בלאט 1 פון 1

אינוועסטירן אין גאלד

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 12:17 pm
דורך חידוש נפלא
וואס איז די מיינונג פונעם ציבור איבער אינוועסטירן אין גאלד, פאר עטליכע יאר צוריק איז די גאלד געווען נידריג שבנידריג אקעגן די היינטיגע פרייזן און לויט ווי די עקספערטן זאגן גייט עס נאך מער ארויפגיין און אנקומען ביז....

יעצט האלט די גאלד ביי איבער טויזענט און לויט ווי געוויסע זאגן וועט עס נאך אנקומען ביז ארום צוויי טויזענט וואס דאס מיינט א גיטע אינוועסטמענט

וואס זאגן אבער די קרעטשמע עקספערטן איז דאס שטארק "ריסקי" ווייל עס קען דאך פאלן? אדער איז עס מער ווייניגער קלאר אז עס גייט נאך מער שטייגן (צוליב די דאלער וואס עס גייט פאלן לויט די עקספערטן)

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 12:58 pm
דורך דארפסמאן
עס קען אבער ציריק פאלען, איך געדענק ווען עס איז געווען אינטער 300 א אונטס

ווען איך האב ווען שכל מיט געלט וואלט איך ווען געקענט קויפן אסאך גאלד און יעצט פארקויפען

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 18, 2010 8:39 pm
דורך חידוש נפלא
דארפסמאן האט געשריבן:
ווען איך האב ווען שכל מיט געלט וואלט איך ווען געקענט קויפן אסאך גאלד און יעצט פארקויפען


טאקע וועגן דעם ביזטו א דארפסמאן

געשריבן: זונטאג מאי 16, 2010 9:11 am
דורך ווער בין איך?
וויפיל איז א אונס? מיין גאלדענע חתן זייגער איז בערך וויפיל אונסעס?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:10 pm
דורך שוועמל
קען איינער באשרייבן וויאזוי צו אינוועסטירן אדער קויפן פרעשוס מעטאלס, ווי גאלד און זילבער?
וויזוי צאלט מען די ביליגסטע?
וואספארא גאלד צו קויפן?
וכו' וכו'
עני בעסט פרעקטיסעס?

לויט די סטענסבערי סקאנדאל... איז דאס די איינציגסטע וועג צו איבערלעבן די אמעריקאנע קומענדע קריזיס.

Re: אינוועסטירן אין גאלד

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:00 am
דורך מסתמא
זעהט פון דער תגובה די נעקסטע בלאט צוויי, כמיין אז סדעקט אלע קשיות איבער גאלד

viewtopic.php?p=3125213#p3125213