דאס געלט ווארט אייך הינטערן טיר!

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

דאס געלט ווארט אייך הינטערן טיר!

תגובהדורך imzist » דינסטאג אפריל 06, 2010 11:34 pm

אזוי ווי כ'האב צוגעזאגט פארן ציבור, דא http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
וועל'ך מקיים זיין מיין צוזאג, זייענדיג בטבע א "כמו איש - אמת" ד. ה. אז כהא'ליב פון צייט צו צייט מקיים זיין מיינע צוזאגונגען. ספעציעל יעצט, ווען מען שטייט נאך'ן צוברעכן קליפת פרעה פון "גוזר ואינו מקיים" קומט די (גוטע...) מידה ארויס ביי מיר מיט איר פולן גלאנץ...

אבער צו וואס רעדן אזוי לאנג נארישקייטן, ווען אין בויך ליגט מיר די פינאנציעלע ישועה פון כלל ישרא-ל?

יא, אזוי ווי איר הערט. believe it or not, שטייט אצינד i-velt ווי 47 סט. בשעתו, און וועט בעז"ה צושטעלן פרנסה פאר דעם חלק כלל ישראל, וואס האט ליב פרנסה.

ווי 47 האב איך געזאגט?
איין (קליינע...) חילוק איז דא. דארטן האט מען געברויכט אבעטן, און צמאל אפילו שווער.
דא אבער, קען מען זיך ממש פארשטעלן ווי די אלע אויף-רייצערישע דמיונות וואס די שווינדלעס - ואס וילן אייך ארויסשווינדלען אייער שווער אפגעהארעוועטע פאר טאלער רעדן אייך איין אין זייעע בריוון און אי-מעילס - , באקומען פלוצלינג הויט און ביינער,און שטייען ויף עבעדיג פאר אייך ממש ווי די בני - מנשה אין די הפטורה פון שביעי של פסח.


יא, אזוי ווי איר הערט.
געענדיגט מיט אווער - טיים. א גרינגע קראנטע הכנסה פון 80 90 דאלער טעגליך שטייט אונטער אייער טיר און בעט זיך צו אייך ממש ווי די ציונים צו די מוסדות עטה"ק: "איך דארף נישט גארנישט נאר נעמט מי אריין"...


און ווער קען פועל'ן ביי זיך צו לאזן די געלט אונטערן טיר? (טאמער איר באשלוסט אז איר קענט, גיט מיר אייער אדרעס, עס וואלגערט זיך מסתם הינטערן טיר אסא געלט...)


"תכלית". (סדאך עפעס אין די ביזנעס אפטיילונג...). ערנסט פאראינטערעסירטע זאלן זיך מעלדן צו imzistbyivelt@gmail.com

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 07, 2010 12:38 am

שרייב עפעס מער ביטע.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אפריל 07, 2010 12:50 am

imzist האט געשריבן:
יא, אזוי ווי איר הערט. believe it or not, שטייט אצינד i-velt ווי 47 סט. בשעתו, און וועט בעז"ה צושטעלן פרנסה פאר דעם חלק כלל ישראל, וואס האט ליב פרנסה.


ווי עס זעט אויס חידוש'ט מען זיך אין די העכסטע קארידארן פון i-velt הלמאי "imzist" שרייבט אז זיי גייען ווערן ווי 47 סט. (47 סט. היינט צוטאגס?... גאנץ מעגליך!)

ווילעך קלאר מאכן אז סהאט גארנישט מיט i-velt, זיי האבן סה"כ די זכי' צו זיין די אכסניא של תורה,

אזוי אז 60 - 70 יאר ארום וועט וויכי קענען ווייזן פארן אור - אייניקל מיט די פינגער: "זעהסטו דיין טאטן און זיידן זיצן אין כולל א גאנצן טאג, אן קיין דאגות פון פרנסה--

(אייניקל האקט אריין: "אזוי ווי גאנץ "חזקת הבתים" טוט")

דאס איז אלעס נאר צוליב דעם וואס אין די 00' יארן האב איך געהאלפן אנפירן און אויף בויען א זייטל אויף די גויאישע אינטערנעט--

(אייניקל: גויאישע?)

יא יא מיין טייערער וואס מיינסטו ס'איז נישט געווען אזוי ווי היינט א היימיש-אידישע אינטערנעט, אלעס איז געווען ביי די גוים, קוים א פילטער האט מען געקענט האבן,

דארטן האט מען מזכה געווען כלל ישראל מיט פרנסה. ביז דעמאלטס, וועסט נישט גלייבן, איז 90 פראצענט כלל ישראל געגאנגען "ארבעטן"! פשוטו כמשמעו!

(אייניקל <עפנט מויל און אויערן> וואס??? )

יא, -ענטפערט וויכי- קענסט גלייבן? אזוי איז עס געווען.
ביז איין יאר מוצאי פסח דאכצעך אנפאנג די ע'ס איז עס געווען צווישן אפוואשן איין געשיר און די אנדערע -ווער האט זיך דמאלט מיט יענע פרנסות געקענט ערלויבן צו דינגען א אימיגראנט פון לאנד נ.י. סיטי אוועק צו פאקן דעם פסח? מ'האט אליינס געדארפט אויף זיין א גאנצע נאכט - איז פלוצעם ארוף געקומען א ארטיקל מיטן נאמען בערך "געלט אויף די טיר" וואס האט געטוישט כלל ישראל".
לעצט פאראכטן דורך imzist אום מיטוואך אפריל 07, 2010 1:58 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך אפריל 07, 2010 12:52 am

אויב ברויך איך דיר נאר געבן מיין נאמען און די געלט קומט גיי איך איין אויפן געשעפט.

אבער!!! דא קומט די גרויסע אבער!!! טאמער ברויך איך דיר געבן אפילו נאר איין רויטן צענט פאר איך קריג פון דיר די געלט דאן שטיי איך ווייט דערפון א_ווי פייער.

גוטע וואך..
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מיטוואך אפריל 07, 2010 1:09 am

האלא! געלט??.. איך בין דא!

וואס נאך דארפסטו? מיין אדרעסס? אקעי איין מינוט...

אהה.. דא האסטו.
Lestiger@gmail.com

נו וואס נאך?? אהה.. מיין סאשעל וואדע דא האסטו.. כאפ אין לויף
.
.
.
.

**********
אה וואו.. אזוי סיקיורט ביסטו?! די נאמבערס ווערן סטארס?...

וועגן די העקערס שטייצעך..

שוין! ווי מיין געלט???
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מיטוואך אפריל 07, 2010 1:14 am

ליצנות אין די זייט געלייגט
די טריפהנע כלי איז פיל מיט עדוועטייזמענטס איבער ווארק פראם האום, רוב דערפון זענען פאלנע סקעמס
איז דאס עפעס א נייע אויפגעקומענע חידוש? אדער ביזטו נאך אינטער די עפריל פאלסדעי רושם?

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:06 am

פינטעל האט געשריבן:ליצנות אין די זייט געלייגט
די טריפהנע כלי איז פיל מיט עדוועטייזמענטס איבער ווארק פראם האום, רוב דערפון זענען פאלנע סקעמס
איז דאס עפעס א נייע אויפגעקומענע חידוש? אדער ביזטו נאך אינטער די עפריל פאלסדעי רושם?


פינטעל, איך קריך שוין ארום 2 חדשים זוכן א scam free זאך. ביז כ'האב ב"ה דאס געטראפן.

א שנעלע סוירטש אויף "גוגל" האט נישט געטראפן קיין איין scam באריכט אויף דעם נאר פארקערטע.

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:10 am

לאמיר האפן...
איך האב שוין אויך היבש געזוכט, רוב זאכן דארף מען צאלן געלט פון פאראויס און מען פרובירט עטליכע טעג ביז מען זעהט אז מען איז שוין ווידער אמאל געפאלען א קרבן צו א שווינדלער
ביי דיין עסק: דארף מען צאלן געלט פון פאראויס? האסטו עס שוין פראבירט אדער נאר געסוירפט אויף גוגל?
איך פרעג ווייל איך בין ערענסט אינטערעסירט
תודה

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:33 am

מען דארף נישט צאלן קיין פעני פון פארויס.

כ'האלט עס אינמיטן פרובירן ד.ה. זיי האבן א מינומום "פעי-אוט" און כאב נאך נישט דעגרייכט דעם מינמום.
איך ווייס אבער פון אנדערע וואס האבן שוין פארדינט דארטן טויזענטער דאלער

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מיטוואך אפריל 07, 2010 3:43 am

האלט!!!

עס איז נישט דא קיין זאך ווי מ'קען מאכן געלד אומזיסט נאר אויב מ'געווינט א לאטו, אדער באקומען בירושה.

לאז דיך אפ פון די נארישקייטן, דיינע חלומות וועלן בטל ווערן כעפרא דארעא,

די איינציגסטע וועג וואס דו וועסט מצליח זיין מיט די סקעמס, איז אויב דו שליסט דיך אן מיט זייער שטיק צי אויס'נאר'ן אנדערע, און איך גלייב שווער אז דאס איז וואס דו זוכסט.
.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מיטוואך אפריל 07, 2010 3:48 am

imzist
אונז קוקן ארויס פאר מער דיטאלען
לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אפריל 07, 2010 4:02 am

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מיטוואך אפריל 07, 2010 7:39 am

נאך א נקודה, איך זעה אז די עולם דא איז באזארגט וועגן די רויטע גרייצע וואס די סקעמס נעמען.
רבותי דאס איז די קלענסטע פראבלעם, די עיקר פראבלעם איז, אז מענטשן ווערן אזוי איבערגענומען פון די זאכן, און זיי פארגעסן כמעט פון זייער ארבעט\ביזענעס, ווייל עס איז א שאד סתם צי ארבעטן יעצט, ווייל אין אפאר וואכן גיי איך זיין די גביר פון שטאט, און דערווייל לעבט מען אויף קרעדיט קארד'ס, און ווען ס'קומט די גרויסע בראך און מען זעהט אז ס'איז שטותים און לאקשען, האט מען דערווייל פארפאטשקעט טייערע טעג און וואכן און אפשר חדשים וואס מ'האט נישט גע'ארבעט ווי ס'דארף צי זיין.
.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אפריל 07, 2010 8:18 am

אלץ מענעדזשער אינעם ווערהאוז ווי עס ווערן געהאלטן די הונדערטער באקסעס "גרינגע -אינטערן טיר- דאלארן" וועלכע ווערן שפעטער פארשיקט צו אירע גליקליכע אייגענטומער, קענעך ענק איין זאך זאגן; "כאפט אריין!." זייט נישט קיין צועק על לשעבר. דא ווערט וואס א מינוט ליידיגער און ליידיגער. די אלע וואס האבן געשיקט צום אנגעגעבענעם אימייל אדרעסע זייער גענויע אינפאו זיצן שוין יעצט ביים רעדל פון זייער 'רויעל ראוז' אדיסיס (גוזמא קתני. ביים רעדל זיצט דער שופער...)

און צו די אלע פוילע לייט וואס וועלן טרעפן כל ערליי פוילע תירוצים אבי נישט אריינצושטקען די פינגער אין קיבאורד אויף צו באשטעלן די באקסעס הונדערטער'ס, האבעך איין מעסעדזש; איר ווען אין ערגעץ נישט גרייכן מיט אייער פוילקייט. ס'האט נאך קיינער נישט געמאכט קיין "גרינגע דאלאר" פון ארבעטן נארמאל פון 9 ביז 5. פרובירט אונז כאטשיג אויס, און אז איר האט דוקא פיינט דעם גרינגן דאלאר קענט איר עס צוריקשיקן ביז 30 טעג גארנעטירט!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך אפריל 07, 2010 10:31 am

צום זאך, האסט מיר אויפגעהייטערט און א אנגעזעצטן אשכול...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אפריל 07, 2010 10:35 am

ויש אומרים: צום זאך, האסט מיר אויפגעהייטערט אן אנגעזעצטער שמייכל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 07, 2010 12:09 pm

דער גרויזאמער איז א אומפארגינער, ער פארגינט נישט אז נאכאיינער זיצט ביים שיסל, נאר ער מעג זיצן אויפן קאוטש אין שארן 40 אלפים א חודש...

צום זאך, פלצתי מאוד מאוד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:04 pm

שוין, פיינעלי גייט מען אויסזאגן דעם סוד.
אויפן פארלאנג פונעם ברייטן ציבור וואס חלש'ט צו באקומען א באקס פון "צום זאך"ס ווערהאוז.
(און במיוחד חבירינו היקר כמר "פינטעל" וואס איז אויסגעהונגערט פארן דאלער - און דא איז טאקע די פלאץ צו אפעלירן צום ברייטן ציבור אריינצושיקן אסאך געלט צו "פינטעל"'ס פעי -פעל אקאונט, ער קען עס נוצן, ודי בזה).

וזה החלי, בעזר צורי וגואלי.

איך, זייענדיג אויף די איצט שרינקנדע אנ-עמפלוימענט ליסטע, האבנדיג ארבעט נאר פאר א האלבן טאג אין איינעם פון די מוסדות התורה, בעת דעם אנדערן האלבן טאג וועריך משוגע פון טראכטן וויאזוי צו מאכן געלט צו באצאלן מיין ארימען לענדלארד וועמען איך שוין אזוי שטארק...

מה עשה הקב"ה? ארויס גיין פון הויז ארבעטן איז נישט געאייגנט פאר מיר. האבעך אנגעהויבן זוכן פאר work from home ביזנעסער.

צו מזל, האב איך נישט קיין קרעדיט קארד, אזוי בינעך בעזר הוי"ה ניצל געווארן פון כל מרעין בישין ווי מען וויל נאר 1 דאלער וכדו' און שטייצעך אס'דא א (קליינע...) קא-פעי פון קוים 300 דאלאר א וואך...

אזוי אויך האבעך נישט קיין באנק אקאונט אזוי בינעכויך געראטעוועט געווארן פון שערן פערזענליכע אינפא.

זעלבסט פארשטענדליך אז דורכויס די 2 חדשים ארום בלאנקענען אויפן געוועב האבעך קיינמאל נישט אריין געשריבן אז איך הייס "imzist", אזוי אז די אלע קאמפאניס מיינען פעסט אז איך הייס "farshlufen". (כאף ער'ט מיר מוחל זיין אויב אין די ענדע עט מען אים ארעסטירן...).

ווי אויך האבעך מיר געמאכט א 206 נא. נישט וועלנדיג ארויסגעבן מיין טעלעפאן נא.

בלויז מיינע אדרעסן האב איך יא געמוז געבן די אייגענע, נישט וועלנדיג אז "farshlufen" זאל מאכן דאס געלט...

למעשה, בינעך נישט אנגעקומען אין ערגעץ. כאב שוין ערנסט געטראכט פון גיין ארבעטן געהעריג. שוין אפי' ארויף אויף luach זוכן ן'ארבעט...

באותה שעה הזילו מלאכי השרת דמעה...

ווייסט דער באשעפער ווי אזוי די זאך וואלט זיך אויסגעלאזט, ווענישט איך טרעף נישט דארט קיין ארבעט.

למעשה בלייבנדיג אויפן וואסער ווי מ'זאגט, איז עווען ממש מאין יבוא עזרי? עזרי מעם ה'!!

בדרך לא דרך, בינעך בעז"ה אנגעקומען צו דעם פלאץ.

מהאט געקענט טאפן די השגחה מיט די הענט. ממש בבחינת "יפול מצידך אלף" זענען צענדליגער סיטס פארגאנגען אינעם scam רויך, בלויז די איינע איז געבליבן.

ויותר הוא לבדו.

און אצינד מכח אל תמנע טוב מבעליו, אל תחזיק טובה לעצמך ווילעך נישט זיין
קיין כובש נבואתו.

מיט ציטערדיגע הענט, עפן איך אויף דעם סודותדיגן סעיף...

וזה מה שהעלה מצודתי:


http://www.tendollarclick.com/index.php?ref=rikki



פארעך ענדיג. איך וויל נישט חלילה קיינעם אריין נארן, ניטאמאל בארויבן די צייט לבטלה - time is money, האט יענער געזאגט.

כאב אסאך שעות געזוכט און אויף געטשעקט דעם ענין און וואס זאלעכייך זאגן clean. clean record איז נישט דאס ווארט. נקי מכל.

כ'ווייס פון איינעם וואס האט שוין געמאכט 30,000 דאלער דא!

איין זאך האבעך יא געזען, אז ס'דא א מינימום פון 60 טעג פונעם זיך איינשרייבן ביז מ'קען איינקעשן דאס געלט.
ווער עס וויל זיך נישט איינשרייבן מכח דעם, האט די ברירה צו בלייבן ארבעטן שווער פאר א מינימום - וועידזש.
לעצט פאראכטן דורך imzist אום מיטוואך אפריל 07, 2010 2:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שאינו יודע לשאול
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2009 11:51 am

תגובהדורך שאינו יודע לשאול » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:21 pm

וואס איז טאקע פשט אין דעם פאר קליקס באקומען באצאלט אזויפיל
שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנה

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:30 pm


אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:32 pm

די מאכסט זיכער געלט. (כ'הער זאגן)
לעצט פאראכטן דורך leiby אום מיטוואך אפריל 07, 2010 2:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:37 pm

שאינו יודע לשאול האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אין דעם פאר קליקס באקומען באצאלט אזויפיל



מען באקומט טאקע נישט.

שאינו יודע לשאול
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2009 11:51 am

תגובהדורך שאינו יודע לשאול » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:41 pm

איך האב געפרעגט מיין שאלה נאך פאר די לינק וואס מהאט דא צוגעצייכענט איך האב געוואלט מאכען אן אייגענעם סקעם עלערט!!!!

פארוואס טוסטו אזעלכע זאכען????? דאס פאסט נישט
שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנה

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:46 pm

bobke האט געשריבן:check out this http://ptc-investgations.blogspot.com/2 ... -scam.html


דער סייט איז אזא גויאישע ווערסיע פון קול הדור אחרון...
ליינט ביטע די coments אונטער זיין אפשאצונג.
קיינער! קיינער! שרייבט נישט אז זיי האבן נישט באקומען זייער פארדינטע געלט!
וואס יא? מענטשן שרייבן אז זיי האבן יא באקומען דאס געלט!!!
לעצט פאראכטן דורך imzist אום מיטוואך אפריל 07, 2010 2:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:47 pm

imzist האט געשריבן:
מיט ציטערדיגע הענט, עפן איך אויף דעם סודותדיגן סעיף...

וזה מה שהעלה מצודתי:


http://www.tendollarclick.com/index.php?ref=rikki



.


איך ווייס נישט צו די אלע שטותים וואס דו שרייבסט זענען אמת צו נישט, אבער וואס איז זיכער שקר, אינטערן נאמען פארשלאפן האסטו דיך נישט איינגעשריבן, נאר אינטערן נאמען ריקי... קוק ביים סוף פונעם לינק... רעפערל, ריקי, און ווען מ'גייט אריין אינעם סייט קומט טאקע ארויף אז ריקי איז דער רעפערל, אוי וויי, קען זיין איך בין עובר אויפן אל תרבה שיחה...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט