כללים אין ביזנעס(מיט מקורות)

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

כללים אין ביזנעס(מיט מקורות)

תגובהדורך צווענגל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 9:21 am

איך האב געוואלט בעהטן יעדעם איינעם וואס טוט עפעס אין ביזנעס און ער ווייסט פון זיין עקספיריענס אדער וואס ער האט געהערט פון אן עקספערט וכדו' א מהלך וואס ער האט זיך אויסגעשטעלט

אדער לאו דווקה א מהלך אין ביזנעס סיי וועלעכע פרינציפ אדער כלל וואס ער האט אנגענומען לפ''ע דעתו זאל ער עס דא לייגן און זאלן נאך אידן הנאה האבן דערפון

איך גלייב אז יעדער איינער און ווען איך זאג יעדער מיין איך טאקע באמת יעדער איינער ווייסט עפעס וועגן דעם בעהט איך ענק רבותי האלט'ס ענק נישט צרוק אפילו מען מיינט עה ס'איז נאר א קלייניקייט דאס ווייסט יעדער איינער און עניוועס איך האב יעצט וויכטיגערס יעצט צו טוען (ער איז דאך א ביזנעסמאן) ווי צושרייבן און איי וועלט

קודם אפילו זאכן וואס יעדער איינער ווייסט איז דא אמאל א מענטש ער איז אזוי שטארק אריינגעטוען אין "זיין" ביזנעס אז ער פארגעסט זיך פון גאר וויכטיגע כללים וואס יעדער ווייסט און מאיזה סיבה שהוא האט ער זיך נישט אויסגעשטעלט זיין ביזנעס אזוי איז זייער גיט אז ער זאל באקומען אן אלערט אויף דעם

צווייטענס (שאץ איך האב געמאכט א עקסטערע פראגראף מ'זאל עס קענען קלאר לייענען) ס'איז דא כללים און מהלכים וואס אין "דיין" ביזנעס ווייסט עס יעדער איינער און ביי דיר עס אזוי פשוט דאס מיינט אבער נאכנישט אז ביי א צווייטן קען עס נישט אויסמאכן א וועלט

וועגן דעם וויל איך ענק בעהטן רבותי איך ווייס ענק זענען זייער ביזי און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די ביזנעס פארום שלאפט אסאך מאל פון צייט צו צייט ווייל פאר דעה וואס ס'אינטערעסירט באמת די פארום האט טאקע באמת נישט קיין צייט ווייל ער איז ביזי צו מאכן נאך ביזנעס אבער א בליק גיט ער יא א כאפ אריין פון צייט צו צייט

וויל איך דיר טאקע בעהטן יעצט ווען די לייענסט מיינע פאר שורות יא די וואס די טראכסט אז דיך מיין איך נישט ווייל די האסט וויכטיגערס צו טוען, טו עס נישט פאר דיר טו עס פאר יענעם מכאפט'ס זיך אליינס נישט אז מיט א קלייניקייט קען מען יענעם שטעלן אויף די פיס און באמת וועסטו דיך אליינס ארויסהעלפן ווייל אז די וועסט שרייבן וואס די ווייסט וועט א צווייטער אויך שרייבן וואס ער ווייסט און די וועסט אויך קענען נאשן אביסל פון די נאש באקס
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 9:29 am

ובזה התחלתי

אין ריעלעסטעיט איז דא א כלל און א פשוטער יסוד - לאקעשען לאקעשען לאקעשען

און סעילס איז דא א כלל - די קינץ איז נישט צו פארקויפן (ווייל קונים איז דא אויף יעדע זאך) די קינץ איז צו קויפן פאר ביליג און אנדערע ווערטער - buy low sell hi ס'איז זייער פשוט מ'דארף אבער לעבן דערמיט
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
grunsfeldnuts
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 24, 2010 2:21 pm
לאקאציע: אין די ניסלעך פאקטארי
פארבינד זיך:

תגובהדורך grunsfeldnuts » מיטוואך מארטש 24, 2010 3:25 pm

די יסוד פון א ביזנעס איז "געלט",
אודאי ווייסט דאס יעדער איינער, אבער ס'קען זיין פארשידענע זאכן וואס אויבן אויף זעט עס אויס ווי זייער וויכטיג, דארף מען אבער אריינטראכטען אויב די פעולה גייט מיר ברענגען געלט,

למשל מאכן א וועבסייד פאר א ביזנעס קען זיין א גיטע זאך, מ'טאר אבער נישט אריינלייגען אין דעם די קאפ מער ווי אין די עיקר ביזנעס ווייל ס'קען אוועקנעמען די קאפ פון די עיקר יסודות,

כהנה וכהנה איז דא טויזענטער דוגמאות

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » מיטוואך אפריל 14, 2010 3:11 pm

היינט געהערט א גוט ווארט

א בעה''ב פון א ביזנעס קען "איבערגעבן" ארבעט פאר זיינע ארבעטערס אבער נישט "געבן"

זייער טיף אבער ס'איז א מוראדיגע יסוד

דאס הייסט אז פאר דער בעה''ב האט נישט אליינס געטוען די ארבעט און ער ווייסט נישט פונקטליך וואס ס'טוט זיך אין ביזנעס און וואספארא ארבעט עס דארף פונקטליך געטוען ווערן און וויאזוי עס דארף געטוען ווערן איז א שאד יעדע מינוט וואס ער האלט אויף אן ארבעטער
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט