוין ערנסט געטראכט פון גיין ארבעטן געהעריג. שוין אפי' ארויף אויף luach זוכן ן'ארבעט...

באותה שעה הזילו מלאכי השרת דמעה...

ווייסט דער באשעפער ווי אזוי די זאך וואלט זיך אויסגעלאזט, ווענישט איך טרעף נישט דארט קיין ארבעט.

למעשה בלייבנדיג אויפן וואסער ווי מ'זאגט, איז עווען ממש מאין יבוא עזרי? עזרי מעם ה'!!

בדרך לא דרך, בינעך בעז"ה אנגעקומען צו דעם פלאץ.

מהאט געקענט טאפן די השגחה מיט די הענט. ממש בבחינת "יפול מצידך אלף" זענען צענדליגער סיטס פארגאנגען אינעם scam רויך, בלויז די איינע איז געבליבן.

ויותר הוא לבדו.

און אצינד מכח אל תמנע טוב מבעליו, אל תחזיק טובה לעצמך ווילעך נישט זיין
קיין כובש נבואתו.

מיט ציטערדיגע הענט, עפן איך אויף דעם סודותדיגן סעיף...

וזה מה שהעלה מצודתי:


http://www.tendollarclick.com/index.php?ref=rikki



פארעך ענדיג. איך וויל נישט חלילה קיינעם אריין נארן, ניטאמאל בארויבן די צייט לבטלה - time is money, האט יענער געזאגט.

כאב אסאך שעות געזוכט און אויף געטשעקט דעם ענין און וואס זאלעכייך זאגן clean. clean record איז נישט דאס ווארט. נקי מכל.

כ'ווייס פון איינעם וואס האט שוין געמאכט 30,000 דאלער דא!

איין זאך האבעך יא געזען, אז ס'דא א מינימום פון 60 טעג פונעם זיך איינשרייבן ביז מ'קען איינקעשן דאס געלט.
ווער עס וויל זיך נישט איינשרייבן מכח דעם, האט די ברירה צו בלייבן ארבעטן שווער פאר א מינימום - וועידזש.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:21 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואס איז טאקע פשט אין דעם פאר קליקס באקומען באצאלט אזויפיל

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:30 pm
דורך bobke

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:32 pm
דורך leiby
די מאכסט זיכער געלט. (כ'הער זאגן)

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:37 pm
דורך bobke
שאינו יודע לשאול האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אין דעם פאר קליקס באקומען באצאלט אזויפיל



מען באקומט טאקע נישט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איך האב געפרעגט מיין שאלה נאך פאר די לינק וואס מהאט דא צוגעצייכענט איך האב געוואלט מאכען אן אייגענעם סקעם עלערט!!!!

פארוואס טוסטו אזעלכע זאכען????? דאס פאסט נישט

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:46 pm
דורך imzist
bobke האט געשריבן:check out this http://ptc-investgations.blogspot.com/2 ... -scam.html


דער סייט איז אזא גויאישע ווערסיע פון קול הדור אחרון...
ליינט ביטע די coments אונטער זיין אפשאצונג.
קיינער! קיינער! שרייבט נישט אז זיי האבן נישט באקומען זייער פארדינטע געלט!
וואס יא? מענטשן שרייבן אז זיי האבן יא באקומען דאס געלט!!!

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:47 pm
דורך גראדער
imzist האט געשריבן:
מיט ציטערדיגע הענט, עפן איך אויף דעם סודותדיגן סעיף...

וזה מה שהעלה מצודתי:


http://www.tendollarclick.com/index.php?ref=rikki



.


איך ווייס נישט צו די אלע שטותים וואס דו שרייבסט זענען אמת צו נישט, אבער וואס איז זיכער שקר, אינטערן נאמען פארשלאפן האסטו דיך נישט איינגעשריבן, נאר אינטערן נאמען ריקי... קוק ביים סוף פונעם לינק... רעפערל, ריקי, און ווען מ'גייט אריין אינעם סייט קומט טאקע ארויף אז ריקי איז דער רעפערל, אוי וויי, קען זיין איך בין עובר אויפן אל תרבה שיחה...