געזוכט טייטש פון קאפיטל 'מזמור לדוד ה' רועי'

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 12:19 pm

פארוואס פרובירסטו נישט סידור כוונת התפלה, מאשר שמנהת תפלה בכוונה וכ'ו..........

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 12:30 pm

פרוביר גוגל.....
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:18 pm

נאך אקטועל?

(איך האב א איבריגע שלאס צו די האנט..)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 7:09 pm

איך שרייב נאר די אידישע, גענומען פון "קול יהודית" תהלים.

א) דער מזמור האט דוד געמאכט, און אזוי זאגט דוד: השי"ת איז מיין פאסטאך, ד.מ. ער שפייזט מיר דעריבער אפילו היינט ווען איך אנטלויף פון שאול און איך בין אין מדבר, בין איך זיכער אז עס וועט מיר נישט פעלן קיין שום זאך:

ב) אין וואוינונג פון גראז מאכט מיר השי"ת רוהען און פאשען, ביי רוהענדיגע וואסער טוט ער מיר פירן:

ג) מיין זעהל וואס איז אוועקגעגאנגען פון מיר דורך די צרות טוט ער אומקערן אין מיר, ער פירט מיר אין גערעכטע וועגן צוליב זיין נאמען, אז איך זאל נישט פאלן אין די הענט פון מיינע פיינט:

ד) און אפילו ווען איך גיי אין א פינסטערן טאל, אין מדבר זיף וואו איך אנטלויף דארט פון שאול, האב איך אויך נישט קיין מורא פאר קיין שלעכטס, ווייל דו השי"ת ביזט מיט מיר, דיין רוט, דאס מיינט די יסורים וואס דו השי"ת שטראפסט מיר מיט זיי, און אויך דיין אונטערלעהנונג, וואס איך פארלאז זיך אויף דיין חסד, די זאכן טוען מיר טרייסטן, ווייל דורך די יסורים וועט מיר פארגעסן ווערן מיינע זינד:

ה) און איך בין פארזיכערט אין דיין חסד אז דו וועסט אנגרייטן פאר מיר א טיש אנטקעגן מיינע באליידיגער, ווייל דו האסט שוין פון לאנג פעט געמאכט מיט בוימל מיין קאפ, דו האסט מיר געזאלבט דורך שמואל הנביא פאר א קעניג, און האסט מיר פארזיכערט אז מיין בעכער זאל זיין זאט, דאס הייסט איך וועל קעניגן אזוי ווי מיין ווילן וועט זיין:

ו) נאר גוטס און חסד זאלן מיר נאכיאג, אלע טעג פון מיין לעבן, און איך זאל זיצן אין השי"ת'ס הויז אויף לאנגע טעג, און איך זאל נישט פארטריבן ווערן פון דארט:

(אינעם תהלים'ל האבן זיי 'בולט' געמאכט אלע טייטש ווערטער וואס טייטשן איבער די לשון הקודש, איך האף אז דו וועסט אליינס כאפן וועלכע איז די איבערטייטש פון פסוק און וועלכע איז צוגעלייגט לתועלת הענין).


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט