מעילינג אין מאנרא

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

מעילינג אין מאנרא

תגובהדורך אינגערמאן » מאנטאג ינואר 18, 2010 11:12 pm

איך וויל ארומשיקן עפעס אין גאנץ קרית יואל, וואס איז די בעסטע און פראקטישסטע עצה דערפאר?

איך טראכט אז אפשר וואלט כדאי געווען עס צו געבן פאר איינע פון די אויסגאבעס וואס ווערן רעגלמעסיג ארומגעשיקט וואס צומאל שיקן זיי מיט פארשידענע פלייערס, האט איינער עקספיריענס מיט די זאכן?

שרייבענדיג אזוי, פאלט מיר איין אז איך קען אפשר צאלן פאר איינעם די זעלבע פרייז וויפיל די אויסגאבעס בעטן (בערך $350.00) און ער זאל מיר עס אראפלייגן ביי "אלע" טירן פון גאנץ ק"י. עס דארף נישט נעמען מער ווי איין טאג און פאר דריי-פיר הונדערט דאלאר וואלט איך עס אויך געטוהן אויב איך וואלט געהאט צייט....

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג ינואר 19, 2010 6:28 am

וואס הייסט זיי שיקן נאר צוזאמען מיט זייער אויסגאבע? זיי שיקן מסתם עקסטער אויך.

לייגן ביי די טירן וועלן עס מער ווי צוויי דריי הונדרעדט משפחת נישט זעהן.

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » דינסטאג ינואר 19, 2010 8:22 am

יא, זיי שיקן אויך עקסטער, אבער פארדעם בעטן זיי פיל מער. אבער ווען זיי שיקן עס צוזאמען מיט זייער אויסגאבע וואס דאן קאסט זיי עס ממילא נישט עקסטער. בעטן זיי "נאר" דריי - פיר הונדערט דאלאר.

וואס טוען אלע מוסדות וואס פארפלייצן אונזערע פאסט קעסטלעך מיט זייערע בראשורן. צאלן זיי אויך אזוי טייער?

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » דינסטאג ינואר 19, 2010 8:58 am

האסט געפרעגט C.B.T.?
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג ינואר 19, 2010 9:04 am

כ'פארשטיי נישט. ווען די גייסט צו סמארט שאפער מאכן א מעילינג פאר גאנץ קרית יואל איז דאס נישט גוט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג ינואר 19, 2010 9:06 am

http://www.mailwayservices.com/

קענסט אויך טרייען די אידישע ליכט/עונג שבת.

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » דינסטאג ינואר 19, 2010 11:29 am

די בעסט עצה איז לכאורה צו מאכן א מעילינג און אין דעם איז די ביליגסטע ברוך טעם, אדער מעילוועי פון מאנסי,

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » דינסטאג ינואר 19, 2010 11:45 am

קאנג. ברוך טעם האט א פראפעשענעל מעילינג סיסטעם וואס שיקט צו יעדעם איינעם אין קרית יואל און אויך אין אלע אידישע געגענטער אויב די ווילסט
איך האב נישט זייער נומבער אבער עס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יעקב ברוך טירנויער פון קרית יואל, פרעג דיך נאך זיין נומבער


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט