בלאט 1 פון 1

אינפארמאציע אפדעיט'ס אויף SHOWS

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 3:00 pm
דורך צווענגל
איך מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע פלאן צו עפענען אזא אשכול

קודם וואלט איך געוואלט בעהטן איינע פון די חבירים דא (גרויזי שוועמעל איז גיט?) זאל אראפלייגן דעם יסוד וויאזוי דאס ארבעט וואס טוט מען דארטן און וואס טרעפט מען דארטן און ווי טרעפט מען די בעסטע שאוס (לכוארה אין לעס וועגעס)און וואס דארף מען אלץ ארעננדשן ועוד ועוד ועוד
ווער פארקויפט ביי א שאו די מעניופעקטשער אליינס אדערא סופלייער דעסטריבעטער וכדו'
און פארוואס פעלט בכלל אויס צוגיין צו א שאו איך רעדט מיטן קאמפעני און איך דיל מיט זיי אויפן טעלעפאן און פטור א שאו מ'קען אלעס פונקט אזוי טרעפן אויפן קאמפעניס וועב סייט

די צווייטע זאך איז צו אפדעיטן די חבירים דא ווען ס'קומט פאר א שאו און ווי ס'קומט פאר על פי רוב קומט עס פאר נאר איינמאל א יאר ביי יעדע מין ליין

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 05, 2010 8:16 am
דורך גימעל
איך קען נישט ענטפערן אויף דיינע שאלות וואס זענען שון געפרעגט געווארן באלד א יאר צוריק, נאר איך האב געזוכט דעם אשכול וואו מ'דיסקוטירט די שאוס אין דזאוויץ צענטער, און איך בין אנגעקומען צו דעם אשכול וועל איך דא שרייבן.

עס גייט יעצט פארקומען א ביזנעס שאו פון ביזנעס פירער, ביזנעס אדוואקאטן, לעגאלע ביזנעס עקספערטן, שטאטישע בא'אמטע, ראט געבער, און נאך.
אדמישאן איז גענצליך פריי.
מ'דארף זיך נישט אראפשלעפן ביזן דזאוויץ אדער לאס וועגאוס, עס גייט זיין אין אידישן וויליאמסבורג... אין שטיינער סטודיאו. סטעידז 6.

די זאך וואס ס'האט געצויגען מיין אינטערעסע צו די שאו, איז די ספאנסער'ס, בעסער געזאגט ספאנסער. צווישן די גאלד ספאנסערס איז אונזער אלעמען באקאנטן פיטעקס גראופ.
זיי וועלן דאכציך מיר אויך האבן א סעמינאר דארט.

די שאו גייט פארקומען דינסטאג סעפ. 14 למספרם ו' תשרי תשע"א.
___
דא האט איר א לינק צו זייער האום פעידז:
http://cardinaltradegroup.com/index.html

און דאס איז צו זייער ספאנסער פעידז:
http://cardinaltradegroup.com/brooklyn-sponsors.html

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 4:15 pm
דורך פוילישער