בלאט 1 פון 1

גוטע דזאב - זעלטענע געלעגנהייט פארן פאסיגן פערזאן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2009 7:41 pm
דורך לאז געמאכט
מיינער א ידיד האט מיך געבעטן איך זאל אים העלפן אפיר זוכן א פאסיגע קאנדידאט פאר די ארבעט וואס ער זוכט, נו ווי איז מער פאסיג צו זוכן אויב נישט טאקע דא אויף די אידישע וועלט?...

ער זוכט א איד וואס האט א באקאנטשאפט אין "קאמפיוטער פראגראמינג", מיניש זיין דווקא א עקספערט, אבער שטייצעך אויך נישט קיין שאינו יודע לשאול...

ער איז גרייט ארויס צו העלפן, גיידן, און לערנען, וויפיל ס'פעלט אויס צו קענן אליין אויסשטייגן אן עקספערט.

בעיקר נוצט ער די באקאנטע גרינגע שפראך vb.net סא אויב האט איר באקאנטשאפט מיט VBA (די קאוד וואס "מייקראסאפט עקסעס" נוצט) דאן איז עס מסתם א גוטע געלעגנהייט זיך צוצולערנען vb.net זינט עס איז שטארק ענדליך, און פאדערט נישט איבערלערנן פון אנהויב.

איך מיין אז עס איז גאר א גוטע געלעגנהייט פאר יעדן וואס ווילן זיך קונה זיין א פרנסה קלה ונקי'!

אלענפאלס אויב קלערט איר אז איר זענט א מעגליכער קאנדידאט קענט איר אפשיקן א אימעיל גראד צו מיין ידיד'ס בליץ פאסט קעסטל, זיין אדרעסע איז: [email protected].

ס'איז כדאי אנצומערקן... צו וויפיל עקספערטן איך האב גערעדט, האבן זיי מיר אלע געזאגט אז אנהויב האבן זיי געארבעט פאר א פירמע, דעס איז די בעסטע וועג קונה צו זיין די פאך!

א לעכטיגן חנוכה

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2009 8:44 pm
דורך צווענגל
זאג פון וועלעכע שטאט די רעדטסט

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 20, 2009 9:28 am
דורך לאז געמאכט
וויליאמסבורג ניו יארק

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 20, 2009 11:08 am
דורך לאז געמאכט
צוליב די גרויסע נאכפראגע... האביך מיך פארבינדן מיט מיין חבר, האט ער מיר געזאגט אז ער זוכט דייקא עמיצין מיט עפעס עקספיריענס, ער האט נישט די צייט צו אויסלערנען קיינעם די אלף בית.

ואתכם הסליחה

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2011 3:07 pm
דורך לאז געמאכט
היינט האט נאך עמיציר געבעטן כ'זאל ארויפלייגן א קלאסיפייד אז ער זוכט א היימישע ארבעטער.

דאס איז בערך וואס ער האט מיר געזאגט:

א היימישע אפיס אין ווימ"ס זוכט א אפיס געהילף וואס זאל עווענטשלי מענעדשען די אפיס.

וויליג אנצוהייבן מיט 500 וויקלי פאר די ערשטע 2 חדשים נאכדעם אויב איז ער דער פאסיגער מענטש וועט עס גלייך שטייגן צו 600. אויב ארבעט מען זיך גוט אריין איז דא גאר שטארקע פאטענשעל'ס צו וואקסן זייער שטארק.

ריקווייערמענט'ס:
- בעסיק קאמפיוטער עקספיריענס.
- גוטע קאמיוניקעשן סקיל'ס.
- זיך נישט פארלירן ווען א קאסטומער גייט ארויס פון די כלים :wink: .
- שטארק מסודר'יג.
- בעסיק ענגליש (רעדן/אביסל שרייבן אימעיל'ס וכדו' מוז נישט זיין פראפעשאנעל.)

שעות זענען פון 9:30 אונדערפרי ביז 6:00 אווענט.

אונטערסירטע קענען שיקן זייער פרעזליכע אינפא צו [email protected]

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2012 7:15 pm
דורך ניק ניק
האסט נאך עפעס? איך דארף מער אינקאם.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2012 7:19 pm
דורך לאז געמאכט
די פאזיציע איז שוין באזעצט. סארי.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 30, 2012 10:07 pm
דורך ווינקל
א שיך סטאר אין ווילי זוכט איינעם וואס זאל אנפירן דעם סטאר פון 4 מיטאג ביז 7.

ערנסט פאראינטערסירטע שיקט מיר אן אימעיל.

מענעדזשען אייער ביזנעס

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2012 12:27 pm
דורך derech eretz
א חבר מיינער האט מיר געבעטן ארויפצולייגן

ר איד זיי נישט באזארגט סאיז דא א לעזונג . אימעיל צו
[email protected] פאר אדווערטייזמענט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2012 7:15 pm
דורך derech eretz
derech eretz האט געשריבן:א חבר מיינער האט מיר געבעטן ארויפצולייגן

ר איד זיי נישט באזארגט סאיז דא א לעזונג . אימעיל צו
[email protected] פאר אדווערטייזמענט.

אויב איינער וואונדערט זיך אויף מיין תגובה,
כ'האב געטון א טובה פאר א חבר מיינער א בוקקיפער און געשריבן אז זוכט קאסטומערס,
און די מנהלים ירום הודם האבן באשלאסן אז ס'איז אומלעגאל, האבן זיי עס מגי' געווען אן איבערלאזן דעם ''פארריכט'' קנעפל.

נא וואס זאל מען טון, אונז זעמער דאך אין גלות...

הערה, דאס האט גארנישט מיט די הנהלת הפארום, דאס האט מיט ארענדאר און זיינע מיטהעלפער וואס לייגן אריין טויזענטער דאללערס אז די סייט זאל פונקציאנירן.

אידישע וועלט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2012 7:16 pm
דורך קרעמער
עס איז נישט אומלעגאל, נאר אומעטיש, אוממענטשליך, און ווען מען לייגט עס נאך ביי עטליכע אשכולות אויפאמאל טוהט מען מער אפ ווי אויף.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:01 pm
דורך וויכטיג מאכער
איינער האט מיר דאס אריינגעשיקט:

א סטאר אין וויליאמסבורג זוכט א מענידזשער, גוטע געלעגענהייט פארן ריכטיגן פערזאן, רופט: 347-678-1917.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:09 pm
דורך farshlufen
וויכטיג, דו רעדסט אודאי פון א מקוה איד געוועלבל?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:19 pm
דורך וויכטיג מאכער
יא, פון וואו ווייסטע? נע! דזשאסט קידינג...

מ'רעדט פון א ווילי סטאר, איך האב נאר געפאוסט וואס כאב באקומען...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:19 pm
דורך אויפריכטיג
א אפיס אין וויליאמסבורג זוכט א אינגערמאן מיט קענטעניס און עקספיריענס אין בוק קיפינג, פאראינטערעסירטע פארבינדט זיך מיט מיר אין אישית קעסטל.