הילף מיט געקראכטן טשעק

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

הילף מיט געקראכטן טשעק

תגובהדורך רעאליסטיש » מיטוואך פאברואר 24, 2010 9:32 am

איך האב באקומען פון איינעם א "באנק אוו אמעריקע" טשעק פון א גרעסערן סכום (לויט מיינע השגות...) און עס איז צוריקגעקומען מיט'ן מעסעדזש "פארמאכטע אקאונט!". בעיסיקלי האט איינער ארויסגעגעבן א טשעק פון א פארמאכטן אקאונט צו שטופן זיינע חובות א.ד.ג.
איך האב נישט קיין אנונג פון וואו איך האב באקומען דעם טשעק און אויפ'ן טשעק שטייט נישט קיין שום אינפארמאציע וואס זאל מיר העלפן פירן צום אריגינעלן שרייבער פון דעם טשעק.
וואלט מיר איינער געקענט העלפן דערמיט?
א דאנק!
The best way to make your dreams come true is to wake up

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 9:39 am

אפשר קען דיר די באנק העלפן מיט מער אינפארמאציע?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

תגובהדורך רעאליסטיש » מיטוואך פאברואר 24, 2010 9:46 am

די באנק גיט נישט ארויס אזעלכע אינפארמאציע.
The best way to make your dreams come true is to wake up

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 24, 2010 10:34 am

די טשעק האט א נאמען?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

תגובהדורך רעאליסטיש » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:57 pm

A C
דאס איז דאס גאנצע וואס שטייט דארט. נישט קיין נאמען, נישט קיין אדרעס, נישט קיין פאון נומער. נאדא, זילטש.
The best way to make your dreams come true is to wake up

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 24, 2010 1:12 pm

פראביר צו טשעקן אין די באנק וועמענס אקאונט דאס איז, ס'דארף צו זיין א וועג געוואור צו ווערן.

אויב נישט, האסטו צוויי אפשען'ס:

1) אויב דו ווייסט אז ס'איז נישט קיין יוד, קענסטו מסר'ן.

2) נעם א סידור, און זאג פון אינעווייניג קדיש...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך פאברואר 24, 2010 3:10 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פראביר צו טשעקן אין די באנק וועמענס אקאונט דאס איז, ס'דארף צו זיין א וועג געוואור צו ווערן.

2) נעם א סידור, און זאג פון אינעווייניג קדיש...


און נאכדעם זאלסטו אפמאכן ביי דיר בהחלטה גמורה אז נעווער אגעין וועסטו אין די האנט ארייננעמען אזוינע טשעקס. טאקע אזעלכע טשעקס שרייען גאר הויך "איך האב נישט קיין דעקונג, מיין ארויסגעבער איז א מעכטיגער אנזעצער!!!"

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג אפריל 26, 2010 11:04 pm

האסט יא א עצה

דו ערשטע זאך גיי צי דו היימישע טשעק קעשערס און פרעג צו זיי ווייסן וועמענס דאס איז, ס'מאכט זיך זייער אסאך זיי זאלן געדענקען וועמענס דאס איז געווען.

אויב ס'גייט נישט
קאל אריין אין באנק און זאג אז דו האסט געטראפן א טייער פעקל אן קיין שום אידענטיפיקעשאן דערין, נאר איין טשעק איז אויך דא דארט, און גיב דו אקאונט נומער.

זיי וועלן ענטפערן אז זיי גיבן נישט ארויס קיין אינפארמעשאן, אבער זיי וועלן קאנטעקטן דעם בהב"ת מיט דיין טעלפאן נומער. און דאן ווארט ער זאל דיר קאלן.

א קאפיטל תהלים שאדט נישט (כ'האף אז דער גנב וועט עס נישט לייענען בעפאר דיר)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג אפריל 26, 2010 11:12 pm

זאג העפטיג קדיש

איז נישט פון מיינע עצות, נאר וואס דען? האלט פאר אייך דו נאמען אויפן טשעק, חזר'ט עס איין אין אייער זיכרון, אויב איר זעיט א ענליכס דערצו פרעגט אייך נאך דעראויף. איר קענט קיינמאל נישט אויסרעכענען דעם קאפ פון איינעם וואס טוט דאס פאר דוקא. און ווי אויך קענט איר קינמאל נישט וויסן וואס א מיסטעק יענער קען מאכן דורכאויס דו יאהרן.

צרות רבים חצי נחמה
מסתם האט ער זיך נישט באגעניגט מיט נאר איין פאלטשע טשעק, און אויב האט ער געשריבן מערערע, ווייסן מסתם מענטשן פון אים.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 27, 2010 12:09 am

דו קענסט רופן פאליס אדער גיין צום סטאנציע און אריינגעבן אז איינער האט דיך באגנב'ט מיט אויסשטעלן א טשעק וואס האט נישט קיין דעקונג.
יא, לאזן קראכן א טשעק איז א קריים וואס פאליס דארף דערפון קער נעמען, אזוי האב איך כמה פעמים געזען אין אפסטעיט.

די פאליס וועט עפענען א פייל און דיר איינמעלדן ווען ס'יז דא פארשריט.

די איינציגסטע זאך איז אז דו דארפסט געבן א גוטע סיבה פארוואס דו האסט באקומען דעם טשעק, למשל האסט אים עפעס פארקויפט, דאן ווייז א אינוואויס וכו'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אפריל 28, 2010 2:25 pm

אקאונט נומער טשעק נומער ראטינג נומער ביטע

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 12:43 am

פון עטליכע תגובות דא, האב איך געמערקט אז מאנכע האבן פאר א פשטות אנגענומען אז דאס מוזזז זיין פון א איד. קוק ביי סעלעדס צגובה . און נאך אנדערע קוק צווישן די שורות ביי די טשעק קעשינג תעגובעלע.

וויל איך ארויסדרוקן דא מיין שטארקע פראטעסט, אז ניין איך בין נישט דער גנב, איך בין טאקע א יוד, אבער נישט אלעמאל גנב'ט א יוד, ניין און ניין.

עס שמעקט מיט אנטיסעמיטיזם, אדער גאר מיט א לעק אף סעלף קאנפידענס. און מיר וועלן דאס נישט פארשווייגן, מיר ווילן נישט גיין מיט געלע לאטעס

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 9:23 am

רב טרעגער: נארמאל יודן האנדלען מיט יודן און נאוואדע אונז פשוטע יודילעך, ציליב וחי אחיך עמך, סו איז פשוט אז מזאל אזוי טראכטען...
Normal is just a setting on the washing machine

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מאי 03, 2010 12:46 pm

טרעגער טייערער

פון דיין תגובה קוקט אויס אז דו ווייסט נישט.
דו טירד פארטי טשעק ביזנעס, פון וואס סקומט ארויס רוב, אויב נישט אלע אזעלעכע פראבלעמען, גייט אן כמעט אדער אינגאנצן נאר ביי אונז אידעלעך.

און דאס איז וואס הרב שוועמל האט דעטאלירט ביים גיין צו א פאליציי סטאנציע, אז ס'איז נישט קיין טירד פארטי טשעק.

דעריבער האסטו א עצה
טוה זיך אויס דיין געלע לאטע, און נעם נישט אן קיין טירד פארטי טשעק'ס.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

תגובהדורך רעאליסטיש » דאנארשטאג מאי 06, 2010 8:54 am

רבותי, ערשטנס א דאנק פאר די נוצבארע אינפארמאציע פון די חשוב'ע חברים.
די ענדע פון די מעשה איז ב"ה געווען א גוטע; דורך א געוויסע וועג האב איך אויסגעפונען געוויסע פריוואטע אינפארמאציע פונעם בעל הבית פון דעם טשעק און איך האב יענעם גערופן אויפ'ן סעל און געלאזט א מעסעדזש. יענער האט מיר תיכף צוריקגערופן און ווי נאר ער האט געהערט פון וואס עס רעדט זיך האט ער געזאגט אז יא, ער ווייסט אז ערגעץ וואו דרייט זיך ארום דעם טשעק נאר ער האט פשוט נישט געוואוסט ביי וועמען עס געפינט זיך, ער האט דאס פאר איינעם געגעבן א צייט צוריק און יענער ווייסט נישט וואו אהין עס איז אנגעקומען. ער האט מיר געזאגט אז ער איז מוכן ומזומן תיכף ומיד אויסצולייזן דעם טשעק און נאך צוצאלן די באנק-פי. ער האט גענומען פון מיר מיין באנק אינפארמאציע און ביז עטליכע שעה איז געווען דעפאזיט אין מיין באנק די סכום פונעם טשעק!
מי כעמך ישראל!
בחדא מחתא האב איך געלערנט דערפון א פרק אין "הוי דן את כל אדם לכף זכות".
The best way to make your dreams come true is to wake up

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג מאי 06, 2010 9:00 am

אזנס האב איך ליב צו הערן!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג מאי 06, 2010 6:21 pm

פינטל
איך קען דיר ענטפערן אין אישי
---
הגה. פינטל'ס פראגע איז אראפגענומען געווארן צוליב איר סענסיטיווקייט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג מאי 06, 2010 6:24 pm

רעאליסטיש

דורך א היימישע טשעק קעשער, וואס האט דיר אנגעזאגט אז זאלסט נישט זאגן פון ווי דו ווייסט?!
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מאנטאג מאי 17, 2010 6:46 pm

אפשר קענסטו מיטיילן וויאזוי איר האט באקומען פריוואטע אינפארמאציע?
א חבר מיינע שטייט יעצט אין אזא פראפלעם. און ווייסט נישט ווי אנציהייבן...
שכוח למפרע...
_________________________x

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 6:48 pm

איך האב יעצט באקומען א בריוו פון קאן עדיסאן וואס איך פארשטיי נישט דעם פשט דערפון, קען מיר איינער העלפן?

פאלגנד איז א ציטאט פונעם בריוו:

YOUR PAYMENT FOR $118.83 WAS NOT HONORED BY YOUR BANK BECAUSE OF A "REFERRED TO MAKER" NOTATION. AS A RESULT, WE ASSESSED A FEE OF $12.00 ON YOUR ACCOUNT.

מה פשט?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 7:25 pm

וועמענס טשעק איזעס געווען?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 7:58 pm

חיים משה'ס..

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 9:27 pm

ד.מ. אין אידיש אז דער טשעק איז צוריקגעוויזן געווארן דורך דעם באנק צוליב אן אומ-אנגעגעבנע סיבה. (דאס הייסט 'פרעג דעם ארויסגעבער פונם טשעק'....).

http://www.bankingquestions.com/checksyoureceived/q_refertomaker.html

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 11:06 pm

האבן זיי צוריקגעשיקט דעם טשעק צום מקור? אנדערש וועט מיר דער חברה-מאן נישט גלויבן אז עס איז נישט אדורך

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 17, 2010 2:36 am

קרעמער, זארג נישט, זיי גייען עס זעהן גראד... אויב נישט, איך האב דארט פראטעקציע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], Tevye און 8 געסט